די ציפערן פון חסידות'ער אין די פארגאנגענהייט

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5703
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

די ציפערן פון חסידות'ער אין די פארגאנגענהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

גד האט געשריבן: אבער ר' שלום איז געווען א ריזיגע רבי, פון די גרעסטע בימיו, מיט צענדליגע טויזנטער חסידים לענגאויס אוקריינא


יאסל האט געשריבן: אינטערסאנט טויזענטער חסידים? כווייס נישט אויב סאיז שוין אין יענע צייטען כלל געווען א רבי מיט די מספרים,
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5703
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

יאסל אין חידה יח פרעגט א הארבע 'על הצדיקים חידה' וואס זאגט דרשוני, איין זאך קען איך נאר ענטפערן איבער די פראגע פון די נומערן פון חסידים.
היינט איז אפשר נישט שייך צו טראכטן אזעלכע נומערן אבער אין אוקראינה ווי עס איז געווען דאס וויגאלע פון חסידות האט געווירבלט מיט צענדליגע און הונדערטע טויזענטער!! חסידים, דאס הייסט מער ווייניגער אז דאס גאנצע לאנד איז געווען חסידיש געשטומט.
אמעריקא איז דאס יודישקייט אסימילירט צוליב די צענדליגע יארן פון אידישע אסימילאציע, ממילא זענען די נומערן פון ערליכע יודן און חסידים גאנץ א קנאפע נומער, משא"כ די לענדער פון אוקראינה גאליציע אין יענע יארן זענען געווען סאליד פרום און ערליך, ממילא זענען די נומערן פון חסידים נישט אזא גרויסע חידוש.
מורשת חכמי אמעריקא
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אנטשולדיגט, אבער האט איר געזעהן די פראגע פון דעם מונקאטש'ער רב דער מנחת אלעזר, לגבי דעם בית המדרש פון דעם רבין פון לובלין,

היינט קאן מען זעהן דעם גרויסן בית המדרש אין סאדיגורא, גייען דען אהין אריין טויזענטער מענטשען ?

בלייבט עס ביי דעם אז גוזמאות איז נישט א נאווינע, עס איז געווען אין אלע דורות.

פאר די וואס האבן נישט געזעהן די קשיא פון מונקאטש'ער רב, וועלן מיר עס אראפ שרייבן פון זכרון, [אדרבה ווער עס קאן זאל ברענגען א לינק דערצו, סקרענטאן'ער רב אויף אייך און אייערס גלייכן זענען די דיבורים מכוון] ער פרעגט, אז ער איז געווען אין בימ"ד אין לובלין און בדוחק גדול גייען אהין אריין דריי הונדערט מענטשען, ע"כ, און וואו זענען אריין די טויזענט ארענדארס בעלי רוח הקודש ? נו ! א קשיא מרפסין איגרא, אה !

שתי תשובות בדבר, קאן זיין איטליכע תירוצים, איינס וועלן מיר רעדן איידל, אז גוזמא קתני. צוויי, אז דער עולם איז נישט געקומען אויף איין מאל, און ווען מען איז יא געקומען, איז מען אפגעזעצען א לענגערע תקופה, וואו פון ר"ח אלול ביז חנוכה, אד"ג, עס איז זעך נישט געפארן אזוי יעדן טאג, עס איז דא דערויף א טייער ווארט פון א געוויסן רבין צו פון א געהויבענער חסידישער איד, אז היינט קומט מען מיטן צוג ערב שב"ק מוצאי שב"ק איז מען שוין אויף דער וועג אהיים, נו, וואו קאן מען עפעס קונה זיין.

וועלן מיר שוין נישט מאריך זיין אין דעם ענין פון א באן בעצם וואס מען האט דאן גערעדט אז דאס איז א חלק בירידת הדורות,
אנשטאט דער מדבר = מענטש, זאל זעך באנוצען מיט א חי = פערד און וואגן,איז דער דור געפאלן און מען באנוצט זעך מיט א דומם = אייזענער וואגאן,
בכלל האבן א טייל דאן גערעדט זייער שארף דערקעגען, וואו אויף די צוויי רויטע אויגן פון פארנט פון דעם באן, אויף דעם פייער און רויך וואס שיסט ארויס פון קוימן,
באקאנט איז אז דער צאנז'ער רב האט נישט געוואלט האבן א באן אין צאנז, און דער בעלז'ער רב ר' ישכר בער האט אויך נישט נאכ'ן ערשט'ן קריג געוואלט וואוינען אין א שטאט וואו דער באן פארט דורך דערפאר איז מען געגאנגען קיין האלאשיץ, די סיבות וואס מען האט אנגעגעבען אויף די צוויי צדיקים, איז געווען וועגען דער רוח ההתחדשות = מאדערנקייט וואס דער באן שטעלט מיט זעך פאר.
בן בוזי האט געשריבן: משא"כ די לענדער פון אוקראינה גאליציע אין יענע יארן זענען געווען סאליד פרום און ערליך, ממילא זענען די נומערן פון חסידים נישט אזא גרויסע חידוש.

אפשר קאנט איר מיר טאקע געבן צו פארשטיין פאר וואס די אידן אין יענע מקומות, אוקריינא, ראמעניא, ליטא, רוסיש פוילין, און אין מלך אביון'ס גוט דהיינו אסט גאליציא, האבן זעך נישט געהאלטן ביי אידישקייט, משא"כ אין אונגארן וואו עס איז געווען די טיילונג, אין מאראמאראש וואו עס האט נישט דערגרייכט אלע באקוועמליכקייטן, אין וועסט גאליציא וואו די ראפשיץ'ער און צאנז'ער אייניקלך האבן זעך געשלאגן מיט ציין און נעגל אן צו האלטן מיט די ארגינעלע מסורה, דהיינו שם-לשון-מלבוש, האט אידישקייט געבליט ?

דער ענטפער דערפאר פאדערט ווען א לענגערע ערקלערונג, ואכהמ"ל, אבער קוקט נאך אין היכל הבעש"ט (כ"ג) עמוד קכ"ד אות כ"ד, אין דער תשובה פון בעלז'ער רב ר' ישכר בער האט געהייסן ענטפערן פאר טשארטקוב, כאטש מען קאן דן זיין אז פאר יענע מקומות וואלט עס געווען א הצלה פורתא, כענין פון ר' שמשון רפאל הירש און ר' עזריאל הילדסהיימער אין דייטשלאנד.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן בוזי האט געשריבן: בנוגע די פלאץ פון בית המדרש איז זייער פשוט, קודם אפילו מען זאל וועלן וואלט מען נישט געקענט בויען אזעלכע גרויסע שולן, ווייל יעדער רבי האט נישט פארמאגט מער ווי דאס ביסל פראפערטי אויף וואס צו בויען, צווייטנס עס איז ידוע פאר יעדן אז גור למשל האט געהאט א ריזן עולם אינדערהיים למעשה איז זייער בית המדרש אזוי פיצל אז ס'נישטא קיין פלאץ פאר גארנישט, און נאך מער טאקע פון גור איז דא בילדער ווי דער עולם דאוונט אינדרויסן אויפן גאס,
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס ליגט מיר אין זכרון וועגן א בריוו וואס שרייבט ווי גרויס דער עולם איז געווען ביי הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק אויף די ימים נוראים, שרייבט ער דארט מיט גרויס התפעלות "והיו עולם גדול כמאה איש"...
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

דאס וואס מר' בוזי שרייבט אז און אוקריינא איז געווען צענדליער טויזענטער חסידים איז אמת, אבער מיט הינדערט יאר געריקט! דאס הייסט אין די תר' יארן ווען די טשערנאבלער קינדער האבן געהאט זייערע מלוכות דארטען,
אין די מיטן תק' יארן אין נישט געווען דארט קיין צענדליקער טויזענטער אין אפילו נישט קיין טויזענטער וואס זענען געפארן צי איין רבין
אין פוילן און אין גאליציע איז דאך נישט דא וואס צורעדן ווייל דארט האט ערשט די חסידות זיך ערענסט גענומען צי פארשפרייטען אין די צייטען פונעם הייליגען חוזה
אזוי ארום אז צי זאגען אז ר' שלום האט געהאט צענדליגער טויזענטער חסידים איז אביסל מער ווי היבש איבערגעטריבן
אין אפילו אין די תר' יארן ווען חסידות האט שוין גענצליך געהאט איינגענומען אזעלעכע לענדער ווי פוילן אוקריינא אין גאליציע וואס איז געווען א חלק פון עסטרייך איז אויך מסתמה נישט געווען קיין טויזענטער חסידים אויף איין מאל מכוח די עניות וואס האט דארט געהערשט, אזוי ארום אז דער פשוטער המון עם (וואס מאכט געווענליך אויס די גרעסטע חלק פון די חסידים) איז מסתמה נישט געווען מער ווי איינמאל אין עטליכע יאר געווען ביים רבין,
ביי די בני עליה איזגעווען אן אנדערע סדרה.
ווידער וואס דער הרב מביקסאד זאגט אז דער הייליגער דברי חיים איז געווען אנקעגן די באן איז אמת נאר מכוח גאר אן אנדערע סיבה,
אין ביים מהרי"ד מבעלזא מאכט אינגאנצען נישט קיין סענס אז ער איז געווען אנקעגן די באן, ווייל סאיז שוין דאן כלל נישט געווען אן ענין פון התחדשות די באן איז שוין דאן געווען אלט קרוב צי הינדערט יאר, אויב עפעס איז שוין דאן געווען דארט די אויטאס,
וואס איך האט געהערט איז אז ער איז געווען אנקעגן די טעלעפאנען וואס איז דאן דארט אנגעקומען
לגבי דעם ענין פארוואס די אידישקייט האט זיך בעסער געהאלטן אין אונגארען אוין אין די חלק פון גאליציע איז גאר אנאנדער עסק אין דער רבי קען עפענען אן עקסטער געהענגל דערוועגען.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5703
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רוב צדיקים זענען געווען קעגן דעם באן, ר' איציקל סקווערער האט געזאגט אז אמאל ווען חסידים זענען געקומען צום רבי'ן זענען זיי געפארן מיט פערד אין וואגן, דער נסיעה האט געדויערט א שטיק צייט און א האלבער פעקל איז אראפ געפאלן שוין אויפן וועג, דערנאך אז מ'האט זיך אפשגעשטעלט אין קרעטשמע זיך אפצו רוען און מען האט פארברענגט מיט חסידים איז אראפ געפאלן נאך א ביסל פונעם פעקל, אזוי אז מען איז אנגעקומען צום צדיק האט דער צדיק נישט געהאט אזא שווערע ארבעט, משא"כ היינט מ'שטיינס געזאגט מ'זעצט זיך ארויף אויפן באן און ביז א שטיקל צייט איז מען שוין ביים רבי'ן פאלט די גאנצע לאסט אויפן רבי'ן.
פונעם אלטן סאדיגערער איז דאכט זיך אויך דא אן ענליכע ווארט.

בנוגע חסידים אין די ת"ק יארן, מ'קען שוין היינט זאגן וואס מ'וויל, אבער אין די ליובאוויטשער מעשיות איז דא א מספר פון שמונים אלפים איש וואס זענען געפארן צום אלטן רבין
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5703
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

עס הייסט אזוי אז דער טשערנאבילער מגיד וועלכע איז שוין נסתלק געווארן תקצ"ז האט געהאט 300,000 (שלש מאות אלף) אידן וואס האבן איהם געגעבן מעמדות, דאס מיינט נישט אז זיי זענען געווען אונטער זיין מגידות נאר דאס איז דער מספר פון אידן וואס האבן געשיקט מעמדות, ס'איז בלי ספק אז אין די יארן פונעם גרויסער מגיד און נאכדעם זענען גאנצעטע שטעט איבער געטוישט געווארן צו חסידות, דער גרויסער מגיד האט געוואוינט אין א צענטער פונקט צווישן פוילן (דעמאלטדיגע פוילן) רוסלאנד און אוקראינה און זיינע תלמידים זענען בחייו ארום געפארן צו די שטעט אין די לענדער צו מאכן חסידים, און אויב דאס איז די מעשה דעמאלט איז זיכער געווען שוין אין די ת"ק יארן הונדערטע אלפים חסידים.
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

דאס ענין וואס די ברענגסט פון ר' איציקעל קוקט מיר אויס ווי מזאגט נאך פון די היינטיגע צדיקים אז אמאל איז געווען א קאלטע מקוה אין וכו' וכו' אין דערנאך האט זיך געדאווענט ווארעם, אין היינט ציטאג וכו', מיינט אבער נאכנישט אז זיי זענען געווען אנקעגען דעם סאיז מער אן ענין פון זיך מתאונן זיין אויפן מצב הדורות כבין כמעט זיכער אז די אלע רביס פון יענע יארן האבן זיך באנוצט מיטן באן, פשוט ווייל סאיז מסתמה שוין נישט געווען אזא ענין פון נעמען א בעל עגלה אויף ווייטע נסיעות דארט ווי די באנען זענען געפארן, סאיז אזוי ווי וואל מארט לייגט ארויס פון ביזנעס די קליינע געשעפטן דארט ווי זיי קומען אן.
דער הייליגער דברי חיים ווי סווערט געברענגט האט זיך צי דעם מתנגד געווען ווייל ער האט נישט געוואלט אז די צענדליגער בעלי עגלות פון די שטאדט זאלן פארלירן זייער פרנסה,
בנוגע אז דער בעל התניא האט שוין געהאט שמונים אלפים איז סטאנינג, ווייל ווער סווייסט גייט אן א גאנצע געטאנעריי וויפיל גערער חסידים זענען געווען הארט פארן קריג די גערער זאגען 100.000 אין די אלכסנדער'ע זאגען שקר רעכענען אויס אז סקען נישט זיין לויט וויפיל ערליכע אידן זענען געווען דאן און פוילן, כגיי נישט אריין דערין, און דא הער איך אז א 150 פריער האט שוין דער הייליגער בעל התניא געהאט אזא מספר!!! גיוו מי עי ברעיק, כוואלט געזאגט אז זיי מיינען שמונים אלפים דרוכאויס די 50 יאר וואס ער האט געפירט האט אלעס ציזאמען געזעהן אזא מספר, אין דאס ווייס איך אויך נישט אז סאיז אמת!!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאך וויל נישט זאגן אויף וועמען דער הייליגער קאמארנ'ער שרייבט שידין יהודאין ואפילו שלושים אלף אינו כדאי,
אויף דעם זעלביגן איז געווען א דיון צווישן דעם בעלז'ער רב ר' שלום'קע און זיין בארימטן רביצין מלכה, וואו אזוי מען זאל אויף נעמען.

ר' משה'לע סאמבור'ער האט געוויינט אז ער האפט אז דער עולם או ער זענען נישט פון קליפת נוגה,
ווייסט איר וויפיל דער ריזיגער עולם איז באשטאנען פון ?

וויפיל אידן איז געווען ביים ייטב לב אויף שבועות, און זיינע אלע קינדער זעלבסט זענען געווען אין צאנז ?
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ווער קאן ברענגען א קאפי פון איינע פון די אידישע צייטונגען אין פוילין, פון בערך א האלב יאר פאר די קריג, וז"ל בערך :

אלכסנדער רבי [עקידת יצחק] מיט זיינע פופציג טויזענט חסידים אריין אין דער אגודה.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

בנוגע גרויסע שטעט, פאר וואס האט דער חידושי הרי"ם ווען ער האט איבער גענומען די הנהגה,
האט ער זעך אריבער געצויגען פון ווארשא אויף דעם קליינעם שטעטעלע גור'א קאלאוואריע,
אוואו נאר דער קולייקא איז אהין אנגעקומען, דער געהעריגער באן נישט,
דער סיבה איז נישט נאר געווען ווייל זיין טאטע ר' ישראל איז דארט געווען רב,
נאר אז די חסידים * זאלן זעל נישט דרייען אין קיין גרויסע שטעט, וואו מען קאן זעך נישוט אזוי אפהיטן וואו עס באדארף צו זיין.


* מען האט נאך אין יענע יארן געהייראט גאר אינג, קיין בחורים איז כמעט נישט געווען,
פארשטייען מיר שוין פאר וואס מען האט נישט געלאזט בחורים זעך חסידות'ן.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

בן בוזי האט געשריבן: עס הייסט אזוי אז דער טשערנאבילער מגיד וועלכע איז שוין נסתלק געווארן תקצ"ז האט געהאט 300,000 (שלש מאות אלף) אידן וואס האבן איהם געגעבן מעמדות,

מקור ביטע.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

כלייג דיר דא אריין א שטיקעל פון א בוך וואס דערציילט דיר די מספרים פון די אידען איבער די וועלט אין יענע זמנים
אין דערנאך זאג מיר אליין צי די נומערען 300.000 אדער 80.000 קענען בכלל שטומען מיטן מציאות
אטעטשמענטס
IMG_0054 (Custom) (2).jpg
IMG_0054 (Custom) (2).jpg (16.12 KiB) געזען 9246 מאל
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ווער קאן מיר ביטע דערמאנען וואו עס איז געדריקט, [יאך דערמאן מיר נישט אויף דער מאמענט, און יאך טרעף נישט וואו],
פון איינע פון די שינאווא קינדער, וועגען די גע'דמיון'טע חסידים פון זיין טאטן וואס רע האט גע'ירש'נט,
דאכט זעך מיר א מספר פון פיר טויזענט, צוויי טויזענט אמת'ע און צוויי טויזענט גע'דמיון'טע,
די אמת'ע איז געגאנגען, איין טויזענט פאר ר' משה'לע, איין טויזענט פאר ציעשנאוו,
די אנדערע צוויי האבן זעך צוטיילט סטראפקאוו'ער רב, און ר' לייבוש פון טארנא.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5703
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך זאג נישט אז אזוי איז דאס טאקע געווען נאר איך זאג ווי ס'שטייט געשריבן, איך געדענק קלאר ווי די ליובאוויטשער שרייבן אז ביים בעל התניא זענען געווען אכציג טויזנט מענטשן, ווידער וועגן די מעמדות האב איך קלאר געזאגט אז ס'מוז נישט זיין אז זיי זענען געווען אונטער זיין מגידות, נאר אז זיי האבן איהם מעריץ געווען און דעריבער געשיקט מעמדות.

ר' שלמה מערזל א פארצייטישער בעלזער חסיד פלעגט שטענדיג פארציילן, אז קיין בעלז זענען געקומען אויף יום טוב עטליכע פערד און וועגענער און די גאנצע שטאט האט גערעש'ט איבער זיי, און דאס פארציילט מען היינט איבער די עולם גדול פון טויזנטער חסידים וועלכע זענען געקומען אויף יום טוב צום רב.
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5703
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

און פאר די מערכת הפארום זאלן זיי ביטע מוחל זיין און טוישן דעם קעפל אויף 'שפעקולאציעס איבער פארצייטישע נומערן פון חסידות', ווייל ס'איז גלוי וידוע אז וואס מיר רעדן דא ארום איז הוילע שטותים.
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

זעט אויס אז סאיז דיר שווער צי פארדייען אז אמאל איז נישט געווען די נומערען וואס מהאט אינגערעהייט געדמינט אזוי אז די מוזט עס אנרופען הוילע שטותים,
ספעלט נישט אויס צי טוישען סאיז א לעגעטימער שמועס
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5703
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

לעגעטים אבער אהן קיין שום האפט בלויז געווידמעט אויף השערות און שפעקולאציעס צוזאמען מיט גירסא דינקותא פון גוזמאות, נישט אז כ'האב נישט קיין הנאה, נאר דאס איז דער פאקט.
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בנוגע טוישן דעם שם האשכול, פארשטיי איך נישט פארוואס, אויב מ'רעדט איבער די ציפערן קען מען שרייבן סיי 'שפעקולאציעס' און אויך 'פאקטן' משא"כ אויב וועט מען לימיטען צו בלויז 'שפעקולאציעס' טא ווי וועט מען שטעלן די פאקטן?

ולעצם הנידון, עס איז גאר אן אינטערעסאנטע טעמע וועלכע פארמאגט זיייער ארימע באזירונגען נעמענדיג אין באטראכט אז רוב ציפערן אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט (אפי' דאהי על אדמת אמעריקא) זענען געווען דמיונות און אויפגעבלאזן דורך חסידים און אגענדע-געטריבענע מאטיווען. (איך שעם זיך נישט אז איך האב ביז פאר א צירקע 15 יאר צוריק אפגעקויפט אז אין 'ארמארי בילדינג' גייען אריין 25,000 מענטשן רעגלמעסיג, און קרוב צו 100,000 פאליציי-געשאצטע מענטשן גייען געווענליך מוחה זיין קעגן ציונות).

אשר ע"כ איז כדאי צו ברענגען טעאריעס, און היות דאס איז דאך נישט חלילא נישט קיין פקפוק כל דהוא און די גדלות פון די צדיקים ואדמורי"ם וועלכע ווערן באהאנדלט, ווייל כמובן טוישט זיך דאס נישט לויט וויפיל מענטשן עס האבן מיטגעוויינט ביי של"ס, אדער מיטגעטאנצן ביי די הקפות, זעה איך נישט פארוואס איז נישט קיין לעגיטימע באהאנדלונג.

דא האב איך מיט א צייט צוריק אראפגעברענגט פונעם צאנזער יזכור בוך די ציפערן פון צאנזער ערליכע אידישע תושבים פאר די קריג, אזוי אויך געפינט זיך אין יעדן יזכור בוך ציפערן פון איינוואונער אין יענע געגנט ארום אלע תקופות.
אטעטשמענטס
0352[1].gif
0353.gif
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

אני קטן בין מסכים מיט בן בוזי אז עס איז ריזיגע גוזמאות און דמיונות, כאטש אפילו איך בין נישט זיכער דערוועגן, דאך איז אין הדעת סובלות אזעלכע ציפערן ספעציעל ווען מען גייט צוריק קיין אייראפע און מען זעהט די פיצעלע שולן.

איך בין געווען אין גור אויפן יארצייט פון די חידושי הרי"ם זצ"ל, האבן מיר געפרעגט איינער פון די אלטע איינוואוינער דארט צו ער געדענקט די ימים טובים ווען עס פלעגן צו קומען צו פארן צענדליגע טויזנטער חסידים, און ער האט מיר אנגעקוקט ווי איך בין געפאלן פון די לבנה. מיר האבן אים דאן געפרעגט וויפיל איז געווען דאס מערסטע וואס איז אמאל געווען אין גור האט ער געענטפערט א מספר, איך געדענק שוין נישט וויפיל אבער נישט צי סאך.


איך בין געווען אמאל ביי א טיש פון א רבי, און איך האב געזעהן ווי א פארצייטישע געווייקטע חסיד'ישע איד קומט אריין און קוקט אן די הויכע פארענצ'עס, ער רופט זיך אן צו די ארומיגע בדרך הלצה אז אין בעלז אין דער היים וואלט מען געזאגט אז דא איז דא צוואנציג טויזנט חסידים. פרעגט אים איינער פון זיינע אייניקלעך, זיידי, וויפיל איז טאקע דא יעצט? ענטפערט ער, נישט מער ווי זיבן אכט טויזנט. און איך זאג אייך אז דארט איז נישט געווען קיין פופצן הונדערט אידן!!!:lol:

דעמאלטס האב איך שוין אנגעהויבן צו פארשטיין ווי אזוי צען טויזנט אידן האבן געקענט אריין אין א קליינטשיק בית מדרש'ל אין גור, און ווי אזוי צוועלף הונדערט חסידים האבן געקענט מיטעסן די סדר אין באבוב (עס איז דא א ליסטע) אין דער היים אין א זאל ווי עס גייט נישט אריין מער ווי צוויי הונדערט ציזאמגעדרוקט ווי סארדינס, און ווי אזוי א הונדערט טויזנט חסידים האבן געקענט קומען צו פארן צו א רבי'שע חתונה אין א קליין שטעטל ווי א פערד וואס איז אריין געפארן אין איר האט זיך זיין קאפ ארויס געשטעקט פון איין זייט שטאט און די וויידל פון די אנדערע זייט. .
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער צאנז איז געווען א קליין שטעטעלע
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

איך זע דא אז איינע פון די הוכחה'ס זענען, אמער מ'קען דאך נאך היינט זען די בתי מדרשים פון די פריערדיגע צדיקים און עס גייען נישט אריין דארט אזויפיל מענטשן. איך גיי נישט אריינגיין אין דער דיסקוסיע בעצם, עס איז אבער יא אינטערסאנט אנצוצייכענען אז פון די הוכחה קען מען קיין ראי' נישט ברענגען.

דער חתם סופר אין א תשובה חיו"ד, סי' רל"ד, האט א גאנצן שמועס איבער דעם נס וואס חז"ל זאגן אז אין בית המקדש איז געווען "עומדים צפופים וכו'", שרייבט ער דארט בתוך הדברים:
ובמ"ש לעיל דעומדים צפופים היה בנס וכו', יובן דלפמ"ש מתשב"ץ ח"ג סס"י' ר"א, דגם בזמנו נראה נס בזה בבהכ"נ שבירושלים, בבואם שם בחג השבועות כל סביבותיהם ולא צר להם. וה' יודע כי עיני ראו בח"ל [=בחוץ לארץ] דבר זה, ולא אוכל לפרש מפני פריצי עמנו.


עס ווערט געזאגט בשם? (כ'דענק שוין נישט), אז דאס פלאץ פון וואס דער חתם סופר רעדט, איז טאקע נישט קיין אנדער מקום ווי זיין אייגן פארלערנען שטיבל. זיי זאגן, אז מ'קוקט היינט אן דאס פארלערנען שטוב פון הייליגן חתם סופר, וואס ווי באקאנט זענען דארט געזעצן הונדערטער תלמידים בשעת הרצעת השיעורין, זעט מען אז דער מקום פארנעמט נישט מער ווי א עטליכע צענדליגע מענטשן.

טא פון די קליינע בתי מדרשים איז קיין ראי' ניקס!...

ועיין עוד בדרשות חת"ס ח"ב, בדרוש לז"ך אלול שנת תק"צ, דף שס"ד, ג"כ בענין זה וז"ל:
מכל מקום אין המקום הדחוק מחזיק מקום האנשים אלא ע"י נסיון זה שיהי' עומדים צפופים וסובלים בשמחה ואינם מרגישים מרוב חדוה שזוכים לעמוד במקום קדוש או לשמוע קול הדורש, היינו אגרא דבי כלה, ובזכות זה משתחוים רוחים באתה ברכה אל המקום להכיל המועט את המרובה, עיי"ש.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אין דעם שיעור שטובע האט מען בריוח געקאנט אויס זעצען בערך 60 תלמידים, די מופת איז אז עס זענען דארט אריין 400 תלמידים.
ועמך כולם צדיקים
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

B"H
A GITE VOCH
this is klur that a lot of the so called chasidim never saw the rebbe.
in rusland. ukraina till trm"g ,<1983> the chasides was al HAGOVA but after that it went down .MOST OF CHASIDIM ALL OVER
WHERE PUSHITE YIDEN .WITH EMUNA PESHUTA.
BICHLAL KLAL YISROEL WERE VERY PROST BIG AMEI HARATZIM.
when a boy became 13 he went to work.
in order to go to a rebbe you needed money to travel money to give to the GABAI ,<kvitel gelt>. gelt for the rebbe
and money for kvatir<where to stay>and to buy food.
so most chasidim never saw he rebbe in his ciy.
by the way der frirdiger bezer ruv MAHARID lived in holoshitz after he went away from munkach was because der ruv of that city was a BELZER MENCH
and he didnt had KOACH any more for MILCHUMES .and it took 2 years to rebuild BELZ after the CHORBEN.
but anyway der alter sadigerer rebbe had tens of thousands of chasidim. in ukraine .galitzia.and after his petira der alter CHOTKOVER took over the MELUCHA.and in TRM"Z,1887>he build his big KLOIZ .in that TEKUFA der TRISKER MAGID was der RABON SHEL HAADMORIM GALITZIA .GROS POLIN.from all over the came to the MAGID of TRISK.but after his petira that stoped.
after the ptira of the sandser ruv .and rab EIZIKEL ZIDTCHOVER the big olemos stoped.
and that when der MITELER BELZER RUV started to have the big olem.
AND IT WAS MORE ORGENIZED. MACHZIKEI HADAS helped alot.
next i
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”