כ’דריי מיך אין ערעפארט, כ’גיי נאך די שילדן וועלכע פירן אפנעמען די פעקלעך. האמיר די פעקלעך און… מען זעהט זיך ביים טיר וואס פירט ארויס צום גאס. ניין, ס’נישט דא קיין קאסטאמ’ס, מען גייט נישט אריבער קיין גרעניץ פאליציי. כ’געב איינעם א פרעג וואסע’פשט, גלייך איז ער מסביר אז איך בין סה’’כ געקומען פון די ’’מיען לאנד’’ (Main Land) ווי מען רופט עס דא, אבער איך געפון זיך נאך אינעם זעלבן ארצות הברית.
אזלא האמיר א שפאן געטוהן צום בנין אנטקעגן איבער ווי עס געפונען זיך די קאר רענטל פורמעס. עיביס איז דאס מאהל געווען די ביליגסטע. דיין קאר איז אין פארקינג ספאט 23, גיבט ער מיר א זאג נאכ’ן אוספילן עטליכע פאפירן. כ’טרעף דעהם קאר און איך וויל אריין לייגן מיין פעקלעך אינעם טראנק, אבער… ס’נישטא קיין הענטל צום געפונען. כ’טארכט צו מיך, כ’האב נישט גע’חלמט אז עס איז אזא פארגעשריטענע קאר אז עס איז דא א קנעפל פון אינעוויניג, סוף כל סוף האב איך גענומען א קליינע ביליגע קאר. גלייך האב איך שוין ארויסגענומען די ריכטיגע מושר השכל ’דאנט ג’אג’ א באאק ביי איטס קאבער’…
שנעל האב איך געכאפט מיין טעות, קיין קנעפל פון אינעווינג איז אויך נישט דא, אפשר נוצט מען נישט קיין טראנק און פארטע ריקא?! כ’געב א פרעג א פארבייגיינדע ארבייטע, ער הייבט אן צו לאכן אויפן קול, ער גיבט מיך א ווייז אז אויפ די רעכטע זייט פינעם טראנק איז דא א הענטל. די קאר עפענט מען פון רעכטס צו לונקס נישט פון אונטען אויף אראפ - ווייסט ער צו צולייגן.
איך וואלט מגדיר געווען די ערשיינאנג ווי א טיפישע ’פארטע ריקא מאמענט’...
א’קיצור, כ’טרעף די וועג ארויס פון די ערעפארט געסעלך און שטעל אן דעם וועג-ווייזער קיין חב’’ד. נאך א קורצע רייזע פון קנאפע 12 מינוט טרעף איך מיך אין די ’איסלע ווירדיע’ געגנט קעגן דעם חב’’ד בנין וועלכע איז גאר שיין אין קעגען-ווייז צו די אנדערע בנינים. די גאנצע געגענט געפונט זיך הארט נעבן די וואסער זיצענדיג אויפן שיינעם באדן פון פארטע ריקא.
האריקיענס אין פארטע ריקא זענען אן אפטע ערשיינונג. אין יאר 2017 האט א גאר מאכטפולע האריקיען מיטן נאמען מאריע באטראפן פארטע ריקא. עס איז געווען דאן אונטער די פירערשאפט פון די געוועזענע פרעזידענט טראמפ ווי ער האט טאקע אינטערגענומען א באזיך קיין פארטע ריקא נאך-פאלגענדיג די האריקיען. אסאך אינפוסטראקטער וועלכע זענען דאן חרוב געווארן זענען נאך אלץ נישט צירוק געבויט געווארן. עס איז ספציעל קענטיג אין די נישט-אזוי טייערע געגנטער, ווי למשל אין די ’איסלע ווירדיע’ געגנט וועלכע חב’’ד געפונט זין אין. רוב בנינם -וועלכע זיצן דארט הארט ביים וואסער- זענען חרוב פון אינדרויסן.
נאכ’ן סירקולירן די שמאלע געסעלך פאר עטליכע לאנגע מינוטן האב איך ב’’ה געפונען א פארקינג ספאט צו פארקירן מיין פיצעלע אוטו. גענומען די טלית און תפילין און היידא... גיימער אין ביהמ’’ד אריין. אריינקומעדיג און שול אנטפלעקט זיך אן אינטערעסאנטע מחזה, א קליינע געשפעט’לע איז פלאצירט אין די פארצימער פינעם ביהמ’’ד, די געשעפט אינהאלט עטליכע אידישע חפצים ווי למשל ציצית קאפלעך אא’’וו, אזוי אויך כשר’ע נאשערייען וועלכע זענען אינפאטירט פון די ’מיען לענד’. אגב, זענען אין רוב חב’’ד הייזער פארהאן אזעלכע געשעפטן, אקאמדירנדיג די ארטיגע יודן וועלכע האבן נישט קיין אנדערע מקום צו געפינען תשמישי קדושה.
מיט א ברייטע שלום עליכם ווער איך אויפגענומען דורך די זוהן פינעם ארטיגען שליח חב’’ד, ווי ער האט נארוואס געענדיגט לעצט-מינוטיגע צוגרייטונגען פאר שבת. איך ענטפער מיט א גרויסע עליכם שלום און באדאנק זיך פון פאראויס פאר די שיינעם שבת. ווי אויך באדאנק איך מיך הערצליך פאר די דיסקאונט-קאוד וועלכע חב’’ד שטעלט צו פאר עטליכע האוטעל’ס אין די געגנט. מיך שפארנדיג דערמיט א שיינע מטבע. (חב’’ד הייזער אין אסאך געגנטער קניפן אן נאנטע באצואנגען מיט האוטעל’ס אין זייער אומגעגנט, שאפן’דיג ביליגע פרייזן פאר באזיכער. ווי אויך ווערן די האוטעל’ס איפארמירט און באהאווענט מיט אידישע באדערפענישן ווי נידריגע שטאקן פאר שבת, עפענן די אלעקטראנישע טירן אא’’וו).
גלייך באמערק איך אז די וואך איז מער ווי סתם א טיפישע וואך אינעם חב’’ד הויז. עס דרייען זיך אסאך מענטשען, מען גרייט צו ווי עס וועלן קומען א ספציעל גרויסע עולם. די זוהן גיבט מיך גלייך צו פארשטיין אז זיין ברודער - א זוהן פונם חב’’ד שליח - האט בר מצווה די וואך שבת. א שיינע עולם משפחה זענען געקומען פון אסאך ערטער איבערן וועלט מיטהאלטן דעם שבת.
עס גייט נישט דורך קיין מינוט ווען איך באקום נאך א ברייטע שלום עליכם, כ’געיב איהם א פרעג אויב ער איז ר’ מעדל, די חב’’ד שליח. ניין זאגט ער, ער איז א שוואגער וועלכע איז געקומען אנטיילנעמען אין די שמחה. ער זעלבסט האט א חב’’ד הויז אין באלטימאר מערילענד. און זייענדיג א באקאנטע עסקן אין עולם הרפואה, ארויסהעלפענדיג אסאך חולי ישראל, האט ער באשטימט זיין חב’’ד הויז הארט נעבען די ארטיגע ג’אן האפפקינס שפיטאל. נאך א שטיקל שמועס האב איך גלייך געזען אז איך האנדעלט דא מיט א שטארקע לובאביטשע חסיד, וועלכע איז אדוק און מקושר צום אלטן רעבינ’ס דרכים. פארענדיגט דעם שמועס. און כ’קוק ארויס צו פארברענגען אין איינעם דעם שבת.
אראפגעלייקט א ווארימע שחרית און זיך אונטערעסירט ווען מנחה קב’’ש איז. אריין אין קאר. געגאנגען בין איך צום ארטיגען סופערמארקט. איינגעקויפט עטליכע וויכיטגע פרודוקטן פאר שבת ווי וואסער גלעזלך אד’’ג.
עס איז נאך פרי אין טאג און נאך נישט די צייט וואס מען קען אריין אינעם האטעל. כ’האב אבער שטארק געוואלט אראפלייגן מיינע פעקלעך און פארזיכערן א גיטע ציממער. מיט בלויז א שפאן אוועק בין איך צוגעפארן צום האוטעל…
ס’גראדע האט צו זיך די פלאץ א רייכע אידישע היסטאריע וועלכע גייט צירוק שוין איבער 500 יאר. מיט 531 יאר צירוק - די יאר וואס קעלאמבעס האט געפינען אמעריקע - איז געווען גירוש שפאניע. אסאך אידן זענען דאן אנטלאפן קיין סען האען פארטע ריקא וועלכע איז געווען נאנט צו שפאניע אין קאלטאר. די אידן ווערן אנגערופן אינעם לאקאלן שפראך ’מעראנאס’. אין אסאך עלטערע געגענטער קען מען נאך טרעפן געביידעס וועלכע פארמאגן מזוזות ביים אריינגאנג. אזוי אויך זענען דא זייער אסאך פון די לאקאלע באפעלקערונג וועלכע זענען ליידער נישט קיין שומרי תורה, זיי ווייסן ניטאמאהל וואס דאס מיינט, אבער עפעס אינטערעסאנטע מנהגים האבן זיי פון זייערע עלטערן. עס נעמט אריין צינדען ליכט אויף פרייטאג אווענט, איין טאג אין יאר פאסטן, אראפ נעמען א שטיקל פון א טייג וועלכע מען באקט, אא’’וו. ס’נישט קלאר אויב זיי זענען טאקע אייניקלעך פון די ’מעראנאס’, אבער א רויטע לעמפל צינד עס זיכער אן. ווער ווייסט…
אין די 1900 יארן זענען געווען אין פארטע ריקא צוויי אידישע קהילות, ארטעדאקסען און קאנזערוועטיוון. ביז היינט איז נאך דא דא צוויי פראקציעס. די עיקר ארט פארנעמט די ארטעדאקסישע קהילה פון חב’’ד, און פון די אנדערע זייט איז נאך דא עפעס שיריים פון די ריפארם קהילה. חב’’ד האט אין א געווענדליכע שבת ביים דאוונען און סעודות צווישען 60 און 70 אידן אין א צייט ווען די ריפארמער צעפאלן וואס א טאג שפעטער.
אין דעם אזוי-גערופנע ’אלט שטאט’ פון סען האען, וועלכע איז שוין אלט איבער טויזענט יאר (ברויך א בזונדערע ארטיקל). שטייט א בנין וועלכע האט געדינט אלץ א אידישע געברויכן-הויז אין די יארן פון די 1940. ס’נישט דייקא געווען א שוהל, נאר א צענטער פאר אלע אידישע געברויכען. א מקום וועלכע איז אינטערסאנט פאר אידישע באזיכער. פאלגענד איז די אדרעס. 351 C. Tetuán, San Juan, 00901, Puerto Rico