זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

איטשע האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 10:22 am
אוי ווי די אשכול ברענגט ארויף זכרונות, כ׳הא׳מיר דערמאנט אין דאס שמעק פון הרב שטערנ׳ס ציגאעטליך.
כ׳דערמאן מיר די טעגליכע ציטונגען וואס זענען געשריבן געווען צווישן די חמש שעות וואס מען האט נישט געמעגט אויסרעדן.
און דאס... פלאפל געשעפט אויף ר׳ מטות׳נס גאס, וואס מען איז אהינגעלאפן מיט מסירות נפש - אז מען זאל ח״ו נישט געדאפט ווערן דורך ר׳ מטות.
די פארלאסענע שלאפצימערן בשעת׳ן דאוענען און לערנען. זכור עלי יוסי גאלינסקי, ר׳ דוד׳ס נעפיו, וואס ער איז געשלאפן אין מיין צימער, און ער האט מסדר געווען אונזערע שלאס, אז מען קען אריין און ארויס ״פארמאכטערהייט״
אני הקטן האב זוכה געווען צו זיין וועקער און וועגן דעם האב איך געהאט צוטריט צו מיין צימער א ווען אימער כ'האב געוואלט.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3385
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

מרנן ורבנן האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 3:04 pm
איטשע האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 10:22 am
אוי ווי די אשכול ברענגט ארויף זכרונות, כ׳הא׳מיר דערמאנט אין דאס שמעק פון הרב שטערנ׳ס ציגאעטליך.
כ׳דערמאן מיר די טעגליכע ציטונגען וואס זענען געשריבן געווען צווישן די חמש שעות וואס מען האט נישט געמעגט אויסרעדן.
און דאס... פלאפל געשעפט אויף ר׳ מטות׳נס גאס, וואס מען איז אהינגעלאפן מיט מסירות נפש - אז מען זאל ח״ו נישט געדאפט ווערן דורך ר׳ מטות.
די פארלאסענע שלאפצימערן בשעת׳ן דאוענען און לערנען. זכור עלי יוסי גאלינסקי, ר׳ דוד׳ס נעפיו, וואס ער איז געשלאפן אין מיין צימער, און ער האט מסדר געווען אונזערע שלאס, אז מען קען אריין און ארויס ״פארמאכטערהייט״
אני הקטן האב זוכה געווען צו זיין וועקער און וועגן דעם האב איך געהאט צוטריט צו מיין צימער א ווען אימער כ'האב געוואלט.
אז מען איז וועקער, ווערט מען דאך נישט פארשלאסן פארן ארינשלאפן!
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

איטשע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 5:28 am

ריכטיג
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
ארצישראלי
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:54 am

Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארצישראלי »

נאך בילדער
אטעטשמענטס
IMG_0414_1871_7794.JPG
IMG_0414_1871_7794.JPG (365.05 KiB) געזען 525 מאל
photo_2019-08-08_14-25-09.jpg
photo_2019-08-08_14-25-09.jpg (107.65 KiB) געזען 525 מאל
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

ארצישראלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 5:38 pm
נאך בילדער
יישר כח
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

איך בין געווען און ארץ ישראל א פאר וואכן צוריק און איך בין געגאנגען באזוכן די ישיבה און אלעד. עס איז דא דארטן א נייע ווירטשאפט, אברהם שארשעבסקי איז די ראש ישיבה, און זושא קרישבסקי איז משגיח, אבער יוסי מתתי' מיט מיכל קרישבסקי זענען נאך דארטן. די מצב ביי די בחורים איז די זעלבא פריש און איידל ווי אמאהל.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

בד"ה רבי יעקב מרדכי זיידל'ס וויינבערג ע"ה. די טאטע פונעם איצטיגער משגיח ר' נח יאנקלס.
אטעטשמענטס
47e94abe-d016-483c-ba75-a25b67c34309.jpg
47e94abe-d016-483c-ba75-a25b67c34309.jpg (79.34 KiB) געזען 339 מאל
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
זיגל
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 26, 2020 5:07 am

Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיגל »

אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

דער שבת, ו' אב, פאלט אויס די יאהרצייט פון הרה"ח רבי דוד יעקב בן ר' פנחס גולינסקי ע"ה

געהערט פון אים אז די רבי פון בראנאוויטש, דער בית אברהם, ווען ער איז געווען אין טבריה האט נישט געוואלט עסן חלה וואס די מעהל איז פון אמעריקע "ווייל אמעריקע איז פארגרעבט."

איך האב אים אנגעטראגן א טיקעט פאר מיין חתונה אבער ער האט נישט געוואלט נעמען ווייל ער וויל נישט ארויסגיין פון ארץ ישראל.

ער האט מיר געזאגט בשם די רבי ז"ל פון סלאנים, דער ברכת אברהם\נחל איתן, אז וויאזוי קען מען וויסן אויב א מענטש , למשל א חבר אין ישיבה, וואס איז נישט אזוי ערליך צו ער איז שעדליך אדער נישט, אויב רעד ער ניוול פה דארף מען שטיין ווייט אויב רעד ער איידל דארף מען נישט מורא האבן.

ת.נ.צ.ב.ה.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
נישט דער קלוגסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 3:05 pm

Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דער קלוגסטער »

עס איז נייע צייטן...

אנשטאט אין א אלטע פארשטופטע היכל - אין די גרעסטע בנין אין אלעד...
אנשטאט רבי מתתי - רבי אברעימ'ל...
אנשטאט רבי יוס'ל - רבי שלום...
אנשטאט רבי דוד - רבי זושא...

יעצט הייבט אן זינגען דעם "אוי האסטו פארפאסט" ניגון...

אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה... האבן צדיקים געזאגט איז א סימן אז עס תאמר'ט זיך...

די נשמה איז אבער נאך די זעלבע, די הייליגע עובד'ישע בחורים שאקלען זיך נאך אלס מיט א העכערקייט, חמש שעות צוויי מאהל א טאג איז נאך א פאקט, עסן א איבריגע ביסקעוויט הייסט נאך אלס א תאוה, שבת איז נאך אלס א שבת, און א טיש איז נאך אלס א טיש, די דעבאטע צו ליכטיג איז חשובער אדער טונקל, איז נאך אלץ נישט געלעזט געווארען. ולא תתורי זינגט די רבי נאך אויף די זעלבע ניגון, און שבת מיינט נאך אלס אוועקלייגען די סאקורקע. חוזרים בייטן זיך אבער די תורות נישט, עס איז נאך אלס דא דריי גלאזערנע גלעזלעך אין די סינק אין בני ברק, און די צוקער איז נאך אלס פוהל מיט ברוינע שטיקער קאווע. די חיצוניותדיגע אויסזעהן פון די שטיבל האט זיך שוין געטוישט צענדליגע מאהל, אבער די פנימיות'דיגע אור פון חביבין דבקבעתא און ישמחו במלכותך בלייבט, און וועט בלייבן ביז משיח'ס טאג.

"איך האב אריינגעווארפען א באמבע אין קוברין (אותיות בני ברק), און עס וועט בליהן ביז משיח'ס טאג" (הר"מ מקוברין).
לערן זיך פון יעדעם וועסט ווערן קלוגער
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”