שליו - וַיָגׇז שַׂלְוִים
דבר בעתו מה טוב, והואיל דאתא לידן נימא בה מילתא:
אין קורצן עטליכע פסוקים ארויסגעצויגן פון במדבר י''א :
כאפ זיך אן מיר גייען גלייך צו א רמב"ן על במדבר י״א פסוק י״טוהאספסף אשׁר בקרבו התאוו תאוה וישבו ויבכו גם בני ישראל ויאמרו מי יאכלנוּ בשׂר
---
ואל העם תאמר התקדשו למחר ואכלתם בשר כי בכיתם באזני ה' לאמר מי יאכלנו בשר כי טוב לנו במצרים ונתן ה' לכם בשר ואכלתם
לא יום אחד תאכלון ולא יומים ולא חמשה ימים ולא עשרה ימין ולא עשרים יום
עד חדש ימים עד אשר יצא מאפכם והיה לכם לזרא יען כי מאסתם את ה' אשר בקרבכם ותבכו לפניו לאמר למה זה יצאנו ממצרים׃
---
ורוח נסע מאת ה' ויגז שלוים מן הים ויטש על המחנה כדרך יום כה וכדרך יום כה סביבות המחנה וכאמתים על פני הארץ
ויקם העם כל היום ההוא וכל הלילה וכל יום המחרת ויאספו את השליו הממעיט אסף עשרה חמרים וישטחו להם שטוח סביבות המחנה
הבשׂר עודנו בין שׁניהם טרם יכרת ואף ה' חרה בעם ויך ה' בעם מכה רבה מאד׃
ויּקרא את־שׁם־המקום ההוא קברות התאוה כי־שׁם קָברו את־העם המתאוים׃
מקברות התאוה נסעו העם חצרות ויהיו בחצרות׃
-----אבל עתה כשאמר לו שיתן להם שאלתם ויאכלו בשר עד אשר יצא מאפכם והיה לכם לזרא ידע משה רבינו שלא יהיה אות מאת השם לבראות להם בשר כאשר נתן להם דגן שמים כענין שיאמרו חכמים (סנהדרין נט ב) אין דבר טמא יורד מן השמים. ועוד כי כל הנסים יודיעם למשה הנני ממטיר לכם לחם מן השמים (שמות טז ד) הנני עומד לפניך שם על הצור (שם יז ו) אבל בכאן שאמר לו ואל העם תאמר התקדשו למחר (במדבר י״א:י״ח) ולא הודיעו הבין משה שלא יהיה זה בנס מאתו יתברך. ועל כן שאל בתמיה מה יעשה להם כדרך כל הארץ אם ישחט להם צאן ובקר מכל סביבותיהם לא יספיק להם ואם יאסף להם כל דגי הים אשר במקום ההוא הקרוב להם לא יספיק להם. והשם השיבו כי אין יד השם קצרה לתת להם שאלתם גם בדרך המקרים: וזה טעם היקרך דברי אם לא ואמר "היד ה' תקצר" כלשון ויין מלכות רב כיד המלך (אסתר א ז). ולא אמר ה' "הממני יפלא כל דבר" כי לא יעשה זה במופת. וכן היה שנסע רוח מאת השם (במדבר י״א:ל״א) כמנהגו של עולם לא "רוח ים חזק מאד" ולא "רוח קדים עזה" כאשר יזכיר במופתים (שמות י יט שם יד כא) אבל רוח סתם כנהוגים ויגז שלוים מן הים לא שנבראו עתה בעבורם ואין בדבר חידוש מטבעו של עולם.
עס איז דא א פויגל וואס הייסט Common quail, מיר גייען אים אנרופן דא 'וואכטל', דער פויגל איז פון די הינער פאמילע דער געבוי איז אויך מער ווי א האן ווי אן אלגעמיינער פויגל, דער וואכטל איז נישט אזוי גרויס, געבוי איז רינדעכיג וואס דאס מאכט אים א נישט גוטע 'פליער' אזויווי דער האן אבער דאך קען ער יא פליען פיל מער ווי דער האן ווי ערקלערט ווייטער.
א בילד פונעם וואכטל - Common quail
א מאפע וויאזוי זיי רייזן צוריק צו אפריקע זייענדיג ערשעפט פון אזא וועג פאלן זיי אראפ מאכטלאז מיט די לעצטע כוחות און האבן נישט קיין כוח זיך צו רירן און דאן איז די צייט פאר די ציידי עופות צו טוען דאס זייערע, פילע נעצן ווערן אויסגעשפרייט ביים ברעג וואו די וואכטלן פאלן גלייך אריין אין פאסקע.
ריזיגע פאסקעס אויסגעשפרייט ביים ברעג ים צו כאפן וואכטלן
אלעס ביז אהער איז פשוטע פאקטן, מען קען דאס אליינס אויפזוכן.
יעצט צו קען דער וואכטל זיין דער שליו, לאמיר זען. ורוח נסע מאת ה' ויגז שלוים מן הים עס איז אביסל שווער פון וועלכער ים דער תורה רעדט, קברות בתאווה איז אינגאנצען די אנדערע עק פונעם מיטללענדישן ים, אפשר מיינט די תורה דער ים סוף? [איך ווייס נישט אויב דער וואכטל טוט דארט אדורכשפרייזן] אדער האט א ווינט געבלאזן און זיי האבן זיך מיטגעכאפט מיטן ווינט צו אריינגיין טיפער אין אפריקע? קאן זיין.
כאמתים על פני הארץ זאגט רש''י ''פורחות בגובה עד שהן כנגד לבו של אדם כדי שלא יהא טורת באסיפתן לא להגביה ולא לשתות'', דאס שטימט מיטן וואכטל וואס פליעט זייער נידריג, אזוי אויך שטימט זייער דאס אז זיי האבן געפאנגען אן קיין טורח ווייל זיי זענען נאך זייער אפגעמיטשעט פונעם רייזע איבערן ים
הבשר עודנו בין שניהם טרם יכרת, ויך ה', מכה רבה דאס קען מעגליך זיין דער גיפט וואס זיי האבן נאכן אריבערשפרייזן דעם ים.
----
איך גלייב אז מענטשן האבן אפשר דעם טענה און איך האב עס אויך געהערט פון ר' מענדי בוים פון פלאי פלאים אויף קול מבשר: ווען מען פאנג אן זאגן אלעס איז א טבע טענה'ן אסאך נישט היימישע אז עס איז בכלל נישט געווען קיין נס נישט אז די פלייש איז אנגעקומען, און נישט אז עס איז געשיקט געווארן א מגיפה פונעם באשעפער, און דערפאר ווילן נישט מענטשן הערן פון דעם וואכטל איז דער שליו
אבער דאס איז בכלל נישט שווער! מיר ווייסן דאך פונעם בעל שם טוב א מעשה וואס ווערט געברענגעט אין די ספרי תלמידי בעל שם אז איינמאל איז געקומען א כופר און א חוקר צום בעל שם און געטענה'עט אז לויט זיינע חקירות אין די טבע זעט ער אז די גאנצע קריעת ים סוף איז א פשוטער טבעדיגער זאך און דאס וואלט במילא פאסירט טא וואס איז די גאנצע נס פון קריעת ים סוף? האט אים די בעש''ט געענטפערט אז דאס איז נאך אסאך א גרעסערער נס! אז דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין די טבע אזא זאך. עכ''פ נישט פשט אז דער אויבערשטער מאכט נישט קיין ניסים און אפילו דא ביי שליו מוז זיין עס איז געווען ניסים, עס שטימט נישט אנדערשער פון דעסטוועגן דאך מוז נישט זיין אויסגעשלאסן אז דא איז געווען א טבע אויך.
---
און איצט א 'ג' בשלח' מקור פארן שליו ע''פ בקשת @לייבקע יענטע'ס ...
- יומא ע''ה ע''ב : אָמַר רַב חָנָן בַּר רָבָא: אַרְבָּעָה מִינֵי סְלָיו הֵן, וְאֵלּוּ הֵן: שִׁיכְלִי, וְקִיבְלִי, וּפַסְיוֹנִי, וּשְׂלָיו. אזוי אויך שרייבט רש''י אין קידושין ל''א אויפן פויגל פסיוני ''מין שליו שירד במדבר'' [עס מיינט נישט דייקא אז דער פסיוני איז געפאלן אין מדבר, וואס איז זיכער איז אז דאס איז איין משפחה]
- בבא קמא נ''ה ע''א אמר ר"ל כאן שנה רבי תרנגול טווס ופסיוני כלאים זה בזה פשיטא אמר רב חביבא משום דרבו בהדי הדדי מהו דתימא מין חד הוא קמ"ל, אמר שמואל אווז ואווז הבר כלאים זה בזה'' און די גמרא רעכנט אויס נאך מינים וואס זענען דומה איינער צום צווייטן פון דעסטוועגן איז דא דארט כלאים ווייל דאך איז עס נישט איין מין ממש
- עס שטייט אז דער טווס האט 365 קאלירן (ווערט דערמאנט אין רביי בחיי פרשת תרומה) וואס דאס איז קלאר אז עס איז אונזער באקאנטער פאווע-פיקאק
די [כשרע] משפחה וואס הייסט Phasianidae