אין די נייע אורות פון סיון איז דא א מכתב למערכת מיט זיין ביאגראפיע
רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו
תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
- אום אני חומה
- שר האלף
- תגובות: 1164
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
- לאקאציע:אין ביבליאטעק
Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו
ווי דערמאנט איטליכע מאל, איז ר' נחום ארויס געקומען אנפאנג תרפ"ט, פונקטליכער טאג קען מען זען אין די דאקומענטן. קוקט נישט אויס ער איז אהער געקומען מיט'ן זוהן, קוקט אויס ר' נחום איז אהער געקומען נאר מיט דריי טעכטער.משיח האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 22, 2009 5:05 pmדער ר' נחום מסקווירא-מאחנובקא זצ"ל איז אנגעקומען דא קיין אמעריקא ערגעץ ווי סוף תר"ץ יארן מיט זיין זוהן און דריי טעכטער.
דער זוהן, א קלוגער און פארשטענדליכער בחור, איז זיך נישט אויסגעקומען מיט די שטיף-מאמע, און איז אנטלאפן פון שטוב קיין סענטרעל אמעריקא. זייט דעמאלטס האט ער נישט געהאט קיין שייכות מיט די משפחה.
(בן בוזי אדער בד"ץ, אפשר ווייסט איר מער איבער אים, ווייל בני האדמו"ר מסקווירא ב"פ זצ"ל זאגן אז זייער פאטער האט געהאט עפעס א שייכות מיט אים. אדרבה איך וועלט געוואלט וויסן אויב ס'איז דא מער פרטים איבער אים).
זייערע קינדער אבער האבן זיך שוין בכלל נישט געהאלטן, ליידער.
די זוהן איז אנטלאפן (פון ראמעניע אדער נ"י?) קיין בראזיל (?). ר' יצחק השני מסקווירא פלעגט אים יעדן וואך שיקן א בריוו מיט געלט. נאך א צייט איז געקומען אן אנטווארט אז ער האט זיך אוועק געצויגן ווייל ער וויל זעלבסשטענדיגקייט, בעט ער מ'זאל אויפהערן שיקן בריוו מיט געלט. ר' יצחק השני מסקווירא האט דאך געוואלט האלטן קשר, פלעגט ער זיך אלץ נאכפרעגן ביים זוהן האדמו"ר מסקווירא זצ"ל מב"פ צו ס'איז געקומען עפעס א ידועה. די משפחה האט בשעתו געוויסט ער חתונה געהאט און ס'דא אידישע דורות, לעצטענס איז שוין נישט געווען קיין שום קשר.
ר' נחום'ס איידעם, ר' שמואל יצחק קארף, איז געווען אן אויסגערופענער תלמיד אין תורה ודעת, נאך פארן ווערן א חתן. ר' יצחק השני מסקווירא, איז געווען אין די תורה ודעת הנהלה, האט זיך מיט אים געטשאטשקעט.
נעשא (חנה חי') קארף האט אן איר אייניקל, ר' דוד (בן ר' יחיאל מיכל, בן ר' דוד, בן ר' יצחק קארף אשת נעשא קארף, חתן ר' נחום), וואוינט אין ניו זשערסי, חתונה געהאט מיט צוויי קינדער, ב"ה פירט א אידישע שטוב.
Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו
זי איז געווען אין אן אנשטאלט אין Ithaca, NY. האדמו"ר מסקווירא מב"פ זצ"ל פלעגט אלץ ארויף פארן באזוכן אין די לענגערע זומער טעג, ווען מ'קען ארויס פארן נאך שחרית און זיין צוריק אויף מנחה. מ'האט אים אמאל געפרעגט וואס ס'פעלט אויס אויב זי כאפט קוים וואס ס'גייט פאר, האט ער געזאגט ער טוט עס די איינגעשטעלטע זאלן זען ער קומט און וויסן זי דארף קבר ישראל.badatz האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 22, 2009 10:05 pmב''ה
בת אחת לא היתה בקו הבריאות והיתה באינסטוט באפפער נוא יארק. ובסביבות שנות תש''ל-ה נסע הר''ד הנ''ל לבקרה. וכמובן היא מעולם לא התחתנה.
Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו
ייש"כ למפרע פאר דער וואס קען אהער ברענגן די שטיקל אורות.