וואס איז א גוטע נאמען פאר א ביזנעס
ווען עס קומט צי א נאמען פון א ביזנעס איז זייער אינטערסאנט צי זעהן אז יעדער האט א אנדרע מיינוג
איינער ניצט זיין לעצטע נאמען (למשל לאנדא'ס. פעדער'ס. מיללערס אא"וו)
און איינער ניצט זיין ערשטע נאמען (למשל מאטטי'ס. יואלי'ס אא"וו)
איינער לייגט צי א שיינע ווארט צי די סערוועס (למשל platinum. Pro. signature)
איינער וויל ניצען א ווארט וואס זאל ווערן זיין ברענד נאמען (target. Amazon אא"וו)
און איינער ניצט א ראשי תיבות (Fbi. Gcny אא"וו)
און איינער מאכט א נייע ווארט
עס איז מיר אינטערסאנט צי הערן וואס די אידן דא האלטען,
זעהט איר ערגעטץ א אינטערסאנטע נאמען וואס געפעלט אייך אדער נישט ברענגט עס אהער,
דארפסטו א נאמען פאר א ביזנעס? פרעג דא און מען וועט אייך טרייען ארויס ציהעלפן