א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איינע פון די געשמאקסטע זאכן וואס איז געקומען מיטן גרויסן סייט אפדעיט, איז דאס אז סיי אויפן הויפט בלאט, און סיי אין יעדן פארום, קען מען זען אויבן די 4 מערסט באדאנקטע תגובות.

לויט ווי ס'איז יעצט אויסגעשטעלט גייט עס אזוי; אויפן היים בלאט קומט ארויף די מערסט געלייקטע תגובה פונעם יאר, דערנאך פונעם חודש, און דערנאך די צוויי מערסט געלייקטע פון די וואך.

אין די פארומס לויפט עס אויף א אנדערן סדר, צוערשט קומט די מערסט געלייקטע תגובה פון אייביג - דאס גייט קיינמאל נישט אראפ, דאן די מערסט געלייקטע פונעם יאר, פונעם חודש, און פונעם וואך.

עס פארשטייט יעדער אז א תגובה וואס דערגרייכט צו א הויכן צאל דאנקען קומט זיך א מעדאל, און די סיסטעם פון ווייזן די מערסט באדאנקטע תגובות איז טאקע די פאסיגסטע וועג ארויסצואווייזן שעצונג פארן שרייבער און אים באערן דערפאר.

איך קלער אבער שוין א לענגערע צייט, און איך האב אויך אזוי געהערט פון א צאל ניקס וואס האלטן ווי מיר, אז דער סדר וויאזוי ס'איז געווארן אוועקגעשטעלט איז נישט אפעקטיוו און דינט נישט דעם ציל, און לאמיר זיך ערקלערן.

מיר פארמאגן ב"ה אסאך תוכנ'דיגע ניקס וועלכע שרייבן פילע געשמאקע תגובות וואס באקומען א גרויסע צאל לייקס, עס וואלט זיך זיי ווי פארשטענדליך געקומען א מעדאל, אבער למעשה לויט די יעצטיגע סדר איז כמעט אוממעגליך צו דערגרייכן צום מערסט באדאנקטע תגובות קעסטל.

און דאס איז וויבאלד די ערשטע צוויי פלעצער זענען פארכאפט געווארן דורך די מערסט באדאנקטע פון אייביג און פונעם יאר, אין די צייט וואס עס קומען יעדן טאג אויף פרישע תגובות מיט צענדליגער לייקס!

אז איר כאפט א שפאציר אריין אין קרעטשמעוועט איר זען אז די אויבנאן איז פארנומען מיט אור אלטע - עקסטרעם געשמאקע - ארטיקלען, און עס איז פארבליבן נישט מער ווי איין פלאץ פאר די מערסט באדאנקטע ארטיקל פון דעם וואך. וואס געשעט איז, אז א שרייבער קען באקומען צענדליגע צי גאר איבער 100 לייקס אויף אן ארטיקל, און צום מערסט געלייקטע תגובות קעסטל וועט עס קיינמאל נישט דערגרייכן.

איך האב בלויז אנגעכאפט קרעטשמע פאר א משל ווייל דאס איז די מערסטע רעלעוואנט לגבי דעם, און יעדער פארשטייט אז אזויפיל אנערקענונג קומט זיך נאך פאר אונזערע שרייבער וואס לייגן אריין אסאך שעות און כוחות צו מהנה זיין די ליינער.
דער אמת איז אבער אז דאס זעלבע איז אויך גאר שטארק נוגע אין אסאך אנדערע פארומס, ספעציעל אין נייעס פארום, וואו די געטרייע נייעס באריכטער גיבן זיך אוועק פארן ציבור יומם ולילה שלא על מנת לקבל פרס, און אפטמאל באקומען זיי נישט די ריכטיגע אנערקענונג וויבאלד אן ארט אין דעם קעסטל צו וואו זייערס א תגובה וואלט דערגרייכט, איז פארנומען מיט אן אור אלטן תגובה פון עטליכע חדשים צוריק.
בנוסף צו דעם איז דא נאך א נקודה, אז אמאל איז דא א גאר אקטיווע נייעס אדער א זאפטיגע תגובה אין א פארשטופטע אשכול, וואס קומט ארויף אויפ'ן אויבערפלאך נאר א דאנק די גרויסע צאל לייקס.

שמועסנדיג מיט איינעם פון די דעוועלאפערס טיעם דערוועגן איז אויסגעקומען אז טעכניש קען מען גרינג טוישן דעם סיסטעם, און מיט רשות פון די הנהלה ברענג איך עס דא ארויף צו הערן דעם דעת הקהל דערוועגן, און האפנטליך וועט מען עס פארבעסערן על צד היותר טוב צו יעדנס צופרידנהייט.

ס'איז דא 5 אפציעס וואס מען קען ארויפלייגן אויפ'ן קעסטל, און מ'קען ארויסשטעלן וויפיל מען וויל פער אפציע:
- מערסטע אייביג
- פער יאר
- פער חודש
- פער וואך
- פער טאג

מען קען אנשטעלן איין סדר אויף אלע פארומס.
און א באזונדערע אויסשטעל אויפ'ן הויפט בלאט.

לאמיר קודם רעדן וועגן די פארומס.
איך וואלט פארגעשלאגן אז מ'זאל צולייגן אז ס'זאל דארט אריינגייןזעקס אדער גאר מער תגובות.
און דאן זאל מען טוישן די סדר אזוי:

מערסט באדאנקטע פון חודש,
3 אדער 4, מערסט באדאנקטע פון די וואך,
און צום לעצט די 2-3 מערסט באדאנקטע פון דעם טאג.

עכ"פ בערך אויף דעם אויסשטעל, כדי ס'זאל רעפרעזענטירן די לעצטיגע תגובות, און נישט אז ס'זאל דארט בלייבן שטעקן לעולם ועד אן אלטע תגובה און מיט דעם אוועקנעמען די געלעגנהייט פון די נייע.

בנוגע דעם היים בלאט, קען איך יא פארשטיין אז ס'זאל זיין איינס פונעם יאר, אפצוגעבן א מעדאל פאר דער וואס האט באוויזן צו באקומען די מערסטע לייקס אינעם יאר. און נאכדעם קומט - לויט די יעצטיגע סדר - איינס פונעם חודש און צוויי פונעם וואך. אלזא דאס איז מיין איך גוט וויאזוי עס איז, אפשר זאל מען יא צולייגן א פיפטע פלאץ פאר די מערסט געלייקטע פונעם טאג.

מ'בעט דעם עולם זאל לאזן הערן זייער מיינונג און אריינברענגען פרישע געדאנקען און קוק-ווינקלען, אויב וועט זיין שטארקע מיינונגס פארשידנהייטן קען מען ארויסשטעלן אן אנקעטע, און האפנטליך וועט מען זיך דערמיט רעכענען און טוישן דעם סיסטעם.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

פולי עגרי...
מען דארף לייגן אפאר פינעם טאג און וואך...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5297
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

לבלר גוט ארויסגעברענגט, יא ס'פעלט אויס א טויש.
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

איך פארשטיי נישט די טענה, וואס הייסט אז די מערסט באדאנקטע תגובה איז פארכאפט און איך קען עס שוין נישט באקומען?
די מערסט באדאנקטע תגובה אין היימישע קרעטשמע לדוגמא האט יעצט 286 לייקס, אויב שרייב איך יעצט א ארטיקל און עס באקומט 287 לייקס נעם איך נישט איבער די אויבן אן?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פישל גרין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 7:08 pm
איך פארשטיי נישט די טענה, וואס הייסט אז די מערסט באדאנקטע תגובה איז פארכאפט און איך קען עס שוין נישט באקומען?
די מערסט באדאנקטע תגובה אין היימישע קרעטשמע לדוגמא האט יעצט 286 לייקס, אויב שרייב איך יעצט א ארטיקל און עס באקומט 287 לייקס נעם איך נישט איבער די אויבן אן?
צו באקומען דעם סאמע אויבנאן אין קרעטשמע דארפסטו באקומען 287 לייקס.
און צו באקומען דעם קלענסטן אויבנאן-זיץ דארפסטו באקומען כאטש 121 לייקס.

און עס זענען דא דארטן אופ'ן אויבנאן תגובות פון עטליכע חדשים צוריק, וואס קיינער געדענקט שוין אפי' נישט וואס עס רעדט זיך.

אויב אבער מען ווייזט 2-3 תגובות פון דעם וואך, קענסטו עס באקומען אפי' מיט 110 אדער אפי' 80-90... אין קרעטשמע.
און אין אנדערע פארומס נאך ווייניגער.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

ריכטיג..

האו אבאוט מען לייגט אונטער ניק נאמען אויפן פראפייל וויפיל לייקס יענער האט שוין באקומען אין אלגעמיין?
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן ווינטער
אוועטאר
נשמת הניגון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 3:15 am
לאקאציע:בהיכל הנגינה וואס איז נעבן די היכל התשובה

תגובה דורך נשמת הניגון »

כ'ווייס נישט צו ס'איז שייך טעכניש, אבער כ'האב א געדאנק אז מ'זאל מאכן אז יעדע אשכול זאל האבן אויבן עטליכע מערסט באדאנקטע, און דער אויפטוה וועט זיין דאפלט, הראשון ווי הלבלר האט שוין ערווענט אז ס'העט זיין גרינגער צוקומען צום אויבן אן, טאקע נישט צו ''די'' אויבן אן, אבער יא צו ''א'' אויבן אן, והשנית וויפיל מאל מאכט זיך אז איינער שרייבט א תגובה וואס איז ממש צום צעקישן, און ס'ציט אן א צוואנציג צו דרייסיג לייקס, ס'איז טאקע נישט א הויפט נייעס אדער ארטיקל אבער דאך א פעסטע בליץ, נו? א מעדאל אפשר קומט זיך נישט אבער עפעס אנערקענונג כאטשיג יא, איז אויב העט זיין העכער יעדעס אשכול די מערסט באדאנקטע תגובה וועט יעדער שפירן ווי ער באקומט דאס פארדינטע...
דער ניגון איז א בריוו פון הארץ געשריבן דורך נאטן
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4242
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

און דאס אליינס אז עס וועט ליגן דארט, וועט מאכן אז מער מענטשן וועלן עס זען, און דאן מעגליך צולייגן א לייק, וואס וועט עס ארויפרוקן נאכמער.
אוועטאר
נשמת הניגון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 3:15 am
לאקאציע:בהיכל הנגינה וואס איז נעבן די היכל התשובה

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת הניגון »

עפעס אנדערש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 10:19 pm
און דאס אליינס אז עס וועט ליגן דארט, וועט מאכן אז מער מענטשן וועלן עס זען, און דאן מעגליך צולייגן א לייק, וואס וועט עס ארויפרוקן נאכמער.
איר באציט זיך צו מיין געדאנק? אדער צו לבלר'ס
דער ניגון איז א בריוו פון הארץ געשריבן דורך נאטן
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

חצי נזק האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 7:20 pm
ריכטיג..

האו אבאוט מען לייגט אונטער ניק נאמען אויפן פראפייל וויפיל לייקס יענער האט שוין באקומען אין אלגעמיין?
מ'האט שוין גערעדט פון דערפון כמ"פ, כ'מיין אז ס'לוינט נישט ס'זאל זיך אנהייבן א פארמעסט פון ניקס אויף לייקס, נאר ענדערש יעדע תגובה פאר זיך. ווען א שר העשר שרייבט אמאל א גוטס זאל ער באקומען 70 לייקס און קיינער דארף נישט זען אז ס'איז זיינע ערשטע 70...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

יצחק אייזיק האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 11:07 pm
חצי נזק האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 7:20 pm
ריכטיג..

האו אבאוט מען לייגט אונטער ניק נאמען אויפן פראפייל וויפיל לייקס יענער האט שוין באקומען אין אלגעמיין?
מ'האט שוין גערעדט פון דערפון כמ"פ, כ'מיין אז ס'לוינט נישט ס'זאל זיך אנהייבן א פארמעסט פון ניקס אויף לייקס, נאר ענדערש יעדע תגובה פאר זיך. ווען א שר העשר שרייבט אמאל א גוטס זאל ער באקומען 70 לייקס און קיינער דארף נישט זען אז ס'איז זיינע ערשטע 70...
גערעכט, נישט געטראכט דערפון.
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן ווינטער
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

@יצחק אייזיק פון יעדעם וואלט איך עס ערווארטעט, אויסער פון דיר...

דו וואלסט דאך געווינען דעם אווארד פירפאכיג!!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 11:22 pm

פונקט פארקערט, ס'דא אזעלכע וואס פארנעמען נישט ווען איינער איז פאפולער און איך האב שוין גענוג קאפ וויי אזוי אויך. גלייב מיר, פאר מיר איז אסאך בעסער אזוי...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

יצחק אייזיק האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 11:35 pm

ווער מיר נישט קיין עניו...

א חוץ אלע דיינע מעלות ביסטו אויך אן עניו.. שיין שיין...

חצי נזק האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 11:38 pm

איך זע נישט קיין ענוה דא, איך זאג א פשוט'ע מציאות. ס'דא אסאך ניקס וואס פארגינען שווער א צווייטן, און ווען אימער זיי האבן א געלעגנהייט צו טעראריזירן א ניק וואס איז מער צו די פאפולערע זייט וועלן זיי עס טון. (כ'בין מסופק אויב איך זאל אהערשטעלן עטליכע לינקס, נע, ס'פעלט נישט אויס)
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3265
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

הלבלר, הונדערט פראצענט!
אוועטאר
אלטרא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4002
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

אויפן הויפט בלאט אונטער די פיר מערסטע באדאנקטע תגובות זאל זיין א קנעפל 'זעה מער' און דארט זאל זיין אלע תגובות מיט מער ווי א געוויסע סכום לייקס אבער מ'וועט אויך דארפן קענען סארטירן אומגעליינטע תגובות זאל זיין אויבן
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4242
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

נשמת הניגון האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 10:56 pm
עפעס אנדערש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 10:19 pm
און דאס אליינס אז עס וועט ליגן דארט, וועט מאכן אז מער מענטשן וועלן עס זען, און דאן מעגליך צולייגן א לייק, וואס וועט עס ארויפרוקן נאכמער.
איר באציט זיך צו מיין געדאנק? אדער צו לבלר'ס
צו ביידע.
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

יצחק אייזיק האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 11:47 pm
חצי נזק האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 11:38 pm
יצחק אייזיק האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 11:35 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 11:22 pm
@יצחק אייזיק פון יעדעם וואלט איך עס ערווארטעט, אויסער פון דיר...

דו וואלסט דאך געווינען דעם אווארד פירפאכיג!!
פונקט פארקערט, ס'דא אזעלכע וואס פארנעמען נישט ווען איינער איז פאפולער און איך האב שוין גענוג קאפ וויי אזוי אויך. גלייב מיר, פאר מיר איז אסאך בעסער אזוי...

ווער מיר נישט קיין עניו...

א חוץ אלע דיינע מעלות ביסטו אויך אן עניו.. שיין שיין...
איך זע נישט קיין ענוה דא, איך זאג א פשוט'ע מציאות. ס'דא אסאך ניקס וואס פארגינען שווער א צווייטן, און ווען אימער זיי האבן א געלעגנהייט צו טעראריזירן א ניק וואס איז מער צו די פאפולערע זייט וועלן זיי עס טון. (כ'בין מסופק אויב איך זאל אהערשטעלן עטליכע לינקס, נע, ס'פעלט נישט אויס)
קענסט שיקן אין אישי..

איך האב נישט געממינט גארניטש פערזענליך.
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן ווינטער
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

איז דא א מעגליכקייט אז איך זאל קענען זעהן א ברעיקדאון וויפיל לייקס וועלכע תגובה האט באקומען, מיינע מערסטע געלייקטע תגובות? אדער למשל זעהן וויפיל לייקס איינער האט באקומען בכלליות?
אוועטאר
כח און מח
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

יצחק אייזיק האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 11:35 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 11:22 pm
@יצחק אייזיק פון יעדעם וואלט איך עס ערווארטעט, אויסער פון דיר...

דו וואלסט דאך געווינען דעם אווארד פירפאכיג!!
פונקט פארקערט, ס'דא אזעלכע וואס פארנעמען נישט ווען איינער איז פאפולער און איך האב שוין גענוג קאפ וויי אזוי אויך. גלייב מיר, פאר מיר איז אסאך בעסער אזוי...
כקען אייך בארגן מיין ספעיר ניק וואס איז נאך אונטער 100 תגובות
אוועטאר
כח און מח
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

נאך א נקודה, געווענליך גיי איך נישט אריין דורך די הויפט בלאט, און ווען יא קוק איך נישט די באדאנקסטע תגובות, איינמאל האט זיך יא געמאכט כהאב געקוקט זעה איך דארט מיין נאמען, איז די שאלה פארוואס זאל איך נישט באקומען א נאטאפעקאציע אז מיין תגובה איז אריין אין די מערסטע באדאנקטע. זאל איך כאטש פילן גוט?
קען זיין סאיז נישט שייך צו מאכן, אבער אויב יא מיין איך סאיז א גוטע זאך צוצולייגן
אוועטאר
באנוצער 15,000
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 11, 2023 6:27 pm

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנוצער 15,000 »

גארנישט געווארן?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

באנוצער 15,000 האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 2:20 am
גארנישט געווארן?
טשעק נאכאמאל...

---
יישר כח @וויכטיג מאכער און @ממה נפשך !

און ייש"כ @ציגאנער פאר די לאביאינג...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
סטעירינג וויעל
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 18, 2023 8:14 pm

Re: א בעסערע סדר פאר די מערסט באדאנקטע תגובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטעירינג וויעל »

איי לייק איט
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”