בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות.

ביטע ליינט דורך מיט ישוב הדעת די תקנות פונעם אשכול איידער איר שרייבט דא.
Willy11209
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 1:18 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy11209 »

Willy11209 האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 4:16 pm
קאשוי - שבת שבע ברכות - שבת כי תצא - מאנסי
תלמידי וחסידי קאשוי

באריכט:שבת פרשת כי תצא - שבת שבע ברכות של נכדת כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א - בעיר מאנסי יע"א

--
◄ ווייז ספוילער
השבת נועם הנשמות

א געהויבענער שבת של שמחה שבת שבע ברכות לרגל שמחת נישואי הכלה נכדת כ"ק מרן רבינו שליט"א איז אפגעהאלטן געווארן אין שטאט מאנסי, מיט השתתפות פון פילצאליגע געסט פון פילע מקומות, וועלכע זענען געקומען זיך מיטפרייען בשמחתו של רבינו שליט"א אין דעם געהויבענעם זמן.

ערב שבת קודש ביים זמן הדלקת הנירות, האט מען באגלייט דעם רבי'ן שליט"א פון בית האכסניא, צום ביהמ"ד דקהל 'עמק התפלה טשערקאס', בנשיאתו פון מחותנו כ"ק אדמו"ר מטשערקאס שליט"א, וואו דער רבי איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד, ווי א ספעציעלן עמוד און שטוהל איז געווען צוגעגרייט לכבודו.

נאכן דאווענען, איז דער טשערקאסער רבי שליט"א צוגעקומען צו רבינו שליט"א זיך וואונטשן בברכת שבתא טבא, און זיך באדאנקט פארן רבי'ן בשם אלע מתפללי הביהמ"ד, אויף דעם וואס דער רבי האט באוויליגט צו קומען אפרעכטן א תפילה אינעם ביהמ"ד, און משפיע זיין מזיו הדרו פאר אלע מתפללים.

דער טשערקאסער רבי האט געצייגט די מתפללים ביים דורכגיין ביים רבי'ן וואונטשן גוט שבת און שלום נעמען, און דאן האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן צום סעודת השבע ברכות וועלכע איז אפגעראכטן געווארן אויף א געהויבענעם פארנעם דורך די בני המשפחה. פארן בענטשן האט די רבי שליט"א משמיע געווען דב"ק.

נאך די שמחת שבע ברכות, איז דער רבי אריבער צום עריכת השלחן פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א, וואו דער רבי איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד דורכן וויזניצער רבי'ן שליט"א, עס איז צוגעברענגט געווארן א ספעציעלן שטוהל פארן רבי'ן און א כוס של כסף. רבינו שליט"א איז נתכבד געווארן מיט א זמר, און געוואונטשן לחיים פארן וויזניצער רבי, און ממתיק סוד געווען אויף עטליכע מינוט בידידות יתירה.

נאסטאלגישע הרגשים זענען דערביי ארויפגעקומען ביים ציבור, זיך דערמאנענדיג די געהויבענע שבתים באותו מקום אינאיינעם מיט רביה"ק בעל ברכות שמים זי"ע, וועלכער פלעגט קומען מדי שנה בשנה אום חודש אלול וויילן א שבת אין מאנסי, און מיטהאלטן דעם עריכת שלחן הטהור בליל שבת קודש פון הרה"ק התורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, און אום שבת נאכמיטאג אויפטרעטן מיט א דרשה אין וויזניצער ביהמ"ד בדברי חיזוק והתעוררות לקראת די הייליגע טעג הממשמשים ובאים.

איבער א שעה צייט איז דער רבי געזיצן ביים טיש און מיטגעהאלטן די געהויבענע ניגוני קודש לבית וויזניץ, ביז ארום 1:30 אויפדערנאכט, ווען דער רבי האט זיך צוריקגעקערט לבית האכסניא.

וביו"ם השבת קודש

שבת אינדערפרי, האט מען באגלייט דעם רבי'ן צום ביהמ"ד בנשיאת גיסו הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א, וואו דער רבי האט אפגעראכטן די תפילות יום השבת.

צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען צום עמוד הרה"ג ר' אהרן בלום שליט"א בנו חביבו פון רבינו שליט"א, און צו שחרית, דער מחותן הרה"ג ר' יעקב יצחק יאקאבאוויטש. דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיטן עלי' פון ששי, און דערנאך פארגעדאוונט תפילת מוסף לפני התיבה.

נאכן דאווענען איז דער ציבור מתפללים אריבער שלום געבן פאר רבינו שליט"א, און דאן איז פארגעקומען דער סעודת 'עתיקא קדישא' אינעם זאל אין בנין ביהמ"ד טערצאל.

בשעה שהחכם יושב ודורש

ארום 5:40 נאכמיטאג, איז דער רבי ווידעראמאל אריבער צום ביהמ"ד הגדול וויזניץ, וואו דער רבי איז נתכבד געווארן דורך ראשי קהילת וויזניץ אויפצוטרעטן מיט א דרשה און שיעור בפרקי אבות, זייענדיג ממשיך מסורת אביו הקדוש וועלכער פלעגט יערליך אויפטרעטן מיטן שיעור אין וויזניצער ביהמ"ד אום חודש אלול.

אנקומענדיג אין ביהמ"ד איז דער רבי אפגעווארט געווארן דורך די נכבדי הקהלה, עטליכע מינוט נאך זעקס האט דער רבי אנגעהויבן מיטן הערליכן שיעור, וועלכע איז געווען מתובל מיט ענינים נפלאים אריינגעטייטשט אין די דברי המשנה.

א פול געפאקטער ציבור מיט הונדערטער אידן זקנים עם נערים האבן זיך אנגעזען בשעת'ן שיעור, שלינגענדיג מיט דארשט די פנינים יקרים וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען. צווישן דעם ציבור השומעים האט זיך אנגעזען הרה"צ ר' דוד דוב האגער שליט"א זון פונעם וויזניצער רבי'ן שליט"א, ווי אויך הרה"ג ר' יוסף יצחק ראזענפעלד שליט"א מדייני קהילת וויזניץ, און הרה"ג ר' אברהם יצחק ברוינשטיין שליט"א מדייני קהילת וויזניץ.

בתחלת דבריו האט דער רבי פותח געווען בכבוד האכסניא של תורה ק"ק וויזניץ, ארויסברענגענדיג די הרגשים צו קענען אויפטרעטן אין אזא קהילה נאה וחסידה, בית מדרשו של רבי נתייסד געווארן דורך דעם הייליגן תורת מרדכי זי"ע, וואס שוין אריבער פופציג יאר שטארט די קהילה ארויס מיט אירע געהויבענע יונגעלייט בעלי בתים און בחורים געהויבענע בני תורה ובני עלי', וואס דאס אלעס ווערט ווייטער נמשך בגאון ועוז דורך ידיד נעוריו פון רבינו שליט"א, דער רועה נאמן לעדתו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער שטייט בראש העדה מיט א מסירות נפלאה און הפלא'דיגער באשיידנהייט וענוות חן, פירנדיג די קהילה על דרך אבותיו הקדושים בלי שום שינוי.

דער רבי האט מאריך געווען מיטן שיעור בדברי אגדה, מוסר והחזקות, פאר איבער א האלבע שעה, ווען דערנאך גייט דער ציבור אריבער שלום נעמען ביים רבי'ן שליט"א, ואף הוא ענה לאומתם במאור פניו.

ארויסגייענדיג פון ביהמ"ד האט דער רבי זיך באגעגנט מיטן וויזניצער רבי'ן שליט"א, וועלכער האט זיך ווארעם באדאנקט פארן רבי'ן אויפן קומען איבערגעבן דעם שיעור אין ביהמ"ד לשמחת כל הציבור.

דבי' רעוה דרעוין


מנחה וסעודת רעוה דרעוין איז אפגעראכטן געווארן אויף א געהויבענעם פארנעם בבית מדרשינו "בית שמואל קאשוי" אין שטאט, ווי א ריזן קעפיגער ציבור פון זקנים בעלי בתים בחורי חמד ואברכים חשובים, זענען זיך צונויפגעקומען מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם זמן בצל קדשו פון רבינו שליט"א, ווען דער ביהמ"ד איז צר מהכיל צו קענען דערשטרייטן דעם מאסן שטראם פון הונדערטער אידן פון אלע עקן פון שטאט, און די עסקנים האבן שווער געארבעט זיכער צו מאכן אז יעדער ווערט נתכבד בכבוד הראוי.

צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יואל בלום שליט"א בן רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי זיך געוואשן צום שלחן הטהור וסעודת רעוה דרעוין, ווען לצדו זיצן נכדו החתן שליט"א, און החתן נכד רבינו בעל שיח חיים זצוק"ל בן הרה"ג ר' יעקב מנחם טענענבוים שליט"א, און נכד הרה"ג ר' יעקב בנימין פירטה שליט"א.

די ניגוני קודש זענען צוטיילט געווארן דורך הרה"ג ר' גדלי' כ"ץ שליט"א חדב"ן רבינו בעל שיח חיים זצוק"ל. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש א לענגערן זמן, בדברי התעוררות והכנה לימי הרחמים והרצון, און חיזוק לקביעת עתים לתורה, זייענדיג מאריך מיט די ווערטער פונעם אוה"ח הק' אויפן פסוק 'כי תצא למלחמה על אויבך' אז דאס גייט ארויף אויפן 'מלחמה הידוע' קעגן דעם יצר הרע, און דער רבי האט מעורר געווען ווי מ'דארף זיין גרייט קעגן דעם יצר הרע וואס קומט יעדן אינדערפרי שטערן פון קענען אויפשטיין פרי און זיך גרייטן צום דאווענען בלימוד התורה, וואס אויב לאזט מען זיך נישט אריינפאלן אין זיין נעץ, דאן איז מען זוכה צום 'ונתנו ד' אלקיך בידיך'.

אזוי אויך האט דער רבי מאריך געווען איבער נאך פארשידענע ענינים הצריכים תיקון, ובפרט בעניני תיקון המידות. דערנאך האט רבינו שליט"א געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות, דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד, ווען דער רבי שליט"א טאנצט מיט די צוויי חתנים אויפן אויבנאהן.

צו תפילת מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' גדלי' כ"ץ שליט"א און דערנאך איז דער ציבור אריבער א לענגערע צייט ביים רבי'ן שליט"א וואונטשן א גוטע וואך, ווען דער רבי וואונטשט יעדן במאור פניו הקדושים.

דער רבי האט מבדיל געווען על הכוס אין ביהמ"ד, און דערנאך געזאגט 'ויתן לך' ברוב עם, און דער ציבור איז אהיים מיט פולע באגאזשן פון חיזוק והתעוררות, השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות, מיט א געוואלדיגן חיזוק אנצוגיין מיט עבודת השי"ת מיט אן התעלות והתרוממות.

דאן איז דער רבי אהיים לבית האכסניא, און קרוב לחצות הלילה איז דער רבי אנגעקומען צוריק לביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג.
--

זיך ארויף צוסיינען אויף אונזער אימעיל קליקט דא:
Qsa
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 20, 2023 8:30 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Qsa »

נאך דעם *היסטארישן קנין זכות ״שם הבנין״ דורך שר הנדיבים מוה״ר ליפא פריעדמאן הי״ו* אפקויפנדיג דעם זכות פונעם בנין האדיר החדש בית רחל דרבינו יואל אין בארא פארק, וטובים השניים מן האחד, אלס צווילינג געביידע מיט׳ן בנין הת״ת האדיר והחדש,
◄ ווייז ספוילער
איז דעם היינטיגן זונטאג לסדר ״אתם נצבים היום״ *פארגעקומען נאך א ריי קניני זכותים בזמן שהצדיק בעיר* אין בארא פארק לטובת דעם נייעם בית רחל,

צוברענגענדיג *פרישע העכער מיליאן דאלער באותו היום!* אין די ראמען פונעם מאסיוון ״ותשלים״ קאמפיין וואס איז פראקלאמירט געווארן *אויפצוטרייבן ״צען מיליאן דאלער״* פאר׳ן גמר והשלמת הבית רחל!

עס זענען היינט זונטאג געשלאסן געווארן די זכותים פון *״דריי פרישע כתות״* אינעם בית רחל,

דורך הני נדיבים המפורסמים מפארי אנ״ש אין בארא פארק

הרבני הנגיד הנכבד מוה״ר *קלמן לאנדא* הי״ו

הרבני הנגיד מוה״ר *יוסף שוויממער* הי״ו

הרבני הנגיד מוה״ר *הרוצה בעילום שמו* הי״ו

*וישמח מש״ה במתנת חלקו!*

דערנאך איז רבינו שליט״א אריבער צום *בארימטן פילאנטראפ לבית סאטמאר*, הנדיב הוותיק בונה ומקים הרה״ח ר׳ *אברהם משה לעווי* שליט״א, וואו ס׳איז פארגעקומען א *פראכטפולע אויפנאמע לכבודו של צדיק*

באותו מעמד האט דער נדיב שליט״א אינאיינעם מיט *בנו הנגיד מוה״ר יואל הי״ו,* אינאיינעם מיט זיין איידעם הטפסר הנודע *עמוד התווך ובריח התיכון בבית סאטמאר בארא פארק הנגיד מוה״ר וואלף ווערצבערגער הי״ו* אפגעקויפט דעם זכות עצום פונעם ״*שער הבנין״ פאר די גאר באדייטנדע ריזן סומע פון א האלבן מיליאן דאלער*!

דאס האט פארענדיגט דעם היסטארישן טאג בקורות ימי מוסדות סאטמאר בארא פארק מיט *קאלאסאלע העכער 6 מיליאן דאלער געשאפן אין איין איינציגן טאג* בצל הקודש פון כ״ק מרן רבינו שליט״א!!!

דער *גראנדיעזער ותשלים קאמפיין זעצט ווייטער פאר, מיט דעם פרישן מאמענטום פון ״די 5 מיליאן דאלער מעטשינג פאנד״* אויפצוטרייבן דעם גאנצן סכום בשלימות צו קענען באנייען דעם בנין האדיר נאך פאר יו״ט חנוכה הבעל״ט, *זייענדיג דער שנעלסטער בנין אין די היסטאריע פון סאטמאר, מעודה ועד היום הזה!!!*

הרימו יד ויבואו פתחי נדיבים! *סאטמאר געפלעפט פון נדיבי סאטמאר בארא פארק און זייער פלאקערדיגע ברען לימין צדיק למען עתיד הדורות!*

*כן ירבה! כן יפרוץ! סאטמאר בארא פארק כה לחי!*
אטעטשמענטס
IMG-20240922-WA0026.jpg
IMG-20240922-WA0026.jpg (257.15 KiB) געזען 5423 מאל
IMG-20240922-WA0027.jpg
IMG-20240922-WA0027.jpg (330.75 KiB) געזען 5426 מאל
צדיקים וחסידים
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 9:43 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקים וחסידים »

כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וועלכע וויילט די טעג אין ארה"ק, האט אויסגעדרוקט רצון קדשו צו פארבלייבן אויף נאך עטליכע טעג אין אר"י. אצינד איז נאכנישט באשטימט געווארן א דאטום ווען דער רבי וועט זיך צוריקקערן קיין ניו יארק
אידישע נייעס
צדיקים וחסידים
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 9:43 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקים וחסידים »

🌴סאטמאר מאנסי🌴 (מהרי''י)
~באריכטן בצל הקודש~

פרייטאג כי תבא,
שב"ק כי תבא,
◄ ווייז ספוילער
~פרייטאג כי תבא~
אינדערפרי איז דער רב שליט"א איז אריינגעקומען און היכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית 8:15,
נאכ'ן דאוואנען האט דער רב שליט"א געבלאזן שופר און געזאגט צען קפיטלעך תהלים כנהוג בחודש אלול,
דערנאך האט דער רב שליט"א פארגעלערנט דעם וועכענטליכע שיעור אינעם ספר הק' דברי חיים.


~שבת קודש פרשת כי תבא~
~ליל שב"ק~
7:10 איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד, און יורד געווען לפני התיבה צו תפלת מנחה,
נאכ'ן דאווענען איז די עולם אריבער זאגן גוט שבת.

~עריכת שלחן הטהור מכל מקדש ואילך~
10:50 איז מרן דער רב שליט"א אריינגעקומען צום פירות טיש, במשך'ן טיש האט דער רב שליט"א פארציילט סיפורים פון די יארצייט'ן וואס געפאלט די וואך, דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה,
נאכ'ן בענטשן האט דער רב שליט"א געטיילט פירות און געטאנצן,

~ביום השבת קודש~
שבת קודש אינדערפרי איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד אום 9:30, און געזאגט די ברכות לפני התיבה,
צו תפילת שחרית איז מכבוד געווארן מו"ה מרדכי עלנבויגן הי"ו
דער רב שליט"א איז געגאנגען פתיחה,
און עולה געווען שישי,
נאך מוסף איז דער עולם אריבער גוט שבת זאגן.

~מנחה ושל"ס~
נאכמיטאג איז מרן דער רב שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ושל"ס, און איז געגאנגען הגבה.
נאך מנחה האט דער רב שליט"א זיך געוואשן צו של"ס און טועם געווען פון די פיש און געטיילט שריים, און פארגעזינגן די זמירות און דערנאך משמיע געווען דברי תורה, דערנאך האט דער רב שליט"א געבענטשט ברכות המזון על הכוס,
דערנאך האט דער רב שליט"א געזאגט די שבע ברכות פון החתן בן מו"ה חיים עלנבויגן הי"ו
און פון החתן בן מו"ה חיים נאה הי"ו
און פון החתן בן מו"ה יוסף אשר פריינד הי"ו
נאך מעריב איז דער עולם אריבער זאגן א גוט וואך.

🌴🌴🌴
אידישע נייעס
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4957
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

האדמו"ר מבראד בביקור אצל הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטר לברך ולהתברך בברכת השנים
אטעטשמענטס
IMG-20240923-WA0146.jpg
IMG-20240923-WA0146.jpg (202.95 KiB) געזען 4430 מאל
פון דא און פון דארט!
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4957
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

האדמו"ר מקאסוב פון לעיקוואד באזוכט האדמור מסאטמאר מהרא
אטעטשמענטס
IMG-20240923-WA0043.jpg
IMG-20240923-WA0043.jpg (390.46 KiB) געזען 4373 מאל
IMG-20240923-WA0045.jpg
IMG-20240923-WA0045.jpg (375.54 KiB) געזען 4373 מאל
IMG-20240923-WA0039.jpg
IMG-20240923-WA0039.jpg (332.92 KiB) געזען 4373 מאל
פון דא און פון דארט!
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4957
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

האדמו''ר מסקאליע פון 18 עוועניו באזוכט האדמו''ר מסאטמאר מהרא
אטעטשמענטס
IMG-20240923-WA0036.jpg
IMG-20240923-WA0036.jpg (352.21 KiB) געזען 4222 מאל
IMG-20240923-WA0038.jpg
IMG-20240923-WA0038.jpg (334.38 KiB) געזען 4222 מאל
פון דא און פון דארט!
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4957
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

האדמו''ר מ'קאסוב פון לעיקוואד ביים ציון אביו האדמו''ר מ'קאסוב זצ״ל ווערט געזען האדמו''ר מסקאליע פון 18
אטעטשמענטס
IMG_20240923_105724_557.jpg
IMG_20240923_105724_557.jpg (191.78 KiB) געזען 4188 מאל
IMG_20240923_105726_006.jpg
IMG_20240923_105726_006.jpg (187.4 KiB) געזען 4188 מאל
IMG_20240923_105727_879.jpg
IMG_20240923_105727_879.jpg (196.97 KiB) געזען 4188 מאל
פון דא און פון דארט!
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4957
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

האדמו''ר מסקולען ואחיו האדמו''ר מסקולען לינדען נעכטן ביים מעמד הכתרה בבית המדרש סקולען
אטעטשמענטס
IMG_20240923_110811_483.jpg
IMG_20240923_110811_483.jpg (169.7 KiB) געזען 4050 מאל
פון דא און פון דארט!
צדיקים וחסידים
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 9:43 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקים וחסידים »

גאב''ד מאקאווא שליט''א ביים בודק זיין די סכין, פארן שחט'ן די כבש, וואס פון דעם וועט די רב שליט''א עסן ראש השנה די ראש כבש
IMG_20240923_121516_077.jpg
IMG_20240923_121516_077.jpg (76.71 KiB) געזען 3528 מאל
אידישע נייעס
צדיקים וחסידים
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 9:43 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקים וחסידים »

האדמו''ר מ'נדבורנה ירושלים שליט''א, היינט ביי א תפילה אין אתרא קדישא מירון, טראץ די אנגעצויגענע זמן
IMG_20240923_121821_998.jpg
IMG_20240923_121821_998.jpg (113.07 KiB) געזען 3469 מאל
אידישע נייעס
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

דינוב
אטעטשמענטס
unnamed (3).png
unnamed (3).png (88.13 KiB) געזען 3438 מאל
דברי חכמים כדרבונות
לעב ריליסטיש
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 9:12 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעב ריליסטיש »

Screenshot 2024-09-23 101242.png
Screenshot 2024-09-23 101242.png (192.28 KiB) געזען 3154 מאל
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

א הערליכע ווידיא פון די עבודת הקודש פון האדמו"ר מאמשינוב שליט"א ביים מעמד הכנסת ספר תורה די פארגאנגענע פרייטאג בעיר הקודש צפת
https://jdn.news/4/posts/3445
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
נטיעות
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

צפת דאמעריקא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 2:26 pm
א הערליכע ווידיא פון די עבודת הקודש פון האדמו"ר מאמשינוב שליט"א ביים מעמד הכנסת ספר תורה די פארגאנגענע פרייטאג בעיר הקודש צפת
https://jdn.news/4/posts/3445
קען דאס איינער ארויף לייגען דא דורך א ג'מבו מייל וכדומה?
Joel
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

מרבה לשובע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 5:26 pm
סאטמאר מהרא
זונטאג נצו"י:

יעצט נאכמיטאג ארום 4:00 איז פארגעקומען א זיצונג בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. אינאיינעם מיט די הויכראנגיקע פאליטישע באמטע, קאנגרעס מינאריטעט פירער 'האקים דזשעפריס' אינאיינעם מיט די קאנגרעסמאן 'פעט רייען' וואס זענען אנגעקומען אינאיינעם מיט די ראשי והנהלת העיר קרית יואל, הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו אין באגלייטונג פון אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין פון ב"פ, און הרה"ח ר' עקיבא הערש קליין הי"ו וואס שטייט אין שפיץ פון די גרעסטע פראיעקט פון ביליגע דירות אין קרית יואל.

מהאט א לענגערע צייט ארומגערעדט צענדליגער ענינים לטובת אחב"י, ובפרט האט דער רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די ברענגענדיגע נושא פון די גזירת החינוך אין ניו יארק,
און איבער די ביליגע דירות פראיעקט פון רבינו שליט"א וואס די באאמטע קענען זיין בייהילפיג,
און דערנאך האט דער רבי געוואונטשן ברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
~🌴~
https://jdn.news/posts/3446
אטעטשמענטס
YST_6782_low (1).jpg
YST_6782_low (1).jpg (263.84 KiB) געזען 1499 מאל
YST_6715_low (1).jpg
YST_6715_low (1).jpg (283.6 KiB) געזען 1499 מאל
YST_6816_low (1).jpg
YST_6816_low (1).jpg (270.24 KiB) געזען 1499 מאל
אוועטאר
סאדיגורה
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:15 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדיגורה »

קאסוב
אטעטשמענטס
מעמד החלאקה לבן כ''ק אדמו''ר שליט''א.jpg
מעמד החלאקה לבן כ''ק אדמו''ר שליט''א.jpg (397.37 KiB) געזען 1471 מאל
פון סאדיגורה אין אוקריינא ביז סאדיגורה אין בני ברק ציעט זיך די גאלדענע הנהגה בתפארתה!!
Joel
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

עצרת חיזוק והתעוררות נאך די הסתלקות פון דריי צדיקי העיר בארא פארק
https://jdn.news/posts/3438
אטעטשמענטס
DYJ_0110_low_1 (1).jpg
DYJ_0110_low_1 (1).jpg (146.64 KiB) געזען 1085 מאל
DYJ_0367_low_1 (1).jpg
DYJ_0367_low_1 (1).jpg (154.11 KiB) געזען 1085 מאל
DYJ_0089_low_1 (1).jpg
DYJ_0089_low_1 (1).jpg (187.84 KiB) געזען 1085 מאל
Joel
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

הכנסת ספר תורה צו ביהמ"ד סקולען מאנסי
https://jdn.news/posts/3444
אטעטשמענטס
IMG_1855_low.jpeg
IMG_1855_low.jpeg (320.42 KiB) געזען 886 מאל
IMG_2440-1_low (1).jpeg
IMG_2440-1_low (1).jpeg (182.98 KiB) געזען 886 מאל
IMG_2485_low.jpeg
IMG_2485_low.jpeg (377.47 KiB) געזען 886 מאל
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

סאטמאר מהר"א - מאנטריאל
אטעטשמענטס
unnamed (6) (1).jpg
unnamed (6) (1).jpg (213.54 KiB) געזען 517 מאל
אוועטאר
שיפעל
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 09, 2023 8:36 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיפעל »

סקולען
IMG-20240923-WA0068.jpg
IMG-20240923-WA0068.jpg (170.4 KiB) געזען 303 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”