מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן

יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

איך ארבעט אויף א געוויסע ביזנעס דיעל מיט א גרעסערע קאמפעני (אין אונזערע מושגים. אינדערויסן וואלט עס געהייסן א מיד-סייז קאמפעני). שווער געארבעט צי טרעפן די ריכטיגע מענטש, שוין געהאט א האלבע שעה מיטינג און יענער האט אויסגעזעהן באמת אינטערעסירט. נאך א שטיק צייט החשט הערן פון עם און נאך א פאר פאללאו אפס באקום איך פון עם די אימעיל:

Hello------,

We do not currently have the bandwidth to pursue a partnership opportunity with your firm. If that changes, I will reach out. If our timeline does not align with yours, thank you for your interest.

Best,
----

א יעדע סעילסמאן האט אודאי אמאל די פראבלעם. שוין געמאכט א דעמא, שוין געוויזן אינטערעסט, אבער עפעס ריקט זיך עס נישט. ער האט נישט קיין צייט יעצט, וכו'.

וואלט איך געוואלט הערן וואס דער עולם האלט פון די איידיע פון שיקן יענעם א מתנה, א גיפט קארד וכדומה און אזוי משחד זיין זיך צי נעמען דערצי. פארשטייט זיך דאס איז נאר שייך אויב מען האלט "אז יענער פארשטייט אויך" אז עס וועט זיך לוינען און זיי וועלן שיין פארדינען, נאר פשוט האט נישט קיין געדולד. און דאס איז נאר שייך מיט אן ארבעטער וואס פאר עם איז עס נאר עקסטערע קאפוויי. אויב די בעה"ב זעהט נישט פאר וויכטיג זיך צי נעמען דערצי וועט אודאי נישט העלפן קיין מתנה.

א גיפט קארד האט אודאי א פראבלעם אז אויב וועט עס נישט העלפן איז עס א שאד די געלט. (עס וואלט געווען א גוטע איידיע צי קענען שיקן א גיפט קארד וואס אויב עס ווערט נישט געניצט ביז לאמיר זאגן 3 חדשים, באקום איך צוריק די געלט. אבער למיטב ידיעתי איז נישטא אזא זאך. אדרבה, אויב איינער האט עפעס א סולישען ביטע לאזן וויסן.) אבער אויב האט עס א טשענס צי העלפן קען זיך עס לוינען.

כ'וואלט זייער מכיר טובה געווען אויב איינער קען אריינקומען מיט עדווייס וואספארא מתנה צי שיקן, וויאזוי, און בעיקר וויפיל וועליו. מ'רעדט פון איינער אין א הויעכע פאזיציע וואס מן הסתם פארדינט שיין.

אדער האב איך געטראכט פון אן אנדערע איידיע. שיקן אן אימעיל צי זיין פריוואטע אדרעס (פארשאפט אויף seamless.io) און אפפערן א קאמישען פריוואט פאר עם בנוסף צי די רעוו שעיר וואס איז א חלק פון די דיעל וואס מיר רעדן פון. דאס קען אפשר זיין אומעטיש און גאר בעקפייערען.

וואס האלט דער עולם?
א דאנק
www.finmatecfo.com
זיכט איר איינער צי נעמען charge אויף אייער בינעס פינאנצען? ווארף אן אישי.
One hour consultation free
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

יונתן האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 5:48 pm
דאס קען אפשר זיין אומעטיש און גאר בעקפייערען.

וואס האלט דער עולם?
עס איז אומעטיש און מעגליך אומלעגאל.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3211
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

לאמפ האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 6:15 pm
יונתן האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 5:48 pm
דאס קען אפשר זיין אומעטיש און גאר בעקפייערען.

וואס האלט דער עולם?
עס איז אומעטיש און מעגליך אומלעגאל.
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8104
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

לאמפ האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 6:15 pm
יונתן האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 5:48 pm
דאס קען אפשר זיין אומעטיש און גאר בעקפייערען.

וואס האלט דער עולם?
עס איז אומעטיש און מעגליך אומלעגאל.
ריכטיג.
פאר גוטע געדאנקן צו באאיינדרוקן וועם אימער איז פאראן א בוך פון "
Stu Heinecke, How to get a meeting with anyone
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

אלס מיין מנהג צו פרובירן נישט צו טאן ביזנעס ערב שבת נאך חצות, וועל איך בל״נ שרייבן נאך שבת וואס אני הקטן האט געטאן און אן ענליכע פאל וואס האט שטארק געהאלפן בעזר השם.
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

צדיק בן צדיק האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 6:38 pm

כ'האב מורא אז ס'איז שוין בעסער צי שרייבן יעצט. אדערווייס וועט דער עולם קוים קענען ווארטן אויף מוצאי

כ'פארשטיי נישט פארוואס דו פארעכענסט דאס אלץ ביזנעס. אפגערעדט פאר דיר איז עס נישט, אפילו פאר מיך גלייב איך נישט אז עס הייסט ביזנעס. עס איז מסתם מותר אפילו חוה"מ.

עניוועי, לוקינג פארווערד
www.finmatecfo.com
זיכט איר איינער צי נעמען charge אויף אייער בינעס פינאנצען? ווארף אן אישי.
One hour consultation free
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

די שאלה איז אויב האט ער טאקע נישט די בענדוויט. אויב נישט איז א שאד אויף די צייט.
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

האב איך נישט געוויסט אז עס איז אומלעגאל.

און אויב שרייב איך עם ער זאל עס דיסקלאסען מיט זיין בעה"ב גלייב איך אז עס לעגאל. אפשר האט עס נישט קיין פשט.

און וואס איז בנוגע א מתנה אהן קיין קאנדישענס? האט דאס אויך א פראבלעם לעגאל?
www.finmatecfo.com
זיכט איר איינער צי נעמען charge אויף אייער בינעס פינאנצען? ווארף אן אישי.
One hour consultation free
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

Iphone האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 6:45 pm
די שאלה איז אויב האט ער טאקע נישט די בענדוויט. אויב נישט איז א שאד אויף די צייט.
פאר עפעס וואס מען וויל באמת קען מען מאכן בענדוויט, מיין איך

ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע:Upstate

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

אויב ס'מאכט נאך סענס ביי ווי די האלטסט מיט יענעם... שיקן א עלעקטראנישע notepad אדער עפעס א ipad מיט די אינפארמעישאן פין דיין פראפאסעל דערויף איז א געדאנק וואס קען משחד זיין אויף א מעהר "עטישן" אויפן אהן יענעם מאכן שפירן ווי ער נעמט שוחד
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
קוק וואס א קליינע מאסקיטא קען טוהן מיט דיר!
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2263
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

געווענדליך אין אזוינע פעלער פראביר איך מסביר זיין פאר'ן סעילסמאן אדער די קאמפעני רעפ מיט וועם מ'האנדלט אז איך האלט ס'וואלט געווען א גוטע איידיע אונז זאל מיר אויסשמועסן די געשעפט ביי א בעיסבאל געים וכדומה. ער טוט מיר א "טובה" אז ער קומט זיך "טרעפן" מיט איינער פון מיין קאמפעני און אין איינוועגס איז ער נהנה פונעם געים. פארשטייט זיך אז דערנאך וויל ער בלייבן גוט מיט מיר...
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

יונתן האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 6:51 pm
Iphone האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 6:45 pm
די שאלה איז אויב האט ער טאקע נישט די בענדוויט. אויב נישט איז א שאד אויף די צייט.
פאר עפעס וואס מען וויל באמת קען מען מאכן בענדוויט, מיין איך
ניין. איך האב גענוג זאכן וואס איך וויל אין די ביזנעס, אבער איך האב אנדערע זאכן וואס קומען פארדעם.
אויב רוק איך אריין עפעס וואס איז נישט יעצט די צייט, מיינט אז עס גייט נישט ווערן געהעריג געמאכט און איך גיי חרטה האבן פארן עס טוהן. א יאר ארום ווען עס גייט זיין די ריכטיגע צייט, גיי איך זיין אנגעגעסן דערויף און נישט וועלן הערן דערפון.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1851
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

צדיק בן צדיק האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 6:38 pm
אלס מיין מנהג צו פרובירן נישט צו טאן ביזנעס ערב שבת נאך חצות, וועל איך בל״נ שרייבן נאך שבת וואס אני הקטן האט געטאן און אן ענליכע פאל וואס האט שטארק געהאלפן בעזר השם.
למייסע?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

קוואל וואסער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 12:14 pm
צדיק בן צדיק האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 6:38 pm
אלס מיין מנהג צו פרובירן נישט צו טאן ביזנעס ערב שבת נאך חצות, וועל איך בל״נ שרייבן נאך שבת וואס אני הקטן האט געטאן און אן ענליכע פאל וואס האט שטארק געהאלפן בעזר השם.
למייסע?
איך זוץ מיר איצט אין פארק און מ׳פרובירט אביסעלע זיך אויסצודזשעכען פון א לאנגע שווערע טאג, און הנאה האבן פונעם דעלישעס ווינטעלע וואס השם האט אונז מזכה געווען די נאכט.
האבעך מיר געעפענט אייוועלט און זיך דערמאנט פון די אומפארענדיגטע תגובה.

מעשה שהיה כך היה…מיר זענען א קאמפעני וואס דעסטריביוט פארשידענע זאכן, מיר האבן געלייגט אן אויג אויף א אייטעם וואס ווערט פאבריצירט עקסקלאסייוולי ביי אינעם א גרויסע בחור אין איינע פון די סטעיטס.

אונז האמיר שטארק געארבייט און גערעדט צו זיי, זיי זאלן אונז פארקויפן מיט אונזער לעיבל, אבער מיר האבן זעך אהנגעשטויסן אין פראבלעימען, ווייל יענס איז א גרויסע פירמע און ביי יענע צייט האבן אונז נישט געברויכט קיין גרויסען קwאנטיטי און זיי האנדעלט געווענטליך נאר מיט גאר גרויסע סוחרים, און נאך אנדערע תנאים וואס מיר האבן געוואלט.

האט אונז א גוטע ״ביזנעס איד״ מייעץ געווען צו גיין און א ליקער געשעפט, קויפן א שיינעם באטל אין א שיינעם באקסל, צו שרייבען א שיינעם פערזענליכע בריוו צום מדובר ווי פאלגאנד, לכבוד מר שייגאץ, מיר שיקן אייך א קליינע געשאנק, האטס הנאה און ניצט עס מיט אייערע משפחה און פריינד, מיר האבן שטארק הנאה פון אונזער ביזנעס צוזאמענארבייט, ״און מיר האפן ווייטער צו דיעלען מיט אייך אזוי אין די פיוטשער״, אינטער געשריבן מיין און דערנאך די קאמפעני נאמען.

נאכן ווארטען בערך איין וואך און נישט הערן פון זיי, האבן מיר געמאכט דעם טעלעפאן קאול, וואס זאל איך אייך זאגן, זיי האבן מיר באגאסען מיט דאנק און צוגעזאגט אז אלעס וועט זיין בסדר.

מיטן באשעפערס הילף, איז געווארן צווישן אונז אזא מין שינוי, פון דעמאלס און ווייטער האמיר באקומען ביי זיי אן אוזן קשבת, נישטא מער קיין מינומים׳ס, וואס מ׳בעיט, שטעלען זיי זיך צו, ממש סמאאט אן קיין פראבלעימען, דער פון אויבען זאל ווייטער העלפן.

נישט משיג צו זיין וואס א נישטיגע הונדערט טאלער קען אויפטאן, זאל דער באשעפער העלפען אלע אידן
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

שכח @צדיק בן צדיק! און דערנאך האסטע מער נישט געשיקט?
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

אלם האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:07 pm
שכח @צדיק בן צדיק! און דערנאך האסטע מער נישט געשיקט?
ניין נישט מער, איצטערט שיקען מיר גרויסע טעשקס פאר די סחורה וואס מיר קויפן איין פון זיי…

לדעתי, יעצט איז צייט זיי שיקען ״מיר״ א באטעל משקה
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

איינער שרייבט אויבן אז צו געבען א מתנה אין אזא סיטואציע איז אומעטיש, אדער גאר אומלעגאל.

דאס האט געדארפט שרייבן אדער א גראדן מעכל אדער איינער א זויערע איגערקע וואס וואוינט אין די לעיקוואדע אומגעגענט…
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

צדיק בן צדיק האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 12:18 am
איינער שרייבט אויבן אז צו געבען א מתנה אין אזא סיטואציע איז אומעטיש, אדער גאר אומלעגאל.

דאס האט געדארפט שרייבן אדער א גראדן מעכל אדער איינער א זויערע איגערקע וואס וואוינט אין די לעיקוואדע אומגעגענט…
איך מיין אז יענער האט זיך באצויגן צו שיקן אימעיל אז מען גייט געבן א קאמישן...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

אה דאס איז געווען א תשובה אויף א תגובה וואס מ׳האט מוחק געווען, ניט געוויסט
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

צדיק בן צדיק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:44 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 12:14 pm
צדיק בן צדיק האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 6:38 pm
אלס מיין מנהג צו פרובירן נישט צו טאן ביזנעס ערב שבת נאך חצות, וועל איך בל״נ שרייבן נאך שבת וואס אני הקטן האט געטאן און אן ענליכע פאל וואס האט שטארק געהאלפן בעזר השם.
למייסע?
איך זוץ מיר איצט אין פארק און מ׳פרובירט אביסעלע זיך אויסצודזשעכען פון א לאנגע שווערע טאג, און הנאה האבן פונעם דעלישעס ווינטעלע וואס השם האט אונז מזכה געווען די נאכט.
האבעך מיר געעפענט אייוועלט און זיך דערמאנט פון די אומפארענדיגטע תגובה.

מעשה שהיה כך היה…מיר זענען א קאמפעני וואס דעסטריביוט פארשידענע זאכן, מיר האבן געלייגט אן אויג אויף א אייטעם וואס ווערט פאבריצירט עקסקלאסייוולי ביי אינעם א גרויסע בחור אין איינע פון די סטעיטס.

אונז האמיר שטארק געארבייט און גערעדט צו זיי, זיי זאלן אונז פארקויפן מיט אונזער לעיבל, אבער מיר האבן זעך אהנגעשטויסן אין פראבלעימען, ווייל יענס איז א גרויסע פירמע און ביי יענע צייט האבן אונז נישט געברויכט קיין גרויסען קwאנטיטי און זיי האנדעלט געווענטליך נאר מיט גאר גרויסע סוחרים, און נאך אנדערע תנאים וואס מיר האבן געוואלט.

האט אונז א גוטע ״ביזנעס איד״ מייעץ געווען צו גיין און א ליקער געשעפט, קויפן א שיינעם באטל אין א שיינעם באקסל, צו שרייבען א שיינעם פערזענליכע בריוו צום מדובר ווי פאלגאנד, לכבוד מר שייגאץ, מיר שיקן אייך א קליינע געשאנק, האטס הנאה און ניצט עס מיט אייערע משפחה און פריינד, מיר האבן שטארק הנאה פון אונזער ביזנעס צוזאמענארבייט, ״און מיר האפן ווייטער צו דיעלען מיט אייך אזוי אין די פיוטשער״, אינטער געשריבן מיין און דערנאך די קאמפעני נאמען.

נאכן ווארטען בערך איין וואך און נישט הערן פון זיי, האבן מיר געמאכט דעם טעלעפאן קאול, וואס זאל איך אייך זאגן, זיי האבן מיר באגאסען מיט דאנק און צוגעזאגט אז אלעס וועט זיין בסדר.

מיטן באשעפערס הילף, איז געווארן צווישן אונז אזא מין שינוי, פון דעמאלס און ווייטער האמיר באקומען ביי זיי אן אוזן קשבת, נישטא מער קיין מינומים׳ס, וואס מ׳בעיט, שטעלען זיי זיך צו, ממש סמאאט אן קיין פראבלעימען, דער פון אויבען זאל ווייטער העלפן.

נישט משיג צו זיין וואס א נישטיגע הונדערט טאלער קען אויפטאן, זאל דער באשעפער העלפען אלע אידן
זייער אינטערעסאנט. איך גלייב אז דאס אז עס האט אזוי גוט געארבעט איז בזכות צדיק און זכות אבות. איך גלייב שווער אז אן אונער פון א מולטי מיליאן דאלאר קאמפעני זאל ווערן אינטערגעקויפט פון א באטל ליקער.

שאלה: איז עס געווען די בעה"ב אדער אן ארבעטער?
www.finmatecfo.com
זיכט איר איינער צי נעמען charge אויף אייער בינעס פינאנצען? ווארף אן אישי.
One hour consultation free
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

קודם כל, ריגארדלעסס וואס דו טוסט, פאלאוען איינמאל א האלבע יאר מיט א געהעריגע פאון קאלל (און/אדער פרעגן ווען מ׳קען זיין אין טאטש). אויב ס׳שייך צו באקומען א פערזענליכע מיטינג איז לית טב מיניה.

נאכדעם, בנוגע א מתנה׳לע איז אזוי, א גיפט קארד אדער אנדערע קעש עקוויוועלענט איז אמבעסטענס היבש א גרויע עריע, אוודאי קענסטו טון וואס דו ווילסט, אונז זעמיר דאך חסידים און נישט קיין גרויע איגערקע ליטאים אבער פרנסה דארף קענען קומען פון געהעריגע גראדע השתדלות לענ״ד, יעצט א באטל ליקער, פערפיום, אד״ג מיט א שיינע בריעף איז שוין מער טעיסטי, הגם פערזענליך וואלט איך עס נאר געטון נאך א יאר צוויי קשר מיט ״קאנסיסטענט״ פאלאו אפס.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

[/quote]

זייער אינטערעסאנט. איך גלייב אז דאס אז עס האט אזוי גוט געארבעט איז בזכות צדיק און זכות אבות. איך גלייב שווער אז אן אונער פון א מולטי מיליאן דאלאר קאמפעני זאל ווערן אינטערגעקויפט פון א באטל ליקער.

שאלה: איז עס געווען די בעה"ב אדער אן ארבעטער?
[/quote]

איך האב פארציילט א מעשה שהיה, און אויכעט די הווה, מיר טיען נאכאלס ביזנעס מיט דעם קאמפעני, אין יא מיט די באלעבאס.

דעם געזעלשאפט איז נישט אויפן סטאק-מארקעט, אבער קיין קליין ביזנעס אויכעט נישט.

דרייצען ״אני מאמין׳ס״ ברויך מען גלייבען, ס׳איבריגע קענט איר זעך אליינס מחליט זיין.
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

משחד זיין דעם בעה"ב איז אינגאנצן אן אנדערע מעשה ווי משחד זיין אן ארבייטער אינטערן רוקן פונעם בעה"ב.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

לאמפ האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:44 pm
משחד זיין דעם בעה"ב איז אינגאנצן אן אנדערע מעשה ווי משחד זיין אן ארבייטער אינטערן רוקן פונעם בעה"ב.
דאס האט זירא צוטאן מיט שוחד.

שוחד געט מען אז איינער זאל טאן עפעס אומלעגאל.

דא רעדט מען אינגאנצען אז איינער זאל זיך מער צושטעלן, דיר אויסהערן, און טאן ביזנעס ביינעזאם.

אז איך רעדט שוין צום לאמפ, פארוואס איז מען כסדר אזוי נעגעטיוו?
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

Re: מתנה צי משחד זיין א ביזנעס פראספעקט - גיפט קארד איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

ווער איז נעגאטיוו?

יונתן האט געפרעגט וועגן געבן שוחד (קאמישן אונטערן טיש) פאר אן ארבעטער פון א קאמפעני כדי צו באקומען פון אים פרעפערענשיעל טריעטמענט (וואס קען מעגליך זיין קעגן די קאמפאניס אינטערעסן), האב איך געענטפערט אז עס איז אומעטיש און מעגליך אומלעגאל.

קומט איר מיט א מעשה וואו איר האט געגעבן א מתנה פאר א ביזנעס אונער כדי אים צו משכנעה זיין צו טוהן ביזנעס מיט אייך, פאר א ביזנעס אונער קענט איר געבן וואס איר ווילט.

דאס זענען צוויי באזונדערע זאכן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דזשאבס און ארבייטער”