פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

askan1
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

פנחס גלויבער ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

פנחס גלויבער ברעקלעך

דער היימלאזער איד


פאראן א איד א ריזן תלמיד חכם און בעל חסד וואס האט נישט זיינסגלייכן. יענער איז אויך א גרויסער גביר און א חכם עצום. מענטשן ווענדן זיך צו אים מיט זייערע פּראבלעמען און ער הערט יעדן אויס מיט דער גרעסטער מאס געדולד. ווען דו רעדסט צו אים, זענען אלע זיינע חושים אנגעשפּיצט. ער הערט און פילט א צווייטן מיט הארץ און נשמה.



דער איד פארמאגט א גרויסן כח השפעה. ער האט קשרים ביי די העכסטע אינסטאנצן פון דער רעגירונג. יעדער ווייסט אז ער קען אויספירן וואס ער וויל.



דער דאזיגער איש האשכולות און כל יכול לעבט אינגאנצן פאר יענעם און פאר זיך דארף ער גארנישט. ער וויל ס'זאל יעדן גייט גוט און ס'טוט אים וויי ווען א צווייטער מוטשעט זיך.



מיט א צייט צוריק האט זיך געמאכט אן אומגליק. דער דאזיגער טייערער איד איז אנגעקומען צו א שווערן מצב און האט צום סוף נעבעך פארלוירן זיין הויז.



גוטע מענטשן האבן נאך א שטיק צייט אים פארשאפט א שטיקל דירה'לע. נישט קיין פארגלייך צום פּראכטפולן, רחבות'דיגן הויז פון פריער, האט דער איד כאטש באקומען א דאך איבער'ן קאפּ.



למעשה האט דער מצב זיך שפּעטער פארפּלאנטערט און דער איד האט זיך געטראפן אויף דער גאס. זינט יענעם טאג איז דער איד היימלאז.



*



פאר זיך אליין דארף דער איד נישט קיין סאך. זיין חיות קומט פון געבן פאר אנדערע. ער וויל אויפנעמען מענטשן, זיי אויסהערן און העלפן. ער האט אבער נישט קיין פּלאץ וואו. ווען מ'איז פארוואגלט פון שטוב איז זייער שווער צו טאן צו דער זאך. אזוי ארבעט די וועלט.



דער איד וויל נעבעך אזוי טאן פאר אנדערע, אבער האט נישט די מעגליכקייט. דאס הארץ גייט אויס צוצוקוקן זיין צער.



מיר זענען נישט געזעצן מיט פארלייגטע הענט. מענטשן האבן זיך אריינגעלייגט אינעם ענין און פּרובירט העלפן, אבער אָן ערפאלג. אלע פעולות האבן זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט און דער איד איז געבליבן היימלאז.



צוביסלעך האבן מיר זיך צוגעוואוינט צום מציאות אז יענער וואלגערט זיך אין דער פרעמד. מיר האבן מיטגעפילט און ס'האט וויי געטאן, אבער מיט דער צייט משלים געווען און פארגעסן. געבליבן זענען בלויז זכרונות וואס מיר הערן פון מענטשן וואס האבן געהערט פון אנדערע וואס האבן געהערט פון יענע וואס געדענקען יענעם איד מיט זיין מלכות'דיגן הויז.



*

אינדערצווישן איז עמיצער אנגעקומען און זיך אויפגעבויט א פּאלאצל אויפ'ן שטח וואו דער איד האט פריער פארמאגט זיין הויז. יענער פרעמדער, גראדע א נאנטער קרוב, וואוינט גראדע ערגעץ אנדערש. אבער שפּעטער האט זיך אים פארגליסט זיך אוועקצושטעלן א וואקאציע-הייזקע דווקא דא.



לאמיר אפּלאזן די עוולה פון צונעמען יענעמס שטח. אונז אינטערעסירט בעיקר די ווייטאג פונעם היימלאזן בעל הבית. אונז טוט וויי וואס דער טייערער איד, וואס וויל גארנישט אויסער להיטיב לבריותיו, קען יעצט, אָן די אייגענע ד' אמות אויף דער וועלט, נישט אויספירן זיין רצון.



דער אמת איז אז יענער איד קען זיך צוריקבויען זיין הויז אויב ער וויל דווקא. ער וויל עס אבער נישט טאן אזוי לאנג ווי מיר זענען נישט גרייט. פארוואס דארף ער דען א הויז, אויב נישט כדי זיך צו טרעפן מיט אונז — לִרְאוֹת ולֵרָאוֹת? אזוי לאנג ווי דער רצון ברענט אונז נישט, איז דאס עסק נישט אינטערעסאנט.



ס'איז א רחמנות אויף אים און אויך אויף אונז. אויף אונז איז א רחמנות, ווייל מיר באגרייפן אפילו נישט וואס פעלט אונז. אויף אים איז א רחמנות, ווייל זיינע נאנטסטע און טייערסטע פילן נישט דעם חסרון.



אמת, מיר וואלטן אים גערן אויפגעבויט א נייע הויז אויב מיר וואלטן געקענט. אבער א מהיכי תיתי רצון איז אזוי ווייט פון זיין נאגנדער אהבה-רבה בענקשאפט צו אונז!



נעבעך.



ער ווייסט אז ס'ליגט נישט אין אונזערע הענט און אויף דער מינוט קענען מיר נישט קיין סאך טאן. וואס טוט זיך אבער מיט א רצון וואס זאל גליען ביי דער נשמה און זיך רייסן פון הארץ: געוואלד! דער טאטע איז היימלאז.



*



ווילסט אבער עפּעס וויסן? ס'איז נישט אינגאנצן אזוי. אַן אנקעטע וואס איז מיט עטליכע יאר צוריק דורכגעפירט געווארן אין ארץ ישראל, ווייזט אז 64 פּראצענט אידן ווארטן דאס בית המקדש זאל אויפגעבויט ווערן.



מילא ערליכע אידן מיט זייערע גאנצע 100 פּראצענט. וואס זאגסטו אבער צו די 91 פּראצענט פון 'טראדיציאנאלע' אידן און 43 פּראצענט, נאנט צו האלב, פרייע אידן וואס האפן אויף בנין בית המקדש?



איבער דריי-מיליאן אידן — הערסט? — ווילן דעם בית המקדש השלישי. אין חוץ לארץ איז אזא אנקעטע נאכנישט דורכגעפירט געווארן, אבער אפילו נאר די דריי-מיליאן אין ארץ ישראל איז 75 מאל אזויפיל ווי די צאל אידן וואס זענען נאך גלות בבל ארויפגעגאנגען מיט עזרא און נחמיה בויען דעם צווייטן בית המקדש.



וויפיל נאך איז שייך צו בעטן נאך 2,500 יאר אפּוועזנהייט פון השראת השכינה? נעם אין חשבון אז מיר שטייען היינט ווייטער פון בנין בית ראשון ווי בנין בית ראשון פון אדם הראשון. און דו רעדסט פון מענטשן וואס פארגעסן דעם פארלוסט פון א נאנטן נאך אינגאנצן 12 חדשים!



לאמיר זיך צוזאמקומען. דעמאלט וועלן מיר פארשטיין וואס מיר האבן ביז יעצט פארפּאסט. ס'וועט זיין אזא הנאה, אזוי זיס, אז מיר וועלן בשום אופן נישט באגרייפן וואס מיר האבן פריער געטראכט...



נ”ב


אויף 'אידישע וועלט' שרייבט עמיצער אז די 'מענטשן און געשעענישן' ארטיקלען אין 'נפשי' ענדיגן זיך אין די לעצטע חדשים "זייער נישט געשמאק".



לדוגמא, די געשיכטע אינעם לעצטן 'נפשי', מיט א יונגערמאן האט נאכ'ן גט פארלוירן די מעגליכקייט צו זען זיין קינד.



טאקע נישט שפּיץ-געשמאק פאר א סוף-מעשה. די רירנדע סצענע פון זיין באגעגעניש מיט'ן יונגעלע וואלט געווען שענער. אבער אמת'ע מעשיות פונעם געווענליכן לעבן זענען רוב מאל נישט שפּיץ-שיין.



יענער יונגערמאן האט געדארפט הילף צו קעמפן פאר די רעכטן פון זיך און זיין קינד. ער האט מצליח געווען ארויסצוקריכן פונעם לאָך און אויפבויען דעם קוראזש.



נישט דער געשמאקסטער אויספיר, אבער מהיכי תיתי אז ס'איז נישט קיין סוקסעס?



גוט און געשמאק גייען נישט אייביג אינאיינעם. מסכים?
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6411
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: פנחס גלויבער ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

פנחס גלויבער, ברעקלעך.


פרעמדע געשפרעכן


אויפ'ן אינטערנעט איז פאראן א פּלאץ מיט'ן נאמען LinkedIn. אין זייערע אייגענע ווערטער, איז עס "די גרעסטע נעץ פאר פּראפעסיאנאלן אויפ'ן אינטערנעט". אביסל ברייטער און פשוט'ער גערעדט, איז 'לינקדאין' א נעץ וואס ברענגט צוזאמען ביזנעסלייט און קאמפּאניס פון דער גאנצער וועלט. מענטשן נוצן עס צו שליסן געשעפטליכע קאנטאקטן און טרעפן פרישע ביזנעס-געלעגנהייטן.

יעדער לינקדאין-מעמבער באקומט זיך א 'בלאט', זיין אייגענעם בולעטין צו רעדן און דערציילן וועגן זיך און זיין פּראפעסיע. מענטשן שרייבן, און אנדערע קענען קאמענטירן און צולייגן זייערע באמערקונגען.

אבער כ'בין דאך נישט געקומען דיר דערציילן וויאזוי LinkedIn ארבעט. כ'וויל פון דיר עפּעס אנדערש — אז זאלסט מיר געוואויר אין וועלכן ביהמ"ד יאנקל (נו — דער הויפּט מענעדזשער פון 'עמעיזינג עמעזאָן': כאפּסט פון וועמען איך רעד?) דאוונט יעדן אינדערפרי. כ'וויל אים עפּעס איבערגעבן.

זיין טעלעפאן-נומער? כ'האב עס גראדע, אבער ער הייבט קיינמאל נישט אויף. מפי השמועה הערט ער ניטאמאל אויס זיינע מעסעדזשעס. כ'האב א הרגשה אז זיינע טעקסט מעסעדזשעס ליינט ער אויך נישט.

אוודאי האב איך פּרובירט, מער ווי איינמאל, צו שיקן אַן אימעיל. ער ענטפערט אבער נישט. דער בחור איז אַן עלעקטראנישער שווייגער.

כ'זאל אים מעסעדזשן אויף LinkedIn, זאגסטו? אה, ממש דאס איז דער נושא. טאקע וועגן דעם וויל איך צו אים רעדן.

טרעפסט אים יעדן טאג ביי מעריב? געוואלדיג! לאמיך דיר זאגן וואס איך וויל פון אים. קענסט צולייגן קאפּ און בלייבן מיט מיר פאר דריי מינוט? פיין. הער אויס.

*

איך פּאָוסט אויף LinkedIn פאר אנדערע מענטשן. נישט ממש א נייע זאך — כ'טו עס שוין א שטיק צייט. איך טו עס פאר געלט: יענער באצאלט מיך צו שרייבן אין זיין נאמען, אויף זיין אקאונט. איך שרייב, און רעאגיר ווען אנדערע קאמענטירן אויף די פּאָוסטס.

האסט טאקע נישט געוואוסט? אוודאי! ס'איז א גאנצע אינדוסטריע. ניין, לאו דווקא LinkedIn. אנדערע פּאָוסטן פאר דיר אויך אויף אנדערע סאָושעל-מידיא פּלאטפארמעס. איך אבער ארבעט נאר מיט LinkedIn.

קיצור הדבר, יאנקל האט מיט צוויי וואכן געזאגט פאר מיין שוואגער, אז ער האט לעצטנס אנטוויקלט א גוטן קשר מיט משה'ן — דער אייגנטימער פון 'ספּייס עמעזאן ליסטינגס'. ער רעדט מיט אים אויף LinkedIn וועגן פארשידנס בנוגע ביזנעס און תכלית. אזוי האט יאנקל מיט שטאלץ דערציילט פאר מיין שוואגער.

די זאך איז יעצט, אז משה האט מיך אויפגענומען צו פירן זיין LinkedIn אקאונט. איך ווער באצאלט צו שרייבן זיינע פּאָוסטס, מעסעדזשעס, באמערקונגען. כאפּסט דעם חורבן?

דערווייל איז טאקע אלעס אונטער קאנטראל. דער אמת'ער חורבן וועט זיין ווען יאנקל וועט באגעגענען משה'ן ביי א שמחה צי וואס. יאנקל וועט אוודאי ממשיך זיין דעם שמועס וואס ער האלט אינמיטן פירן מיט משה'ן אויף LinkedIn Messaging. די בושות וועלן זיין אזוי גרויס ווי דעם גאנצן אינטערנעט, ואנה אברח מצערו של אבא.

*

וואס וויל איך פון דיר? אז זאלסט כאפּן מיט יאנקל א שמועס און אזוי זייער תמימות'דיג פירן דעם געשפּרעך ביז דעם נושא פון LinkedIn. דערמאן אזוי בדרך אגב וועגן דער מעגליכקייט צו באצאלן פאר א צווייטן וואס זאל אנפירן מיט זיין אקאונט. זאג אים אז אסאך היימישע יונגעלייט, טאקע בעיקר מענטשן אין דער עמעזאן-אינדוסטריע, נוצן דעם סערוויס.

כ'האף אז יאנקל וועט כאפּן דעם רמז און נעמען אין באטראכט די מעגליכקייט אז זיינע LinkedIn געשפּרעכן — מיט משה, מאַרק, סטיווען, און אסאך אנדערע — זענען נישט אום שבת גערעדט א תוצאה פון א באצאלטן סערוויס. (אגב, מארק און סטיווען ווייסן ניטאמאל אז זיי רעדן צווישן זיך. איך פיר ביידע אקאונטס. אבער דאס לאז שוין צווישן אונז.)

וואס איך וועל פון דעם פארדינען? קודם כל, איינשפּאָרן בושות פאר אידישע קינדער. א מעגליכער מתן שכרו בצדו וואס קען ארויסקומען, אז משה'ן וועט אפשר דער געדאנק געפעלן און ער וועט מיך אויפנעמען צו פירן אויך זיין LinkedIn אקאונט.

קענסט עס אים איבערגעבן היינט ביי מעריב? זאג אים אז אסאך היימישע יונגעלייט, טאקע בעיקר מענטשן אין דער עמעזאן-אינדוסטריע, נוצן דעם סערוויס. מאך זיכער נישט צו דערציילן אז מיין שוואגער האט מיר איבערגעזאגט!

אויב ער וויל מיך למעשה טאקע נעמען, זאל ער מוחל זיין און מיך קאנטאקטן אויף LinkedIn.

נ״ב

א יונגעלע האט אריינגעלאזט א שאלה פאר 'גוט געפרעגט'. ער וויל וויסן פארוואס ווען ער קוקט זיך אליין אין שפּיגל איז אלעס נארמאל, אבער ווען ער טרעפט זיך אריינקוקן א צווייטן אין די אויגן נעמט ער זיך לאכן.

נו פארוואס טאקע? לאמיר אינאיינעם שפּעקולירן.

דאס יונגעלע איז באקוועם מיט זיך אליין. דערפאר איז אים גרינג זיך צו קוקן אין פנים. ווען עס קומט צו אנדערע, זענען שוין דא חשבונות. די ריינקייט אין אונזערע באציאונגען מיט אנדערע מענטשן ווערט באפלעקט גאנץ פרי אין לעבן.

עצה טובה: כאפּ אריין ווילאנג דו קענסט נאך קוקן אויף זיך אָן בושה און שולד-געפילן. שפּעטער אין לעבן ווערן מיר געווענליך אומבאקוועם אויך מיט זיך אליין.
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
עד סנאודען
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 16, 2021 2:08 am

פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עד סנאודען »

לינק זיך איינצושרייבן: Https://bit.ly/brekelech
אוועטאר
גיב א לאך
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:57 pm
לאקאציע:ווי טאקע?

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א לאך »

דאס לעצטע געלעכטער


דערציילט מיר א איד א פורימ’דיגע מעשה מיט א יום-כיפור’דיגן אויספיר. ער איז געזעצן איין יאר ביי דער פורים-סעודה, און דער וויין איז צוביסלעך אריינגעקראכן אין די קישקעס און פון דארט ארויסגעטריבן אלע סודות. יענעמס פרוי, דעמאלט נאכנישט קיין שותו”מ, האט אנגעהויבן רעדן איבעריגע ווערטער.



קיינער ווייסט נישט אזויפיל וועגן א מענטש ווי זיין פרוי, וועלכע האט טאקע אלע ארויסגעשטעלט אויפ'ן טיש — אלע זיינע חסרונות, די טיפסטע שוואכקייטן וואס ער האט געהאלטן פארמאכט אונטער שלאס און ריגל.



עולם האט זיך אומבאקוועם געריקט אין די בענקלעך און נישט געוואוסט וואוהין צו ווענדן די פארלוירענע בליקן: אויפ'ן מאן מיט זיין פּעקל? אויף דער וואנט ביי דער זייט?



און דער מאן אליין? וויי וויי...



נאך עטליכע יוֹבל-לאנגע מאמענטן האט ער גענומען דאס ווארט און מודיע געווען, אז אלעס וואס זיין פרוי האט דערציילט איז אמת גמור. זי האט אויף קיין האָר נישט איבערגעטריבן.



"וואס קוקט איר אויף מיר אזוי?" האט ער אויסגערופן. "איר זענט אנדערש? איר פארמאגט נישט קיין טונקעלע זייטן וואס איר באוואכט מיט גאנצן כוח?"



"יעצט", האט דער איד אויסגעפירט, "קענט איר מיך שוין. איר ווייסט אלעס וועגן מיר. זייט מחליט צי איר ווילט מיך מקבל זיין ווי איך בין. איך גיב אייך דאס גאנצע רעכט זיך אפּצולאזן פון מיר".



*



יענער איד איז שוין דעמאלט געווען א בעל תשובה. זיין פרוי און קינדער זענען נאכגעקומען שפּעטער.

ער האט מיט די אייגענע כוחות אוועקגעשטעלט דעם פונדאמענט און שפּעטער האט ער מיט די אייגענע הענט געבויט דעם בנין. מָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְשׁוּבָה עוֹמְדִין — צַדִּיקִים גְּמוּרִים אֵינָם עוֹמְדִין (ברכות ל"ד, ע"ב).



מיט דער צייט האט ער אנגעהויבן לערנען מוסר און חסידות. ער האט זיך באקענט מיט’ן מושג פון אויסארבעטן דעם נפש און אויסשלייפן מידות. ער האט געכאפּט אז אלעס וואס געשעט איז לטובת זיין תכלית און יעדע זאך ברענגט אים נאנטער צום ציל.



אין דער ערשטער רגע פון יענער פורים-אטאקע האט ער געקאכט מיט כעס און בושה. דאן האט ער זיך געשטארקט און מחליט געווען עס אנצוקוקן מיט הכל-לטובה בליקן.



דער כעס האט אויסגעוועפּט און דער קאפּ איז קלאר געווארן. א שנעלע מחשבה האט אים מייעץ געווען מיטצוגיין מיט'ן מציאות. דער עולם האט אלעס געהערט. א שאד צו אנטלויפן דערפון.



דער שכר זיינער איז געווען אז ער איז פטור געווארן פון א פחד וואס פארשקלאפט יעדן מענטש. די נאנטע ווייסן שוין אלעס און ער דארף מער נישט מורא האבן אז זיינע אומבא'טעמ'טע פארבארגענישן וועלן ארויסרינען: 'אט בין איך, אפן און דורכזיכטיג. דאס איז דאס גאנצע פּעקל איך. זעסט?'



יעדער פון אונז ציטערט אנדערע זאלן נישט געוואויר ווערן וועגן די טונקעלע זייטן. ביי דעם איד איז דער פחד צעפּלאצט געווארן.



ער וואלט דעם פורים עפּיזאד קיינמאל נישט באשטעלט. אבער ווען די בושות זענען געקומען, האט ער איינגעבויגן דעם קאפּ און מקבל געווען דעם רצון ה' — אויסגעפירט דורך א בעל בחירה וואס האט דורך וויין פארלוירן דעם קאנטראל.



*



קומען וועט דער טאג, ווען ווער-ס'איז וועט וויאזוי-ס'איז דערציילן אלעס וואס ס'איז דא צו וויסן. די טעכנאלאגיע, וואס ווייסט אזויפיל וועגן מענטשן, שווייגט. אבער איין טאג וועט זי זיך אוועקשטעלן אויף א שטיין און מיט'ן נוסח פון א פורים-קידוש אלעס דערציילן.



וויי וויי...



מענטשן וועלן זיך צעלויפן אין אלע ווינקלען. אבער דאן וועלן מיר אויפאמאל כאפּן אז מיר שפּילן באהאלטן מיט זיך אליין. אלע מוטשן זיך מיט די זעלבע אדער ענליכע שוועריגקייטן. יעדער פארמאגט א קעלער מיט פארשטויבטע סודות.



מיר וועלן כאפּן די זאך און אויספּלאצן אין א געלעכטער. אוי וועלן מיר לאכן. מיר וועלן גיסן טרערן פון געלעכטער און דער שטראם וועט מיטשלעפּן די אנגסט פון דורות.



די שפּאנונג וועט זיך אויפלאזן און אויפאמאל וועלן מיר כאפּן די זאך. מיר וועלן זיך דערמאנען פון דעם וואס זעט און ווייסט אלעס, וועלכער האט דורך דער גאנצער צייט מיטגעהאלטן דעם גאנצן הלוך-ילך און מוטשענישן פון אלע ביליאנען מענטשן זינט דעם ערשטן מענטש.



ער זעט, ווייסט, און פארשטייט אלעס, אריינגערעכנט די חשבונות און תירוצים וואס מיר געבן יענעם און זיך אליין. די השגחה עליונה זעט אונז אזוי דורכזיכטיג ווי קלארע לופט. זי פארשטייט אונז בעסער ווי מיר וועלן זיך אמאל קענען פארשטיין. זי זעט און מוטיגט אונז צו גיין ווייטער:



'כ'ווייס דען נישט אז ס'איז שווער? אוודאי ווייס איך! האסט פארגעסן אז איך האב עס געמאכט? יא, יא. דאס האב איך אויך באמערקט. מאך נישט קיין עסק. טו וויפיל דו קענסט. דין חשבון ביזטו שולדיג נאר פאר מיר, ריכטיג? איך בעט פון דיר גארנישט מער ווי פּרובירן. אגב, לאז אפּ די חשבונות צי דו האסט פריער אפשר יא געקענט בעסער מאכן. (האסט נישט.) גיי ווייטער; פּרוביר נאכאמאל. דאס אלעס'.
עד סנאודען
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 16, 2021 2:08 am

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עד סנאודען »

אויסגעכאפט
אוועטאר
אן עפל ביים באס
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 11, 2022 1:22 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן עפל ביים באס »

פון לעצטע וואך.
פרעמדע געשפּרעכן


אויפ'ן אינטערנעט איז פאראן א פּלאץ מיט'ן נאמען LinkedIn. אין זייערע אייגענע ווערטער, איז עס "די גרעסטע נעץ פאר פּראפעסיאנאלן אויפ'ן אינטערנעט". אביסל ברייטער און פשוט'ער גערעדט, איז 'לינקדאין' א נעץ וואס ברענגט צוזאמען ביזנעסלייט און קאמפּאניס פון דער גאנצער וועלט. מענטשן נוצן עס צו שליסן געשעפטליכע קאנטאקטן און טרעפן פרישע ביזנעס-געלעגנהייטן.



יעדער לינקדאין-מעמבער באקומט זיך א 'בלאט', זיין אייגענעם בולעטין צו רעדן און דערציילן וועגן זיך און זיין פּראפעסיע. מענטשן שרייבן, און אנדערע קענען קאמענטירן און צולייגן זייערע באמערקונגען.



אבער כ'בין דאך נישט געקומען דיר דערציילן וויאזוי LinkedIn ארבעט. כ'וויל פון דיר עפּעס אנדערש — אז זאלסט מיר געוואויר אין וועלכן ביהמ"ד יאנקל (נו — דער הויפּט מענעדזשער פון 'עמעיזינג עמעזאָן': כאפּסט פון וועמען איך רעד?) דאוונט יעדן אינדערפרי. כ'וויל אים עפּעס איבערגעבן.



זיין טעלעפאן-נומער? כ'האב עס גראדע, אבער ער הייבט קיינמאל נישט אויף. מפי השמועה הערט ער ניטאמאל אויס זיינע מעסעדזשעס. כ'האב א הרגשה אז זיינע טעקסט מעסעדזשעס ליינט ער אויך נישט.



אוודאי האב איך פּרובירט, מער ווי איינמאל, צו שיקן אַן אימעיל. ער ענטפערט אבער נישט. דער בחור איז אַן עלעקטראנישער שווייגער.



כ'זאל אים מעסעדזשן אויף LinkedIn, זאגסטו? אה, ממש דאס איז דער נושא. טאקע וועגן דעם וויל איך צו אים רעדן.



טרעפסט אים יעדן טאג ביי מעריב? געוואלדיג! לאמיך דיר זאגן וואס איך וויל פון אים. קענסט צולייגן קאפּ און בלייבן מיט מיר פאר דריי מינוט? פיין. הער אויס.



*



איך פּאָוסט אויף LinkedIn פאר אנדערע מענטשן. נישט ממש א נייע זאך — כ'טו עס שוין א שטיק צייט. איך טו עס פאר געלט: יענער באצאלט מיך צו שרייבן אין זיין נאמען, אויף זיין אקאונט. איך שרייב, און רעאגיר ווען אנדערע קאמענטירן אויף די פּאָוסטס.



האסט טאקע נישט געוואוסט? אוודאי! ס'איז א גאנצע אינדוסטריע. ניין, לאו דווקא LinkedIn. אנדערע פּאָוסטן פאר דיר אויך אויף אנדערע סאָושעל-מידיא פּלאטפארמעס. איך אבער ארבעט נאר מיט LinkedIn.



קיצור הדבר, יאנקל האט מיט צוויי וואכן געזאגט פאר מיין שוואגער, אז ער האט לעצטנס אנטוויקלט א גוטן קשר מיט משה'ן — דער אייגנטימער פון 'ספּייס עמעזאן ליסטינגס'. ער רעדט מיט אים אויף LinkedIn וועגן פארשידנס בנוגע ביזנעס און תכלית. אזוי האט יאנקל מיט שטאלץ דערציילט פאר מיין שוואגער.



די זאך איז יעצט, אז משה האט מיך אויפגענומען צו פירן זיין LinkedIn אקאונט. איך ווער באצאלט צו שרייבן זיינע פּאָוסטס, מעסעדזשעס, באמערקונגען. כאפּסט דעם חורבן?



דערווייל איז טאקע אלעס אונטער קאנטראל. דער אמת'ער חורבן וועט זיין ווען יאנקל וועט באגעגענען משה'ן ביי א שמחה צי וואס. יאנקל וועט אוודאי ממשיך זיין דעם שמועס וואס ער האלט אינמיטן פירן מיט משה'ן אויף LinkedIn Messaging. די בושות וועלן זיין אזוי גרויס ווי דעם גאנצן אינטערנעט, ואנה אברח מצערו של אבא.



*



וואס וויל איך פון דיר? אז זאלסט כאפּן מיט יאנקל א שמועס און אזוי זייער תמימות'דיג פירן דעם געשפּרעך ביז דעם נושא פון LinkedIn. דערמאן אזוי בדרך אגב וועגן דער מעגליכקייט צו באצאלן פאר א צווייטן וואס זאל אנפירן מיט זיין אקאונט. זאג אים אז אסאך היימישע יונגעלייט, טאקע בעיקר מענטשן אין דער עמעזאן-אינדוסטריע, נוצן דעם סערוויס.



כ'האף אז יאנקל וועט כאפּן דעם רמז און נעמען אין באטראכט די מעגליכקייט אז זיינע LinkedIn געשפּרעכן — מיט משה, מאַרק, סטיווען, און אסאך אנדערע — זענען נישט אום שבת גערעדט א תוצאה פון א באצאלטן סערוויס. (אגב, מארק און סטיווען ווייסן ניטאמאל אז זיי רעדן צווישן זיך. איך פיר ביידע אקאונטס. אבער דאס לאז שוין צווישן אונז.)



וואס איך וועל פון דעם פארדינען? קודם כל, איינשפּאָרן בושות פאר אידישע קינדער. א מעגליכער מתן שכרו בצדו וואס קען ארויסקומען, אז משה'ן וועט אפשר דער געדאנק געפעלן און ער וועט מיך אויפנעמען צו פירן אויך זיין LinkedIn אקאונט.



קענסט עס אים איבערגעבן היינט ביי מעריב? זאג אים אז אסאך היימישע יונגעלייט, טאקע בעיקר מענטשן אין דער עמעזאן-אינדוסטריע, נוצן דעם סערוויס. מאך זיכער נישט צו דערציילן אז מיין שוואגער האט מיר איבערגעזאגט!



אויב ער וויל מיך למעשה טאקע נעמען, זאל ער מוחל זיין און מיך קאנטאקטן אויף LinkedIn.
נ”ב


א יונגעלע האט אריינגעלאזט א שאלה פאר 'גוט געפרעגט'. ער וויל וויסן פארוואס ווען ער קוקט זיך אליין אין שפּיגל איז אלעס נארמאל, אבער ווען ער טרעפט זיך אריינקוקן א צווייטן אין די אויגן נעמט ער זיך לאכן.



נו פארוואס טאקע? לאמיר אינאיינעם שפּעקולירן.



דאס יונגעלע איז באקוועם מיט זיך אליין. דערפאר איז אים גרינג זיך צו קוקן אין פנים. ווען עס קומט צו אנדערע, זענען שוין דא חשבונות. די ריינקייט אין אונזערע באציאונגען מיט אנדערע מענטשן ווערט באפלעקט גאנץ פרי אין לעבן.



עצה טובה: כאפּ אריין ווילאנג דו קענסט נאך קוקן אויף זיך אָן בושה און שולד-געפילן. שפּעטער אין לעבן ווערן מיר געווענליך אומבאקוועם אויך מיט זיך אליין.
He is crooked, He is sleepy, He is Joe Biden!
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6411
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

מלאכ׳ישע באזוכן

אונטער א קלארן הימל, פון וועלכן קוקן ערנסט אראפּ מיליאנען שטערנס, וויגט זיך א ווינטל. אין א געווענליכן הויז, מיט א קאך און קארידארן, זיצט אויף דער ערד פון שלאף-צימער אַן 8-יעריג יונגעלע.

"איך קען מער נישט", האט דאס קינד אויסגערופן מיט ווערטער וואס זענען פון מויל נישט ארויסגעקומען.

די ווייטאג האט מיט אימפּעט זיך דורכגעריסן דער גרעניץ צו רוחניות און צעשטערט די הימלישע מנוחה.

איינער מוז עפּעס טאן. אבער ווער און וואס? וויפיל קען א מלאך אריינרעדן אין דער רעטעניש פון ערדישע געשעענישן? וואס קען מען שוין זאגן פאר א קינד וואס כאפּט סייווי נישט וואס עס שפּילט זיך אפּ?

פארלוירענע האבן די מלאכים געפלאטערט מיט רוחניות'דיגע פליגל.

"איך וועל גיין", האט זיך פון א רונדיגן ווינקל געהערט א שטימע אָן קול.

פאר'חידוש'טע האבן מלאכים געהויבן די פליגל. ס'איז דאך נישטא וואס צו זאגן. יענער האט נישט קיין פּלאן, אבער ער גייט פארט, האבן זיי באוואונדערט יענעמס מוטיגקייט.

געכאפּט דעם שיץ-מאנטל, וואס הימלישע איינוואוינערס טראגן דורכאויס גשמיות'דיגע באזוכן, האט דער מלאך שנעל געשוועבט צו דער גרעניץ צווישן דארט פון דא.

*

"זיסקייט".

דאס קינד האט ארויסגעריסן דאס פנים פון די הענט און געקוקט מיט פארריסענע אויגן: ווייסע פליגל און העל-בלויע שפּיצן. א מלאך!

"דו קענסט נישט אויסדריקן וואס דו פילסט", האט דער מלאך פארזיכטיג אנגעהויבן. "אבער דו קענסט מער נישט דערהייבן".

דאס קינד האט צוגעשאקלט. פון דער באוועגונג האבן דריי טרערן זיך ארויסגעשאקלט פון די אויגן און געפאלן א געדאנק אוועק פונעם מלאך.

"עס טוט מיר זייער, זייער וויי. איך קען נישט אוועקנעמען דיין הארץ וואס פילט. איך קען נישט משנה זיין די אומשטענדן. איך קען דיר אויך נישט מסביר זיין פארוואס דו פילסט צעבראכן און פארלוירן צווישן מענטשן וואס האבן דיר אויף דער וועלט אראפּגעברענגט.

"כ'האב מורא", האט דער מלאך נאכ'ן קווענקלען צוויי רגעים צוגעלייגט, "אז אויב כ'זאל דיר יא ערקלערן וועסטו עס נישט איבערטראגן".

דאס קינד האט נישט פארשטאנען, אבער זיך מחיה געווען מיט דער רפואה וואס איז געקומען מיט דער מלאכ'ישער ווארעמקייט.

"ס'איז פאראן איין זאך וואס איך קען יא טאן. ס'וועט נישט טוישן דעם מצב, אבער וועסט קענען מער דערהייבן".

דאס קינד האט געקוקט מיט שטומע בליקן.

*

"אין א ווארט", האט דער מלאך, וועלכער האט געוואוסט אז דאס קינד וועט סייווי נישט כאפּן, גערעדט מיט א שנעלן טעמפּא, "וועל איך ארויסנעמען די ווייטאגן פון דיין הארץ און זיי אויסלייגן איבער דיין קערפּער".

נאך א מינוט קווענקעלניש האט ער דעם סך הכל:

"כ'וועל פארהארטעווען דיין הארץ און פארשפּארן דיינע הרגשים. וועסט אזוי נישט פילן ווי עס ווערט כסדר צעבראכן.

"כ'וועל אויך פארשטייפן דיין האלז. ס'איז בעסער דיינע יסורים זאלן זיך נישט ארויסרייסן, ווייל קיינער וועט סייווי נישט הערן דיין געשריי. וועסט נישט קענען טיף אטעמען, כדי דיין מוח, וואס טאר נישט באגרייפן דאס מציאות, זאל נישט קענען טיף טראכטן.

"דיינע איינדרוקן וועל איך פארשליסן אין א קאמער פון פחד און אנגסט. וועסט מורא האבן צוצוגיין צו יענעם ווינקל, וואו דער יעצט ווערט אוועקגעלייגט אלס זכרונות פון שפּעטער.

"וועסט לעבן מיט'ן שקר פון שולד און מיינען אז ס'איז דיין אחריות און דו האסט אלעס גורם געווען. וועסט פארלירן קאנטאקט מיט זיך און אנדערע. פון צוטרוי אין מענטשן וועט כמעט גארנישט בלייבן.
"וועסט ווערן פארקלאפּט און פארקלעמט. אויף דעם אופן וועסטו איבערלעבן דעם שרעקליכן יעצט".

*

דאס קינד האט אלץ ווייניגער פארשטאנען און דער מלאך האט גערעדט אלץ שנעלער, וועגן סימנים
דאס קינד האט אלץ ווייניגער פארשטאנען און דער מלאך האט גערעדט אלץ שנעלער, וועגן סימנים וואס וועלן מיט יארן שפּעטער אויפשווימען און מרמז זיין וועגן באהאלטענע, דערשטיקטע, און פארווארפענע איבערלעבענישן און געפילן.

ער האט אויך נישט פארשטאנען וועגן זיינע שפּעטערדיגע שוועריגקייטן אנצוקניפּן באציאונגען און פילן נאנטשאפט מיט אנדערע מענטשן.

"צום סוף", האט דער מלאך אויסגעפירט, "ווען דו וועסט זיין גרייט אויפצונעמען דעם שרעקליכן אמת פון דער יעצטיגער תקופה, וועלן די זכרונות זיך אויפלאזן און אויפברענגען זייער פּיינפולע געפילן.

"אוי, וועלן די יסורים וויי טאן. וועסט אבער דעמאלט האבן עמיצן וואס וועט דיר העלפן פארשטיין און באגרייפן. יענער וועט זיין דער ערוואקסענער גלגול פון דיין יעצטיגן דו. יענער — דו פון דעמאלט — וועט באגלייטן דיין דו פון יעצט צו יענער פחד-פחדימ'דיגער קאמער. אינאיינעם וועט איר דארט טרעפן פארשטויבטע זכרונות צאפּלען אין רויע יסורים.

"דער ערוואקסענער וועט דיר העלפן פטור ווערן פון דעם שקר אז ס'איז געווען דיין שולד. נאכ'ן אנטוויקלען גענוג צוטרוי אין יענעם גרויסן מענטש, וועט דער קליינער, הילפסלאזער דו צוביסלעך אריינטרעטן אין יענער קאמער. דאס פארהארטעוועט הארץ וועט צאפּלען, דאס האלז וועט זיך אויפלאזן, און דאס חיות וועט אנהייבן פליסן.

"דיינע מחשבות וועלן ברויזן און וועסט א פארצווייפלטער זוכן די לעזונג ביי יענע וואס האבן די צרות פארזייט. צום סוף וועסטו אבער פארשטיין, אז די רפואה גייט דורך א לאנגן, פּיינפולן, און איינזאמען וועג — דיין אייגענעם וועג.

"וועסט באוויינען וואס איז אויף אייביג פארלוירן. וועסט בענקן נאך ליבשאפט און זוכן שיץ ביי גרויסע און שטארקע. אלעס וועסטו פון דעם גרויסן דו-דעמאלט באקומען.

*

"איך ווייס נישט", האט דער מלאך מיט פּערל-טרערן אויסגעפירט, "ווען און וויאזוי, אבער כ'זאג דיר אז ס'וועט געשען. איך וועל מיטהאלטן פון דערווייטנס, הגם כ'ווייס נישט וויפיל דו וועסט פילן".

"יעצט, ריינע נשמה'לע, מוז איך גיין. גיי אין בעט און פארמאך די כשר'ע אויגעלעך. מיר וועלן זיך מער נישט זען און וועסט פארגעסן אז כ'בין דא געווען. די זכרונות בלייבן אין דיין קערפּער. מיט דער צייט וועלן זיי ארויסקומען.

"אלעס מוז זיין ווי ס'איז. איך ווייס נישט פארוואס. כ'האב דיך ליב. דער וואס האט דיך און מיך באשאפן האט דיך ליב. ער זעט דורך די שיכטן וואס האלטן זיך אינמיטן אנזאמלען. דיין נשמה קען קיינער נישט טשעפּן. די ליבשאפט וועט זיך דורכרייסן און צוזאמגליען די צעבראכענע שטיקער. די זכרונות וועלן אויף אייביג בלייבן, אבער וועסט ווערן גאנץ. פון דיינע אויגן וועט ארויסשיינען די ליכטיגקייט פון שלווה און השלמה".

נ”ב

א איד איז ל"ע געזעצן שבעה נאך א קינד. עמיצער וואס האט אים לכאורה פּרובירט מנחם זיין האט אנגעוויזן, אז מ'קען דאך נישט וויסן צי דער נפטר וואלט אייביג געבליבן ערליך און אזוי איז ער פון דער וועלט אוועק אינגאנצן ריין.

דער אבל, א ליובאוויטשער חסיד, האט יענעם געענטפערט, "ביזט גערעכט און ביזט אויך גוט צעדרייט".
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8280
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אויב איך מעג זיך ערלויבן; פנחס, "ביזט גערעכט און ביזט אויך גוט צעדרייט".
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
מר בר רב אשי
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:02 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר בר רב אשי »

אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5232
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ענדע צדיק! האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:41 am
אויב איך מעג זיך ערלויבן; פנחס, "ביזט גערעכט און ביזט אויך גוט צעדרייט".
דאן דארף מען נאך צודרייטע אויף די וועלט.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

ומי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!
Excellent
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 02, 2023 4:38 am

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Excellent »

ענדע צדיק! האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:41 am
אויב איך מעג זיך ערלויבן; פנחס, "ביזט גערעכט און ביזט אויך גוט צעדרייט".
דיסלייק
אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

ווער קען ברענגען די מעשה מיטן הייליגן חתם סופר, ווי א איד האט פארלוירן א אינג קינד אן אויפגייענדער שטערן וימאן להתנחם.
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8280
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

Bissli האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 2:51 am
ענדע צדיק! האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:41 am
אויב איך מעג זיך ערלויבן; פנחס, "ביזט גערעכט און ביזט אויך גוט צעדרייט".
דאן דארף מען נאך צודרייטע אויף די וועלט.
דעטס קארעקט. צודרייט גוט, אויב האט איינער שלעכט פארשטאנען.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע:אין געשעפט

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

אויב מאך איך נישט קיין טעות איז שוין די 'מלאכ׳ישע באזוכן' און 'דאס לעצטע געלעכטער' געווען פובליצירט אין מאמענט, ביי זיין קאלום 'צען ברעקלעך'.

ר' פנחס, עפעס פרישע סחורה פליז...

אגב, ביי זיין אנקעטע האט ער געדארפט צולייגן די אפציע פון פמ"א. סהאט געפעלט מיין אפציע, וואס דאס איז: אוודאי גיי איך עס קויפן! נישט קיין שאלה בכלל!....
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6411
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

כעלעמער חלומות



פון כעלעם האט איר שוין געהערט? איר קענט די ארטיגע תושבים און זייערע המצאות? באקענט זיך מיט שמערל — א דורכשניטליכער כעלעמער תושב.

שמערל איז נישט פון די גרויסע חכמים אין שטאט, אבער אויך נישט דווקא קיין אויסטערלישער נאר. (נישט אים איז איינגעפאלן די המצאה ארומצופירן דעם שמש אויף א ברעט געפירט דורך פיר מענטשן, כדי יענעמס פיסטריט זאלן נישט צעשטערן דעם שיינעם שניי.)

שמערל איז דער טיפּישער כעמעלניק, מיט א לעבן וואס באשטייט פון בטלנות און דורכפאל. זיין סדר היום ווערט געטריי באגלייט דורך די צוויי מלאכים, שלומיאל און שלימזל, וועלכע פירן אויס זייער שליחות בנאמנות.

קיין פרנסה איז נישטא און די הצלחה שיינט שמערל'ען דורך א פארוואלקנטן הימל. דער טאג באשטייט פון א קייט דורכפאלן, און אין אוונט ווארטן אים אין שטוב אפּ געשרייען פון הונגעריגע קינדער און זידלערייען פון א פרוסטרירטער פרוי.

פול ביז דער נאז, האט שמערל מחליט געווען צו אנטלויפן פון דערהיים און זוכן דאס גליק אין א נאנטער שטאט. צוגעווארט ביז אלע זענען פארזינקען אין א טיפן שלאף, האט שמערל יענעם אויפדערנאכט אויף די שפּיץ-פינגער זיך ארויסגעשלייכט פון שטוב.

*

שפּאנט שמערל אין שיץ פון נאכט-חושך מיט האסטיגע טריט, ביז די שטאט ווערט פארשלינגען פון אויג. ווען דער פרימארגן האט זיך באוויזן, האט ער אביסל רואיגער זיך אפּגעשטעלט כאפּן דעם אטעם.

אין דער שטילער פּוסטקייט פון ענדלאזע פעלדער האט ווינטל זיך געוויגט און גערייצט שמערל'ען צו כאפּן א דרימל. ער האט אלס סימן אוועקגעשטעלט די שיך געוואנדן צו דער ריכטונג פון זיין ציל, און א צופרידענער זיך אראפּגעלייגט אויפ'ן ווייכן גראז.

אט האט א פארבייגייער באמערקט די כעלעמער שיך און מחליט געווען זיי אויסצודרייען צו דער אנדערער זייט. ווען שמערל האט אביסל שפּעטער זיך ערוועקט, האט ער א קוק געגעבן אויף די שיך און לויט'ן סימן פון פריער ממשיך געווען צו גיין אין יענער ריכטונג.

ברימענדיג א פרייליך, כעלעמיש לידל איז שמערל אזוי ווייטער געגאנגען, ביז די ערשטע סימנים פונעם ישוב האבן זיך באוויזן. זיין הארץ האט געקלאפּט מיט ערווארטונג, אפילו ווען נאכ'ן קומען נאנטער האט זיך אים געדאכט אז ער איז שוין אמאל דא געווען.

*

אריינגעקומען אין שטעטל, האט שמערל צו זיין חידוש זיך געטראפן קוקן אויף זייער קענטליכע הייזער. די מענטשן האבן אויסגעזען די זעלבע און די בטלנים אויפ'ן מארק האבן גערעדט וועגן די זעלבע טעמעס ווי אין זיין היימשטאט נעכטן.

מאדנע!

אט האט שמערל זיך געטראפן שטיין אין פראנט פון א הויז וואס האט אויסגעזען אויף דער האָר ווי זיינס. קענטליכע קולות האבן פון די שפּאלטנס ארויסגעשפּארט. א פרוי האט זיך דארט געבייזערט פּונקט ווי זיינע. אפילו אירע זידלערייען זענען געווען די זעלבע.

"וואוהין ביזטו פארשוואונדן געווארן?" האט זיך געהערט א געשריי פון דער טיר וואס האט זיך אומבאמערקט אויפגעריסן.

'הייסט אז אויך איר מאן איז אנטלאפן זוכן דאס גליק ערגעץ אנדערש?' האט שמערל געטראכט פאר'חידוש'ט.

איידער וואס-ווי-ווען, האבן יענע פרעמדע אבער אזוי-קענטליכע קינדער אים געשלעפּט ביי די ריסן אינעם רעקל און געפאדערט עסן.

ווייניגער ווי א שעה נאכ'ן אנקומען, האט זיך שמערל געטראפן שפּילן די ראלע פון ראש בית אב אין א פרעמדער משפחה, וועמענס מיטגלידער האבן צוליב א מאדנעם צופאל אים אויפגענומען אלס זייער פארשוואונדענעם טאטן און מאן.

מיט אזעלכע שטוינענדע ענליכקייטן צו זיינע אומשטענדן, האט שמערל גרינג אויסגעפירט די ראלע וואס איז אויף אים אומערווארטעט ארויפגעפאלן. אזוי איז דער טאג דורכגעלאפן זייער געווענליך, און אויסער דעם אנטלויף-וועג איבערנאכט איז אלעס געווען ווי נעכטן און פאראיאר.

*

ווען שמערל איז אויפדערנאכט גענצליך ערשעפּט אריינגעפאלן אין יענעם בעט — וואס האט אגב אויסגעזען ממש ווי זיינעם — האט ער געהאט א מינוט צו טראכטן וועגן דער מאדנער איבערלעבעניש פונעם פארלאפענעם טאג.

אין פאנטאזיע האט ער געזען דעם אמת'ן טאטע פון דעם הויז אנטלויפן קיין כעלעם, וואו יענער, וועלכער זעט לכאורה אויס פּונקט ווי אים, איז אויפ'ן זעלבן אופן אנגעקומען צו זיין שטוב און באפאסט זיך דארט מיט זיינע קינדער.

שמערל איז געווארן אנגעפילט מיט רחמנות אויף יענעם שלימזל און זיינע אנטוישונגען.

וואס האט אים אויסגעפעלט צו לויפן קיין כעלעם, וואו ער איז סייווי אנגעקומען צום זעלבן מצב און אייגענע אומשטענדן? אויב סייווי די זעלבע שטאט, די זעלבע מענטשן, דאס זעלבע ווייב און די זעלבע קינדער, האט יענער פאר'ן זעלבן געלט געקענט דא בלייבן!

דאס איז טאקע געווען די לעצטע מחשבה וואס איז שמערל'ען דורכגעלאפן אין קאפּ, איידער'ן פארזינקען ווערן אין א טיפן שלאף.

נ״ב

א שאלה וואס כ'האב באקומען אויף 'גוט געפרעגט': צי א מענטש איז מער נאטירליך ווען ער איז שיכור אדער ניכטער?

כ'מיין אז דער מענטש דארף זיך פריער גוט און גרונטליך קענען, כדי צו קענען פעסטצושטעלן וועלכער פון די צוויי מצבים ברענגט בעסער ארויס זיין אויטענטישע פּינטעלע איך.
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
גיב א לאך
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:57 pm
לאקאציע:ווי טאקע?

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א לאך »

האב מיך ליב


וואס בעט דער אויבערשטער? מיר זאלן אים ליב האבן, אים אויסהערן, און זיך מדבק זיין אים. אזוי שטייט אין פסוק (דברים ל', כ').



ליב האבן דעם אויבערשטן איז איינע פון די גרינגסטע און שווערסטע מצוות. גרינג, ווייל ליבשאפט איז דאס פּאפּולערסטע געפיל אויף דער וועלט. יעדער ווערט געבוירן מיט דעם געברויך און נישטא נאך א רגש וואס שטופּט צו אזעלכע דראסטישע שריט ווי די זוכעניש נאך אהבה. מענטשן גייען פאר דעם פייער און די אפּוועזנהייט פון אהבה פירט קינדער אראפּ פון וועג און ערוואקסענע פון זינען.



דער אויבערשטער האט דעם געברויך פאר אהבה טיף פארווארצלט אין דער בריאה. אפילו חיות האבן זיך ליב. מיר ווערן דערמיט געבוירן און יעדער פון אונז קען אינטים דאס געפיל. אפילו די פון אונז וואס האבן צוליב אזויפיל ווייטאג און אנטוישונג אויסגעקליבן צו פארשליסן דאס הארץ און אפּהאקן די געפילן פון זיך און אנדערע ווייסן פון וואס מ'רעדט.



מיר פארשטייען שוין איינמאל צו אהבה, ווייל דאס הארץ בענקט כסדר. אהבת ה' איז אלזא א גרינגע מצוה, ווייל מיר ווערן געבוירן מיט'ן געברויך און פארשטייען דערפאר פּינקטליך וואס דער אויבערשטער וויל פון אונז.



*



וְאָהַבְתָּ אֵת ה' איז אבער פון דער אנדערער זייט אויך שווער, ווייל אסאך פילן זיך נישט אינדערהיים מיט די אייגענע געפילן און בפרט מיט ליבשאפט — צו זיך און צו יענעם.



פארוואס ס'איז אזוי געשען איז נישט נוגע צום עצם ענין, אבער אסאך פון אונז פילן זיך פרעמד און אומהיימליך מיט ליבשאפט. ביי געוויסע פון אונז טראגט דאס ווארט א נעגאטיוון נאכ'טעם. אנדערע קוקן אויף אהבה ווי אויף עפּעס ווייבעריש און קינדעריש, וואס פּאסט נישט פאר קלוגע, אינטעליגענטע, ערנסטע, ערוואקסענע מענטשן.



ס'איז אבער אזוי ווייט פונעם אמת. דו ווייסט דאך ביי דיר, פּונקט ווי איך ווייס ביי זיך, אז מיר נויטיגן זיך דערין. אויב איך און דו דארפן עס, קענען מיר אננעמען מיט גענוג זיכערקייט אז יענער דארף עס אויך. פארוואס זאלן מיר זיך מאכן נאריש?



אמת, מיר האבן עס אמאל געזוכט און נישט באקומען. אמת, אז דער אינסטינקט האט אונז מסביר געווען אז ס'איז בעסער צו פארלייקענען דאס געברויך, ווי איידער זוכן און אנטוישט ווערן. אלעס אמת, אבער צווישן אונז גערעדט: שטילערהייט זענען מיר געבליבן בענקן.



וואס דארפן מיר מער ווי דעם, אז דער אויבערשטער כביכול בעט עס פון אונז? הערסט א מעשה: דער כל יכול, וואס האט באשאפן אלעס, אריינגערעכנט דעם געפיל פון ליבשאפט, בעט פון מיר, ברעקל באשאף אין א בריאה גרעסער ווי אלע מענטשן וועלן אמאל באגרייפן, כ'זאל אים ליב האבן: מָה ה' אֱלֹקיךָ שֹׁאֵל מֵעִמָּךְ ... וּלְאַהֲבָה אֹתוֹ (דברים י' י"ב).



האט א גוטער איד געזאגט: די מצוות לא תעשה זענען היינט זייער קלאר. יעדער ווייסט וואס מען טאר נישט. ס'איז געקומען די צייט פאר די מצוות עשה'ס — און אהבת ה' איז א גוטע התחלה. מיט ליבשאפט איז אלעס רייכער און לעבעדיגער. שוועריגקייטן זענען אויך לייכטער דורכצוטראגן, ווען מיט מיר געפינט זיך עמיצער וועמען כ'האב אזוי ליב — וועלכער האט דערצו דער וועלט'ס געדולד צו מיר און מיינע משוגעת'ן.



*



כ'בין נישט קיין מוסר-זאגער. ס'איז נישט מיין פאך און איך טויג נישט דערצו. כ'האב נישט די תאווה צו געבן דרשות פונעם ארון קודש נאך א קוש אין פרוכת. קְשֹׁט עַצְמְךָ איז גרעסער ווי מיין לעבן און קְשֹׁט אֲחֵרִים וועט ווארטן עטליכע גילגולים.



נאר וואס: ליב האבן דעם אויבערשטן איז א מצוה וואס קומט מיט א שכר פון תענוג העכער אונזערע השגות — טאקע נאך אויף דער וועלט. כ'ווייס נישט וויפיל נאך מצוות לאזן זיך אזוי פשוט-פשט'יג אריינזעצן אינעם עוֹלָמְךָ תִּרְאֶה בְּחַיֶּיךָ.



נאך אלעם ווייסן מיר דאך אז אלעס אין דער בריאה איז דא לִכְבוֹדוֹ פונעם אויבערשטן (אבות ו', י"א). דער פאקט וואס ליבשאפט איז היינט אזא ארטיקל דערציילט עפּעס וועגן דער בשורה פון וְאָהַבְתָּ אֵת ה'. כ'בין נישט אין הימל און ווייס נישט וויאזוי א העכערע השראה זעט אויס. אבער דער דארשט פון אונזער תקופה רעדט זייער קלארע דיבורים.



א זיס יאר!

נ”ב


דו ווייסט פּינקטליך וואס דו האסט צו טאן. ביזט געבוירן געווארן מיט א נפשיות'דיגן Waze. דער קאָוטש און טעראפּיסט קענען דיר נאר העלפן אנטוויקלען א קשר מיט זיך אליין. די תירוצים וועסטו דעמאלט אליין טרעפן.



משה קליין טענה'ט אזוי. מסכים מיט זיין באהויפּטונג?
askan1
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

מלחמה מחשבות


די ערשטע באריכטן זענען געקומען פון די סירענעס, וואס האבן דראענד גערופן דעם עולם אריינצולויפן אינעם פארפּאנצערטן צימער, וואס קומט מיט יעדער דירה אין ירושלים.



אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד האב איך געהערט פארנעפּלטע באריכטן וועגן אַן אטאקע מיט קרבנות און פארכאפּטע אין דרום פון לאנד. ווער? וואס? וויפיל? גארנישט, אויסער שמועות מיט סתירות.



יעדער האט פארשטאנען אז עפּעס שרעקליך קאכט זיך אין לאנד. אויף דעם האבן אויך עדות געזאגט די ראקעטן, וואס פליען זעלטן ביז ירושלים.



נאנט צו מוצאי יו"ט האבן מיר שוין געוואוסט אז אסאך אידן ראנגלען זיך פאר'ן לעבן. תיכף ביים זמן בין איך געגאנגען מיט מיינע זין געבן בלוט. די באאמטע אין 'מגן דוד אדום' (די ארץ-ישראל גירסא פון 'רויטן קרייץ') האבן אונז געבעטן צוריקקומען מארגן. די זאפּאסן זענען פול און נישטא וואו צו לייגן פרישע בלוט-נדבות.



"גייט תיכף אהיים", האט דער וועכטער מיט אן ערנסטער, באזארגטער שטימע געזאגט. "בלייבט נישט אויף דער גאס".



נאך הבדלה האב איך געהערט וועגן הונדערטער רוצחים וואס לויפן ארום. דעמאלט איז נאך געווען א חשש אז געוויסע האבן אריינגעדרינגען טיפער אין לאנד און אפשר אנגעקומען ביז ירושלים.



דעם אמת'ן פארנעם פון דער שרעקליכער שחיטה, מיט די גרויל-געשיכטעס וועגן מיתות משונות נוסח די קאזאקן אמאל, האט מען אנגעהויבן הערן הערשט שפּעטער.





שאק און פארצווייפלונג
די ערשטע טעג זענען דורכגעלאפן ווי אין א נעפּל. מיט א בליק אויף צוריק, פארשטיי איך אז מיר זענען געווען אין א מצב פון שאק און טראומא.



ס'איז געווען דאס ערשטע מאל וואס כ'האב באמת געכאפּט דעם מצב פון מענטשן וואס לעבן מיט טיפע טראומאס און געפילן פון אבסעלוטער הילפסלאזיגקייט.



כ'בין געווען איבערגענומען מיט געפילן פון כעס און פארצווייפלונג. וואס צו טאן מיט די הרגשים האב איך נישט געוואוסט. דער אינסטינקט האט מיר געזאגט אז מען טאר מען נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט און כ'זאל עפּעס טאן.



טאן וואס?



כ'האב געבראכן קאפּ און געשוימט מיט אויפברויז און פרוסטראציע — אויף מיין אפּהענטיגקייט פון טאן עפּעס ממשות'דיג, אויף די כשר'ע אייניקלעך פון יענעם ערשטן פֶּרֶא אָדָם, און אויפ'ן קוואל אינעם מדבר וואס האט אין דער לעצטער מינוט זיך אנטפּלעקט צו הָגָר.





ווען יענער ברעכט קאפּ
דעם פאלגנדן טאג האט איך געהערט פון א געוויסן פּאפּולערן זינגער אין ארץ ישראל, וועלכער האט אין אַן אינטערוויו דערציילט אז ער האט דער גאנצער נאכט זיך געוואלגערט אין בעט און געבראכן קאפּ וואס ער קען יעצט טאן אין דעם שווערן מצב.



וואס הייסט וואס, האב איך נישט פארשטאנען: זינג! כאפּ דעם מייקראפאן און לויף מחזק זיין די טויזנטער אומגליקליכע אידן!



אויפאמאל האב איך פארשטאנען וואס שפּילט זיך ביי מיר אפּ. כ'האב געכאפּט אז אונטער מיין דראנג 'עפּעס צו טאן' באהאלטן זיך געפילן פון כעס און פארצווייפלונג. איך שפּיר פארלוירן און אפּהענטיג און זוך מיט אלע כוחות אויפצובויען א הרגשה פון קאנטראל. דערפאר פיל איך פרוסטרירט אז כ'בין נישט געשולט צו ראטעווען לעבנס, היילן הערצער, און נייטראליזירן באוואפנטע רוצחים.





די פעולה פון נישט טאן
איך בין נישט אין קאנטראל. קיינער, אריינגערעכנט די וואס טוען יא, איז נישט. השתדלות איז נישט קיין קינד פון שליטה. מ'דארף טאן, נאר ווייל אזוי האט דער אויבערשטער באשאפן דעם עולם העשיה.

באמת-באמת האט מיין טאן נישט קיין סאך שייכות מיט די תוצאות.



און וואס ווייסט וואס? אפשר דארף איך יעצט דווקא נישט טאן. אפשר איז דאס א געלעגנהייט צו ערלויבן די אומ'רחמנות'דיגע הילפסלאזיגקייט, וואס באהאלט זיך אונטער די שטורעמישע כעס-געפילן, ארויפצוקומען רוי און אומגעפילטערט. לאמיר זען וואס וועט געשען אויב כ'וועל זיך אונטערגעבן.



ווייל באלעבוס איז קיינער אויסער איינער. מיר באקומען זעלטן די געלעגנהייט צו פילן טיף אין דער קישקע דעם אמת וועגן אונזער הילפסלאזיגקייט. דער פחד, אומזיכערקייט, און פארלוירנקייט איז א חידוש פון א געלעגנהייט צו לאזן דעם עגא אנערקענען אז ער איז גארנישט מער ווי א דמיון.



די מינוט ווען א מענטש באנעמט מיט יעדן ברעקל פון זיין מהות די הכרה פון זיין גארנישט איז פחד פחדים. ס'נעמט אבער נאר א רגע ביז מ'טרעפט זיך אויף דער אנדערער זייט מיט א שלווה וואס ווערטער קענען נישט איבערגעבן.

נ”ב


איך ווייס נישט וואס מען דארף יעצט למעשה טאן. ס’איז דא וואס ווייסן יא. אזוי איז משמע פון זייער רעדן. ביי איין עקסטרעם ווייסן די ווייסערס מען אז מ'דארף איבערגעבן ארץ ישראל פאר די בני ישמעאל, און ביים אנדערן עקסטרעם איז קלאר אז מ'דארף פאריאגן די אראבערס צו אלע רוחות.



אונטער אלע חילוקי אמונות ודעות ברענט אבער ביי אלע אידן איין און דער זעלבער רצון: וְתִמְלךְ אַתָּה הוּא ה' אֱלקינוּ מְהֵרָה לְבַדֶּךָ עַל כָּל מַעֲשֶׂיךָ בְּהַר צִיּון מִשְׁכַּן כְּבודֶךָ וּבִירוּשָׁלַיִם עִיר קָדְשֶׁךָ.



טאטעלע, קום שוין אהיים. מיר האבן גענוג געווארט.

נאך א נ”ב


כ'בין זייער מכיר טובה פאר אלע גוטע ידידים וואס האבן בייגעשטייערט פאר די 'ברעקעלעך'. ס'איז נישט קיין התחייבות, אבער אויב אויך דו ווילסט, קענסטו עס טאן דא.

באצאלטער בולעטין


ביזט אריין אין ביזנעס? כ'וויל דיר העלפן — מיט professional mentoring און אפשר אויך א הלוואה.


אויב דו האסט אינוועסטעד אייגן געלט, קענסטו מעגליך באקומען אן *אינטערעסט-פרי* הלוואה פון 25 ביז 50 טויזנט דאלאר.


מיין טעלעפאן נאמבער איז 732.228.8374.


קענסט מיך אויך קאנטאקטן דא: https://epinetworking.org/get-in-touch
אוועטאר
גוטע וויין
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:12 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע וויין »

באהאלטן אין קאפּ
כ'האב א גוטן ידיד וואס איז א טעראפּיסט. (ברוכים תהיו — מירצעשעם ביי אייך אויף שמחות!) לאמיר אים רופן אברהם. יענער האט א חבר, אויך א טעראפּיסט, וועמען מיר א נאמען געבן יצחק.



מיין חבר'ס חבר באהאנדלט יעצט א יונגערמאן, יעקב, (א מזל די געשיכטע באשטייט נאר פון דריי מענטשן!) וואס האט 'שאלות אין אמונה'. יצחק האט זיך געוואנדן צו מיין חבר, וועלכער האט אים געגעבן דעם נאמען פון א גוטן איד וואס פארשטייט גוט צו די זאכן.



דער טעראפּיסט האט מסביר געווען פאר יענעם גוטן איד אז זיין קליענט, יעקב, דארף בעצם נישט קיין רב אדער רבני'שע אויטאריטעט. ער זוכט א צוגעלאזענעם, אינטעליגענטן מענטש, מיט וועמען ער קען כאפּן אַן אינטעלעקטואלן שמועס וועגן זיינע ספיקות.



דער גוטער איד האט מסכים געווען אויפצונעמען יעקב'ן, מיט צוויי תנאים: 1. דער שמועס וועט פאקוסירן אויף רגש און עמאציעס, און 2. אז יצחק און יעקב, טעראפּיסט און קליענט, וועלן מקבל זיין זיינע אנווייזונגען בתורת רב.



יצחק איז ארויס פאר'חידוש'ט און אנטוישט. לויט זיין אינפארמאציע איז דער גוטער איד, וועלכער נעמט נישט קיין געלט און מיינט נאר צו העלפן אנדערע אידן, ווי געגאסן פאר זיין קליענט. אפּגעזאגט האט ער אים טאקע נישט, אבער די תנאים וואס ער האט געשטעלט זענען ממש פארקערט ווי די וואס ער דארף.



א פארוואונדערטער האט ער אנגערופן אונזער בשותפות'דיגן פריינט, אברהם — וועלכער האט מיך געפרעגט דעם פשט פון אזא צוגאנג.



כ'האב אונטערגעשטראכן אז הגם כ'בין מקושר צו יענעם גוטן איד, קען איך אבער נישט רעדן אין זיין נאמען. כ'קען אבער אפשר יא שפּעקולירן וועגן דעם פשט.

*
אוועטאר
גוטע וויין
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:12 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע וויין »

הארציגע ספיקות
איך גלייב נישט אז יענעמס יונגערמאן אמונה-מאטערנישן קומען פון סייענס און פילאסאפיע. קיינער טראכט נישט היינט אויף דעם אופן. מענטשן היינט לעבן מיט רגש — נישט שכל. החלטות ווערן געמאכט אין הארץ; דער מח טרעפט שפּעטער לאגישע הסברים פארוואס איך טראכט און וויל פּונקט אזוי און נישט אנדערש. די גאנצע סוגיא פון מאַרקעטינג שטייט אויף דעם יסוד, און ס'איז אויך אזוי אנגענומען אין דער סייענטיפישע וועלט — די זעלבע אין וועמענס מסקנות יענער יונגערמאן איז אזוי פארכאפּט.



קיינער פארלאזט היינט נישט דעם דרך התורה וועגן אַריסטאָו, שפּינאָזאַ, אדער להבדיל מורה נבוכים, פּונקט ווי קיינער בלייבט נישט אין דער חרדי'שער וועלט נאר נאכ'ן אויס'חשבונ'ען ביז'ן לעצטן פרט. מיר לעבן מיט געפילן. אונזערע מעשים און מחשבות זענען געטריבן פון הרגשים. ווען איך פיל נישט גוט מיט זיך אליין אינעם פּלאץ וואו איך בין אויפגעוואקסן, זוך איך באפרידיגונג אנדערשוואו.



אין עקסטרעמע פאלן — מיט אומשטענדן אדער פּערזענליכע אייגנשאפטן — קען עס מיך שטופּן איבערצולאזן די היימישע אדער גאר אידישע וועלט. שפּעטער טרעף איך שוין לאגישע סיבות און הסברים, צו בארעכטיגן די החלטה וואס כ'האב פריער געמאכט מיט הארץ און רגש.



איך גלייב אז יעצט עגבערן יענעם יונגערמאן טאקע די אדער יענע אינטעלעקטואלע שאלות. דער שורש געפינט זיך אבער אין הארץ, נישט אין קאפּ. דעם נפש טוט וויי און ער זוכט צו פילן בעסער. דער מח גריזשעט נישט אזוי ווייט ווי די געפילן ברויזן.

*
אוועטאר
גוטע וויין
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:12 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע וויין »

קפיצת הדרך צום שורש פונעם אישו
נפשיות'דיגע יסורים קענען נאר באהאנדלט ווערן ווען מיר זענען גרייט זיי אנצוקוקן און אנערקענען. דער אינסטינקט טרייבט אונז צו אנטלויפן, ווייל ס'איז גרינגער צו פארלייקענען ווי פילן. פארלייקענען מיינט אבער נישט פארשוואונדן און די יסורי נפש בלייבן עגבערן. געוויסע טיפּן מענטשן אנטלויפן פונעם הארץ זוכן שיץ פון די יסורים אינעם קאפּ, וואו די ווייטאגן באהאלטן זיך אין אינטעלעקטואלע מלבושים.



וויבאלד דאס 'שִכליות' איז אַן אנטלויף-מיטל פונעם אייגנטליכן אישו, וועט דער יונגערמאן מסתמא פּרובירן צו האלטן דעם שמועס אין דער 'פארזיכערטער' זאנע (safe zone בלע"ז) פונעם שכל. דאס וועט אים אבער נישט העלפן מיט'ן שורש, וואס לעבט אינעם הארץ וואו ער וויל צוליב פחד פון פּיין נישט אריינקוקן. העלפן קען מען אים דורך דווקא אריינקריכן אין די הרגשים. אנדערש וועט מען סתם בטל'ן די צייט מיט'ן טאנצן פון א מרחק ארום דעם צענטער.



אַן אמת'ער חכם און נאך גרעסערער אוהב ישראל, וויל דער גוטער איד זיך קאנצענטרירן אויף יעקב'ס אינערליכער וועלט — זיינע רצונות, נטיות, געפילן — ווייל דארט ליגט דער שליסל צו זיין ישועה. די אנווייזונגען וואס דער גוטער איד וועט געבן וועלן אויך קומען מיט'ן זעלבן חשבון.



דער יונגערמאן וויל אבער נישט אהינגיין, און וועט דערפאר, אָן אליין כאפּן וואס ער טוט, אנטלויפן פון יעדן פּרואוו אים צוצוטראגן צום שפּיגל. דערפאר מוז דאס געשפּרעך און עצות קומען מיט די באדינגונגען: 1. רגש, און 2. בתורת אויטאריטעט, וועמענס אנווייזונגען זאלן אויסגעפאלגט ווערן אפילו זיי 'שטימען נישט'.



כ'ווייס נישט צי כ'האב ריכטיג אפּגעלערנט די כוונות פונעם גוטן איד. בכל אופן ליגט דא א היפּש-ביסל אמת. אזוי דאכט זיך מיר. מסכים?
אוועטאר
גוטע וויין
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:12 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע וויין »

נ”ב
א שאלה וואס כ'האב באקומען אויף גוט געפרעגט: פארוואס ווערט רחל אמינו גערופן 'מאמע רחל', אין דער צייט וואס נאר יוסף און בנימין שטאמען פון איר?



איך טראכט, ווייל רחל וויינט און פילט אידישע צרות. א קינד (און ערוואקסענע בלייבן מיט דעם אייביגע קינדער) איז וויכטיג יענער זאל מיך פילן און פארשטיין. געווענליך באקומט מען דאס פון דער מאמען, אבער אויב באקום איך דאס פון דער מומען, איז אויך גוט. דער עיקר יענער פילט מיך.

נאך א נ”ב
כ'בין זייער מכיר טובה פאר אלע גוטע ידידים וואס האבן בייגעשטייערט פאר די 'ברעקעלעך'. ס'איז נישט קיין התחייבות, אבער אויב אויך דו ווילסט, קענסטו עס טאן דא.

באצאלטער בולעטין


ביזט אריין אין ביזנעס? כ'וויל דיר העלפן — מיט professional mentoring און אפשר אויך אן *אינטערעסט-פרי* הלוואה פון 25 ביז 50 טויזנט דאלאר.


מיין טעלעפאן נאמבער איז 732.228.8374.


קענסט מיך אויך קאנטאקטן דא: https://epinetworking.org/get-in-touch
אוועטאר
גוטע וויין
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:12 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע וויין »

פארוואלקנטע נשמה-נאטיצן


איידער א מענטש קומט אראפּ אויף דער וועלט, דערציילט מען אים וואס ער גייט דא אויפטאן און וויאזוי. ביי יענעם שטאפּל שטימט דער חשבון און דערפאר זענען מיר מסכים אונטערצונעמען די נסיעה.



האט זיך געמאכט א פלייסיגע נשמה, וואס האט אראפּגעשריבן נאטיצן אויפ'ן שפּיץ פון א קליינעם וואלקן. (ס'איז מסתמא די זעלבע וואס וועט אלס קינד גנב'ענען די בחינה-ענטפערס פונעם שכן.) געקומען איז א ווינט און אוועקגעטראגן דאס וואלקנדל.



מיט דער הילף פון א ידיד ביי די וועטער-עקספּערטן, איז מיר געלונגען לייגן א האנט דערויף. אט זענען עטליכע ראשי פרקים וואס כ'האב מצליח געווען אפּצוליינען פון דער צעשווימענער כמארע.



*



...וועסט באקומען א גוף און וועסט דארט וואוינען דורכאויס דער רייזע. אלעס וואס דו דארפסט און ווילסט טאן, וועט אויסגעפירט ווערן דורך דעם קערפּער.



ס'קען זיין אז דער גוף וועט דיר נישט געפעלן. ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז ס'וועט זיך אין דיר אנטוויקלען א שנאה צו זיך אליין. (אזעלכע זאכן געשעען דארט.) אזוי צי אזוי, בלייבסטו מיט דעם קערפּער דורכאויס דער גאנצער תקופה. פונעם גוף וועסטו ארויסקריכן ביים קושן די מזוזה אויפ'ן וועג ארויס.



*
אוועטאר
גוטע וויין
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:12 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע וויין »

די וועלט איז א בית חינוך, וואו תלמידים לערנען נייע זאכן. דער שולע-טאג, וואס ציט זיך פונעם לעבנס-פרימארגן ביז אויס, באשטייט פון שיעורים און לימודים. אויף יעדן ריר וועסטו האבן די געלעגנהייט צו ווערן קלוגער. אין יעדער איבערלעבעניש און באגעגעניש איז באהאלטן א לימוד.



געוויסע שיעורים וועסטו פיינט האבן. וועסט אליין דארפן מחליט זיין צי דו ווילסט אויסהערן און פארשטיין, אדער בייז און אומגעדולדיג בייסן די נעגל.



*
אוועטאר
גוטע וויין
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:12 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע וויין »

דער מהלך הלימוד אין דעם בית חינוך איז אביסל אינטערעסאנט. די לימודים קומען מיט רמזים. רוב מאל פארשטייען די תלמידים נישט קלאר וואס זיי האבן צו טאן. געווענליך דארף פּרובירן און עקספּערימענטירן כדי צו פארשטיין די לעקציע.



וועסט הארעווען אויף יעדן לימוד און הבנה, ביז וועסט פארשטיין דעם ענין. יעדע לעקציע וועט זיך איבער'חזר'ן אויף פארשידנערליי אופנים, פארשלייערט אין אנדערע לבושים, ביז וועסט כאפּן די נקודה. איינמאל פארשטאנען, גייט מען צום נעקסטן שיעור.



אין יענעם בית חינוך איז נישטא אזא מושג ווי 'טעות'. א דורכפאל איז פּונקט אזוי לכתחילה ווי דעם ענדגילטיגן 'כאפּ'. די תלמידים פּרובירן און פאלן כסדר דורך. אזוי לערנען זיי זיך. דורכפאל איז די זעלבע ווי הצלחה. דער פאקוס דארט איז נאר אויף לערנען, און דער דרך הלימוד באשטייט פון פּרובירן. פּרובירן מיינט א 100-צייכן אויף דער בחינה.



*
אוועטאר
גוטע וויין
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:12 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע וויין »

וועסט אייביג זיין פּינקטליך דארט וואו דו דארפסט דעמאלט זיין. אפטמאל וועט זיך דיר גליסטן צו זיין ענדערש 'דארט' אנשטאט 'דא'. געדענק אז נאכ'ן אנקומען, וועט יענער 'דארט' ווערן 'דא', און וועסט טראכטן וועגן דעם נעקסטן נישט-יעצטיגן 'דארט'. וועסט אייביג זיין יעצט און דא. עפּעס אנדערש אויסער דא-יעצט איז נישטא. לאז עס אזוי לכתחילה.



*



יענער איז א שפּיגל, וואס ווייזט דיר זאכן וואס זענען דיר שווער צו באמערקן אויף זיך אליין. פאראכטונג און שנאה צו יענעם, מיינט אז דו זעסט דארט עפּעס וואס דו האסט נישט ליב אין זיך. ליבשאפט דערציילט וועגן עפּעס אין יענעם וואס דו האסט ליב אין זיך.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”