ביידע זייטן סאטמאר דארף זיך אפשטעלן !
איך רעד פון די אומענטשן וואס פארקן אויף ביידע זייטן סאטמאר דרייוו אין קרית יואל אין ס'איז ממש א דיזעסטער דארט דורכצופארן
סאטמאר דרייו איז א שטארק געדרייטע און שטארק בערגיגע ראוד פארוואס מוז אייבוג זיין געפארקט קארס אויף ביידע זייטן אויף די ראוד ?
און די זעלבע צייט וואס סאיז דא פלאץ אין אלע דרייוועיס
מיין ארומע מיינונג איז אז ס'איז זייער סעלפוש און נישט מענטשלעך און סאיז א ריזיגע סכנה ס'געשענט דארט יעדן טאג צענדליגע כמעט עקסעדענטס
אבער לאמיר רעדען אפי' סאיז נישט דא קיין פלאץ אין די דרייוועי פארוואס זאל מען נישט פארקען אויף די זעלבע זייט ווי די אנדערע קאר וואס איז געפארקט אויף די ראוד שטייט?
לאמיר איבערחזר'ן מיין קשיא
פארוואס דארף אייביג זיין געפארקט קארס אויף די ראוד אויף ביידע זייטן ?
ביטע טראכט פון א צווייטען פאר די פארקסט אויף סאטמאר דרייוו
ישר כח