אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

ס'פאלט מיר איין צו עפענען א נייעם אשכול וואס וועט זיין געאייגנט סיי פאר די חזנים, מבינים, קלענערע און סתם אידן וואס ווילן אביסל מער פארשטיין דעם חזנות וועלטל.

אלזא, די פלאן פון אני הקטן איז צו ארויפברענגען א ' קאנטאריעל מעסטערפיס' ווי ס'פלעגט גערופן ווערן אין די ' גאלדענע יארן' און אביסל אבזערווירן, אנאלעזירן און צונעמען דעם שטיקל אויף קלענערע שטיקלעך...

דאס קומט נאכדעם וואס אין דער צייט וואס אנדערע האבן זיך ערליך געווייקט אין די קאסעטעס פון יאסעלע, די קאסאוויצקי'ס, הערשמאן, גלאנץ און נאך הונדערטע אנדערע חזנים צוגלייך, האב איך זיך אנדערשער פארלייגט אויף איין ניגון, אים צוגענייגט צום אויער הונדערטע מאל!!! אן א גוזמא, אים געלערנט, איבערגעלערנט, אנגעקוקט פון אלע זייטן, פארשטאנען וויפיל מיין קליין קעפל קען פארנעמען און דערנאך געגאנגען צום קומענדיגן. אזא שפיל האט געקענט נעמען א חודש אדער מער.

פון די אנדערע זייט, ווידער, גלייב איך באמונה שלימה אז דא אויף אייוועלט איז דא אסאך פיל גרעסערע פון מיר אין דעם הינזיכט. און וואס נעמט מיר א חודש נעמט זיי א צוויי טאג. דערפאר, פארשטייט זיך, וואלט אזא אשכול אויך צו מיר געווען א גרויסע תועלת, צוהערנדיג צו תגובות פון אנדערע באטייליגטע און שעפן נאך חכמה און חידושים.

אין אנדערע ווערטער, אפילו די אשכול בלויפרינט איז נאך ניטאמאל פארטיג אין מיינע מחשבות, דאך זעהט אויס אזא זאך, אפילו עבסרעקטעד, וי עפעס וואס קען צוניצקומען פאר מיר און פאר אנדערע.

יעצט האב איך צוויי שאלות צי די אייועלט איינוואוינער. חדא, האלט איר אז אזא אשכול דארף פאברעצירט ווערן (ווייל איר ווילט איינקויפן, פארקויפן אדער סתם אריינשפאצירן פון מאל צו מאל). ושנית, אויב זעהט איר יא א אפערטוניטי פאר אזאנס, דאן פילייכט האט איר סיי וועלכע רעיונות צו דעם עניין?
לעצט פארראכטן דורך יוסעלע השלישי אום מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:12 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

דא האט איר א פריוויא צו פארשטיין פון וואס מען רעדט.

בס"ד
דער ערשטער ניגון האב איך אויסדערוועלט דער באקאנטן תקע בשופר פון החזן זבולון קווארטין . און טאקע וויבאלד מען האט שוין אריינגעטראטן אין דעם חודש אלול און אנגעהויבן בלאזן שופר. די ווערטער איז נישט פון די ברכת תקע פון די וואכענדיגע דאווענען נאר פון תפילת מוסף ראש השנה ביי סדר שופרות.

לאמיר אנהייבן פון אלף.
ניגון: או"א תקע בשופר... מפי כבודך כאמור.
געזינגן דורך: החזן זבולון קווארטין.

1. דער אויסערליכע געבוי פונעם ניגון.
דער ניגון, תקע, איז א חידוש אין עולם החזנות בכלל און פאר קווארטין בפרט, זייענדיג א ניגון וואס הייבט זיך אן מיט א מעידשא"ר סקעי"ל, ווען רובא דרובא אנדערע ווארימע חזנות שטיקלעך וועלן זיך ליבערשט ציען אויף א פרעיגי"ש און אפטמאל אויך אויף א מיינא"ר.

(פאר די וואס פארשטייען נישט פון וואס מ'רעדט, און פשוט'ע ווערטער: די סקעי"ל פונעם ניגון געבט די יסודות'דיגע קאלירן פאר די ניגון. און דער צייט וואס א פרעיגי"ש אדער א מיינא"ר וועלן עדערש געווענדליך אויסדריקן ווארימקייט, איידלקייט און געפיל , אזויווי א געווענדליכע חזנות וועט ברויכן, וועט א מעידשא"ר אויסדריקן אפטמאל [פארשטייט זיך אז ס'ווענדט זיך אויך אין די ביע"ט און אינערליכע געבוי פונעם ניגון זעלבסט] מלכות, פנימיות'דיגע דערהויבנקייט און העכערע געשמאקע אטמאספערע. [ס'איז נישט ממש אזוי גלאטיג, אבער לעניינינו איז עס גענוג.]

דערפאר וועלן רוב חזנות שטיקלעך טאקע געווענדליך שפאצירן אויף א פרעיגי"ש [מער ווי א מיינא"ר, אגב] וואס וועט זייער אריינפאסן מיט די קרעכץ און געוויין פונעם חזן. אויסער די שטיקלעך וואס זענען נישט געבויט אויף געפיל און ווארימקייט, ווי למשל די באקאנטע הללו-קה אדער שטיקלעך פון עד הנה פון יוסעלע, און נאך אנדערע.)

יעצט, דא האט דער קאמפאזיטאר צוטיילט די ניגון אין צוויי. דער ערשטע חלק איז פון או"א תקע בשופר גדול לחירותינו, ושא נס לקבץ גלויותינו. ווי ער וויל אדרעסירן די שופר בלאזן פון א מלכות'דיגע פערספעקטיוו (זעה מער בפרטות ווייטער), ווי דער שופר איז ממליך דעם באשעפער אויף די גאנצע וועלט (אפילו דער ווערטער זעלבסט באציט זיך צום בקשה פון תקע בשופר גדול). דערפאר איז דעי חלק א פשוט'ן מעידשא"ר וואס צופעפערט די נקודה אויף א מאסיוון אופן. און דער נאך, ביי וקרב פזורנו, גייט ער, פון איין רגע אויפ'ן צווייטן צו א גלאטע מיינא"ר אן א פריעדיגן ווארענונג, אריינשפאצירנדיג אין די וועלט פון געבעהט און געפיל, צו אדרעסירן דעם בקשה פון וקרב פזורנו מבין הגויים... און אזוי בלייבט ער ביז'ן סוף ניגון.

דער אריבערגאנג פון די סקעילס האט א משונה'דיגע אימפאקט אויפן אויער און, אדרבה, עס פארשטערקערט נאך די וויינעדיגע געפיל פון וקרב.

2. דער אינערליכע געבוי פונעם ניגון.
ווי ערווענט פריער הייבט זיך די ניגון אן זייער מלכות'דיג, (אפילו עס איז נישט אויף א קעניגליכע ביע"ט ווי למשל א מארש). מער איבער'ן כוונה אויפ'ן בלאז פונעם שופר זעהט מען טאקע ווען ער פארלייגט זיך גאר שטארק אויפ'ן ווארט 'תקע' זעלבסט.

די ערשטע מאל זאגט ער א גלאטן 'תקע תקע' און גלייך דערנאך פארכאפט ער דיר אויף א ראלער-קאוסטער מיט'ן 'תקע' אינאיינעם. פארקערט ווי אנדערע חזנים וואס פארכאפן א ווארט און לאזן אים נישט ארויס פון די האנט נאר נאכ'ן אים גוט אויסשאקלען, האט דא זבולון דווקא א גראדע און נישט קאמפלעצירע פלאן... טאקע א ראלער-קאוסטער אבער דאך זייער פשוט. דהיינו, ער בליייבט זיצן אויפ'ן זעלבן יסודות'דיגע קארד (די קאמבינאציע פון אפאר קנעפלעך וואס פארשטייען זיך זייער גוט צוזאמען) און שפאצירט אהין און צוריק פון אינמיטן ביז גאנץ אונטן און ווידער ארויף ביז גאנץ אויבן און צוריק ווי ער האט אנגעהויבן, און אויף זייער א מסודר'דיגע אופן. און דאס ברענגט ארויס שטארק דעם מאסן געבלאזעכטס וואס טוהט זיך אפ ביים יום הדין. און, צום שלוס געהט ער נאך א קליינעם דריי מיט א פערדן 'תקע' וואס איז א קיצור פון פריער, און געבט דעם צוהערהער צו שפירן דעם שלימות.

פון דא אין ווייטער וועט די ניגון פאר'ן גאנץ געלאסן, ווי עס זאל זיין א פשוטע נוסח. ער וועט כמעט מער נישט דרייען און זיך פארזוימען אויף א ווארט. נאר ביי יעדע סוף פסוק, ווי למשל ביי גלויותייייינו, אוייויויויוי מירכתי הארץ, בשמחת עעעוווולם, משה עבדיייייייך, ווי ער וועט מאכן אזא אויסגעצויגענע קליין-געדרייטע אתנחתא, וואס דאס העלפט אויך זייער פארשטיין און ארויסהאבן די געבוי פונעם ניגון, וויבאלד עס איז צוזאמענגעשטעלט פון קערצערע שטיקלעך (מיט ענדליכע קריצן) און מען קען גרינג צוטיילן איינס פונעם צווייטן.

אן אויסנאם איז אוייויויוווי ונפוצותינו, ווי ער געבט יא א שטיקל דריי, אבער ווייטער, אויף א פשוט'ן סדר, גייענדיג ארויף און צוריק אראפ ביים אנפאנג, און דאך מיטן א שנעלן טעמפא. און די זעלבע איז ביים איבערזאגן 'ונפוצותיייייינוווו כככככככנננס' ווי ער שפאצירט שנעל ארויף און אראפ אן איבערלאזן א קנעפל (אנדערש פון 'תקע' וואס איז געבויט אויף א קארד).

ביי 'והביאנו לציון', מאכט ער זייער א שיינע תנועה, ארויפצוענדיג ביים צווייטן לציייייייוון, אבער דאך מאכט דאס קווארטין אפאר מאל אין זיינע ניגונים. א שטייגער טאקע ביי ועל ידי עבדיך... ועלו מושיעים בהר ציון (טאקע ביים זעלבן לציון, ארויסברענגנדיג א הארצשרייעדיגע באנקשאפט צו ציון) נאר דארט לייגט ער צו א שטיקל אינמיטן און גייט נישט גלייך ארויף ביז אויבן.

א רגע ווי מען פארפעלט א הארץ-קלאפעניש איז ביי 'ולירושלים בית מקדשך', וואס איז ביידע געבויט אויף דריי פשוטע קנעפלעך אייניג (בעצם זייער א קאמען תנועה, ספעציעל פאר קווארטין), דאך איז די דריטע קנייטש פון 'ולירושלים' א מעידשא"ר (ארויס פונעם מיינא"ר פון פריער) און ביי 'בית מקדשך' מאכט ער די זעלבע תנועה נאר די דריטע קנייטש איז צוריק אויף א מיינא"ר וואס געבט א ציפ...

עד כאן פאר יעצט. זאלן מיר זוכה זיין צו הערן סא"ן ע"ז פאסיב"ל דעם שופר גדול. האט איר הנאה געהאט? לייקן קאסט נישט קיין געלט.
ניק ניקי
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 2:08 pm

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניקי »

כבוד הרב, גיי אן מיט דיין הערליכע ארבעט.
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

זייער אינטערסאנט
כהן מיוחס!
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

ווי איז מעגליך איך האב נישט באמערקט דעם אשכול ביז איצטערט?

א גרויסן יישר כח, ברענג נאך.
שאול ידידיה
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

Wow זייער שיין און רייך
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

Wow זיער שיין, נישט באמערקט ביז יעצט, כאב זייער הנאה דערפון, ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט, גיי ווייטער אן און לייג נאך
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8103
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

זייער שיין
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
יודל'ס חבר
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2020 12:22 pm

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל'ס חבר »

@יוסעלע השלישי פיינע נייעס!

אויב ביזטו באקאנט מיט קרניאל'ס שטיקלעך איז מיר אינטרעסאנט צו הערן אן אנאליז אויף וכל מאמינים . ער טוישט סקעיל יעדע 10 סעקונדען.
צינגעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

ביזט אייזען גיט,
און א ספעציעלע ייש''כ פארען גיין פתיחה מיט מיין באליבטער זאנוועלע
גיי אן ווייטער
אויב איז נארמאל צו זיין משוגע פארוואס זאל איך משוגע ווערן פון זיין נארמאל. כ׳העל זיין א משוגענער אזויווי יעדע נארמאלע מענטש און שוין…
קרעדיט יואב זינגערצווייג
choc
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:34 pm

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך choc »

אויך יעצט באמערקט די אשכול , גיי ווייטער
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

א גרויסע דאנק פאר אלע.
אין אנהויב האב איך געמיינט אז משום איזה סיבה רעד איך הוילע באבקעס... ווייל קיינער האט נישט קאמענטירט...
נאך אזאנע תגובות פלאן איך בעז"ה צו גיין ווייטער
אבער איך ברויך פאר דעם מער צייט.
(יא! ס'נעמט מער פון פשוט שרייבן דעם ארטיקל.)
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1600
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

יעצט געזעהן די אשכול, גיי אן מיט א שטארקייט.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

א גרויסן ישר כח
שטארק הנאה
גיי אהן ווייטער
אז דו טוסט א טובה פאר א צווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

אז די ביסט יא א מבין דאן נעם צוריק דיין פענע און גיי אן מיט א שטארקייט👍
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

חזנות בדורנו האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 12:25 am
אז די ביסט יא א מבין דאן נעם צוריק דיין פענע און גיי אן מיט א שטארקייט👍
ווער בין איך צו רעדן דא במקום @חזנות בדורנו ?
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

וואס הייסט ? די ווילסט כזאל אפעציעל איבערנעמען די רודער ?😲
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

חזנות בדורנו האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 12:43 pm
וואס הייסט ? די ווילסט כזאל אפעציעל איבערנעמען די רודער ?😲
די רידער זענען קיינמאל נישט געווען מיינע.

מתחילה האב איך שוין געפלאנט אז ס'זאל זיין א פובליק פלאטפארמע. עי' מש"כ בהקדמה לאשכול זה.
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

אבער במחילת כבוד תורתי פארשטייסטו בעסער פון מיר
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

חזנות בדורנו האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 12:49 pm
אבער במחילת כבוד תורתי פארשטייסטו בעסער פון מיר
האבט ניטאמאל געוויזן דיינע קענטעניסן... קוים א שר העשר און שוין פראוועטסטע עניוות?

קום אריין קלאר, ווייז ערשט וואס דו קענסט, שרייב דא שיין ארטיקל און דערנאך העטמענזעך טענה'ען.
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

פאר אונז גייען ווייטער צו א נייער ניגון וואלט גוט געווען קודם אויסצודרעשן די ערשטע ניגון איז אזוי אלס איינער וואס הערט אסאך מאטי בויער האב איך געטראפן פון אים 2 שטיקלעך ''תקע בשופר'' פון קווארטין כהאב עס געטרייט צו טרעפן פון קווארטין אליין אבער יגעתי ולא מצאתי (אל תאמין) יעצט אזוי ביידע שטיקלעך הייבן זיך אן זייער ווארעם (די וואלסט דאס גערופן א מיינאר) מיט די טיפיקעל קווארטין תנועות די צווייטע וואלט איך געזאגט הייבט זיך יא אן אביסל דראמאטיש און מקען עס אפשר רופן מעדזאר (דאס וועל איך לאזן פאר דיר) יעצט די לייגסט א דריטע וואס די צווייטע האלב ענדלט אביסל די תנועות -אבער נישט וויזוי סאיז געזעצט די ווערטער- אין די 2 שטיקלעך יעצט סקען זיין אז סקומט פון די נאויטס אזויווי מאטי טוט זייער אסאך אדער האט זיך מאטי מצרף געווען צו די פילע חזנים וואס זענען מומחום בתחום זה אין פארדרייען קווארטין'ס יוניק שטיקלעך וואס איז נישט פון די גרינגע מעשיות נאכצוזינגען מאחר וואס רוב ניגון באשטייט פון קרעכצן און געדרייאכצער ואם כנים הדברים וואלט איך געוואלט זאגן פאר מאטי אז ער זאל זיך צוריק אריינלייגן אין יאסעלע וואס דארט איז ער א חד בדרא (הגם איך ווייס אז אסאך האלטן נישט אזוי ואכמ''ל) אי''ה שפעטער וועל איך דיר נאכשיקן די שטיקלעך אפגעזינגען (אפגעגאלט?) דורך מאטי
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

מאטי בויער תקע בשופר NO. 1
https://drive.google.com/file/d/1oL_Thp ... drive_link

ארבעט נישט כלייג עס איבער

שווארמאל
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

איינער קען ביטע צוברענגן יוסלע׳ס יונים? א גרויסן יש״כ!
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

דארף צו זיין ביי חזנות שטיקלעך אויף חנוכה
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”