קאלט וואסער איז הייס
איך האב לעצטענס א געפערליכע פראבלעם אז איך האב נישט קיין קאלט וואסער. ווען איך מאך אויף די קראן פאר קאלט וואסער קומט בריעדיגע הייסע וואסער ממש די זעלבע ווי די הייס וואסער. מען קען נישט נעמען קיין שויער ווייל עס איז קאכעדיג הייס. איך האב גערופען א פלאמבער, האט ער מיר געזאגט אז איך דארף טוישן א וואלף, האב איך עס געטון, אבער עס איז נאך געווארן ערגער. מען דארף ווארטן מער ווי פינעף מינוט ביז די וואסער קילט זיך צוביסלעך אפ. אויב איינער האט אן עצה ביטע לאזט וויסן, ולמצוה גדולה יחשב.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום