דער ביישפיל-ווארט וואס ווערט באנוצט אין די ספרי הדקדוק איז דער ווארט פעל. דערפאר ווען מען באציט זיך צו די דריי אותיות פונעם שורש, ווערט דער ערשטער אות אנגערופן פ', דער מיטלסטער ע', און דער לעצטער ל'. און לויט דעם איז אוועקשטעלט געווארן די נעמען פון די גזרות. דעריבער ווען מען זאגט נחי פא-אלף, באדייט דאס אז דער ערשטער אות פונעם שורש (דאס רופט מען פ'), וואס דאס איז אן א', קען זיין נח, אא"וו.
• שלמים(שמר, פקד). די אותיות השרש וועלן אלעמאל פארבלייבן אינעם ווארט, אויף סיי וועלכער אופן מען זאל עס נאר פארמירן ( שָׁמַרְתִּי, אֶשְׁמֹר ).
• נחי פ"א(אכל, אמר). דער פ' פונעם שורש איז אן א', און אין געוויסע פארמאטן וועט דאס ווערן נח ( יֹאכַל, יֹאמַר ).
• נחי פ"י(ישב, ילד). אין געוויסע פעלער איז דער י' נח ( אֵשֵׁב, תֵּשֵׁב ). אין געוויסע צורות קען דאס געטוישט ווערן אויף א ו' ( הוֹלִיד, נוֹלַד ).
• נחי ע"ו(שוב, קום). דער מיטלסטער ו' איז אלעמאל נח. עס וועט אפט מאל אויך אינגאנצן אוועקפאלן, און וועט ווערן א שינוי ניקוד אנשטאט, ( שָׁב, קָם; אָשִׁיב, אָקִים ).
• נחי ל"ה(עשה, קנה). דער ה' איז אלעמאל נח. עס קען אויך אויפגעטוישט ווערן אויף א י' אדער ת' 1 ( קָנִיתִי, קָנְתָה ). און צומאל אויך גענצליך אראפפאלן ( וַיִּקֶן, וַיַּעַשׂ ).
[צום באמערקן: עס זענען פארהאן א צאל שרשים וואס ענדיגן זיך מיט א ה', און באלאנגען יא צום גזרת השלמים (גבה, תמה). זייער ה' איז מפיק, ד.ה. פארקערט פון נח, מען זאגט דאס יא ארויס. און דאס וועט אויך נישט אראפפאלן ביי די אנדערע צורות ( הִגְבַּהְתִּי, תָּמַהְתִּי ).]
• נחי ל"א(קרא, מצא). דער א' איז אלעמאל נח ( קָרָאתִי, אֶקְרָא ) 2 .
• חסרי פ"נ(נפל). דער נ' קען אראפאלן אין געוויסע צורות, און דאן ווערט די קומענדיגע אות דגושה ( תִּפּוֹל ). אין א פאל וואס דער ע' הפעל קען נישט מקבל קיין דגש, וועט טאקע דער נ' פארבלייבן ביי אלע צורות ( תִּנְחַל ).
• חסרי הקצוות(נתן). ער פארמאגט א נ' סיי ביים פ' און סיי ביים ל'. אין געוויסע צורות פארבלייבן ביידע ( נָתַן, נֹתֵן ). אין געוויסע נטיות פעלט דער ערשטער נ' ( אֶתֶּן, יִתֵּן ), אין אנדערע פעלט די צווייטע ( נָתַתִּי ), און צומאל פעלן ביידע ( תֵּת, לָתֵת ).
• כפולים(סבב, תמם). די לעצטע צוויי אותיות פונעם שורש זענען די זעלבע. צומאל פעלט די געדאפלטע אות און די אנדערע ווערט דגושה אנשטאט ( סֹבּוּ, תַּמּוּ ). אין געוויסע צורות וועלן אבער יא ביידע פארבלייבן ( תָּמִים, מְסוֹבֵב ).
דערנאך זענען פארהאן א צאל גזרות, וואס זענען א צאמשטעל פון צוויי סארטן אויפאמאל, און וועלן געווענליך פארמאגן די אייגנשאפטן פון ביידע. א שטייגער ווי די נחי פ"א ול"ה( אָפָה, יֹאפוּ ), נחי פ"י ול"א( יָצָא, אֵצֵא ) אא"וו.
מערקווירדיג איז, אז ביי געוויסע ווערטער וועלן טייל נטיות זיין פון איין גזרה, און טייל פון אן אנדערן. צום ביישפיל: דאס ווארט "הליכה" - גיין, וועט לויט טייל ראשונים זיך באנוצן מיט די שרשים פון 'הלך' און פון 'ילך'. בצורת עבר איז דאס מיט א ה' ( הָלַכְתִּי, הָלַךְ ), און בצורת עתיד מיט א י' ( יֵלֵךְ, תֵּלֵךְ ). עטליכע מאל געפינט מען אויך אין לשון עתיד מיט א ה' ( יַהֲלֹךְ ).
אנדערע ראשונים פארענטפערן דעם ערשיינונג, און לערנען אז עס איז אלעמאל נגזר פון 'הלך'.
----
[1] טייל מדקדקים האלטן דער שורש איז באמת מיט א י'. נאר די סיבה פארוואס די מדקדקים האבן דאס אריינגעשטעלט אלס ה' וויבאלד אזוי איז עס ביי די צורה פון עָשָׂה , וואס לויט די צורה ווערט דער שורש געווענליך אוועקגעשטעלט.
[2] אין לשון חז"ל געפינט מען צומאל אז די נחי ל"א פירן זיך פונקט ווי די נחי ל"ה, און דער ל"ה ווערט פארטוישט אויף א י' ( מָצִינוּ, קָרִינוּ ).