קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

ארטיקל #19 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות.🫶

ברוך וויל שוין באמת זאגן פאר זיין משגיח, מיין לעבן איז געניג שווער ביטע מאכטס עס נישט שווערער. אבער, זיין איידלקייט לאזט אים נישט.

נאך ביפאר ברוך קען אפמאכן וויאזוי צי רעאגירן, האקט דער משגיח איבער מיט א גיט מוטיגע שטימע אזוי אז אפילו דער ציקלאפטער ברוך קען שפירן אז עס קימט פון א פאזעטיווע פלאץ. אין זאגט איך האב גערעדט צי א איד אן עסקן וואס קען דיר ערלעדיגן אז דיין מאמע זאל קימען צים תנאים אנע עגמות נפש... ברוך איז שטיל...

האללאו?... וואס זאגסטן דערצי פרעגט די משגיח.
ברוך ווייסט אז זיין משגיח מיינט באמת זיין טובה, אויך ווייסט ער אז אין די פעלד פון דערווייטערן קינדער, מעניפולעטן אין פארדרייען א קאפ קען ער זיך שוין ליידער בעסער אויס פין זיין משגיח וואס איז פיל עלטער פין אים.

ווער איז דער עסקן? פרעגט ענדליך ברוך,
דער משגיח ענטפערט אז סאיז בעסער אז די ווייסט נישט זיין נאמען ווילאנג די ביזסט נישט מסכים צי זיך אינגאנצן מבטל זיין צי וואס ער וועט דיר הייסן.....

ברוך האט ווי פארלוירן זיין שפרייך, און די טעלעפאן איז געווארן אדארעכגענעצט פין שווייץ.
די שאלה פרעגט זיך פון זיך אליין, ווי קען ער אויספאלגן איינער וואס ער ווייסט נישט ווער דאס איז, וואס ער פארשטייט אדער וואס ער פארלאנגט.
ער טראכט ביי זיך, איך וויל נישט דערלייגן אויב דאס איז יא א גיטע געלעגנהייט, ער נעמט די קאראזש צי זאגן ער איז מסכים, טראכטענדיג אז אויב יענער איז א באנדיט דארף ער אים נישט אויספאלגן אפילו מיטן צישטימען צי זיינע תנאים.

ברוך שטימט צי, און דא קימט די חידוש וואס איז בכלל נישט קיין חידוש....

דער משגיח זאגט אים דיין פעטער בעריש האט מיר גערופן.....

ווייטער בעריש קרעכסט ברוך שווער ארויס....
דער האט שוין נאך עצות???? ברוך ווערט שוין סתם נייגעריג אין שפיעלט מיט, וואס זענען זיינע באדינגען?
איך האב דא בעריש אויפן ליין זאגט די משגיח מיט א קלארקייט.

בעריש נעמט איבער די שמיעס אין באדאנקט זיך פארן משגיח פאר די גיטע ארבעט וואס ער האט אים אקיינגעכאפט אין. ווי עס וואלט געווען א מענטשליכער אקט.

איך האב גערעדט מיט דיין מאמע אין אויך האב איך עס אדארעך גערעדט מיט דעת תורה הייבט אן בעריש וועבן זיין חלום, דיין טאטעס ווייב זאל קימען צים תנאים איז בכלל נישט קיין שאלה, די ביזסט מחייב מיט כיבוד אם אין זי איז נישט דיין עכטע מאמע, דיין טאטע קען יא זיין דארט אבער ער זאל נישט יעצט פראבירן צי זיין די גאנצע מחותן, אויב ביזסטו מסכים צי דעם וועט דיין מאמע קומען.

ברוך בעהט אויסציקלארן, וואס הייסט נישט זיין גאנצע מחותן? בעריש זעצט פאר, דיין טאטע וועט נישט רעדן אדער אויסרופן קיינעם אויפן מייק, ער וועט נישט ברענגן זיין רב צי ליינען די תנאים. קיינער פון דיין טאטעס משפחה וועט נישט זיצן אויבן אן אין אויך נישט אויפטרעטן, אין דיין טאטע זאל נישט מיטגיין מיט דיר ווען די נעמסט אפ די זייגער אין דיין מאמע גיבט איבער פאר די כלה די רינגל....
ברוך האקט איבער, די פעטער האט געזאגט אז מיין טאטע זאל נישט זיין קיין 'גאנצע' מחותן ביים תנאים, וואס לאזסטו איבער פאר אים צי זיין אלס אביסל מחותן?

ער וועט באצאלן די תנאים אין די רינגל.......
בעריש בלייבט שטיל ווי ער ערווארט אן ענטפער.

ברוך האט שוין נישט גערופן זיין מחותן, ער ווייסט נישט צי פעטער בעריש איז נאך אויף די אנדערע זייט טעלעפאון, ווייל ער האט זיך ניטאמאל געבאדערט אראפציהאקן אויף אים, נאר זיך ארויס געלאזט אויף א נערוועזע שפאציר.

ברוך'ס קאפ פיבערט אין ווייסט נישט וואס צי טין, ער דרייט זיך ארויף אין אראפ די גאס אן א דעסטינאציע, ער שפאנט אריבער די גאס, זיינע פיס פירט אים צי צים שוהל, ער עפענט פארקלאצט דעם טיר אין טרעפט זיך אין בית מדרש, פאר'מוח'עט וועהלט ער זיך אויס א גיט פלאץ אינעם ליידיגן ווייבער שוהל אין מאכט זיכער אז אלע פענסטערס צים היכל הבית מדרש זענען גיט פארמאכט. ער לייגט ציזאמען זיינע הענט אויפן קאפ אין שרייט צי זיך געניג הויך אז דער טאטע אין הימל זאל אים הערן, דערשטיקטערהייט מיט אן אימקלארע שטימע הייבט ער אן;

רבונו של עולם מיין טאטע אין הימל! וויפיל איז די שיעור????

איך קען נישט פארשטיין, איך פראביר נישט צי פארשטיין, איך בעהט נישט צי פארשטיין! .......
נאר די זעהסט מיין געוויין, איך בין אליין, ווער שפיערט מיין פיין, מיין הארץ ווי א שטיין, מיין מוט טיט ציגיין, ווי קען עס דען זיין, א לעבן אנע חן, מיין אייגענע משפחה צי מיר געמיין, פין ווען איך בין קליין, די פלייש אין ביין, פין זינד איז נאך געווען ריין, פין ביפאר איך האב ציין, פין ביפאר איך קען גיין, בין איך דאך דיין, די וועסט מיר נישט זאגן ניין, איז נאך דא א שיין?

ווי איך טי צי מיר קלערן, אין די מצב דעם שווערן, די אינזער טאטע אין הימל, פארשטייסט מיין געטומעל, פין דיינע קינדער פארטריבן, מיט בענקשאפט פארבליבן, דער סטרא אחרה ארבעט אן, זאגט וואס צי טאן, מיר פאלגן זיינע רייד, פארטרויערט אנע פרייד, דערנאך גייט ער צי אינזער טאטע פארביסן, זאגט מיר ווילן פין אים נישט וויסן, בשעת מיט בענקשאפט מיר קלאגן, האט ער די חוצפה צי אינז ארום טראגן, נאכן אינז באצווינגן אין אנשרעקן, מיט כסדרדיגע שנאה ערוועקן, ווי א גאנצע אפוטרופוס שטעלט זיך אהער, אינזער לעבן מאכט שווער, נאכדעם ביים בית דין זיינע טענות שטעלט אריין, ווי ער מיינט אונזער וואולזיין, טאטע הביטה וראה, הער נישט צי צו זיי, את חרפתינו, וואס איז געשען בעוונותינו, זיי זענען אינז מכשיל מיטן ציל, פין דיר אוועקצינעמן דעם געפיל, אבער מיר ווילן דיר טאטע קרוין, אויף דיינע קינדער קיק שוין, מיר ווילן דיר זעהן, נאך אלעס וואס איז געווען, אינזער הויז שטעל צירוק, ווי מיר וועלן לעבן מיט גליק ♡
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע:זיי נישט אזא נאזיבאדי

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

Wow!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

איך ווארט צו ליינען ווי בעריש האט באקומען זיין מפלה אויף די וועלט

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
גיב א לאך
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:57 pm
לאקאציע:ווי טאקע?

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א לאך »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:00 pm
איך ווארט צו ליינען ווי בעריש האט באקומען זיין מפלה אויף די וועלט
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

גיב א לאך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:01 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:00 pm
איך ווארט צו ליינען ווי בעריש האט באקומען זיין מפלה אויף די וועלט
וואס איז פאני?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
געגאנגען
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

יעצט געליינט די גאנצע...

מיין הארץ צוגייט...
זאבי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 7:40 pm
ווער ס’וויל קען דעיס נעמען פאר זיין אונטערשריפט..
אוועטאר
פארגעס
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 3:39 am
לאקאציע:Around the corner

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגעס »

א שטיין קען צוגיין פון נאכ'ן דאס ליינען😭😭😭😭😭
😉
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

כ׳וויין.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
מענטל העלט
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 02, 2024 5:18 am

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטל העלט »

אוי איך קען נישט.. טאטע לייז אונז אויס
אוועטאר
ראטשילד
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

@וועלטס מבין איך האב יעצט צום ערשטן מאל אדורך געליינט די געשיכטע ממש בסקירה אחת,
מה אומר ומה אדבר - פאסיג פאר ליל תשעה באב.
עס איז ליידער נישט פאראן מער קיין מזבח מוריד דמעות און מיר דארפן פארגיסן די טרערן....😭😭
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול


צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]

ללא חשש גילוי.
העלפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:36 am
לאקאציע:ביהמ"ד

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלפער »

פאסיג פאר תשעה באב!
נאר מיט שמחה קען מען פועל'ן
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:00 pm
איך ווארט צו ליינען ווי בעריש האט באקומען זיין מפלה אויף די וועלט
@הרב יואל קליין איך ווייס איר האלט מיט נאך פין אנהויב. אז איר וועט צוריק גיין וועט איר זען דער פעטער בעריש האט א טיץ מיט צרות אין לעבן, ער וויל פשוט נישט פארשטיין די ווינק פין הימל, ער ווארט נעבעך די דינים זאלן וואקסן אויף אים אין ער זאל האבן זיין גאנצע מפלה.
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4747
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

וועלטס מבין האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 7:30 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:00 pm
איך ווארט צו ליינען ווי בעריש האט באקומען זיין מפלה אויף די וועלט
@הרב יואל קליין איך ווייס איר האלט מיט נאך פין אנהויב. אז איר וועט צוריק גיין וועט איר זען דער פעטער בעריש האט א טיץ מיט צרות אין לעבן, ער וויל פשוט נישט פארשטיין די ווינק פין הימל, ער ווארט נעבעך די דינים זאלן וואקסן אויף אים אין ער זאל האבן זיין גאנצע מפלה.
ווען גייסטו ממשיך זיין די מעשה?

יעצט עז ווי ספיעק איז די מעשה שוין פארטיג?
פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 6:13 am
דאָס האָט פארוואנדלט דאס ווארט 'סאטמאר' פון א שטאט אין אייראפע צו באגריף אין אונטערחסידות'יאנאלע אידישקייט פון נאכן קריג ועד היום הזה.
רוקן קראצער
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 1:57 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוקן קראצער »

עפעס אן אויפטעט מיט די סטאָרי?
איך פראביר מיך צי האלטן שטיל ווען איך קים צווישען מענטשן וואס איך קען נאך נישט

אפילו מיט מיטארבייטער
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

די גאנצע אשכול איז פין די וואכעדיגע סדרה.

בפרט דעם בריוו אין ארטיקל #11 איז פון געשריבן געווארן אים פרשת כי תצא.

געדענק, די קינדערלעך ווארטן אויף א גיט ווארט, און עס פעלט נישט אויס צי רעדן מיט זיי איבער דאס וואס עס טיט זיי וויי.
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

די וואך געשעהן א שידוך, פון א בחור, וואס האט 18 יאר נישט געקענט זיין טאטע, געוואוינט מעבר לים, געפארן לערנען אין די צענטראלע ישיבה בעיר אביו, און געווארן א איידעם בעיר אביו,


זרוק חוטרא אעיקרא קאי
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

וועלטס מבין האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 9:19 pm
ארטיקל #19 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות.🫶

ס'איז געענדיגט?
בלויז $1.99!!!

א ביכל מיט איבער 1000! אינטערעסאנטע פאקטן
אוועילעבל אויף עמעזאן
Kindle ($1.99)

קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”