דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ברוכים הבאים!
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פראצעס אקעגן רודי דזשוליאני איז אונטערוועגנס און הויבט זיך אט אן

א דזשורי וועט באהאנדלען די פראגע מיט וועלכע געלט סומע צו באשטראפן דזשוליאני פארן באשמוצן רובי פריעמאן און שאיע מאס

די צוויי זענען געווען וואל באאמטע אין דזשארדזשיא און דזשוליאני איז געפונען געווארן שולדיג אויף פארלוימדונג קלאגעס נאכן זאגן אז זיי האבן געפעלשט די וואלן אין שטיצע פון פרעזידענט ביידען און ער וועט אצינד דארפן צאהלן אנטשעדיגונג
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פראצעס איז ערווארטעט זיך צו ציען פאר 4 טאג

די צוויי קלעגער פארלאנגען צו באקומען צווישן 15.5 מיליאן און 43 מיליאן דאלאר

דזשוליאני פלאנט צו באזעצן די עדות שטוהל אין זיין אייגענע פארטיידיגונג אבער עס בלייבט צו זעהן אויב ער וועט אויסנוצן זיין פיפיטע אמענדמענט רעכט צו שווייגן ביים ווערן אויסגעפרעגט

דזשוליאני האט שוין אנערקענט אז ער האט באשמוצט די 2 אבער גע'טענה'ט אז עס האט זיי נישט געשאפן קיינע שאדנס און אז זיינע באמערקונגען זענען באשוצט אונטער די פרייהייט פון אויסדרוק רעכט און ווי געשריבן האט דער ריכטער אפגעווארפן די ארגומענט

ריכטערין בעריל האועל האט געהאט פארארדנט פאר זשוליאני צו באצהאלן 230 טויזנט דאלאר פארן נישט צושטעלן אין צייט וואס די געריכט האט אים געהייסן

דזשוליאני האט זיך פרובירט צו באקלאגן אז די קלאגעס זוכן אים צו באגראבן פינאנציעל ווען ער מוטשעט זיך מיט געלט אבער האועל האט אים באשולדיגט אין שפילן קרבן
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשוליאני איז שוין אין געריכט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צווישן די פראגן פאר פאטענציאלע דזשוראר קאנדידאטן אויב זיי גלייבן אז ביידען איז געווארן לעגיטים ערוועלט לאס פרעזידענט און אויב זיי האבן געהערט פון די ביידען ברענדאן לאזונג
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איינע מעגליכע קאנדדיאט זאגט אז זי פארמאגט א וועבזייטל אויף וועלכע זי פארקויפט געווירצן
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטערין האועל פלאנט צו שטעלן אן 8 פערזאן דזשורי
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פראגן פונעם ריכטער צו די דזשורי קאנדידאן רוקן זיך גאנץ שנעל

איין קאנדידאט איז געווארן אנגעקלאגט מיט דראג קלאגעס וועלכע זענען שפעטער געווארן ארויסגעווארפן

דזשוליאני זיצט און האלט עס מיט מיט פארשטייפטע ארעמס און ער מאכט בלויז מינימיאלע אויגן קאנטאקט מיט די ארומיגע

די צוויי קלעגער זענען אויך אנוועזנד

מען ערווארט עפענונג קאמענטארן אויף נאכמיטאג
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ווען די קלוירק האט געבעטן אז אלע זאלן זיך אויפשטעלן ווען דער ריכטער איז ארויס פאר א 10 מינוט פויזע איז דזשוליאני געבליבן זיצן
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשורי געזעצט

עפענונג קאמענטארן באשטימט אויף 1:30
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דורכאויס די מיטאג איבעררייס ווערט דזשוליאני געפרעגט ווי אזוי ער שפורט איבער די קעיס אבער ער אנטזאגט זיך צו קאמענטירן זאגנדיג בלויז: מיר האבן עטליכע איבערראשונגען פאר זיי
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אדוואקאט וואן דובאס רעפרעזענטירט די קלעגער און שפילט אויף ראסיסטישע וואויסמעילס אין וועלכע זיינע קליענטן זענען געווארן געסטראשעט אריינגערעכנט אז מען וועט אונטערצינדען פריעמאן'ס הויז און אז זיי וועלן אנקומען אין טורמע און פארלאנגט אנטשעדיגונג פון 43 מיליאן דאלאר
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דובאס זאגט פאר די דזשורי אז זיי זאלן ערווארטן צו הערן פון פריעמאן איבער ווי אזוי מענטשן האבן אנגעוהיןב צו ערשיינען ביי איר טיהר אינמיטן די נאכט און געקלינגען איר בעל

זי האט ארויפגעשטעלט איר הויז -וואו זי וואינט שוין פאר 20 יאר- אויף די מארקעט און זיך אוועקגעצויגן צו א צווייטע פלאץ וואו מען זאל נישט קענען נאכגיין איר נאמען
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאס וועט שילדערן איר דורכגאנג ביים זוכן פאר א נייע דזשאב ווען דורכאויס אן אינטערוויו צו ווערן אנגענומען ביי א פראמינענטע רעסטוראנט נעץ האט דער פרעגער איר געוויזן אן ארטיקל וועלכע באשולדיגט איר אין וואל פעלשעריי און איר געפרעגט אויב זי איז די באטרעפנדע פון וועם די באריכט שרייבט

מאס האט אראפגעלייגט איר קאפ אין שאנדע און דאן זיך אויפגעהויבן און ארויסשפאצירט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אצינד הערט מען פון דזשוליאני'ס אדוואקאט וועלכע זאגט פאר די דזשורי אז אויב וועט מען נאכגעבן די פארלאנגען פון די קלעגער וועט עס מיינען די ענדע פון זיין קליענט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשוליאני'ס אדוואקאט אנערקענט אז די קלעגער זענען געווארן שאנטאזשירט און עס איז זיי נישט געקומען אבער זאגט אז זיין קליענט איז נישט דירעקט פאראנטווארטליך דערפאר
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רעדזשינא סקאט איז א זיכערהייט עקספערט וועלכע ערשיינט איצט אויפן עדות שטוהל אלס ערשטע עד

סקאט האט געהאלטן אן אויג אויף אנליין דראאונגען און סטראשונקעס איבער וועלכע די פירמע וואו זי ארבעט האט געהאט איבערזיכט און ווערט איצט אויסגעפרעגט דורך דובאס
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ווי געשריבן זענען נעכטן פארגעקומען די עפענונג קאמענטארן און מייקל גאטליב וועלכע פארטרעט די קלעגער האט געבעטן פון די דזשורי אז אויסער וואס מען דארף באשטראפן דזשוליאני פאר די עמאציאנאלע שוועריגקייטן און רעפוטאציע פארניכטונג וואס ער האט אנגעברענגט אויף די קלעגער זאל ער אויך דארפן דעקן זייערע פארלוירענע געהאלט און קאסטן צו דעקן זיכערהייט אויסגאבן

ווי נעכטן דערמאנט האט דזשוליאני'ס אדוואקאט יוסף סיבלי געזאגט פאר די דזשורארס אז אויב זאל מען באשטראפן דזשוליאני מיט די פארלאנגטע סומע וועט עס באדייטן טויט שטראף פאר זיין קליענט

ער האט באצייכנט די קלעגער אלס גוטע מענטשן וועלכע האבן געליטן אומנויטיג אבער אפגעווארפן די באהויפטונג אז דזשוליאני איז שולדיג דערין און זיי געמוטיגט צוצושרייבן צו דזשוליאני בלויז זאכן אין וועלכע ער האט ווירקליך געשפילט א ראלע

ער ווייזט אן אז דזשוליאני האט נישט גערופן פאר געוואלדטאטן אקעגן די קלעגער און נישט געלאזט פאלן סיי וועלכע ראסיסטישע קאמענטארן אקעגן זיי

ווי דא באריכטעט איז דאן געקומען די רייע אויף זיכערהייט עקספערט רעדזשינא סקאט צו נעמען די עדות שטוהל זייענדיג די ערשטע עד אויפצוטרעטן ביים פראצעס

סקאט האט געארבעט בעפאר ביי די שיקאגאו פאליציי דעפארטמענט און אין א באריכט וועלכע זי האט צוזאמגעשטעלט צייגט אז צווישן נאוועמבער 2020 און מאי 2023 למספרם זענען די נעמען פון פריעמאן און מאס דערמאנט געווארן מער פון 700 טויזנט מאהל אויף סאציאלע מידיא

נאך די נעכטיגע סעסיע האט דזשוליאני געזאגט פאר רעפארטער אז ער שטייט ווייטער ביי די קאמענטארן וועלכע ער האט געמאכט אקעגן די קלעגער און ציהט נישט צוריק דערפון

ער זאגט אז ווען ער וועט אויפטרעטן אין געריכט וועט ער איבערצייגן אז וואס ער האט באשולדיגט איז געווען וואר און זיי זענען געווען פארמישט אין טוישן שטימען און עס איז בלויז א ווייטאג אז היציגע מענטשן זענען געווארן איבערמוטיג ביים סעקירן די צוויי

ווען מען האט אים געזאגט אז עס זענען נישט פארהאן קיין באווייזן אונטערצושטיצן זיינע ווערטער האט דזשוליאני רעאגירט: עס איז שוין איינמאהל דא, ווארט נאר צו און מיר וועלן עס פרעזענטירן

ריכטערין האועל האט היינט שארף רעאגירט זאגנדיג אז דאס זעלבסט קען מעגליך זיין א באזיס פאר פרישע פארלוימדונג קלאגעס

היינט דורכאויס די צווייטע טאג אינעם פראצעס האט קלעגער שאיא מאס גענומען די עדות שטוהל און געזאגט אז זי איז ארבעטסלאז און זוכט נישט קיין ארבעט צוליב וואס אין רעזולטאט פון די שמוץ קאפמיין מוטשעט זי זיך מיט ערנסטע דעפרעסיע און שטארקע ענקזייעטי

זאגט אז זי איז קיינמאהל נישט ארויס פון שטוב אלינס צוליב שרעק פון בייזוויליגע פארשוינען וועלכע קענען לאקערן און בלויז לעצטנס האט איר טעראפיסט אויפגעבויעט איר קוראזש און זי האט אנגעהויבן מאכן איר היימארבעט צו גיין אליינס אין גאס אן קיין זיכערהייט ארום איר

דערווייל האט זי עס געטוהן בלויז איינמאהל פארנדיג אליינס צו א לאקאלע שטילע רעסטוראנט וואו זי האט געפונען א רואיגע ווינקל ביים עק פונעם שענק

זי איז געזיצן דארט טרייסלנדיג פאר שרעק און עס האט איר שרעקליך געאיבלט אבער זי איז גלייכצייטיג געווען שטאלץ מיט איר דערגרייכונג אבער דערווייל איז זי נישט אומשטאנד עס צו באווייזן נאכאמאהל

אדוואקאט סיבלי האט איר גענומען אויפן קרייץ פארהער און געבעטן אויסצורעכענען אויב זי ליידט אויך פון אנדערע דיסארדערס צוליב די העצע אקעגן איר און אויסצורעכענען די דיאגנאזן וועלכע אירע טעראפיסטן האבן געשריבן איבער איר

ווען מאס האט געענטפערט אז עס זענען פארהאן מיט וואס זי מוטשעט זיך וועלכע זענען מעגליך פארבונדן צו דזשוליאני'ס קאמפיין האט סיבלי געבעטן אז זי זאל זיין ספעציפיש

די אדוואקאט פון מאס האט פרובירט צו בלאקירן די פראגע און דער ריכטער האט דן געווען דערויף אין די צייט וואס מאס האט אנגעשפארט איר קאפ אויף אירע הענט און טרערן האבן באנעצט איר באקן

סיבלי האט געפרעגט פון מאס ווי אזוי זי קען זיכער אז דזשוליאני'ס קאמענטארן האבן געפירט צו די ראסיסטישע סטראשונקעס אקעגן איר און איר פאמיליע און מאס האט געענפטערט אז די פראמעדע פארשוינען וועלכע האט איר שאנטאזשירט האבן זיך באנוצט מיט די זעלבע אויסדרוקן וועלכע דזשוליאני האט געלאזט פאלן

מאס זאגט אז עס האט אויסגעקוקט ווי די פאקל פון די אלימפיקס וועלכע ווערט ארומגעשיקט פון איין האנט צו די צווייטע

נאך די מיטאג איבעררייס האט מאס זיך צוריקגעקערט צום עדות שטוהל און סיבלי האט איר אויסגעפרעגט איבער אירע אויסגאבן זיך צו פארזיכערן און רייניגן איר נאמען

מאס זאגט אז זי האט באצאהלט 140 דאלאר א יאר פאר א מאניטאר צו האלטן אן אויג אנליין אויף איר נאמען און צו באשוצן איר אידענטיטעט אבער מאכט קלאר אז עס איז גאר שווער צו פארריכטן א רעפוטאציע ווען מאכטפולע פיגורן זעצן פאר צו פארשפרייטן ליגנס איבער דיר

מאס: ווי אזוי קענסטו ארבעטן אין די לעגאלע וועלכע ווען מענטשן וועלן זאגן אז דו ביזט א געפערליכע אדוואקאט?!

סיבלי: (פרוביר נאר און) דו וועסט ווערן איבערראשט

סיבלי האט געפרעגט וועלכע סומע וועט ריכטיג אנטשעדיגן פאר דזשוליאני'ס קאמענטארן און מאס זאגט אז זי פארלאזט זיך אויף די עקספערטן עס אויסצורעכענען

מאס זאגט אז מיינסטנס טעג דאוונט זי צו דעם פון אויבן אז זי זאל נישט אויפשטיין די קומענדיגע טאג און אז זי זאל איינפאך אויפהערן צו עקזיסטירן
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איז פארהאן אינטערעסע אז מען זאל פארזעצן מיט די באריכטן דא?

די ענטפער מוז בהחלט נישט זיין פאזיטיוו נאר ענדערש אויפריכטיג

פארהאן גענוג אנדערע זאכן צו דעקן און מען דארף אויסוועהלן וואס פאראינטערסירט די ליינער
אוועטאר
American Dream
שר שבעת אלפים
תגובות: 7765
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:24 pm
איז פארהאן אינטערעסע אז מען זאל פארזעצן מיט די באריכטן דא?

די ענטפער מוז בהחלט נישט זיין פאזיטיוו נאר ענדערש אויפריכטיג

פארהאן גענוג אנדערע זאכן צו דעקן און מען דארף אויסוועהלן וואס פאראינטערסירט די ליינער
וואס איז בכלל די פראגע אוודאי

אמעריקעס מעיר שטייט אויס א פארצעס
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
אוועטאר
nodeJS
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

American Dream האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:44 pm
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:24 pm
איז פארהאן אינטערעסע אז מען זאל פארזעצן מיט די באריכטן דא?

די ענטפער מוז בהחלט נישט זיין פאזיטיוו נאר ענדערש אויפריכטיג

פארהאן גענוג אנדערע זאכן צו דעקן און מען דארף אויסוועהלן וואס פאראינטערסירט די ליינער
וואס איז בכלל די פראגע אוודאי

אמעריקעס מעיר שטייט אויס א פארצעס
גא"מ.
איך ליין מיט אינטערעסע דיינע באריכטן פון "אלע" היי פראפייל פראצעסן - פון טראמפ און האנטער ביז גוגל. פליז דאנ'ט לעט אס דאון
און פארשטייטזיך דא קומט די ערליך פארדינטע היודזש טענקיו פאר דיין מאסיווע קאווערעדזש אלל אווער דע [איי]וועלט!
Clever code does not necessarily create clever Software
ס׳וועט זיין בעסער
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט זיין בעסער »

It is very very well appreciated. Thank you
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
אוועטאר
שקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע:טשעכיי

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

@הכל הבל ביטע זיי ממשיך איך האב שטארק הנאה
שקר החן והבל היופי
zugurnish
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4097
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: דזשוליאני פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

זיכער. אדאנק זייער.
איך בין זייער אינטרעסירט אין דעם קייס.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”