כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חזנות בדורנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

שלום עליכם!
לכבוד מיין 50'טע תגובה עפן איך אויף דעם אשכול פון יאסעלע'ס ניגונים
דא אין דעם אשכול וועל איך מיטן באשעפער'ס הילף פראבירן צו דעקן אלע ניגונים פון יאסעלע
צום ערשט וואס ער זינגט און דערנאך וואס ליגט און די נאטן מיטן הילף פונעם באשעפער וועל מיר אנקומען דערצו אויך
איך וועל פראבירן צו לייגן א שטיקל בייאגראפי אויף יעדע שטיקל (אויב איינער זעט כ'מאך א טעות בעט איך יעצט מ'זאל מיר אויפמערקן דערויף)
היות ס'קען זיין אז איך רעד מיך נאר איין אז איך האב אלע ניגונים איז אויב איינער וויסט פון עפעס א פארשטיפטע ניגון בעט איך אים ער זאל מיר עס אריינשיקן אין פריוואטע מעסעדזשעס
און ניין מ'דארף זיך נישט זארגן
רבותי ! לייקן קאסט נישט קיין געלט !
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

ראש וראשון מיין איך וואלט כדי געווען ארויפצוברענגען "אתה יצרת" (שבת ר"ח)
פון דעם ניגון דארף צו זיין 3 ריקארדינגס
1) ולפי שחטאנו (יאסעלע אליין ביזן סוף פונעם ניגון)
https://drive.google.com/file/d/1GflNb2 ... drive_link
2) אתה יצרת 1909 תרס"ט (די גאנצע ניגון אבער נאר יאסעלע אליין - יאסעלע איז אלט געווען דעמאלטס 27 יאר און ער זינגט כזקן ורגיל)
https://drive.google.com/file/d/19n8Hju ... drive_link
3)אתה יצרת מיט די קווייער (דא זינגט מען שוין 3 מאל איבער די פאל פון ולפי שחטאנו 1 מאל זינגט הענרי זיין זון 2'טע מאל די קווייער 3'טע מאל יאסעלע)
https://drive.google.com/file/d/1dMLzG- ... drive_link
האטס הנאה און לייקן קאסט נישט קיין געלט
לעצט פארראכטן דורך חזנות בדורנו אום מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:38 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

די 2'טע ניגון אויף מיין ליסטע איז "לא תחמוד"
פון דעם דארף צו זיין 2 ריקארדינגס
1)יאסעלע איז נאך יונג דא מ'הערט עס אויף די שטימע - א שיינע קווייער האט אסאך יונגלעך - דער יונגל וואס זינגט ביי קרוץ מחומר זינגט זייער שיין אבער קיין טאן קען ער נישט האלטן די ערשטע האלב זינגט איינער (נישט יאסעלע חוץ אויב זיין נאז האט זיך פלוצלינג פארשטאפט) איך מיין ס'איז הענרי זיין זון פשוט ווייל צו אים ענדלט עס די מערסטע אויב איינער ווייסט אויב ס'איז איינער אנדערשט כל הכבוד
https://drive.google.com/file/d/14X_idJ ... drive_link
2)די באקאנטע - יאסעלע'ס געווענדליכע קווייער איך מיין אז אויך דא זינגט הענרי די ערשטע האלב
https://drive.google.com/file/d/1PCEoYV ... drive_link
3)דאס איז א שטיקל פון כ'מיין קרן שמואל ישעי פון אינמיטן די ניגון (NO. 2ׂׂ) וואס זיי האבן קלארער געמאכט ס'איז א נחת צו הערן ווי יאסעלעס שטימע דינערט קלארערהייט
https://drive.google.com/file/d/1mhdt38 ... drive_link
לעצט פארראכטן דורך חזנות בדורנו אום מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

3) "א אידישע מאמע"
אה! דאס איז א ניגון וואס מ'דארף פאר קיינעם נישט מסביר זיין פון וואס מ'רעדט ווער איז דען נישט אויפגעוואקסן מיט דעם ניגון אין וויגל (איך נישט)...
איז אזוי פון דעם ניגון איז דא 1 ריקארדינג ... נא! די אלעמען באקאנטע וכו'
https://drive.google.com/file/d/1ML6kk4 ... drive_link
נאכדעם איז דא פון דעם ניגון א VIDEO ווי יאסעלע זינגט עס - מיט אפאר פידלעך הינטער אים - יאסעלע האלט א סידור (ווי כאילו ס'שטייט דארט) דא וועט איר האבן א געלעגנהייט צו זען ווי דער מלך מאכט א קאפ שטימע
https://drive.google.com/file/d/1mpPKF5 ... drive_link

לתועלת הענין לייג איך ארויף די ווערטער פון דעם ניגון

איך וויל ביי אייך א קשיא פרעגן זאגט מיר ווער עס קען
מיט וועלעכע טייערע פארמעגן בענטשט גאט אלעמען
מען קויפט דאס נישט פיר קיינע (פאר קיין) געלט דאס גיט מען נאר אומזינסט
און דאך אז מען פארלירט דאס אוי! פיל טרערן מען פארגיסט
א 2'טע גיט מען קיינעם נישט עס העלפט נישט קיין געוויין
אהוי!!! ווער עס האט פארלוירן דער ווייסט שוין וואס איך מיין
א אידישע מאמע עס גיבטס נישט (עס איז נישט דא) בעסער אויף דער וועלט
א אידישע מאמע אוי וויי ווי ביטער ווען זי פעלט
ווי שיין און ליכטיג איז אין הארץ ווען די מאמע איז דא
ווי טרויעריג פינסטער ווערט ווען גאט נעמט איר אויף עולם הבא
אין וואסער אין פייער וואלט זי געלאפן פאר איר קינד
נישט האלטן איר טייער דאס איז געוויס די גרעסטע זינד
אוי ווי גליגלעך און רייך איז דער מענטש וואס האט
אזא שיינע מתנה געשענקט פון גאט
נאר איין (א) אלטיטשקע אידישע מאמע
אוי! מאמע מיין!!!!!!!
לעצט פארראכטן דורך חזנות בדורנו אום מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:46 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
דיימאנד סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:55 pm

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיימאנד סוחר »

יישר כח פאר אלעס
אפשר קומסטו אריין אביסל פון זיין לעבנס ביאגראפיא ווען איז ער געבורין? ווי האט ער געוויאנט ? און אזוי ווייטער
יודל'ס חבר
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2020 12:22 pm

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל'ס חבר »

שכח @חזנות בדורנו ! גיי אן...

כאב קייינמאל געהערט די יונגע אתה יצרת. עס איז זייער אינטרעסאנט, אבער עס איז נישט צום פארגלייכן צו די עלטערע...
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

א גרויסע ש'כח פאר אלע וואס לייקן און גיבן חיזוק ס'גיבט מיר אסאך מאטעוואציע

און יעצט צום 4'טע ניגון "יברך את בית ישראל" (השם זכרנו)
די ניגון האט יאסעלע געזינגען פארן VIDEO מאשין כ'מיין אז די קאנצערט איז געווען אין ניו יארק
די ערשטע חלק פון דעם ניגון איז אביסל צומישט אבער ס'וואלט כדי געווען איבערצוהערן אסאך מאל און זיך עס צוזאמנעמען אין קאפ ווייל די ניגון איז א עכטע יצירה (בעצם איז מיר א מורא'דיגע פליאה פארוואס קיינער פון די היינטיגע חזנים זינגען עס נישט ס'איז באמת א מעסטערפיס)
ס'איז אביסל שווער צו הערן יאסעלע די ערשטע חלק פונעם ניגון צוליב וואס ער פראבירט אריינצובלענדן אין די קווייער(און ס'איז א פילע הארמאנישע קווייער וואס מאכט דעם ניגון נישט קענען געזינגען ווערן אן קווייער לדוגמא יאסעלע'ס לא תחמוד)
די 2'טע חלק ניגון קומט יאסעלע אריין מורא'דיג קלאר ווער רעדט נאך צום סוף ווען יאסעלע ציט ארויף....אה!! דאס אידיש הארץ קען צוגיין
1) AUDIO
https://drive.google.com/file/d/1g-DspB ... drive_link
2) VIDEO
https://drive.google.com/file/d/12_ErMC ... drive_link
די VIDEO ענדיגט זיך אביסל אנדערש ווי די AUDIO
לייקט און האט הנאה
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

טעות לעולם חוזר ס'איז יא דא פון די היינטיגע חזנים וואס זינגען דעם ניגון

האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5332
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

מאמא מי אה
זיך באלעקט די פינגערס
מיכאלבאחת
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 12, 2014 5:46 pm

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכאלבאחת »

חזנות בדורנו האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:24 am
א גרויסע ש'כח פאר אלע וואס לייקן און גיבן חיזוק ס'גיבט מיר אסאך מאטעוואציע

און יעצט צום 4'טע ניגון "יברך את בית ישראל" (השם זכרנו)
די ניגון האט יאסעלע געזינגען פארן VIDEO מאשין כ'מיין אז די קאנצערט איז געווען אין ניו יארק
די ערשטע חלק פון דעם ניגון איז אביסל צומישט אבער ס'וואלט כדי געווען איבערצוהערן אסאך מאל און זיך עס צוזאמנעמען אין קאפ ווייל די ניגון איז א עכטע יצירה (בעצם איז מיר א מורא'דיגע פליאה פארוואס קיינער פון די היינטיגע חזנים זינגען עס נישט ס'איז באמת א מעסטערפיס)
ס'איז אביסל שווער צו הערן יאסעלע די ערשטע חלק פונעם ניגון צוליב וואס ער פראבירט אריינצובלענדן אין די קווייער(און ס'איז א פילע הארמאנישע קווייער וואס מאכט דעם ניגון נישט קענען געזינגען ווערן אן קווייער לדוגמא יאסעלע'ס לא תחמוד)
די 2'טע חלק ניגון קומט יאסעלע אריין מורא'דיג קלאר ווער רעדט נאך צום סוף ווען יאסעלע ציט ארויף....אה!! דאס אידיש הארץ קען צוגיין
1) AUDIO
https://drive.google.com/file/d/1g-DspB ... drive_link
2) VIDEO
https://drive.google.com/file/d/12_ErMC ... drive_link
די VIDEO ענדיגט זיך אביסל אנדערש ווי די AUDIO
לייקט און האט הנאה
די אודיו איז גענומען פון די וידיאו - כידוע, און מיר ווייסן נישט פארוואס איינער האט זיך ארומגעשפילט [א געניטע אויער קען באמערקן א ספליט סעקונדע אויף די אוידיו (געדענק נישט יעצט ווי) ווי מ'הערט א שטיקל וואס איז געווארן אפגעשניטן].

(אידישע מאמע אודיו איז אויך די זעלבע ווי די וידיאו)
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע:אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

א ריזיגע ש'כח @חזנות בדורנו !!!!
אויב קענסטו נישט דיין רבי'נס יחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

פאר איך גיי ווייטער וואלט איך געוואלט אויסדריקן א הערצליכען דאנק פאר מיכאלבאחת פארן מיך שטארק ארויסהעלפן נאכאמאל יישר כח

אונזער 5'טע ניגון איז...
"אבינו מלכנו גלה"

פון די ניגון איז דא 2 ריקארדינג'ס
1) יאסעלע זינגט א דועט מיט זיין ברודער לוי יצחק ער לאזט זיין ברודער גיין היי הארמאני באמת זייער שיין
https://drive.google.com/file/d/1JGQHGd ... drive_link
2) דא זינגט ער א דועט מיט שמואל מלבסקי (דרך אגב ער פלעגט זינגען אין זיין כאר) אנהייב ניגון גייט שמואל היי הארמאני אבער אינמיטן נעמט יאסעלע איבער ס'קוקט מיר אויס ווי שמואל האט נישט געקענט ארויפציען און יאסעלע ראטעוועט די מצב ס'נישט אזוי שיין ווי די ערשטע אבער אפשר אביסל ווארעמער
https://drive.google.com/file/d/1eP8mP5 ... drive_link

לייקט און האט הנאה
לעצט פארראכטן דורך חזנות בדורנו אום מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
hillels
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 24, 2021 8:04 am

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hillels »

יישר כח פאר אלעס
און שוין!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

יישר כח!
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע:אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

חזנות בדורנו האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:34 am
טעות לעולם חוזר ס'איז יא דא פון די היינטיגע חזנים וואס זינגען דעם ניגון
פון וועלעכע היינטיגע האסטו אלץ ריקארדירונגען פון דעם?
אויב קענסטו נישט דיין רבי'נס יחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
אוועטאר
נצר מגזע אדמורים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2020 9:54 am

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נצר מגזע אדמורים »

@חזנות בדורנו א גרויסן ייש"כ פאר דעם אשכול
און א עקסטערן לייקפאר דיין אונטערשפריט
חזנות בדורנו האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:14 pm
די וואס האלטן אז חזנות איז אונטערגעגאנגען
זענען נישט צו ווייט פון די וואס האלטן אז צדיקי אמת זענען אונטערגעגאנגען
ליידער היינט איז די פעלד זייער וויניג באווקסן מיט שיינע הערליכע בלעטער (היינו עס איז דא וויניג חזנים היראים לדבר ה')
אין איינע פון די פראבלעמען איז וויל עס איז נישט דא צופיהל וואס טוהן אין דעם וויל די שטאטישע שיל איז אונטערגעגעאנגען אין א חזן האט שוין נישט קיין ערליכע פאסטן חוץ פון ווערן א זינגער וואס זינגט ביי מעמדים און חתונות

וחבל
קונטרס
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

תגובה דורך קונטרס »

אונזער 5'טע ניגון איז...
אבינו מלכנו גלה

אביסל איבער דעם הפלאדיגער שטיקל
החזן והמלחין, דוד משה שטיינברג.
שטיינברג, שנפטר בשנת 1941, בגיל 70, היה תלמידם של החזנים, זיידל רובנר ואפרים רוזומני. שימש כחזן ראשי בווילנה, באודסה, בלונדון ובארה"ב. אחד מזמרי מקהלתו היה החזן והזמר, יוסף שמידט.

שטיינברג כתב יצירות רבות, מהן הוקלטו ושרדו רק יצירות ספורות. כמי שנחשב לבעל תפילה וכ"בר סמכא" גדול, יצירותיו נחשבו לשם דבר. ולראיה – חזנים ידועי שם בחרו גם הם להקליט את יצירותיו (יוסל'ה רוזנבלט, יוסף שמידט, מרדכי הרשמן וכו׳). על אף שהוא כמחברם, הקליט כמה מהן ראשונה.
מהידועות שביצירותיו היא היצירה: "אבינו מלכנו גלה".

מעטים יודעים, שאת "אבינו מלכנו גלה" הקליט לראשונה שטיינברג לבדו. ולא פעם אחת – אלא פעמיים:
בפעם הראשונה, בשנת 1910, בעת מושבו באירופה – התקליט הודפס בגרמניה ובאנגליה, במסגרת חברת התקליטים Zonophone.
ובפעם השנייה, בעת מושבו בארה"ב, בשנת 1924 – במסגרת חברת Victor.

ב 16/11/1921, אתמול לפני 102 שנים, הוקלטה היצירה בפעם הראשונה כדואט. אמנם, הלחן של שטיינברג, אבל זה שעיבד ושהפך את היצירה לדואט הוא יוסל'ה רוזנבלט. מי שהקליט את היצירה אז היו יוסל'ה ואחיו לוי. דרך אגב, באותו היום הם הקליטו דואט נוסף גם של היצירה: "ואף הוא".

למרות זאת, ציבור חובבי החזנות מכיר את "אבינו מלכנו גלה" בזכות הדואט הנפלא, שהקליטו יוסל'ה רוזנבלט ושמואל מלבסקי, בשנת 1913, בתקליט 57045-F. יוסל'ה – החזן המפורסם והכל יכול – חזן, המגלם בתוכו את כל מהותו של החזן, מצרף אליו לדואט נדיר את תלמידו המובהק, חזן צעיר בן 19, בשם שמואל מלבסקי.
יוסל'ה הקליט בחייו דואטים עם 3 אנשים, 2 מתוכם הם בני משפחתו (אחיו וגיסו). כאשר יוסל'ה בוחר לבצע דואט עם חזן, שהוא לא בן משפחה, יש לזה משמעות ברורה וכבדת משקל. יוסל'ה אהב והאמין עד מאוד במלבסקי, ולצעד זה היו 2 משמעויות עיקריות:
1. יוסל'ה נתן למלבסקי חשיפה אדירה מאין כמוה – אולי הפרסום הגדול ביותר, שאפשר היה לקבל אז.
2. יוסל'ה הימר "על כל הקופה" – דואט שכזה מעמיד גם את הביצוע וגם את שיקול דעתו של יוסל'ה למבחן הציבור.
צו הערן דוד משה שטיינברג
http://yiddishmusic.jewniverse.info/ste ... index.html
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע:אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

נצר מגזע אדמורים האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:21 am
@חזנות בדורנו א גרויסן ייש"כ פאר דעם אשכול
און א עקסטערן לייקפאר דיין אונטערשפריט
חזנות בדורנו האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:14 pm
די וואס האלטן אז חזנות איז אונטערגעגאנגען
זענען נישט צו ווייט פון די וואס האלטן אז צדיקי אמת זענען אונטערגעגאנגען
ליידער היינט איז די פעלד זייער וויניג באווקסן מיט שיינע הערליכע בלעטער (היינו עס איז דא וויניג חזנים היראים לדבר ה')
אין איינע פון די פראבלעמען איז וויל עס איז נישט דא צופיהל וואס טוהן אין דעם וויל די שטאטישע שיל איז אונטערגעגעאנגען אין א חזן האט שוין נישט קיין ערליכע פאסטן חוץ פון ווערן א זינגער וואס זינגט ביי מעמדים און חתונות

וחבל
אזוי אמאל איז די חזנות פעלד יא געוועהן פול מיט חסידישע אידן יראים ושלמים?
איך וויל נישט דערמאנען נעמען אבער רוב גרויסע חזנים זענען געוועהן מחללי שבתות און היינט איז דאס נישט דא כמעט...
אויב קענסטו נישט דיין רבי'נס יחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
אוועטאר
נצר מגזע אדמורים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2020 9:54 am

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נצר מגזע אדמורים »

יחוס חוקר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:09 pm

מער באקאנט פון היינט

ר' זיידעלע ראוונער
ר' יאסעלע ראזענבלאט
ר' חיים דוד בלום
ר' יאסעלע מאנדלבוים
ר' אהרן מילער
און דאס איז נאר דיע וואס האבן גיהאט שייכות קיין באבוב והיו עוד

אין מוקדם ומאוחר נאר לויט ווי עס איז מיך ארויף אין קאפ
ובודאי יש עוד הרבה נאר עס איז שוין שפעט ביינאכט אין מיין קאפ איז נישט אינגאנצן אויף מיר

נצר מגזע אדמורים האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:23 pm

איך זאג נישט אז איך גלייך צו אבער לא אלמן ישראל האסט

איטשע מאיר העלפגאט
יענקי לעממער
ניסים סאאל
מאטי בויער
אברהם צבי פריעד
חזן מיללער פון אנטווערפן
הרב מיללער פון באבוב איך ווייס צו ער איז ביי דיר אדער ביי די אנדערע דו וועסט וויסן מער איבער איהם
חזקי ברעכער
יואלי אויש
יעקב יוסף שטארק
שלום לעממער
ר' מאיר ברוך קאהן
שמעון יואל זינגער
ר' שמעון שווארץ
ישראל מאיר שווייד
פיני שטיינווארצל (וואס זיצט יעצט ליידער שבעה נאך זיין טאטע ר' אפרים זלמן ז"ל וואס איז נעכטן ל"ע אוועק)
ועוד...
יעצט טרעף מיר א חזן א מחלל שבת...
אויב קענסטו נישט דיין רבי'נס יחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

אונזער 6'טע ניגון איז
"לעולם יהא אדם"

די ניגון האט יאסעלע רעקארדירט ממש צום סוף פון זיין יונגן לעבן אן קיין קווייער שטורעמט אויף יעדעס פארבליבענע געפיל אין הארץ די ניגון לויפט ווי א ריטעם מער די 2'טע האלב ניגון נעמט זיך יאסעלע מאכן אזעלעכע קולות אז מיר איז פשוט געקומען צו וויינעןער נאגט אויס יעדעס ווארט,
און 1 ווארט "הארץ"
https://drive.google.com/file/d/1pjxCgb ... drive_link
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

אונזער 7'טע ניגון איז (כל השביעין חביבין מילא לייג איך א אידישע ניגון)
"א געבעט"

די ניגון האט יאסעלע געזינגען נאכן ערשטע וועלט קריג ווען ס'איז ליידער געווען אזויפיל אידישע נפטרים אלץ שליח ציבור פון כלל ישראל בעט ער זיך צום אויבערשטן אז כלל ישראל זאל זיין געזונט די ניגון איז ווייט נישט קיין קלארע ניגון - די ניגון האט זייער א רייכע תנועה וואס האט מיר זייער באצויבערט
האט'ס הנאה
https://drive.google.com/file/d/1glwTyV ... drive_link
כ'האב נישט געקענט אינדעפעצירן אלע ווערטער וויפיל כ'האב געקענט לייג איך דא ארויף (לתועלת הענין) דארט ווי איך ווייס נישט לייג איך א ? מארק און בקשתי שטוחה אז איינער וואס קען מיר העלפן מיט די ווערטער זאל מיר העלפן כ'בעט פשוט "א געבעט" ש'כח

מיט א צובראכענעם הארץ און מיט ליידן אן שיעור
זאג איך יעצט תהלים, זאל יעדער מיט מיר
וויינען קלאגן אויף דעם אומגליק פון דער מלחמה צייט

ער פארוואנדעלט פאר מיר טרויער, א שרעק
ער רייסט דאס לעבן פון קינדער אוועק
דער פלאם פון פייער ברענט עס אזוי ווייט אזוי ווייט

טאטע מאמע שוועסטער ברודער ווייב און קינד
לאמיר בעטן (ג-ט ?) טאטע מאמע זיין געזונט ?

ג-טעניו טאטעלע שענק אונז דיין בליק
ברענג יעדן צו טאטעלע געזונטערהייט צוריק
ווער ווייסט נאך ווער, ווי די דו מער
ווי (צו ?) קינדער האבן קומט אן שווער
דאן אונזער ג-ט, אונזער געבעט דערהער

רחמנות האב אויף די עלטערן (אויב דו ווילסט נישט אויף זיי ?)
עס איז יונגע לעבנ'ס יונגע בלוט (אוי ג-ט טוט זיי נישט וויי ?)
זאל זיין שלום שוין ......?
און בשלום ברענג די קינדערלעך אהיים

זאל זיין שלום שוין .....?
און בשלום ברענג די קינדערלעך אהיים
אהיים!!!!!
יאסעלע מאכט זייער א שיינע מעדזשער אויף די לעצטע אהיים
לייקט און האט הנאה
לעצט פארראכטן דורך חזנות בדורנו אום פרייטאג יאנואר 12, 2024 3:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
קונטרס
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

חזנות בדורנו האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:32 pm
3) "א אידישע מאמע"
אה! דאס איז א ניגון וואס מ'דארף פאר קיינעם נישט מסביר זיין פון וואס מ'רעדט ווער איז דען נישט אויפגעוואקסן מיט דעם ניגון אין וויגל (איך נישט)...
זעליג (דזשעק) יעלען, שטארק באקאנט אויף די גוישע מאווי וועלט (רח"ל), האט געשריבן די ווערטער, ער איז געווען נעבעך א פולישער איד, וואס איז אנגעקומען צו די גאלדענע אמעריקע, און נעבעך אפגעלזט דאס יידישקייט.
טייל זאגן אז מיט די "אידישע מאמע" האט ער געמיינט סימבאלירן ווי א משל אויף די אידישקייט תורה ומצוות, וואס איז אינגאצן פארלאזט געווארן פון דיע אידישע אימיגראנטן, ער האט דאס געמיינט צו באוויינען, אזש סאיז געשטארבן.

איינער פון די זינגערן אין אמריקע טאקער שמה, איז פאר יתומט געווארן, האט זי געבעטן לעוו פאללאק א ברימטן מלחין זאל צו פאסטן א ביטער טרויערדיגן ניגון דערצו.
פון דארט איז דער ניגון פארשפרייט געווארן און איבערגטייטש געווארן אויף עטליכע שפארכן. ביז ווען דער מושג א יידישע מאמע געווארן א שם דבר לעיני כל הגויים.
בערך אזוי גייט די מעשה...
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

wow x 1000

כ'בין זיך מחי'
אוועטאר
נצר מגזע אדמורים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2020 9:54 am

Re: כל ניגוני "מלך החזנים" יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נצר מגזע אדמורים »

חזנות בדורנו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:21 am
אונזער 7'טע ניגון איז (כל השביעין חביבין מילא לייג איך א אידישע ניגון)
"א געבעט"

די ניגון האט יאסעלע געזינגען נאכן ערשטע וועלט קריג ווען ס'איז ליידער געווען אזויפיל אידישע נפטרים אלץ שליח ציבור פון כלל ישראל בעט ער זיך צום אויבערשטן אז כלל ישראל זאל זיין געזונט די ניגון איז ווייט נישט קיין קלארע ניגון - די ניגון האט זייער א רייכע תנועה וואס האט מיר זייער באצויבערט
האט'ס הנאה
https://drive.google.com/file/d/1glwTyV ... drive_link
מיט א צובראכענעם הארץ און מיט ליידן אן שיעור
זאג איך יעצט תהלים, ווייל יעדער מיט מיר
וויינען קלאגן אויף דעם אומגליק פון דער מלחמה צייט

ער פארוואנדעלט פאר מיר טרויער, א שרעק
ער רייסט דאס לעבן פון קינדער אוועק
דער פלאם פון פייער ברענט עס אזוי ווייט אזוי ווייט

טאטע מאמע שוועסטער ברודער ווייב און קינד
לאמיר בעטן (ג-ט ?) טאטע מאמע זיין געזונט ?

ג-טעניו טאטעלע שענק אונז דיין בליק
ברענג יעדן צו טאטעלע געזונטערהייט צוריק
ווער ווייסט נאך ווער, ווי די דו מער
ווי (צו ?) קינדער האבן קומט אן שווער
דאן אונזער ג-ט, אונזער געבעט דערהער

רחמנות האב אויף די עלטערן (אויב דו ווילסט נישט אויף זיי ?)
עס איז יונגע לעבנ'ס יונגע בלוט (אוי ג-ט טוט זיי נישט וויי ?)
זאל זיין שלום שוין ......?
און בשלום ברענג די קינדערלעך אהיים

רחמנות האב אויף די עלטערן (אויב דו ווילסט נישט אויף זיי ?)
עס איז יונגע לעבנ'ס יונגע בלוט (אוי ג-ט טוט זיי נישט וויי ?)
זאל זיין שלום שוין .....?
און בשלום ברענג די קינדערלעך אהיים
אהיים!!!!!
יאסעלע מאכט זייער א שיינע מעדזשער אויף די לעצטע אהיים
לייקט און האט הנאה
דא האסטו די ווערטער
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”