מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

ווען איך האב געשריבן פאריגע וואך אז איך גיי קומען מיט א באריכט אויב וועל טאקע אנקומען אויף שבת אין 'זית רענן' האב איך עס גראדע נישט גענומען אזוי ערנסט, אבער נאכדעם וואס גוטע פריינד האלטן מיר אינאיין רופן פרעגן ''נא וויאזוי איז געווען שבת?'' ''ס'דא געהעריג מנין דארטן?'' וואספארא מיני מענטשן גייען אהין מופן?'' ''וואס גייט דיין ווייב טון דארט?'' און איך טרעף מיך רעדן מיט יעדעם איינעם עקסטער פאר א שיינע פאר מינוט, האב איך באשלאסן אראפצוקלאפן דא מיין גאנצע עקספיריענס וואס איך האב געהאט דארט מיט אלע דעטאלן און ווען איינער וועט מיר פרעגן וועגן דעם שבת, וועל איך דירעקטירן צום אשכול.

און סתם אזוי קען איך אויך באשטיין אז די שטאט זאל זיך טאקע גוט אויסארבעטן, האף איך אז מיין שרייבעלע וועט געבן פאר מענטשן דעם זעלבן בילד וואס איך האב באקומען פונעם פלאץ...

צום ענין; דינסטאג האב איך גערופן איינעם פון די ארטיגע עסקנים פרעגן צי איך קען קומען אויף שבת, ''ער גייט מיך לאזן וויסן'' האט ער מיר געזאגט, ''עס הייסט א שווערע וועטער'' און ערשט וויל ער זיכער מאכן אז עס גייט זיין געהעריג גרויס מנין אויף שבת. דאנערשטאג האט ער מיר קאנפערמט אז עס גייט טאקע זיין סאך א קלענערער ציבור ווי יעדע וואך, אבער מנין גייט פארט זיין, און ער האט צוגעלייגט א איבעראשונג ''דו קעסט גאר גיין צו דיין הייזקע אויף שבת!!!'' וואו איך גיי זיך עווענטועל אריינציען בעז''ה.

פארשטייט זיך איך בין געווארן זייער עקסייטעד, (אויך א גוטע אפערטונעטי צו זען צי מען דארף עפעס פארעכטן נאך איידערן מופן...) געוויסע חברים האבן מיר אנגעשראקן און אפגערעדט פון פארן צוליב דעם קאלטן וועטער, (בערך די זעלבע יועצים וואס האבן מיר אפגערעדט פון אהין מופן...)

מיין אשת חיל האט אפגעשמועסט מיט א חבר'טע וואס איך קען אויך גוט דעם מאן און שוין געהאנדלט צוזאמען אין די פארגאנגענהייט, וואס זיי האבן אויך געוואלט זען דאס שטעטל פון דער נאנט, אז זיי וועלן אויך דארט זיין אויף שבת (וואס איז זיכער איז זיכער, קאמפעני וועט זיין...) און מען האט ארלעדיגט פאר זיי א הויז נישט ווייט פון אונז.

פרייטאג אינדערפרי האט יענער צוליב אן עמערדזשענסי ארויסגעקענסלט, מיר האבן אבער באשלאסן אז אונז גייען סייווי, און יענע הויז וועט בלייבן ליידיג (א שאד, דו וואלסט עס ווען געקענט נעמען...)

מיר האבן זיך ארויסגעלאזט פון קרית יואל פרייטאג ארום 1:30 מיט א גאנצן אפגעקאכטן שבת, וועז האט געוויזן אז די וועג וועט נעמען 1:09 מינוט. איך בין געפארן שטייט און פארזיכטיג צוליב דעם וועטער, אנגעצינדן שיינע שבת'דיגע מוזיק, און געפארן געמיטלעך – עס איז אן היפשער גראדער וועג און איך האב גע'קרוז'ט א מחיה, די קינדער האבן עס ענדזשויד (און, איך אויך).

מיר זענען ענדליך אנגעקומען, די הויז איז געווען פיין ווארעם, צוגערישט א האטפלעיט מיט א פערקולעיטער, אנגעגרייט אשר יצר פאפיר אין אלע דריי בתי כבוד, א טוץ מיט האנטוכער, בעטן, דאכענעס, קישענעס, פרישע בעטגעוואנט, (זיי האבן א גאנץ יעריגער מענעדזשמענט וואס נעמען קעיר פון די אלע הייזער, און זיי האבן עס צוגעגרישט).

מען האט אנגעהויבן אויספאקן אלעס, די ערשטע זאך פארשטייט זיך ארויפגעצויגן אלע ווינדאושעידס צו קענען זען די אויסערגעווענליכער וויו און הנאה האבן פון די פאנעראמעס.
מיין קליין מיידעלע האט זיך גלייך אנגערופן ''טאטי איך הער עפעס א קול ווען איך רעדט" מיינענדיג א ווידערקול, פון די צוויי שטאקיגע הויכע דאך... אויך איז מיר געווען אינטערסאנט צו זען ''קלארע ווייסע וואסער פרייטאג נאכמיטאג?!'' (ווער עס וואוינט אין מאנראו פארשטייט וואס איך רעדט...).
מען האט אויסגעפאקט די טויס אין די צוקונפטיגע פלעי רום, און צו אונזער וואונדער זענען די קינדער פלוצליג נישט געטאנצן אויפן קאפ ווי געווענדליך, זיי האבן זיך שיין געשפילט, און אפי' ווען זיי האבן זיך יא אביסל ארומגעקריגט איז עס נישט געווען די זעלבע אנגעשטרענגט ווי ווען עס פאסירט אינדערהיים.

”עס איז נישט שייך צו מסביר זיין, א גרויסע לופטיגע הויז מיט גרויסע פענסטערס צו אלע זייטן, טוט עפעס צו א מענטש'עס מוח, זייער אסאך פראבלעמען פאלן אוועק ווען מען זיצט אין א רחבות'דיגע הויז פון דריי שטאק, אנטקעגען מיין קליינע אפארטמענט'ל אין קרית יואל, וואס ווען נאר איינער פון די קינדער צו וויינט-זיך לעכערט עס די גאנצע הויז און יעדער שפירט גלייך אז מען דארף עי-עס-עי-פי א וועקעישן, אדער לויפן שאפינג... (גיין צו מנחה מעריב).
נאך אזאך האב איך באמערקט, אז א גרויסע הויז ווערט אסאך 'שווערער' אויפגעווארפן, ווייל ווען עס ליגט אויסגעגאסן טויס, איז עס נאר אין פלעי רום... אאז''וו, משא''כ אין א קליינע הויז, איז די לאנדרי רום, פלעי רום, סאוינג רום, ליווינג רום, ספרים שטוב/ אפיס איין זאך. און ווען אפי' נאר איין זאך איז נישט פונקליך מסודר, שפירט זיך עס ווי די גאנצע הויז פארט אויף רעדער...”

איך האב געזען אז מיר זענען גאנץ קנאפ אין וואסער אויף צו טרינקען, און עס גייט לכאורה נישט זיין גענוג פאר גאנץ שבת, האב איך אריינגעלייגט אינעם דזשי-פי-עס'ל, עס איז ארויפגעקומען אז 'טארגעט' איז פונקליך 6 מינוט אויפן האר פון מיין דרייוועי, איך בין אהין געפארן "וואוו 15 מינוט פארן זמן אן קיין טרעפיק!''
טשיק טשאק, געטראפן א צוויי-גאלאן'דיגער באטעל וואסער מיט א דיספענסער, און ביי סעלף טשעק-אוט האט מיר דער ערל וואס איז געשטאנען דארט געגעבן ספעציעלע פריינדליכע סערוויס, מיטן צו-ווייזן ווי עס איז דא א ליידיגער סעלף טשעק-אוט, וואס עס איז געווען שווער צו זען פון ארויפציר – עס האט מיר געדאכט אז דער זעט שוין אויס צו זיין גוט באקאנט מיט די חסידים – אויפן וועג אהיים האט מיר מיין ווייב אריינגערופן מיט איין מאס שמחה, ''זי זעט פון די פענסטער קעגן איבער, אידישע יונגלעך שארן אויף די שניי...''

בערך א דרייפערטל שעה נאכן זמן בין איך געגאנגען אין די דער - צייטווייליגער- צענטראלער שול , אינטערעסאנט געווען צו זען אז מען רעדט דא פון א געהעריגן ביהמ''ד! שיינע ספאט-לייטס, א ווייבער שול, מיט נאך א פלאץ צו ערמעגליכן צו ווארפן פעקלעך פאר א באווארפן... א ברייטן האלצענעם ארון קודש מיט אויסשניצונגען פון די יאמפעלע שול פונדערהיים, א געהעריגן בלעמער, (נישט קיין טיש מיט א טלית) אויפן וואנט הענגט אזא צוזאמגעקלעבטער צעטל געשריבן מיט א רויטע מארקער ''אסור לדבר בשעת התפלה'' (זעט אויס אז 'זית רענן' מיט'ן 'תוספת יום טוב' זענען דערווייל נאכנישט קיין קאמפאטישן...) א שיינעם עמוד פארן בעל תפלה און אן עקסטערן עמוד פארן יאמפולע רב ווי עס פאסט (מיר האבן נישט געהאט די זכייה אים צו האבן אויף די שבת, חבל.) צוויי פולע ספרים שענק אנגעפילט מיט א ש"ס, שולחן ערוך, אלע חסידישע ספרים...

איך בין געווארן שיין אויפגענומען דוכן מנהל המוסד דער רב פון די ארטיגע צוקונפטיגע ביהמ”ד 'עמק התשובה' הרב עזריאל יודא ראטה שליט”א וואס איז אויך מיין קומענדיגער נייער שכן טוב, זיין הויז איז בלויז צוויי הייזער נעבן מיר. ער האט מיך מכבד געווען מיט מנחה, און זעט אויס אז סיי ער און סיי דער עולם האבן אזוי הנאה געהאט פון מיין דאווענען, האט ער מיר געוואונקען איך זאל שוין בלייבן מיטן טלית און אנהייבן אויך קבלת שבת... (מיין שבת האט זיך שוין אויסגעצאלט...)
עס איז געווען פאר מיר היפש אינטערסאנט צו דאווענען פארן עמוד מיט א קאלירפולער ציבור וואס איך הער פון די בעקראונד יעדער דרייען אביסל אנדערש די צוויי ''כי בא כי בא'ס''... 'לכא דודי' האמיר געזינגען אויפן ניגן 'שומרי מצותיה' עס איז נאך געווען מער סאליד די שטימונג אבער ביי 'לא תבושי' האט זיך גענומען באבלען די ביהמ''ד ווען איך אנגעהויבן דעם באקאנקטן 'לימיניווער רב...' און עס האט אנגעהויבן ווערן היפש לעבעדיג (פארגעס נישט א גרויס חלק ציבור זענען געווען געסט און האבן זיך ניטאמאל געקענט פון פראנאויס)
ביי 'באו בשלום' האט אויסגעזען ווי דער עולם האלט נישט ביים אויפהערן צו זינגען ''ס'שבת אויפן וועלט'' אבער נאכן צוויי מאל איבערזינגען די הויכע פאל האט מען ענדליך געלאנדעט און מ'איז אריינגעפאלן אינעם 'מזמור שיר ליום השבת' פלאם'עדיגערהייט, עס איז טאקע נאר געווען בערך צוואנציג (אדער אפשר מער) מענטשן אבער עס האט זיך געהערט און געשפירט די וויי''ב ווי אן איבערגעפילטן ביהמ''ד....

נאכן דאווענען איז שיין געווען צו זען ווי הרב עזריאל יודא ראטה לאזט נישט אויס קיינעם אפי' בטעות צו זאגן 'גוט שבת' מיט א שמייכל און האט דערביי געגעבן 'שלום עליכם' פאר אלע געסט וואס זענען געקומען זיך אומקוקן אויפן נייעם שטאט לראות את המעשה אשר יעשון

מיין אגענדע איז געווען צו דערטאפן 'ווער עס וואוינט שוין דארט, ווער גייט שוין זיכער מופן, און ווער איז נאך אין די מעיקינ''ג/בעקינ''ג פראצעדור... איך האב מיר גלייך צוגעשארט צו א קופקע וואס האט אויסגעזען מער ווי אלצווייסערס און איך האב געזען אז יא אט דא זענען מיינע חברה! ''שלום עליכם!'' האבן זיי מיך ענטפאנגען, איך האב מיך פארגעשטעלט פאר זיי, און אונז האבן זיך זייער געפרייט זיך צו באקענען ”דאס איז דאך מיין נייע קליקע!” עס איז געשאפן געווארן א שטארק אחדות’דיגע פאזעטיווער אטמאספערע, מען האט גערעדט פונעם עירוב, וועלכע גאסן עס זענען שוין יודיש, אז 8 מינוט אוועק איז דא זייער א גוטע שפיטאל, אז ס'דא א פראמעדיק וואס וואוינט דארט, און מען האט זיך שיין באגריסט גוט שבת ווי למשל מיר קענען זיך שוין אלע פון דער יוגענט, און איך האב געמאכט מיין וועג אהיים (מען דארף דאך עפעס לאזן פאר מארגן צו שמועסן...)

בערך 1 מינוט אויפן זייגער האט גענומען ביז איך בין אנגעקומען און געעפנט דעם קלאמקע פון מיין הויז אויף _ _וויינדינג-היל דרייוו (ניין, דו האסט עס נאכנישט מיין אדרעסס, כמעט רוב געגנט הייסט אזוי...) מיינע קינדער האבן געהאלטן אינמיטן שפילן/ליינען א בוק אין די הויפט לאבי (לאמיר מיר עס אזוי אנרופן...) איידער איך האב אנגעהויבן זינגען 'שלום עליכם' האב איך געפרעגט מיינע חברה צי זיי האבן טאקע מורא געהאט ווען איך בין געווען אין שול צו זיין דא אין א נייע הויז וואס די געגנט איז דערווייל נאכנישט אינגאנצן אזוי אידיש (ווי זיי האבן פון פארדעם געשאצט) האבן זיי מיר געזאגט ''זיי האבן פארגעסן צו מורא האבן, א שאד איך האב זיי דערמאנט...''

איך האב מיר פיין הויעך אויסגעזינגען נישט טראכטנדיג אז מיין שכן האלט קאפ צו איך זינג טאקע ריכטיג אלע קנייטשן פונעם ברכנו לשלום... מיינע טעכטער האבן דאסמאל אויך געקענט געהעריג מיטזינגען אן קיין קול באשה-אישו-חשש פון די זעקס זייטן שכנים ארום... ביי קידוש האב איך מיר היפש אביסל צופייערט און אויסגעברייטערט נישט גלייבענדיג די מציאות אז פאר קנאפע 5 וואכן צוריק האב איך נאך אפי' נישט געוויסט אז אט די 'גן עדן פלאץ' עקזיסטירט אויפן כדור, און אט דא שטיי איך שוין אין מיין צוקונפטיגער דירה און נישט סתם א דירה! מיט מיין גאנצע משפחה צוזאמען, די הרגשים האבן געטריבן אויף הונדערט-פלאס און ווי אויבן דערמאנט האב איך נישט געהאט פון וועם זיך צו שעמען...

א רואיגער שיינער סעודה געווען... נאכן בענטשן האבן מיר באשלאסן צו גיין זאגן גוט שבת פאר אונזער שכן 'ראטה'. אנגעטון די מאנטלען, די גאנצע חברה זעמיר געגאנגען צוויי הייזער ארויפציר און זיכער געמאכט אז די טיר האט טאקע א מזוזה. אריינגעקלאפט, איינע פון די אייניקלעך האט געעפנט די טיר, ר' עזריאל יודא האט זיך זייער געפרייט צום באזוך. ער האט געהאט דארט אויך עטליכע געסט משפחה אויף שבת, די נשים זענען אריין פארברענגען אין די גרויסע ליווינג רום, ער האט מיך מכבד געווען צו זיצן נעבן אים.
אינמיטן עפנט זיך די טיר, איך האב געמיינט איך בין געווען דער מחדש פונעם געדאנק, איך זע מיין נייער חבר וואס ער איז שוין א פולער תושב דארט, שפאצירט אריין מיט זיין גאנצע געזונדל און מיט א ברייטן שמייכל זאגט ער פארן עולם 'גוט שבת' די סעודה דארט איז געווארן פארוואנדעלט אין א פול-פלעטש דערהויבענע באטע ער האט מיר אנגעגאסן א גלעזן וויין, מכבד געווען מיט א הייייסער טעלער זופ וואס איז גאר געמאכט געווארן אין זית רענן... ארויסגעברענגט פיינע סחורה כל מיני מטעמים, שוין אויך פאר די קינדער... מען האט שיין פארברענגט און געשמועסט, אויך האט ער פארגעלערנט 'נועם אלימלך', מען האט געזונגען אזש עס זינגט זיך מיר נאך יעצט דעם קה ריבון עלם...

עס איז אויך אונטערסאנט געווען צו הערן וויאזוי די מוסדות פונקציאנירן אזוי מסודר, איך האב פראבירט ארויסצובאקומען ’סודות פון חדר’ (גאנץ גוט געלונגען)

נאכן בענטשן זענען מיר אהיים געגאנגען, מיין אשת חיל האט מיר איבערגעגעבן אז קודם האט שוין מיין עלטסטע טאכטער ב”ה א פרענד וואס וואוינט ממש א האלבע גאס ארויפציר און איז ממש איר עידזש. זיי האבן זיך שוין באקענט, און אויך האט מיין שטוב זייער הנאה געהאט זיך צו באקענען מיט די שכנים, און געזאגט ''אז עס קוקט אויס דא שאפט זיך א גוטע קרוי''

צופרי בין איך געגאנגען אין שול ארום 9:20, אויפן וועג האב איך מיר געכאפט אז איך האב איבערגעלאזט מיין האנטוך אינדערהיים, געהאט נאכגעהערט אז עס איז נאר דא דערווייל אזא קאוויד'ל מקוה... איך האב שוין אבער נישט געהאט קיין געדולט צוריקצוגיין, ''מען וועט עס שוין אויספיגערן'' (איינער האט זיכער איבערגעלאזט א האנטוך דארט וואס איז שוין האלבוועגס טריקן...)
אנקומענדיג צו די מקוה בין איך געכאפט געווארן אין סופרייז, עס איז דא געהעריגע טיילס סיי אויף די פלאר און סיי אויף די ווענט, א געהעריגער הייסער (קאכעדיגער) בור, אן אריינגעבויטער עקזאויסטער פען, א גאנצע פעקל רעבישע סייז ווייסע האנטוכער! (בלוטערי לכל השנה) זאל זיין פאר יעדעם אפי' צוויי שטיק...

נאך אזא הייסע מקוה אין אזא קאלטע וועטער האט זיך אנדערש געדאווענט, קומענדיג אין ביהמ”ד האט הרב ראטה שוין געהאלטן אינמיטן 'פסוקי דזמרה', רוב ציבור איז שוין דארט געווען, עס איז געווען אנגעגרייט טעיסטערשטויס קאווע, לויזע, און קאצקע צוקער, גאלדענפלאו מילך, האט קאפס בשפע עס זאל זיין גענוג פאר כלי שלישי ולמחמירים

דאס דאווענען איז געווען זייער דערהויבן, אן אינטערסאנטער עפיזאד איז געווען ווען די גבאי האט מיר אויסגערופן צו עולה זיין חמישי, (שכח) האט ער שוין געוויסט מיין טאטעס גאנצע נאמען כאילו איך דאווען דארט יעדע וואך... ווען איך האב אים שפעטער געפרעגט ''פון וואו קענסטו מיין פאטער?'' ''אה איך קען גוט דיין טאטן פרעג אים נאר וועגן מיר'' האט ער מיר געענטפערט...

נאכן דאווענען, איז דער עולם שוין געווארן מער היימיש און די גאנצער ציבור האט זיך געשטעלט ארום דעם בלעמער און איינע פון די הויפט עסקני העיר ’ר’ שלמה ברוין’ טאקע יזכר לטוב. האט זיך גענומען ענטפערן פראגן אפענערהייט (שבת קען מען דאך נישט אפכאפן) פון וואס מען האט נאר געפרעגט, איינע פון די הויפט טעמעס איז געווען צי עס איז דא אנטיסעמעטיזים צווישן די באורד מעמבערס, ער האט פארציילט וויאזוי די יאמפאלע קהלה האט איבערגענומען די וואוטס און דיפלאמאטיש זיך דורכגעקומען מיט יעדן איינעם מיט גוטן, און מען לעבט זייער בשלום מיט אלע שכנים. גערעדט וויפיל הייזער פון עפעס א ספעציפישע מאדל הויז איז נאך געבליבן אוועיליבל צו קויפן, ער האט מיר ארויסגעגעבן די נאמבער אז מען האט שוין אפגעקויפט בערך צוויי הונדערט הייזער!, און ער זאגט א מען האלט אינאיין צוקויפן נאך. מסביר געווען די סטראטעגיע וויאזוי מען האפט אז די פרייזן וועלן זיך האלטן נידריג כפי ערך, און עוואוידן אינוועסטירער

דאס מערסטע פונעם גאנצן שמועס איז מיר געפאלן וואס ער האט אויסגעפירט ווען מען האט צוגעגליכן אפאר נייע געגנטער און ישובים איינס צום צווייטן האט ער געזאגט: ''אין רוב נייע פלעצער איז די עיקר זאך וואס מען מוטשעט זיך געווענדליך פאר א לאנגע צייט, איז צוויי הויפט זאכן, ערשטנס מיט צו ווייניג 'עסקנים' וויבאלד געווענדליך די ערשטע איינוואוינער אין א געגנט זענן נישט פון די סארט וואס די בלוט קאכט זיי... צווייטנס איז פשוט מען מיטשעט זיך אויף יעדן ריר מיט 'געלט', דא אין זית רענן איז אבער ב”ה געבענטש געווארן סיי מיט שטייפע עסקנים וואס זענען גרייט אלעס צו טון אין די וועלט אז די שטאט זאל אפערירן מיט אלע פונקציעס שלימות’דיגערהייט, והא ראיה מען ארבעט שוין דא 'דריי יאר' (!) אין א צי שטילערהייט בלויז לטובת הכלל וואס קוקט נישט אויס אז מען גייט דא לייזן אפי’ א דאללער אזוי שנעל צי בכלל, און נאך אזאך דא איז דא גרויס געלט (ס'דא א קרעדיט קארד, וויאזוי גייט נאר די ניגון...) עס איז דא מענטשן וואס האבן זייער א שטארקע אינטערעסע דאס פלאץ זאל מצליח זיין פאר יעדע פרייז! למשל מען האט שוין געגאסן די מקוה טהרה נאך פאר די ערשטע מענטש האט נאך אפי' געטראכט פון זיך אהערציען, מען האט שוין אראפגעפלאשט (ביטער) שווערע מיליאנען קעש בלויז צו קויפן די הייזער, און מען שטעלט זיך נישט אפ, ווער רעדט נאך צו בויען די מוסדות.... מיר דארפן נאר האבן די (פלייש) מענטשן זאלן אריינמופן און עס גייט זיין א פראכט פון א שטאט בעז''ה!!!''

''וואוו פאטריאטיש גערעדט! אבער וואס זאל איך טון אז עס איז אמת יעדעס ווארט וואס ער זאגט... און טאקע נאר וועגן דעי ענערדזשי האב איך געמאכט מיין דעסיזשען זיך אהינצוציען...''

בשעת דער עולם איז געשטאנען פארגאפט האט ער געגעבן אזא ענדיג צו ''די וואך גייט זיין של''ס פאר אלע פרויען ביי מיר אינדערהיים יעדער קען איבערגעבן אין שטוב אז מען איז העפליך געלאדנט''

מען האט זיך באגריסט ווארעם גוט שבת! איך האב רואיג אהיימשפאצירט זייענדיג גוט באפעלטס (עס איז גראדע נישט אזוי קאלט ווי אין מאנראו, אבער דאך ווייט פון הייס) הנאה געהאט פון די שיינע וויו, אינזינען געהאט לכבוד שבת קודש...

כמעשהו בראשונה נאר מיט א שמוץ אריבער איז געווען די שבת צופרי סעודה, עס איז דאך געווען שיין לעכטיג אינדרויסן האמיר ארויפגעצויגן די ווינדאושעיטס פונעם דיינונג רום, די זין האט אריינגעשיינט, עס איז געווען מער ווי א מעין פון מעין עולם הבא, די האטפלעיט האט ב''ה פיין געארבעט די טשולענט איז געלונגען, איך האב פארציילט א שיינע מעשה מיט א מוסר השכל ביי די סעודה, איך האב נאר אינמיטן געקוקט צי מיינע שפעלעך הערן אויס די מעשה, אדער מען קלאצט אויף די שיינע וויו...

נאך די סעודה האט מען געזאגט פאר די קינדער אז נאר ווער עס לייגט זיך שיין אראפ וועט קענען קומען צו די של''ס!... דער עולם איז ארויפגעלאפן אויבן צו די שלאף צימערן, און מען האט מקיים געווען מיט א הידור דעם 'שינה בשבת תענוג' (אינאיינעם מיטן יש אומרים אז דייקא ווען עס איז פריזינג אינדרויסן און ווארעם פון אינעווייניג)

של''ס האב איך אראפבאגלייט מיין גאנצע געזונדל ביז משפחת ברוין, און דערנאך בין איך גאגאנגען אין ביהמ''ד עס איז געווען אויסגעשטעלט א לאנגע ברייטע טיש, יעדער זאל האבן פלאץ, פרישע טאנע ,באבאגאנאש, און סאוערדאו בילקעלעך... וויין, סעלצער, דזשינדזשערעל סאודע ,בלאש קדם גרעיפדזשוס, אויך האט איינער געברענגט געבאקענע סעמאן פיש (זאל זיין)
מען האט אנגעהויבן בני היכלא אויף אן אונטערסאנטער נוסח, שפעטער האב איך געהערט אז עס איז גאר ר' מיכל’ע זלאטשאווער זי"ע'ס א ניגן (מנהג יאמפאלע) אינמיטן האב איך עס שוין געכאפט און געקענט מיטזינגען, 'השם מלך' האט פארגעזאט הרב ראטה, מיט א דביקות, 'מלך שהשלום שלו' האט מען יא געזונגען די סאטמערע, גראדע הנאה געהאט פון הערן עפעס פריש...
שלש סעודות תורה האט רב ראטה מכבד געווען איינע פון די תלמידי חכמים פון שטעטל צו רעדן אנשטאט וואס געווענדליך הער איך זאג דער רב 'ר' משה לאנדא' אליין די תורה... (אגב, איך דארף מיר נאך באקענען מיט דעם העארישן פערזענלעקייט וואס האט אריינגעשפרינגען אין דעם ריזן פריעקט און שפרינגט נאך יעדן טאג טיפער און ווייטער, אבער דערווייל לא זכיתי, עוד חזון) דער האט זייער שיין ארומגערעדט אויף די פרשה לעובדה למעשה.
נאך מעריב האט ר' עזריאל יודא ראטה אויסגעקלאפט אז ער לאדנט איין יעדעם איינעם פאר מלוה מלכה אום 8:30איש

אפאר אידן זענען געבליבן לערנן 'אבות ובנים' איך בין אהיימגעגאנגען נעמען מיין קאר צו אפנעמען די חברה פון די של''ס. אריינגעקלאפט, עס האט גענומען היפש לאנג ביז איינער האט אפי' געהערט מיין קלאפן, ''זעט אויס די 'תשעה קבים' האבן ב''ה געקליקט צווישן זיך, אזש עס ווערט שוין באלד א 'כור'..'' געטראכט קלאפענדיג

מיין ווייב האט מיר טאקע געזאגט נאכדעם אז ''יאפ! פון דעם האט מען גערעדט און געהאפט צו פארמירן אזא געשמאקע קאמיונעטי סטייל!'' דער עולם האט דארט פארשפראכן זיך צו האלטן ווייטער פארבינדן אפי' רוב ציבור (וגם אני בתוכם) פלאנט הערשט צו מופן נאך פסח
און זי האט צוגעלייגט אז מצידה אויב די אנדערע משפחות קומען אויכעט איז זי גרייט צו קומען יעדע שבת ביז מען מופט...

איך האב געמאכט הבדלה, אביסל בעסער אבאכט געגעבן וויאזוי די פייער ברענט (איך קען מיר נישט זען אראפ מיטן הויז...)

למעשה נאכן צוזאמפאקן האבן מיר באשלאסן זיך צוריק ארויסלאזן קיין קרית יואל, וכך הוה, אויפן וועג האבן מיר איבערגעשמועסט דעם גאנצן שבת (דארף דאך וויסן וואס צו שרייבן דא...)

וואס איך קען יא זאגן איז ''די שווערסטע זאך פון די גאנצע שבת איז געווען, נא וואס?

דאס זיך צוריק אריינציען מיט אלע קינדער אינעם לעכל מוצש''ק....!

מיין פארטש זינטאג.png
מיין פארטש זינטאג.png (278.23 KiB) געזען 5349 מאל
בילד גענומען פון מיין פארטש זינטאג ארום 3:30 נאכמיטאג ווען איך האב עפעס פארגעסן דארט, און מיין קאזין האט מיר געבעטן צו קומען זען מיין הויז, איידער ער מאכט זיין פיינעל באשלוס, זעמער געפארן צוזאמען אהין און צוריק.
לעצט פארראכטן דורך שמעון ישראל אום מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13913
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

פשיהא! א מעסטער פיעס, פיינעם פעדער.

טוסט א גוטן דזשאב. אפילו אויב דו ביסט פון די עסקני העיר ווערט עס נישט א קלענערע גוטע דזשאב..
ווי טאקע איז ישראל הלוי?
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2248
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

@שמעון ישראל
ביסט ריזיג, האסט מיר אנגעצינדן א שטייפע אפעטיט.....
שקויעך
הערליכע ארטיקל
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך:
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

פרישער בחור האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:29 pm
@שמעון ישראל
ביסט ריזיג, האסט מיר אנגעצינדן א שטייפע אפעטיט.....
שקויעך
הערליכע ארטיקל
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

הערליכע באריכט. דיין וואונטש איז לכאורה אז די שטאט זאל נישט וואקסן צו שטארק, ווי קלענער די עולם אלץ גרעסער די שמחה.
הרבני הנגיד
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 22, 2022 1:22 pm

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבני הנגיד »

נישטאמת האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:09 pm
הערליכע באריכט. דיין וואונטש איז לכאורה אז די שטאט זאל נישט וואקסן צו שטארק, ווי קלענער די עולם אלץ גרעסער די שמחה.
השי''ת זאל העלפן אז איר זאלט אייביג זיין אזוי עקסיידעט, ווייל לויט מיין בליק ווען מיר זענען געווען אויף שבת איז עס אנגאנצן אנדערש,(אחוץ אויב עס איז א באצאלטער אנאנס ווילן מיר ח''ו נישט אוועקנעמן אייער פרנסה) עס קען זיין ווייל איר קומט פון אפסטעיט, וואס איז סייווי ווינטער מער שלאפעדיג.
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

הרבני הנגיד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:58 pm

וואס איז געווען אנדערש ווען דו ביסט דארט געווען?
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
רבן גמליאל
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:13 pm

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבן גמליאל »

(אחוץ אויב עס איז א באצאלטער אנאנס ווילן מיר ח''ו נישט אוועקנעמן אייער פרנסה)
איר האלט אז נישט?.. זייער א פיינע שרייבער..
OFFLINE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

הרבני הנגיד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:58 pm
נישטאמת האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:09 pm
הערליכע באריכט. דיין וואונטש איז לכאורה אז די שטאט זאל נישט וואקסן צו שטארק, ווי קלענער די עולם אלץ גרעסער די שמחה.
השי''ת זאל העלפן אז איר זאלט אייביג זיין אזוי עקסיידעט, ווייל לויט מיין בליק ווען מיר זענען געווען אויף שבת איז עס אנגאנצן אנדערש,(אחוץ אויב עס איז א באצאלטער אנאנס ווילן מיר ח''ו נישט אוועקנעמן אייער פרנסה) עס קען זיין ווייל איר קומט פון אפסטעיט, וואס איז סייווי ווינטער מער שלאפעדיג.

לויט מיין בליק איבער הרב שמעון ישראל, און אוודאי נאכדעם וואס איך האב מיך געטראפן מיט אים (גילו# שאאא), אגב זייער א געשמאקער אינגערמאן, און מיר האבן פארשטייט זיך אויך געשמועסט איבערן נייעם ישוב זית רענן ווי ער פלאנט זיך אהינצוציען, מאכט בכלל נישט קיין סענס אז ס'איז קיין באצאלטער אנאנס, און נישט קיין פרייע אנאנאס אויך נישט.

ער איז עכט עקסיידעט געווארן דערפון, אזש מיך אויך געהאלפן ווערן נאך מער עקסיידעט... אדרבה שמעון ישראל דערצייל פארן ציבור דא דיין גאנצע מעשה פון פארן וויסן בכלל פון אזא פלאץ צו זאגן, ביז דיין יעצטיגע ארטיקל מעשה האט זיך אנגעפאנגען.

און אויב רעדסטו איבער מופן פון אפסטעיט אדער פון וויליאמסבורג, גראדע האב איך געהערט אז א שיין חלק פונעם ציבור קומען פון וויליאמסבורג און פון בארא פארק, און די אנדערע שיינע חלק קומען פון קרית יואל און מאנסי, און ווי איך האב אפי' געהערט פלאנען אויך צו אהין מופן אנשי שלומינו וועלכע האבן שוין אויספרובירט אנדערע נייע ישובים ביי כלל ישראל און ניו יארק און ניו דזשערסי, און פארט האבן זיי באשלאסן צו גיין קיין מאונט אליוו,

באמת איז פון וויליאמסבורג סתם אזוי שווערער פאר אסאך מענטשן בכלל צו טראכטן פון אזא געדאנק פון אוועק מופן פון די מאמעס פארטוך און פון א מנין יעדע צוויי א האלב מינוט ביז פינווע פארטאג'ס און געשעפטן אפן ביז חצי הלילה ויותר, און די גאנצע מענטאלענטי פון וומססב"ג, און צוליב דעם איז לכאו' דא פון די גרעסטע פראצענט מענטשן וואס מאכן חוזק אדער רעדן אפ יענעם אדער זיך פון אזא געדאנק פון מופן פון די הייליגע וויליאמסוברג.....

גענוג גאפלאפעלט, זאל דער אייבערשטער אונז אויך פירן צום גוטן... מיר זאלן האבן די כח און די קוראזש דאס צו קענען באווייזן ואל יבושו מפני המלעיגים, וואס וויאזוי און צו ווי דער אייבערשטער וועט אונז פירן צום גוטן...
לעצט פארראכטן דורך OFFLINE אום פרייטאג יאנואר 26, 2024 1:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בעל דעת
שר האלף
תגובות: 1026
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

שמעון ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 10:12 pm
הרבני הנגיד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:58 pm
נישטאמת האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:09 pm
הערליכע באריכט. דיין וואונטש איז לכאורה אז די שטאט זאל נישט וואקסן צו שטארק, ווי קלענער די עולם אלץ גרעסער די שמחה.
השי''ת זאל העלפן אז איר זאלט אייביג זיין אזוי עקסיידעט, ווייל לויט מיין בליק ווען מיר זענען געווען אויף שבת איז עס אנגאנצן אנדערש,(אחוץ אויב עס איז א באצאלטער אנאנס ווילן מיר ח''ו נישט אוועקנעמן אייער פרנסה) עס קען זיין ווייל איר קומט פון אפסטעיט, וואס איז סייווי ווינטער מער שלאפעדיג.
וואס איז געווען אנדערש ווען דו ביסט דארט געווען?
ר' שמעון ישראל איר מיזט זיין א ערענסטע אינגערמאן, וואס וועט אסאך ציגעבן פארן אימעזש פין שטעטל, ווייל ווי איך הער אז זיי שפירן אז איינער וואס קימט אין זיי שפירן אז ער וועט געבען א שלעכטע אימעזש פארן מקום געבען זיי אים צי שפירן אז ער זאל נישט וועלן צירוק קימען ווי אינזער הרבני הנגיד...
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הערליך שיין! יישר כח

זעמיר געווען אויף א שבת דארט פאראיאר תמוז צייט, ווען די פלענער זענען נאך געווען סודות'פול, עס האט אויסגעקוקט ווי עס גייט בע"ה אין די גוטע ריכטונג. האמיר הנאה צו הערן אז זאכן ריקן זיך מיט סייעתא דשמיא אינעם גוטן ריכטונג
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

הרבני הנגיד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:58 pm
נישטאמת האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:09 pm
הערליכע באריכט. דיין וואונטש איז לכאורה אז די שטאט זאל נישט וואקסן צו שטארק, ווי קלענער די עולם אלץ גרעסער די שמחה.
השי''ת זאל העלפן אז איר זאלט אייביג זיין אזוי עקסיידעט, ווייל לויט מיין בליק ווען מיר זענען געווען אויף שבת איז עס אנגאנצן אנדערש,(אחוץ אויב עס איז א באצאלטער אנאנס ווילן מיר ח''ו נישט אוועקנעמן אייער פרנסה) עס קען זיין ווייל איר קומט פון אפסטעיט, וואס איז סייווי ווינטער מער שלאפעדיג.
הרבני, אפשר ערקלערסטו בעסער. ס'איז גוט צו הערן ביידע זייטן פונעם מטבע. (נישט בתורת אראפרייסן, בלויז א פערספעקטיוו פון איינער וואס איז דארט געווען)

יישר כח
קוה אל השם רבותי
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

איינער האט מיר היינט געפרעגט אין שול ”וויאזוי איז דיין ווייב מסכים איבערצולאזן ’פעמעלי’ און גיין אין די הרי הררד אן קיין קרוב אן קיין גואל”?

האב איך אים געענטפערט, דעמולטס ווען איך האב פיינעלייזט אויף מיין הויז האב טאקע נאכנישט געוויסט פון קיין איין משפחה וואס האט דאס ערנסט קאנסידערט, און מיר האבן עס טאקע גענומען מער אלס טרייאוט, און געהאפט אז נאך נאנטע וועלן זיך מיטכאפן מיט אונז...

די אונטערסאנטער זאך איז אבער, איך האב שוין יעצט א ערשטע קאזין - פון מיין ווייב’ס זייט - וואס האט שוין אויך געגעבן א דעפאזיט דארט. מיין עלטערע ברודער - וואס וואוינט יעצט נישט אין ק”י ווי מיר - האלט ערנסט אינמיטן זיך אומקוקן און אויסוועלן וועלכע סטייל הויז ער גייט לייגן א האנט אויף, אויך א מומע וואס קוקט שטארק אריין אין די פראדזשעקט, און האט שוין געסקעדזשולט צו קומען אויף א שבת צוזאמען מיט איר שווער און שוויגער אינאיינעם מיט נאך א שוועגערן וואס זייער פלאן איז ארויסצומאפן אלע צוזאמען...

”פרעג איך דיר, וואו גיי האבן פונקטלעך מער פעמעלי, און נאך וואלקינג דיסטענס?” האב איך דעם אינגערמאן געענטפערט.

ס’מיר נאר אינטערסאנט וויאזוי אזאך וועבט זיך. עס איז א גוטע לעסאן אין יעדע זאך וואס א מענטש וויל נאר זיך אונטערנעמען, קודם ברויך מען דיסיידן, און דערנאך הייבן אן די דעטאלן צו פאלן אין פלאץ

עס הערט זיך פיקטיוו אבער די אלע האבן אמת’ע נעמען און באלד אויך אדרעסן אין נ.דזש.
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

שמעון ישראל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 4:11 pm

#אינטרעסאנט

wow. די שטעטל דערווייל האט בערך 100 הייזער, לויט די גאנג פון אייער פאמיליע זעט אויס אז סוועט ווערן א משפחה שטעטל...
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13913
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

רבן גמליאל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 4:44 pm
שמעון ישראל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 4:11 pm
איינער האט מיר היינט געפרעגט אין שול ”וויאזוי איז דיין ווייב מסכים איבערצולאזן ’פעמעלי’ און גיין אין די הרי הררד אן קיין קרוב אן קיין גואל”?

האב איך אים געענטפערט, דעמולטס ווען איך האב פיינעלייזט אויף מיין הויז האב טאקע נאכנישט געוויסט פון קיין איין משפחה וואס האט דאס ערנסט קאנסידערט, און מיר האבן עס טאקע גענומען מער אלס טרייאוט, און געהאפט אז נאך נאנטע וועלן זיך מיטכאפן מיט אונז...

די אונטערסאנטער זאך איז אבער, איך האב שוין יעצט א ערשטע קאזין - פון מיין ווייב’ס זייט - וואס האט שוין אויך געגעבן א דעפאזיט דארט. מיין עלטערע ברודער - וואס וואוינט יעצט נישט אין ק”י ווי מיר - האלט ערנסט אינמיטן זיך אומקוקן און אויסוועלן וועלכע סטייל הויז ער גייט לייגן א האנט אויף, אויך א מומע וואס קוקט שטארק אריין אין די פראדזשעקט, און האט שוין געסקעדזשולט צו קומען אויף א שבת צוזאמען מיט איר שווער און שוויגער אינאיינעם מיט נאך א שוועגערן וואס זייער פלאן איז ארויסצומאפן אלע צוזאמען...

”פרעג איך דיר, וואו גיי האבן פונקטלעך מער פעמעלי, און נאך וואלקינג דיסטענס?” האב איך דעם אינגערמאן געענטפערט.

ס’מיר נאר אינטערסאנט וויאזוי אזאך וועבט זיך. עס איז א גוטע לעסאן אין יעדע זאך וואס א מענטש וויל נאר זיך אונטערנעמען, קודם ברויך מען דיסיידן, און דערנאך הייבן אן די דעטאלן צו פאלן אין פלאץ

עס הערט זיך פיקטיוו אבער די אלע האבן אמת’ע נעמען און באלד אויך אדרעסן אין נ.דזש.
wow. די שטעטל דערווייל האט בערך 100 הייזער, לויט די גאנג פון אייער פאמיליע זעט אויס אז סוועט ווערן א משפחה שטעטל...
עפעס האסטו טאקע קעגן רב לאנדא..

געמיינט דיר באדערט די מוסדות מופן א שעה פון לינדען.
ווי טאקע איז ישראל הלוי?
אוועטאר
געגאנגען
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 4:54 pm
רבן גמליאל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 4:44 pm
שמעון ישראל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 4:11 pm
איינער האט מיר היינט געפרעגט אין שול ”וויאזוי איז דיין ווייב מסכים איבערצולאזן ’פעמעלי’ און גיין אין די הרי הררד אן קיין קרוב אן קיין גואל”?

האב איך אים געענטפערט, דעמולטס ווען איך האב פיינעלייזט אויף מיין הויז האב טאקע נאכנישט געוויסט פון קיין איין משפחה וואס האט דאס ערנסט קאנסידערט, און מיר האבן עס טאקע גענומען מער אלס טרייאוט, און געהאפט אז נאך נאנטע וועלן זיך מיטכאפן מיט אונז...

די אונטערסאנטער זאך איז אבער, איך האב שוין יעצט א ערשטע קאזין - פון מיין ווייב’ס זייט - וואס האט שוין אויך געגעבן א דעפאזיט דארט. מיין עלטערע ברודער - וואס וואוינט יעצט נישט אין ק”י ווי מיר - האלט ערנסט אינמיטן זיך אומקוקן און אויסוועלן וועלכע סטייל הויז ער גייט לייגן א האנט אויף, אויך א מומע וואס קוקט שטארק אריין אין די פראדזשעקט, און האט שוין געסקעדזשולט צו קומען אויף א שבת צוזאמען מיט איר שווער און שוויגער אינאיינעם מיט נאך א שוועגערן וואס זייער פלאן איז ארויסצומאפן אלע צוזאמען...

”פרעג איך דיר, וואו גיי האבן פונקטלעך מער פעמעלי, און נאך וואלקינג דיסטענס?” האב איך דעם אינגערמאן געענטפערט.

ס’מיר נאר אינטערסאנט וויאזוי אזאך וועבט זיך. עס איז א גוטע לעסאן אין יעדע זאך וואס א מענטש וויל נאר זיך אונטערנעמען, קודם ברויך מען דיסיידן, און דערנאך הייבן אן די דעטאלן צו פאלן אין פלאץ

עס הערט זיך פיקטיוו אבער די אלע האבן אמת’ע נעמען און באלד אויך אדרעסן אין נ.דזש.
wow. די שטעטל דערווייל האט בערך 100 הייזער, לויט די גאנג פון אייער פאמיליע זעט אויס אז סוועט ווערן א משפחה שטעטל...
עפעס האסטו טאקע קעגן רב לאנדא..

געמיינט דיר באדערט די מוסדות מופן א שעה פון לינדען.
כאטש איז ער מקיים דעם 'אז ס'טוט ויי שרייט מען'

אינטערעסאנט אז ער ווייסט נישט אויף וועמען...
זאבי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 7:40 pm
ווער ס’וויל קען דעיס נעמען פאר זיין אונטערשריפט..
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4747
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

וואף!

ביזט א פיינע שרייבער, מיר אריינגעטראגן אין אזא געשמאקע גראזיגע היימישע אטמאספערע... אזש ס'רינט שפייעכץ...

אפשר גיימער דאס אויך פרובירן?
פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 6:13 am
דאָס האָט פארוואנדלט דאס ווארט 'סאטמאר' פון א שטאט אין אייראפע צו באגריף אין אונטערחסידות'יאנאלע אידישקייט פון נאכן קריג ועד היום הזה.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 9:31 am
הערליך שיין! יישר כח

זעמיר געווען אויף א שבת דארט פאראיאר תמוז צייט, ווען די פלענער זענען נאך געווען סודות'פול, עס האט אויסגעקוקט ווי עס גייט בע"ה אין די גוטע ריכטונג. האמיר הנאה צו הערן אז זאכן ריקן זיך מיט סייעתא דשמיא אינעם גוטן ריכטונג
דאנט טעל מי!!! @סטאוו יא פיטא פלאנטס אויך צו אהינמופן

דעיס איז א סיריעס דעוועלאפמענט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

קרייסלער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:05 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 9:31 am
הערליך שיין! יישר כח

זעמיר געווען אויף א שבת דארט פאראיאר תמוז צייט, ווען די פלענער זענען נאך געווען סודות'פול, עס האט אויסגעקוקט ווי עס גייט בע"ה אין די גוטע ריכטונג. האמיר הנאה צו הערן אז זאכן ריקן זיך מיט סייעתא דשמיא אינעם גוטן ריכטונג
דאנט טעל מי!!! @סטאוו יא פיטא פלאנטס אויך צו אהינמופן

דעיס איז א סיריעס דעוועלאפמענט
דערווייל נישט אין פלאן אבער וואס ווייסט דען א מענטש... כ'בין גערופן געווארן פירן די סעודות שבת פאר א קבוצה בחורי חמד וואס זענען געפארן אהין יענעם שבת משלים זיין מנין... און זייענדיג דארט האט מיר די אויסזעה זייער שטארק געפאלן הגם עס זענען דא אנדערע פלעצער וואס איך קאנסידער בעפאר דעם צוליב מיינע ענינים
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

בלייב געזונט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 6:58 pm
וואף!

ביזט א פיינע שרייבער, מיר אריינגעטראגן אין אזא געשמאקע גראזיגע היימישע אטמאספערע... אזש ס'רינט שפייעכץ...

אפשר גיימער דאס אויך פרובירן?
ערשטנס אדאנק אייך!

דאס איז גוטע נייעס! איך ברויך דארט געזונטע געשמאקע חברה...
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5839
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

שמעון ישראל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:59 pm
נאך אזאך האב איך באמערקט, אז א גרויסע הויז ווערט אסאך 'שווערער' אויפגעווארפן, ווייל ווען עס ליגט אויסגעגאסן טויס, איז עס נאר אין פלעי רום... אאז''וו, משא''כ אין א קליינע הויז, איז די לאנדרי רום, פלעי רום, סאוינג רום, ליווינג רום, ספרים שטוב/ אפיס איין זאך. און ווען אפי' נאר איין זאך איז נישט פונקליך מסודר, שפירט זיך עס ווי די גאנצע הויז פארט אויף רעדער...”
פון די אנדערע זייט איז א גרויסע הויז אסאך שווערע אויפצוקלינען.. א קליינע הויז געט מען אלעס א פאק אוועק און א וואש אויף און מען איז גרייט פאר שבת, א גרויסע הויז איז איז עס א געהעריגע גרויסע עבודה.. נישט אוועקצונומען די אנדערע בענעפיטן, איך זאג נאר

עניוועי, זייער שיין געשריבן, מיך געמאכט וועלן אהינמופן
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

לאנטש טיים האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 1:29 am

ריכטיג.
א בחינה פון די נסיון העוני און די נסיון העושר...
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

בד”וו

קיינער זאל נישט מאכן זיין דיסידזשן אהין צו מאפן בלויז פון מיין געשרייבעכץ, איך וויל נישט נעמען קיין ריספאנסעבילעטי און מיין נעקסט-דאור-שכן זאל זאל #זיך-רעגן-אויף-מיר-זיין-גאנצע-לעבן אז איך האב אים געפירט אין בוידעם הגדול אריין

מאך דיין אייגענע ריסוירטש! און אויב עפעס איז דיר געבליבן אומפארענטפערט, בין איך דיר גרייט צו געבן מיין פערספעקטיוו

איך אליין האב שוין טאקע געגעבן א דיפאזיט אויף א הויז (א ביינדער), אבער האב נאכנישט געסיינט קאנטראקט, עס איז ביי מיר 99.98% אז דאס איז עס, איך גיי טאקע מאפן אבער שטייצעך אז אלע אויסגעשמועסטע איינצלהייטן דארפן שטומען, און איך זאל טאקע שפירן 100% קאמפטערבל אז מען רעדט דא טאקע ווי עס קוקט מיר אויס פון ”געזאגט און געטון” מענטשן.

דערווייל האלט מען אינמיטן אויסארבעטן די קאנסטראקשן דעטאלן.

איך וועל בעז”ה לאזן וויסן דעם עולם ווען דאס קאנטראקט איז אונטערגעשריבן.

די סיבה פארוואס איך שרייב אזוי פון צייט צו צייט איז ווייל איך וויל טאקע עס זאל זיך אויסארבעטן, און זיכערמאכן אז עס גייט דארט זיין א באזע פון באזעסענע געשמאקע אידן.
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
איש נבון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 6:15 pm
לאקאציע:אויף דער וועלט

Re: מיין שבת אין קרית זית רענן (מאונט אליוו)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש נבון »

@שמעוןישראל אויב וויל איך אהינגיין אויף א שבת ווי הייב איך אהן?
אויב ווילסטו באקומען א Voter Registration Form אויף די פאסט שיק דיין מעילינג אדרעס צו מיין אימעיל.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”