ברוכים הבאים ר' אברהם לייב עס איז מיר א כבוד צו זיין דער וואס האט געהאלפן עס זאָל צושטאַנד קומען די אשכול און אונז קוקן ארויס פאר גוטע סחורה פארשטייט זיך אז די מעגסט אויך אריינקומען צו מיין אשכולviewtopic.php?t=65738
עס וואלט געווען גרינגער ווען מען דארף נאר ניצן די ווייסע חלק פון די פיאנאו אבער די פאר שווארצע חלקים איז גאר וויכטיג פאר די ניגון דיין לעבן איז א ניגון!!! עס איז גרינגער אן די שווארצע חלקים אבער דיין לעבן וואלט נישט געארבעט אן דעם
שלום עליכם אייך ! קודם מיר האבן שטארק הנאה געהאט פון אייערע באלאגאן קליפס..
יעצט לייענענדיג אייער אינטערוויא אין די #שטיבל, בין איך נייגעריג צו וואספארא מוזיק צילט איר ? פון די קליפ מיט מאטי אילאוויטש זעהט אויס אז דו זוכסט צו אריינברענגען דא די ניגונים וואס די אלע יידישסטין זונגען.. מ'קען טרעפן אויף יוא טוב הונדערטער אזוינע קליפס פון פרייע וואס זינגען די אלע יידישע לידער.. איז דאס אזוי אדער איר מיינט עפעס אנדערש ??
אלע יידישע גוטע סחורה. איך וועל א ביסל שטודירן וי אזוי ארבעט דאס אין די יידישע וועלט פארומס. שפעטער אי"ה וועל איך בשמחה רבה טיילן מיט דעם עולם פון גי אוצרות וואס זאמל באלד א יובל יארן.
אייזערנע רעלסן איבערן דאך, דארט האט מען צוגעבונדן די פעקלאך פון די נוסעים. געדויערט האט די וועג ארום 7 ביז 8 שעה. פון ירושלים ביז חיפה אדער חדרה, דארט בייט מען א אוטובוס, וויל סאיז שוין צו פיל פאר א אוטובוס און איין דרייוער. אלע מוזן אראפ גיין, אראפ נעמען עקל פעקל מאנטל, און יאנקאלע הרשלר דער בחור דער גבור, קריכט ארויף אויפן דאך, און ווארפט די רענצלאך אויפגעבונדן פון די מעטאלענע רעלסן...
אריין אין דעם "נייעם" אוטובוס, און: קדימה! יאלה! הימשי!.... מיט א געזאנג בר יוחאי פון דעם עולם. נאך נישט געווען קיין טייפ מאשין מיט א ספיקער אין אוטובוס.
אונזער זיידע רבי משה פלעגט קומען אלע שבת מברכים אין מירון, העכער 70 יאר נאכאנאנט! אבער שבת חנוכה נישט. מיין טאטע ע"ה, אויך נישט, נאר איינציגע מאל. א קליין אויבן אין צימער, פון נאפט, רויכערט וי קוימען, אבער מאכט ווארים נאר לעבן איהם.
אויף א שעלף א האלצערנע ליגט: וואטע פאר קנויטן צו שבת ליכט און חנוכה ליכט, מעטאלענע קרוג שמן זית, נעגל שניידר, שערל, 4 טעלער, 6 גלעזער יעדער פון א אנדערע פאבריק מיט קאליר, א מעסער א גרויסע, א זאלץ מעסטל, א בשמים ביקסל, א האנטוך, א ביסל סענץ פאר תה, און פירקאנטיקטע שטיקלעך צוקער. איבער דעם, א פאליצע מיט: אלטע סידור קרבן מנחה, מחזור ראש השנה, תהילים בהוצאת לוין אפשטיין, א אלטן מדרש רבה ויקרא, און א פאר קונטרסים פון מקובל רבי ישעיה אשר זליג מרגלית זצ"ל, א שכן פון מיין זיידנס צימער.
א קליין שילד לעבן טיר, נס גדול היה שם! והוא פלאי.
די טיר איז נידעריג, מען מוז זיך איינבויגן כורעים צו אריין גיין אדער ארויס, אז נישט כאפט מען א גוטן זעץ אין שטערן, א אנזאג פאר די אנדערע.
מיין טאטע ע"ה, מיטגעבריינגט עוף, א טאפ, אפגעשיילטע קארטאפל, בעבלאך, צו גרייטן א שבתדיגן טשונט, אויף א באלאן גאז. אונטן בי דעם ציון, ר שמול צציק זיצט ביים טיש לינקס, די קאפ צוגעקלעפט אין ליקוטי הלכות, די אויגן לויפן שנעל איבער די אותיות, ברומען פון זיין הארץ לאזט זיך הערן, א פחד איהם צו שטערן. לעבן איהם זיצט אויפן דרערד, אשר דער פארסי, אנגעטהון אין 6 מאנטלען (אויך זומער) און שאלן, מיט א אלטן אפגעריבענעם קאפילוטש, און א בארג פלסטיק ניילונס ארום איהם, א ווארט האב קיינמאל נישט געהערט פון איהם, אפילו נישט א הוסט, א ברום, א רוף. זיין סוף נעבאך איז געווען שרעקליך, א מעשוגענער האט איהם געהארגעט מיט א מעסער, אויבן בי זיין צימער, א קרבן לכבוד רשב"י רחמנא לשיזבן.
א טייל פון די שפירא פאמיליע קומען און גייען אין צימער לעבן אונז, דארט אין דעם לאך, שטייט איין דער שרף רבי שמואל שפירא, אלט און קראנק, אבער די קאפ לויטער און פלאמעדיג מיט עבודת השם פול זעלבסט קאנטראל.
א פאר ייגנלאך האבן מיר מחליט געווען צו גיין צו מערת בית הלל, א פחד און שטילקייט ארום, מעגייט אריין אין די גרויסע מערה, טונקל, ריח פון אויגעגאנגענע וואקס שעווה ליכט, וואסער פון א אינעליכער ברונען צווישן די פיל גרויסע שטארקע 3 שפיציגע מצבה שטיינער רינען ביז די פייכטע ערד. אנדערע האבן גענומען קוראז' און גיקלעטערט ביז בית שמאי וכלתו, איינער פון די אינגלאך איז יעקב יוסף לעפקאוויטש פון מאנסי, א אייניקל פון רבי שמואל שפירא. און אפילו ביזן כיסא של אליהו, זענען מיר אנעקטמען, מהלך א שעה צווישן דערנער, וואלד, שאקאלן. אבער די מאמע איז סייוי נישטא צו בייז ווערן אויף די צעריסענע הויזן און אפגעשווארצטע בלוסקע... דער טאטע? נו... מוועט אפקומען מיט א פאטש אדער 2 און ווייטער גיגאנגען
מיין טאטע רבי חיים ע"ה פארעט זיך נאך מיט דעם חמין... מי שלא טרח בערב שבת, ווייסט ער שוין, אז מעדארף לויפן חלילה בצייטנס צום הכנסת אורחים, כאפן א האלבן טעלער יוך אן קניידלאך, אן קיין לאקשן אן מאנדלען, און זיין דאנקבאר נאך אויך... מיר בורשטיין'ס זענען תמיד ווייט פון הכנסת אורחים'ס וכיוצא, עלה זית מרה מהקב"ה, ולא גרויסע ליידיגע הכנסת אורחים שיסלען. אבער..... אזוי וי אלעמאל, די נסים פאסירט דאן ערב שבת בין השמשות.... אופס!!! א פיער ארויס פין דעם עלעקטקישן פושקע, און סווערט א "קצר" חשמלי, אויס לעקטער! טונקל! טשונט, נישטא אויף וואס צו ווארעמען, דער אויבן פון נאפט אבער ארבעט יא... מיין טאטע ע'ה, גייט ארויס און זעהט א עלטערער אמריקאנער בחור, מיטן נאמען גבירץ ז"ל, זיין פראפעסיע איז א עלעקטריקער! ער גייט אריין און פארעט זיך מיט אפענע לעקטער, אן קיין ארבעט געצייג, נאר מיט מיט א גאפל און מעסער... און ענדליך צוריק געמאכט תחיית המתים דעם חשמל.... זיין באלונונג איז געווען, א אמתדיגער פולער טעליר טשונט שבת מיטאג!!! וויל א טאפ חמין אין אזא מצב איז געווען בבחינת אין לנו להשתמש בהם אלא לראותם, אדער ריכטיגער געזאגט להריחם....
ביינאכט, נאך די ארימע סעודת שבת, ווערט מיין טאטע ע"ה א ממציא המצאות, וי אזוי לעגן די קינדער און די עלטער שלאפן, אין א חדר פון ד'על ד'. אויך מיין קאזן אברהם שמעון אנציקלופדיה גאון פון תורה, מדרשים, שיחות, סיפורים וכו' א בחור דעמאלט, אויך געשלאפן אין קליין צימערל פון זיידען.
פרייטיג ערב שבת חנוכה... מעגרייט די ליכט אין די מנורות, יעדער כאפט א וינקל לעבן איינע פון די פיל פענצטער בי דעם ציון הרשב"י, מיט זיין מנורה.
די אנשיןס, די קינדער פון דעם הדרת פנים'דיגן רבי ישראל נחמן אנשין זצל, אוסגעזעצט אויף גראבע דעקעס אויסגעשפרייט אויפן באדן, נעמען זיך זינגען די זמירות, ברסלבר נוסח, הארץ, טרויער און האפנונג אינאיינעם, בעיקר הערט מען שמעון בן רבי שרול נחמן מיט א העכטער אטענטישער שטימע.
מוצאי חנוכה. מעצינדט די חנוכה ליכט, זינגט די זמירות חנוכה, מיט במוצאי וזמירות מוצ"ש. און מעלויפט שוין נאכאמאל ביים קעלט וידער אינדרויסן פון אוטובוס, ביז מגייט אריין און מעזיצט.
וי אזוי? אה, 4 קינדער אין א באנק פון 2. דער שלימאזל פון די קינדער זיצט אויפן שפאלט צווישן די בענקלאך, און שטייט בעסער רוב די נסיעה, כדי מארגן זאל איהם נישט וויי טאהן זיצן ביים מלמד אין חיידער, גענוג פעטש אין פנים אויבן, דארף נישט וויי טהאן אויך נאך פלעצער אין קערפער....
איך זיץ, לעבן פענסצטער, לעבן מיר דער אלטער רבי ישראל נחמן אנשין. און!.... א בשורה! 3 בחורים זענען פארלארן געגאנגען אויף די הוכע בערג ג'ערמארק! נאך נישט געווען טלפאנען פרייע אן א דראט צום וואנט, נאך נישט געווען זק"א, הצלה, א וויסטן צפון ליידיג, טונקל, חיות, און קעלט.
און אינמיטן הער איך קולות!! וואס איז? דער אלטער רומיינער בעל הקיוסק, וויל נישט געבן צוריק די פייאסטערס פאר די ליידיגע פלעשער וואס מעהאט געקופט פאר שבת... זיין חשבון איז, איר וועט סייוי מוזן לאזן דא די ליידיגע פלעשער.... ער האט געהאט א גרויסן טעות... ירושליימער ארעמע באליידיטע יונגען האבן איהם צוריקגעגעבן די פלעשער דורך ווארפן גלייך אין פנים פון קיוסק, גיהאקט שויבן, און געמאכט דארט א גבעת החרסים....
אויפן וועג צוריק, טונקל, און איך טראכט וועגן די 3 בחורים פארבלאנזעט אין די בערג!! טרערן אין מיינע אויגן האבן פארוואנדלט זיך אין הילכיגער געוויין, איך בין א יינגל פון סך הכול 7 יאר, דער אלטער ישראל נחמן האט מיר אבער געטרייסט און געמוטיגט אז ער האט געהערט פון מיר די סיבה פון מיין וויינען.
טיף אינמיטן נאכט, דער אוטובוס שטעלט זיך אין מאה שערים צווישן ברסלב און תולדות אהרן, מכאפט די פעק און מעלויפט אהיים...
מארגן וועל איך דערציילן אין חדר די אלע גבורות ונפלאות אונזערע פון די רייזע שבת חנוכה מירון תשל"ט
איך בין געקומען די יאר, די ערשטע מאל אין ארה"ב,(געוען פאר א יאר צוריק, נאר אויף 3 טאג וועגן "באלאגן" קאנטראקט) נאך 16 יאר אויפטרעטן אין איראפע, מזרח מערב צפון און דרום.
איז פארוואס ביסטו נישט געקומען ביז היינט? זייער גוט געפרעגט! דער רושם איז געווען אז אמעריקע רופט פון ארץ ישראל ארטיסטן, למשל מיין שוואגער חיליק פראנק, מיין תלמיד אברום באלטי, נאר כדי זיך גרויסן מיט זיי בי א שמחה, יענע וואך האט יאקרבוביטש אראפ גיברענקט מוטי שטיינמיץ? איז איך וועל בריינגען חיליק פראנק! זאל זיי ארויס גיין די אויגן פון קנאה! אה.. און חיליק קומטשט שוין, שפילט... מיל.... פון מיין זייט קען זיצן אויך, אדער סתם שטיין אויף די סטייגש. מדארף נישט באמת זיין זינגען אדער שפילן.
אין די צייט ווען אין איראפע, איז דא א שטארקע כבוד, רעספעקט צו קולטור. אין מוסקבה האב איך איינגעשטאנען אין האטעל, דורך בוקינג קאם, מיט גויים, אזוי וי זיי זענען ארויס פון בילדער פון מחניים ביכלעך... אבער וי זיי האבן גהערט אז איך בין א מוזיקער! אוהו.... טי מוזיקאנט? טאנצעוואט? דאראגוי דרוזיא!! און דער טאקסי האט נישט גענומען באצאלט! א שמחה! געפירט א ארטיסט. אזוי האב איך גימיינעט 20 יאר. ביז..... אוהו ביז!
יעצט נאך סוכות איז אויסגעבראכן די מלחמה מיטן שרעקלאכן אטאק פון חאמאס, א קליין שואה רח"ל, א שוידער געווען, און גלייך האבן זיי מבטל געווען אלעעעע הזמנות בי מיר פון דעם וינטער! (איך מוז קאמענטן אז די ווערטער פון סאטמר רבי מהרי״י שליט"א חאטש ער איז א עקסטימער קנאי, האט ממש געווארפן אויף מיר טל תחיה, אין די שרעקלאע שעות וואס איך בין געווען, וי אלע אין ארץ ישראל, אין די ערשטע טאג צוויי פון די מלחמה, ער האט געגעבן מוט און האפענונג אז אמעריקע יידן וועלן שטיין און העלפן וואס מעדארף! נישט וי בי די שואה וואס מעהאט מפקיר געווען יידן צום טויט מצד די אמעריקאנער יידן רח"ל)
און מצד שני האב איך געדארפט סיי וי קומען צו אמעריקע צוליב המשך פון באלאגאן פרוייקט וואס האט געהאט א משונעדיגע גוטע ערפאלג, בס"ד, צוליב גוטע טאלענטן העכטע אקטערס וכו')
און יז אזוי די באווסטע מעשה מיט די 4 שבויים וואס האבן פאשפרייט די תורה אין אירופה מיט 1000 יאר צוריק, רבי חנניה און זיין זוהן און נאך 2 איך געדענק נישט פונקטלאך, איז וויזט אויס פון הימל געשריבן, אז סעגיקומען די צייט, איך זאל אייזעהן מיין טעות! געקומען דא, אין מאנסי, בולטימאר, לייקוואד, ועל כולם די באליבסטע ווילימסבורג!! וואס אונזער גרויסער ר׳ יום טוב ערליך האט גוט אראפגעלייקט מיט לידער. האב געזעהן א אנדער בילד אינגאנצן!!! וואס איך האב געמאכט 33 יאר אין ירושלים, מיט אויפבוען א פלאטפארמע פון יונגע טאלענטן, אזוי וי מיין שוואגער חיליק, נחמן צוקער, באלטי, דרייער, פורת און נאך א סאך ב"ה, וועלכע באשיינען צוריק דעם פארלאשענעם יידישן טעם אין מיוזיק בי אונז היימישע. איז יעצט די צייט צו מאכן אין אמעריקע! סאיז דא דא אלעס וואס מעדארף צו א מהפכה: 1. טאלענטן (איינער איז שוין ארויס באמבעדיג, מיין תלמיד פון דא, קלאריניסט חונא טייטלבוים, איהר וועט נאך הערן פון איהם) 2. א עולם וואס ווארט, פרישיאידעט, צאהלט און האט ליב. 3. דארשט!!! די חשובסטע זאך וואס א מהפכה דארף!
סאיז שוין נמאס מעלה גרה זיין די זעלבע שיטערע סטייל פון קיבארט נויז, גואישע טראקס, און זינגערס וואס ווערן ו געגעצ'קעט בי די יונגט, וואס א שטאט צו טאנצן און פרייען מיטן חתן, בוקט מען זיך פאר זיי.
איך פלאן אי"ה זיין דא אין אמעריקע א פאר גוטע יאר!
יעדער פאר וואכן פאר איך אהיים. צו משפחה און אייניקלעך, (איך האב שוין נישט קעין קליינע קינדער אין שטוב, וואס ערלויבט מיר דעריבער די זאך). צו די קרעצ'מע מיינע אין ירושלים וואס איז ממשיך מגדל זיין דורות פון עכטע יידישע קלעזמער. צו מיין שוהל לעבן כותל וואס איך איך האב איבערגעבוייעט פון מיין הייליגן זיידע רבי משה בורשטיין זצ"ל.
און יעצט נעמט א פעדער און שרייבט איין: פון 3 יאר ביז 5 יאר פון היינט, וועט מען זעהן א מהפכה אי"ה לטובת נוצן, קענען, שפילן, הנאה האבן פון אמתע יידישע חסידישע מיוזיק און אקטינג בי פארשטעלונגען וי ריכטיגע יידין בני מלכים וועלן קענען באווייזן, און אויפנעמען משיחן אין גיכן מיט יידישע מיוזיק, טענץ, און שפילן!