ס’איז די ONE AND ONLY TIME וואס די הויכע פענסטער פרעגן דיין אפיניען.... חוץ מזה איז סתם מקוה TALK... קליק די לינק צו זעהן ווי די קענסט שטימען 👇👇👇👇👇 https://findmypollsite.vote.nyc/
סוועט קומען א טאג אי"ה (מסתם נאך יומטובים אנהייב וינטער), וועל איך איהם בריינגען מיט מיר אין אמעריקה, מאכן ארדענונג אין מיויק, הומאר, און בטעמטע יידישע עסין.
דאס איז נישט קיין ווידיאו
ס’איז די ONE AND ONLY TIME וואס די הויכע פענסטער פרעגן דיין אפיניען.... חוץ מזה איז סתם מקוה TALK... קליק די לינק צו זעהן ווי די קענסט שטימען 👇👇👇👇👇 https://findmypollsite.vote.nyc/
דער מלך דער מלך, האט געהאט א טאכטער אויפ צוגעבין – למלך היה בת לחתן איז געקומן די צייט, זי זאל א מאן דערקענענן - הגיע הזמן שתכיר את השידוך שלה און קיינער האט איר נישט געוואלט נעמען – אבל אף אחד לא רצה להינשא לה.
דער מלך דער מלך איז מיט זיין טאכטער ארום געלאפן, אזוי לאנג אזוי לאנג ביז ער האט ה פויער אנגעטראפן, - המלך התרוצץ עם הבת שלו זמן רב עד שפגש איכר בשדה. פויער פויער נעם מיין טאכטער זי וועט דיר זיין צו א פרוי – איכר איכר בוא הינשא לבתי היא תהיה לך לאשה ניין מלך ניין, מיט א מלך'ס א טאכטער ווייס איך נישט וי אום צוגיין—לא מלך לא, אינני יודע להתנהל עם בת של מלך.
דער מלך דער מלך, איז מיט זיין טאכטער ווייטער ארומגעלאפן – המלך המשיך להתרוצץ עם בתו, אזוי לאנג אזוי לאנג, ביז ער האט פריץ אנגעטראפן -זמן רב זמן רב עד שמצא פריץ, פריץ פריץ נעם מיין טאכטער! זי וועט דיר זיין וי א קרוין – פריץ! קח את בתי לאשה היא תהיה לך לכתר על ראשך. ניין מלך ניין, מיט א מלך'ס א טאכטער וייס איך נישט וי אומצוגיין- לא מלך לא, אינני יודע להתנהג עם בת של מלך.
דער מלך דער מלך האט זיך נישט פיל מיישב געוועזן און ער האט, און ער האט, זיין טאכטער משפחה אריינגעגעבן -- המלך לא חשב הרבה והוא חיתן את בתו עם בן משפחתו , ער פאר איר געטראכט און האט זי חתונה געמאכט און מכבד געווען די מחותנים מיט אונטעפירערשפט – הוא תכנן עבורה חיתן אותה וכיבד את השושבינים עם הובלתם לחופה. אזוי לאנג אזוי לאנג מאן און וייב האבן גיעהאט א גוט לעבן – ככה עבר זמן רב שבני הזוג חיו בטוב ונעימים. האט ער זיי האט ער זיי קעסט בי זיין טיש געגעבין – והמלך הביא להם קעסט בשולחנו ביד רחבה אלע סודות פארטרוייעט אין זיין הויז אריינגענעמן און אויך אשיינעם פאלאץ פאר זיי אויפגעבויעט – את סודותיו חילק איתם בביתו הוא הכניס אותם וגם ארמון בנה עבורם. אזוי באלד אזוי באלד מאן און וייב האבן אנגעהובין שלעכט צו לעבן – זמן רב עד שבני הזוג החלו לריב ביניהם האט ער זיי האט ער זיי, מער קיין קעסט בי זיין טיש געגעבין, מער קין סודות פארטרויעט פון זיין טיש פארטריבן און דעם שיינעם פאלאץ אויסגעריבן – ואז המלך סילק אותם משולחנו, לא נתן בהם אמון ואת הארמון שלהם החריב.
דאס משל דאס משל איז דאך דומה לנמשל – המשל דומה לנמשל. דער מלך דער מלך, דאס מיינט מען דעם הייליגן בורא – המלך זה בורא עולם די טאכטער דאס מיינט מען די הייליגע תורה – הבת זו התורה הקדושה סאיז קעומען די צייט מען זאל זי מקבל זיין און קיינער האט איר נישט געוואלט נעמען – הגיע הזמן שיקבלו אותה אבל כולם סירבו. השם יתברך השם יתברך, איז מיט דער תורה ארום געלאפן – הקב"ה התרוצץ עם התורה אזוי לאנג אזוי לאנג ביז ער האט עשו אנגעטראפן: עשו עשו נעם מיין תורה, זי וועט דיר זיין צו א קרוין ניין השם יתברך ניין – הרבה זמן עד שפגש את עשו, עשו בא קח את התורה, לא הקב"ה לא. אין דער תורה שטייט לא תרצח לא תגנוב און אן די 2 זאכן קען איך זיך נישט באגיין.- בתורה כתוב לא תרצח ולא תגנוב ואינני מסתדר ללא שני הדברים הללו השם יתברך השם יתברך, איז מיט דער תורה ווייטער ארום געלאפן אזוי לאנג אזוי לאנג ביז ער האט ישמאעל אנגעטראפן – הקב"ה שוב המשיך להתרוצץ עם התורה ופגש את ישמעאל ישמעאל ישמעאל נעם מיין תורה זי וועט די זיין זו א קרוין – ישמעאל קח את התורה שלי היא תהיה לך לכתר. ניין השם יתברך ניין, אין דער תורה שטייט לא תרצח און לא תגנוב און אן די 2 זאכן קען איך זיך אויך נישט באגיין -לא הקב"ה לא בתורה כתוב לא תרצח ולא תגנוב וגם אני אינני מסתדר ללא שני הדברים הללו השם יתברך השם יתברך האט זיך נישט פיל מיישב געוועזין – השם יתברך לא חשב הרבה און ער האט די תורה די יידאלאך געגעבן ער האט פאר זיי געטראכט און האט זיי חתונה געמאכט און מכבד געווען משה און אהרן מיט אונטערפירערשאפט - הביא את התורה ליהודים, תכנן עבורם חתונה יפה וכיבד את משה ואהרן בשושבינות אזוי לאנג אזוי לאנג די יידן מיט דער תורה האבן געהאט א גוט לעבן – כך עבר זמן רב שהיהודים חיו טוב עם התורה הקדושה האט ער זיי מאן אין דער מדבר געגעבין, אלע סודות פאטרויעט אין די הייליגע לאנג אריינגענעמן און אויך דעם בית המקדש אויפגעבויעט -אז הבורא הביא להם מן במדבר וגילה להם סודות הבריאה, הכניסם לארץ ישראל ובנה להם את בית המקדש. אזוי לאנג אזוי לאנג די יידן מיט די תורה האבן גענומען שלעכט צו לעבן – כך עבר זמן עד שהיהודים החלו להתנהג לא טוב עם התורה האט ער זיי מער קיין קעסט אין זיין טיש געגעבין – ואז לא הביא להם פרנסתם על שולחנו מער קיין סודות פארטרוייעט און אין גלות אוועק געטריבן און אויך דעם הייליגן בית המקדש אויפגעריבן – לא גילה להם סודותיו ובגלות שילח אותם ואת בית המקדש החריב. אבער אזוי באלג אזוי באלד יידן מיט דער תורה וועלן ווייטער אנהובין גוט צו לעבן – אבל לא יעבור זמן רב והיהודים יחיו שוב בטוב עם התורה הקדושה וועט ער זיי וועט ער זיי וויטער קעסט אין זיין טיש געבן, אלע סודות פארטרוייען אין די הייליגע לאנד אריינעמען און דאס הייליגן בית המקדש באלד אויפבויען – ואז הוא יזמינם שוב על שולחנו, יגלה להם סודות ואת בית המקדש יבנה שוב במהרה אמן ואמן.
הערט ר' אברהם לייב בורשטיין דערציילן אן אינטערעסאנטע פאסירונג, פון *א חתונה מיט 26 יאר צוריק, צווישן 3 גרעניצן, ארץ ישראל, לבנון, און סיריע* • צווישן זיינע 30 יאר עקספיריענס אין באדן פון קלעזמער און אויפטואונגען, האט זיך אנטוויקלט א נסיעה פון ירושלים מיט אלע סארטן אידן, און א סאך הומאריסטישע שטיק, ווען א חתן האט דווקא געוואלט *חתונה האבן ביים מקום ווי ס'איז פארגעקומען דער ברית בין הבתרים מיט אברהם אבינו* https://www.yiddish24.com/analysis/42/109439
אטעטשמענטס
אברהם ךייב, דער חבדניק, דער חתן, דער מקדש ר' יודא לייב פראנק
הערט ר' אברהם לייב בורשטיין דערציילן אן אינטערעסאנטע פאסירונג, פון *א חתונה מיט 26 יאר צוריק, צווישן 3 גרעניצן, ארץ ישראל, לבנון, און סיריע* • צווישן זיינע 30 יאר עקספיריענס אין באדן פון קלעזמער און אויפטואונגען, האט זיך אנטוויקלט א נסיעה פון ירושלים מיט אלע סארטן אידן, און א סאך הומאריסטישע שטיק, ווען א חתן האט דווקא געוואלט *חתונה האבן ביים מקום ווי ס'איז פארגעקומען דער ברית בין הבתרים מיט אברהם אבינו* https://www.yiddish24.com/analysis/42/109439
זיי זענען למעשה געבליבן צוזאמען? (די קינדער פון וואס איר רעדט איז פון די חתונה?)
הערט ר' אברהם לייב בורשטיין דערציילן אן אינטערעסאנטע פאסירונג, פון *א חתונה מיט 26 יאר צוריק, צווישן 3 גרעניצן, ארץ ישראל, לבנון, און סיריע* • צווישן זיינע 30 יאר עקספיריענס אין באדן פון קלעזמער און אויפטואונגען, האט זיך אנטוויקלט א נסיעה פון ירושלים מיט אלע סארטן אידן, און א סאך הומאריסטישע שטיק, ווען א חתן האט דווקא געוואלט *חתונה האבן ביים מקום ווי ס'איז פארגעקומען דער ברית בין הבתרים מיט אברהם אבינו* https://www.yiddish24.com/analysis/42/109439
אוי איז דאס א געשמאקע שמועס!
אזוי געלאכט
איר זענט א געוואלדיגע אור מיר ווילן הערן מער פון אייך
---
אגב די אינטערוויו איז געוועהן אויף די ראנג קנעפל - זאכליך מיט יואליש איז נישט געווידמעט פאר אזאנע שמועסן
לאז אויף די מוסקלען, קנייטש אויף די שטערן, אטעם טיעף אההה.. געב א שמייכל, טראכט & קוק פאזעטיוו אויף מענטשן & פאסירונגען
חול המועד זומער פרק ב צוריק פון די בערג, צי די ציווליזאציע, און נישט סתם, נאר.... לייקוואד! אייגלעלאדנט דארט צו "מאכן די חתונה" דהיינו, קבלת פנים מיט אקארדיאן, חופה מיט קלרינט, סעודה מיט א געשמאקן יום טוב ערליך, און מיראנער טענץ ווידער מיט קלארינעט. די קינדער קוקן געשטוינט און געפלעפעט! זעהן וי איך נעם ארויס פון א גרויסן טאש, עפעס א מין חפץ וואס זיי האבן נישט געזעהן אין זייער לעבן, סאיז רויט, פון איין זייט איז דאס ענדלאך צו א קיבארד, סהאט אבער לאנגע לעדערנע גארטלען? וואס פאר א מין חיה איז דאס? אלע קינדער קומען זיך צונויף, איך נעם ארויף דעם אקארדיאן אויף די אקסלען, און גיב א בלאז מיטן עפענען דעם אינסטרומענט און סווערט לעבעדיג, אפענע מיילער, אנגעשפיזטע אויערן, און צעפראלטע אויגן פון די היימישע קינדער, וואס דאס זאגט און שרייט: "מיר קינדער פון דעם דור אין אמעריקע זענען נעבאך תינוקות שנשבו! מיר האבן קיין באגריף אין ריכטיגע מיוזיק, אין אונזער טראדיציאנעלער שפילן מיט אינסטרומענטן עכטע, מיט געפיל מיט שטראם פון פרייליכס" נישט קיין קיבארד וואס איז בעצם א דיג'יי מיט פרעמדע גראבע טענער גויישע, מיט פסוקים פון תהלים, און אזוי הויך די וואליום תמיד, אז מקען נישט הערן און נישט רעדן און נישט טראכן. און פלוצנונג קומט א ירושליימער ייד, מיט עפעס א מין כוי שאינו חיה ואינו בהמה א כלייזמר אקארדיאן, וואס צעגיסט זיך אין קאפ און הארץ און אלע גלידער א מחיה. הער נישט אויף ביטע!! שפיל אברהם לייב שפיל!!! וי אויל אויף א וונד, וי וואסער פאר א טויט דארשטיגער זענען די טענער. בי די חופה האט דער גאנצער געגנט, דער זאל, דער חצר, דער עולם, די עזרת נשים, אפילו די מעקסיקאנער ארבעטער וואס זענען געלאפן מיט זייער סמארטפאן צו נעמען וידאו פון אוטענטישע יידישע מיוזיק, א דאס איז שוין געווען שוין איינמאל א חופה!! מהעאט נישט געדארפט א מנין זינגערס מיט מייקרפאנען, פארוואס? גוט געפרעגט מיין לעזער! דער תירוץ איז: וויל דער עולם איז דער זינגער, די מיוזקאנטן קומען העלפן דעם עולם זינגען און נישט זיין א ממלא מקום זייערע. דאס איז געווען א טיפישע לטווישע חתונה פון לייקוואד, ווערד א עקסטערע באשרייבונג, דער זאל איז אין א בנין פון א חיידר א פראכט פון א בנין!!! ווען איך פראביר פארגעלייכן מיט מיין חיידער אין ירושלים א יובל צוריק, לאך איך פון זיך אויפן פלאץ, יעדער קלאס, א מלכות, מיט א טאוול ביים טיר: כיתה ב' המלמד הרב פלוני שיחיה. אין קארעדאר, אויפגעהאנגען א סאך בילדער פון גדולי ישראל, אלע לעבן זיך דא גוט איינער מיטן צוויטן, א שיינע בילד פון סאטמערער רב לעבן איהם פון דעם שפע חיים, און רבי פון חב"ד, און נישט ווייט אקעגן א פראכטיגע בילד פון ר' אהרן קאטלער, און אויך רבי משה פיינשטין הרב פאם, והיו עיניך רואות את מוריך. די געסט, על פי רוב תלמידי חכמים מופלגים, מיין ידיד הרב לייזער בערל, וואס האט מיר געהאלפן מיט יארן צוריק אין א משפחה ענין, א שטיק מוסר ספר אין געשטאלט פון א ייד בשם לייזער בערל! קומען מכובדים איינער נאכן צוויטן. בכלל דער ענין פון כבוד התורה, כבוד הבריות, כבוד האדם, איז שטארק אנגעזעהן אין לייקוואד, איך בין דיר מכבד און די וועסט מיר מכבד זיין. דא זענען זיי נישט וי אין ווילימסבורג וואס וויסן וי צו אפהאלטן די זוהן ביז כמעט חצות לילה, מילא דאונט מען דא מנחה בעוד היום גדול, און פאר די שקיעה, וי איך האב טאקע ליב, און געווינט פון מאה שערים די לטווישע ירושליימער חסידים. איין געוונהייט האבן זיי יא וואס די חסידים האבן נישט, עפעס א מין פריוויליגיע וואס חסידים פארגינען זיך נישט. דאס איז: מנחה מקוצרת. נישטא קיין סיבה, לכאורה, ויויל סאיז נישט אויפן חשבון פון סדר ישיבה, נישט אויפן חשבון פון שעות ארבעט און משא ומתן באמונה של פועל בשכר שעות, ואף על פי כן, דאוונט מען מנחה באופן זה: אשרי, חצי קדיש, גלייך נעמט דער שליח ציבור זאגן שמונה עשרה בקול, ביז נאך קדושה, אתה קדוש, און דעמאלט נעמט דער עולם א היטש, א טרעמפ, און דאוונט די שטילע שמונה עשרה. עולם הפוך ראיתי, מפטר'ט אפ מיט א קדיש און עלינו לשבח און זיי געזונט. מגייט צו די חופה, באדעקן, דער קלארינעט טרוייערט, דער עולם ערנסט, די פרוייען לאזן טרערן אבער שמייכלנדיג, די קינדער ווערן שטיל און קוקן נאך, מקומט צו די חופה, מדרייט די כלה און דער עולם זינגט, און דווקא חסידישע אלטע רעבישע מעלאדיעס, כיבודים פון סידור קידושין, קריאת הכתובה, שבע ברכות, אלעס אויסגעחשבן'ט זאל נישט זיין איין כיבוד אויפן צווייטננ'ס חשבון, יעדער לויט זיין ווערד, לויט זיין נאנטקייט, פארשטייט זיך דער הרב לייזער בערל באקומט א ברכה אחריתא, און ער איז דאס ווערד. נאך די חופה לויפן מיר די קלעזמער מיט חתן כלה צו דעם חדר, מיט געזאנג און די חברים טאנצן קעגן זי ימיט שטאלץ. די סעודה, דער עולם וואשט זיך, פארשטייט זיך נאכן דאווענען מעריב, און איך טרייט אויף א בענקל ווייל א בינע איז נישטא, מיט די ליד: "יעקאב" פון יו"ט ערליך, און נאך גוטע יידיש שטיקלאך, קהל פארשטייט אז דא איז היינט עפעס אנדערש, בי די מיראנער שטיקלאך פארלאזן א טייל די טישן מיט די עסן און גייען ארויס א ספאנטאנישע טאנץ. פארוואס? יעצט עסט מען! דער חתן איז נאך נישט ארויס פון חדר! אה.... מזעהט אז דו ביסט נישט ביי געווען דארט, ווען יא, וואלסטו אויך ארויס אין א קדאצ'קע מיט געשמאק, כאילו קיינער נישטא ארום דיר, כאילו מרופט דיר יענקלע קארנבליט אדער וועלווע קירשנבוים, און געשלונגען מיט דארשט די פייכטע טענער פון ירושליימער קלעזמער.... שפעטער בי די גידעכטע טענץ וועט דער מחותן קומען און צו דעם קיבארד מיוזישן, און אנזאגן אז נאר מיראנער קלעזמער זאל מען שפילן, אבער די מחותנייסטע וויל אויך עפעס אנדערש, איזו ואס טוהט מען? ביז מעהאט געהאט צייט וי מאכן א פשרה, קומט אריין א ראש ישיבה, און מזינגט "ימים" על ימי מלך, יבא השלישי ויכריע ביניהם ויטול שכר כולם. שוין נאכן שבע ברכות, די בי ליטוואקעס נישטא קיין מצווה טאנץ, שבחים פון דעם בדחן און הספדים אויף יעדער פעטער און זיידע וועלן זיי הערן לאחר מאה ועשרים, אויף דעם זענען זיי ליטוואקעס, "גיב זיי נאר א נפטר וועלן זיי וויסן וי דאס אויסנוצן" פלעגט מיין שווערס טאטע זאגן. איך דארף גיין שלאפן, א ייד אין אמעריקע וועט קיינמאל נישט בלייבן א נאכט אן א בעט א הויכן מאטראץ מיט אלע באקוועמלעכקייטן, דא איז נישט לאנדאן, דא איז דא יידישע הערצער אפענע וואס האבן נישט מורא אריינעמען א ייד א פרעמדער. איך האב געהאט מזל. מיין שוואגער נחמן רובישטיין, קומט א סאך צו זיין שוויגער אין אמעריקע און היילט דערווייל אויס יידן, מיט זיינע גאלדענע הענט, און יארן פון שטודירן רפואה, ווער סעהאט אמאל געהאט א פלייצע צעקרומט און נחמן רובינשטיין איז געווען אין געגנד ווייסט פונקט וואס איך מיין. איז וואס איז מיין מזל? אז ער האט חבר א בעלזער אין ליקוואד. בעלזער? יא! אין לייקוואד? יא! ער האט מיר משדך געווען צו איהם, און איך קום און זעה א גאנצע שכונה, קווארטל נייע דירות, נייע בניינים, 2 שטאקיקע, פון האלץ וי א סוכה אבער שיין און פיין געבייעט, געשלאפן בין איך בי איהם וי א קינד, אמחיה, מתברר אז דער תלמיד חכם אבער בדחנא דירושלים, פון די צדיקים נסתרים, יוסל גוטפארב שטייט איין בי איהם! אויב אזוי בין שוין געשלאפן אין א צימער וואס איז א חלקת הרבנים... אויף מארגן גיי איך אין בעלזער שוהל, אויך ניי, קאווע תה הייסע וואסער, און א מקווה א פראכט!! ווער איז דער בעדער? א גוט מארגן, טאקע הערשל, מיין מכניס אורח, פרעג איך איהם די ביסט דא דער שמש? ענטפערט ער וי א ריכטיגער געליציאנער: איך בין דער שלאק... טאקע נישט באקומען קיין גרויסע ברוך הבא, דעם עולם איז א ביסל ערנסט, פארט בעלז, אבער אןיך נישט קיין קאלטע פאגליווערטע האלבע בליקן וי אין לאנדאן, נאך א זאך אינטרסאנט, איך ווייס אז אין בעלז רינגלט מען די פיאות ארום די אוייערן ביז סווערט רויטלאך די אוייערן, (פארט נישט אזוי שטייף און מומחיות'דיג וי די סקווערער וואס נעמען א פיל א עלעפאנט, בחודו של מחט, און מאכן פון ריזיגע פיאות א ברעקל ענוותדיגע קליין קייקל פון האר אין ביידע זייטן געזיכט, שטערנג שטייף) און דא האבן אלע פיאות אזוי וי אלע חסידים
די סידורים, איז א פרק פאר זיך. מקומט אין א שוהל און מנעמט א סידור, יא? ניין, אין בעלז לייקוואד, נעמט מען א גרויסן ספר, וואס איז א מין סידור המפורש, א מחזור ויטרי, פירושים, הקדמות מיט טעמי הנהגים אין אין ספר וואס רופט זיך באשיידן: סידור, יעדן עמוד אויבן אן א שיויתי, און נאר געציילטע שורות פון דאווענען, דער גאנצער עמוד איז פול פירושים און קאמענט'ס אזוי די שלאפסט נישט איין חלילה ביים דאווענען, וויל די האלסט אין אין מישן די בלעטער נאך יעדער פאר זאצן פון דעם שחרית. אין אמעריקע האבן די סאטמערער קאליע געמאכט די גאליציאנער, אעעעע... סאיז שוין נישט ארגינאל, זיי זענען געווארן הונגעריש, מיט א ברייטע הארץ פאר זיך און פאר יענעם, מיט א געפיל אז א ייד דארף עפעס איז דאס זיין פליכט איהם צו באפרידיגן, (אין לאנדאן איז פונקט פארקערט, די הונגערישע האבן זיך דארט געליציאניזירט...) א קינד ווייזט מיר אין דרויסן די גאנצע שכונה, אלע הייזער, די 2 בתי מדרשים, צויי? פרעג איך שפעטער אין דעם אנדער בעלזער בית מדרש, בעלז איז דאך היינט נאר איינס? ענטפערט ער מיט א געליציאנער רואיקייט: דאס איז דא דער געזעץ אז ממוז בוייען פערוויילונג הייזער אין יעדן שכונה, וואס איז מער פארוויילונג וי א בית מדרש? פאר אלע עלטערס, אלע באדערפענישן. אזעלכע גערטענער מיט בוימער מיט בלומען, ארום בתי מדרש און הייזער, אין בעלז לייקוואד! מיט יארן צוריק האב איך שוין געזעהן אז די בעלזער האבן א גוטן עסטעטישן טעם! סאיז דא א סאך רייכע בתי מדרש, הייזער, זאלן, מיט א סאך געלט, אבער טעם!!! געשמאק און קאליר'רייך, איז איז בעלז. אין ירושלים די איינציגע שכונה וואס איז בטעמט מהחל ועד סוף און זעהט נישט אויס וי הארלעם אדער פאלאסטינער קמעפ, אזוי וי ליידער א סאך היימישע הייזער א יאר נאך אריינגיין וויינען דארט, איז בעלז! דער חצר פון חיידר איז שיין און באוואקסן מיט גרינס, די קינדער זאפן איין דעם הערלאכן טעם פון תורה וגדולה, שיינקייט און ריינקייט, די רעבעצן פון בעלז בעצם א ויז'ניצערקע טאכטער, פלעגט מיר איינלאדענען מיט יארן צוריק, צו שפילן בי שבע ברכות פאר צעבראכענע שטיבער, און דארט האב איך געזעהן וואס הייסט טעם און שיין, באצאלט האט זי מיר מיט א קאנווערט מיט אויפשריפט: לכבוד הרב אברהם לייב בורשטיין, אזוי געווארימט מיר די הארץ אז די געלט וואלט איך אפילו צוריקגעגעבן. איך געדענק נאך תשמ"א בי דעם באלגאן פון בעלז, אונז האבן געווינט צווישן מאה שערים און די פאברעכער פון מוסרארא און די אראבער. אין איין טאג! ווערן אונז איבעראשט, דער בנין אונטן א ליידיגער גרויסע הויז, נאכגעלאזן, מיט לעגנדעס אויף שדים און פאברעכער וואס קומען זיך צונויף בי די נעכט, מיר קינדער האבן מורא געהאט דארט צו אריבער גיין אפילו בי טאג, און פלוצלונג געווארן א מיידלאך שולע פון בעלז!!!! בית מלכה, פון דארט האבן זיי שוין זיך געבויעט שפעטער אין גאולה א ריזיגער בנין א שיינער פאר בית מלכה.
וישכם בבוקר, דארף איך פארן צו "מיין" ווילימסבורג. ליקוואד האט אירע דרכים וי אזוי צו פארן פון איין היימישע שטאט צו די צווייטע. די פריעריגע מאל בין איך געווען אויף א טענדער מיניבוס פון א ייד אין די יארן, וואס איך האב זוכה געווען פארן מיט איהם, נעבאך נישט צופרידן מיט די וועלט, און נאר פארן פרעגן א שאלה האט ער גע'עפנט א פאר אויגן פון נערוון לאמור: עוד מעט וסקלוני. איך לייג א פוס ארויף צוגיין אין מיניבוס, שטעלט ער זיך מיר אנגעקן, און יעצט האט ער שוין יא לשון ברוך השם, משיח אלמים בחסדו און זאגט בייזערהייט: באצאלט פריער! איך נעם ארויס די 30 דאלער ער נעמט דאס, און פלאי פלאות, מיר נישט געפאטשט און אפילו נישט געשאלטן! נאר גענומען און אוועק פון מיין וועג איך זאל קענען ארויף טאנצן שנעל אויף דעם טענדער ווייל ער פארט די מינוט, נעבאך דער בחור וואס איז געגאנגען אין טוילעט אויף א מינוט, וועט ער שוין פארן מארגן און זיך אנלערנען נישט פאשפעטיגן דעם עלטערען נהג פון ליקוואד ביז ווילימסבורג! א גאנצע וועג האבן מיר אלע געהאט די זכיה הערן פון איהם טויטע קללות איף יידיש און ענגליש, לויט זיין סדר יום, דהיינו, די בעאמטע אין באנק וואס האט נישט געמאכט וואס ער האט געבעטן נעכטן, און געבעטן איהר אז באד און שוין זאל זי רופן דעם מנהל אירע, און דעמאלט זיך אנגעהובין נאכאמאל די זידלערייען צוריק פון מה טובו, שפעטער איז ער אריבער צו נאך בריות אויף די וועלט וואס האבן איהם נישט צופרידן געשטעלט. די מאל האב איך נישט געהאט די זכייה צו פארן מיט איהם נאר א בחור אמעריקאנער וואס "יזרעאילישט"זיך, מיט א מיניבוס, געקומען מיר נעמען פון בית מדרש בעלז ווייל אין אמעריקע מעג זיין הייס זומער אבער לא קרב זה אל זה, קעגן דארף רעגענען! קיץ וחורף משמשים בעירבוביה, האט טאקע גוט גערענגט, מיר גענומען און מכבד געווען, און גלייך אנגעהויבן לאנגע, לאנגע, לאנגע..... געשפרעכן מיט חברים, אויף א עברית מיט ענגלישע ווערטער און יידיש, די טעמע? אלעס, די גאסן פארשטאפונג פון קאר'ס, דער וועטער, פארוואס ער האט אבלגעלאזט די פריערדיגע ג'אב און פארוואס יעצט איז ער א דרייווער, און וי אזוי זיין שוועסטער האט ענדליך באשלאסן צו גיין צום שידוך, און אזוי ווייטער, איך בין אנוס על פי הדיבור אלעס אויסהערן, אבער דאס איז גארנישט קעגן דעם רויטליכן ג'ינגי יונגעמאן וואס אונטער מיין בענקל..... אוי רבש"ע זאל עם ישראל לעבן בזכות וואס איך האב איהם נישט געגעבן מכות רצח, האט מיר אריינגערעדט אין אויער אלעס פון זיין לעבן, און דער עיקר איז די ביזנעס, דער מיין ביזנעס בי אונזער עולם: שידוכים! אחחח ויפיל עמאציעס און קאלירפולע זייטן איז דא אין די פאך וואס רופט זיך "שדכן".... אלע לשון הרע אויף אלץ און אלעמען ווערט גערעדט בהיתר ולא באיסור, בכבוד ולא בביזון, ברווח ולא בצמצום, ווען ער זאל מאכן דעם ספיקער איז נאך אריבערצוטראגן, האט ער נישט געלייגט אויף ספיקער, און דארף ער שרייען און איך מוז זיך פארשטעלן וואס איז יענעמ'ס ענטפער און בוייען שלש מאות הלכות במגדל הפורח באויר וואס איז דא די סיטואציע, אבער וי מעקומט אין בארא פארק, און די גוטע זאך פון בארא פארק וואס איז דא דארט, איז א באס צו ווילימסבורג.... בני ברק מיט בארא פארקט זענען ענדליך שטארק, און אזוי די די בעסטע זאך אין בני ברק נאך 40 יאר צוריק ווען איך האב דארט געלערנט אין ישיבה, איז געווען דער באס צו ירושלים, איז אויך אין בארא פארק דא אזא אוצר וואס רופט זיך א סטאנציע צו ווילימסבורג, און דער ג'ינגי רויטער אין זיינע האר אבער גרין אין שדכנות קומט מיט מיר און באווייזט מיר די סטאנציע מיט הפעליכקייט אז איך האב איהם מוחל געווען די גענצע דרשות פון זייענע צופאלענע שידוכים. פארט אמעריקע, חסד. פארזעצונג פון ווילימסבורג און שפעטער א שבת אין די בערג מיט די ליטוואקעס אין פרק ג' אי"ה, וועט איך קאמענטן און אפילו קריטירן און לייקן וועט זיין מער חשק צו שרייבן און נישט זיך פיהלן כזורק אבן למרקוליס או לחמת.