חבורת נ"ך - ספר שופטים - בלויז די שיעורים
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!
מיר קענען זיך נישט פארשטעלן די שמחה, גיבנדיג א קוק און זעענדיג אז מיר האלטן שוין דא. א גאנצע ספר פון די כ"ד ספרים האבן מיר שוין מסיים געווען, מיר האבן בחבורה געענדיגט אינאיינעם ספר יהושע, אצינד גייען מיר אריבער צום צווייטן ספר, ספר שופטים, דארט וועט דערציילט ווערן איבער די תקופת השופטים, דאס איז די תקופה פון משכן-שילה, א תקופה פון 369 יאר, וואו די שופטים האבן רעאגירט און אנגעפירט מיט די הנהגה פון כלל-ישראל.
מיר קענען מיט רעכט מעיד זיין און זאגן, "כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו". מיר האבן באוויזן אינאיינעם בחבורה צו לערנען ספר יהושע, אריבערגייענדיג דעם ערשטן תקופה פון כלל-ישראל אין ארץ-ישראל, מיר זענען אריבער צוזאמען שטאפל נאך שטאפל, קאפיטל נאך קאפיטל. במשך הזמן זענען צוגעקומען נאך מיטלערנער מיט אונז, מיר האבן געעפנט א טעלעפאן ליניע וואו נאך אידן האבן זיך מיטגעכאפט. אינאיינעם האבן מיר געענדיגט דעם גאנצן ספר. אצינד זענען מיר מקיים דעם "כן נזכה לעשותו" - מיר גייען ווייטער. אצינד הויבן מיר אן דעם צווייטן ספר פון די כ"ד ספרים, ספר שופטים. פונקט אזוי ווי מיר האבן אינאיינעם מסיים געווען דעם ספר יהושע, וועלן מיר אינאיינעם מסיים זיין דעם ספר שופטים, בשעה טובה ומצלחת.
עס איז אצינד פארהאן די געלעגנהייט, פאר די וואס ווילן זיך מיטכאפן מיט די שיעורים אויף נ"ך און זיי ווילן זיי בקי אין תורה שבכתב - א לימוד וואס ווערט משום מה נאכגעלאזט פון ערליכע אידן, אבער פארמאגט אין זיך א געוואלד - אצינד איז די געלעגנהייט זיך מיטצוכאפן מיט אונז און מיטלערנען וועכנטליך דעם סדר הלימוד. עס פארלאנגט נישט קיין סך, עס איז נישט מער ווי בערך 15 מינוט א וואך, און מען ווערט א בקי בתורה שבכתב. יעצט, ווען מיר הויבן אן א נייע ספר, קען מען אנהויבן פון פריש, מיט א התחזקות. גלייכצייטיג איז וויכטיג זיך משלים צו זיין אין די פריעדיגע ספר יהושע, דאס איבערצוגיין און אויפכאפן, כדי שיהא דבר מתוקן ומתקבל.
אויך פאר די חברי החבורה, די וועלכע זענען מיטגעגאנגען מיט אונז און האבן מיט אונז מסיים געווען ספר יהושע. עס איז דאך באקאנט דער כלל אז אין לך חסידות כתחילתה, פון אנהויב לערנט מען מיט פלייסיג, אבער שפעטער קענען לימודים נאכגעלאזט ווערן. אצינד ווען מיר האבן געענדיגט ספר יהושע, איז וויכטיג איבערצוגיין אויפן ספר, זיך משלים זיין די לעכער וואס מען האט פארפאסט און ווייטער גיין מיט אונז אין ספר שופטים.
כמובן, אז יעצט ווען מיר הויבן אן א נייע ספר, ווערט צוריק נתחדש דער "חסידות כתחילתה" - מען קען צוריק אנהויבן מיט א התחדשות דעם ספר, און מיר קענען זוכה זיין ללמוד וללמד לשמור ולעשות.
וואס דער ספר שופטים לערנט אונז:
עס איז באקאנט פון איינע פון די צדיקים, ווען א איד איז געקומען צו אים און געזאגט אז ער האט געלערנט א מסכתא, האט דער צדיק אים געפרעגט, "און וואס האט דער מסכתא דיר געלערנט?" - עס איז נישט גענוג אז מען לערנט א ספר, דער ספר דארף אויך לערנען דעם מענטש.
מיר מוזן זיך דעריבער מתבונן זיין, וואס לערנט אונז אויס ספר שופטים, און פארוואס זאל זיך א מענטש מחזק זיין זיך אוועקצוזעצן לערנען דווקא דעם ספר שופטים (אפילו אין פאל אז ער האט נישט געלערנט ספר יהושע, און מאיזה סיבה וועט ער זיך נישט מיטכאפן און איבערלערנען יהושע)?!
ספר שופטים איז א שטיק מוסר ספר. מען זעט אין דעם ספר ווי אזוי דער השגחת אלקי איז געווען אויף זיין פאלק אויף יעדן טריט און שריט. אויב האבן אידן געטון דעם רצון השם, דעמאלס איז געווען א השגחה און קיינער האט נישט געקענט טון קיין שלעכטס פאר אידן. ווידער אויב האבן אידן אנגעהויבן צו זינדיגן און דינען עבודה-זרה, דעמאלס האט זיי דער אויבערשטער באשטראפט און עס זענען געקומען גוי'אישע פעלקער וואס האבן זיי דערדרוקט. דאן האבן אידן געזען זייער ענגן מצב און זיי האבן שנעל זיך גענומען פריש תשובה טון, האט דער אויבערשטער געשיקט צו זיי א שופט און זיי אויסגעלייזט פון זייער שווערע צרה. אזוי געפינען מיר במשך דעם גאנצן ספר, אן אויסטערלישער יד ה' און א השגחה אויף יעדן טריט און שריט פון זיין פאלק.
זייער פיל קענען מיר זיך ארויסלערנען פון דעם ספר, אויב גייט מען דערצו מיט אן ערנסטן התבוננות און ריכטיגער קוק.
מיר הויבן אצינד אן מיט א תפילה צום נורא עלילה, אז ער זאל אונז געבן דעם ריכטיגן דעת און פארשטאנד, ווי אזוי צו לערנען דעם דאזיגן ספר, און אז מיר זאלן קונה זיין דעם ספר פון אלע קוק וואונקלען, בדרך הפשט והמוסר וחסידות, כראוי וכיאות לבן ישראל.

דרוקט דא
זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך
.