אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט
תתחדש. א נייע פראיעקט.
ווי באוויסט איז הלכות שבת ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים, פילצאליגע הלכות וואס מ'דארף כסדר לערנען און חזר'ן צו באקומען א גריפ אויף די נושא במילואו. און אנשטאטס פאקוסען אויף די נעגאטיווע חלק וויפיל הלכות און מוקצועות מ'קען נישט אדער נישט געלערנט, וועט מען קוקן אויף די גוטע זייט און פשוט און פראסט אנהייבן לערנען ! אלזא, גארטעלט אייך אן, מ'הייבט אן די סוגיא פון מוקצה.
מ'וועט פרובירן צו פאוסטן דא יעדע פאר טעג א פרישע הלכה מיט אביסל ביהיינ''ד ד''י סיענ''ס, מ'זאל קענען מדמה זיין מילתא למילתא. מ'וועט נישט לייגן צו סאך אויף אמאל מחשש כיבוי, ווי אויכעט וועט מען נישט לייגן דברים הידועים לכל כדי ס'זאל זיין א דבר חידוש פאר יונג און אלט צוגלייך.
הערות אר אללוועי''ס וועלקאם.
געגאנגען !