ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות
שנעל געטראכט עפעס צו שרייבען לכבוד די 700... און איך האב באשלאסען צו עפענען דעם אשכול, זאל זיין אזוי... געגאנגען!
כלל ישראל איז באשאנקן געווארען מיט גאר א רייכער ספרים-שאנק, די אוצרות וואס אונזערע ספרי קודש פארמאגען איז אין לשער. על התורה, על הש"ס, בבלי ירושלמי, הלכה, אגדה, פלפול, דרוש, מוסר, חסידות, וכו' וכו' א.א.וו.
א חוץ פון די חידושי תורה וואס זענען געדרוקט געווארען אין די אלע ספרי-קודש, באהאלט זיך אונטער יעדען 'ספר' א 'מחבר-ספר'.
צומאל איז דאס א באקאנטע 'גאון' אדער 'פוסק' וכדו', און אמאל איז דאס א אומבאקאנטער תלמיד חכם און תופס ישיבה, וואס איז געזעצן על התורה ועל העבודה און א אומבאוויסטע ארט, און אמאל איז דאס גאר א פשוטער 'בעל-הבית' וואס האט קובע עתים געווען און מעלה געווען חידושיו ופרפראותיו ע"ג הכתב.
'הצד-השוה' די 'כל מה שתלמיד וותיק עתיד לחדש', איז נתגלה געווארען במשך די אלע דורות וואס כלל ישראל האט געוואנדעט מגוי אל גוי, און עד ימינו אנו וואס די עולם הספר שפראצט און בליעט, אויף א אבנארמאלע פארנעם.
די ספרי-קודש זענען מלא וגדוש מיט חדושים און רעיונות, פלפולים מיט געדאנקען, אבער חוץ פון די תוכן הספר וואס דאס איז די עיקר. האט אויך (כמעט) יעדער ספר א טפל. די 'הקדמות' און 'הסכמות' וואס זענען צוגעקומען צום ספר, האבען באצירט דעם געדרוקטען באנד.
ס'איז טאקע א טפל צום ספר, אבער 'שיחת חולין של ת"ח צריכה לימוד' און גאר אסאך חידושים און געדאנקען ליגען באהאלטען אין די אומצאליגע הקדמות און הסכמות.
מאמר הקדמונים 'ספר בלא הקדמה, כגוף ללא נשמה'.
ס'איז פארהאן עטליכע סארט הקדמות און פתיחות צו ספרים, ס'איז דא אזעלעכע וואס זענען גאר יסודות'דיגע און באקאנטע [צב"ש די הקדמות פון די הייליגע רמב"ם צו ספר הי"ד, און צו די פירוש המשנה וכדו'].
ס'איז דא מחברים וואס אין זייערע הקדמות האבען זיי געשריבען אביסל דברי אגדה שמושכין לבו של אדם, פאר'ן אריין גיין אין די עומק הפלפול פון די עצם ספר [צב"ש, הגר"ש קלוגער האט כמעט יעדער ספר א לאנגע דרוש אדער צוויי וואס מיט דעם איז ער פותח שער]
ס'איז דא הקדמות מיט חידושים וואס זענען גאר באקאנט, צב"ש די הקדמה צום שב שמעתתא, ים התלמוד אויף ב"ק, אגלי טל, א.א.וו.
מאידך גיסא, ווען א מחבר האט געשריבען זיינע חידושים אויף א געוויסע מקצוע אדער מסכתא וכדו', איז נישט אזוי ניכר פון די תוכן, זיין השקפה און דעה אויף ענינים וואס האבען נישט קיין דירעקטע קשר מיט די נושא הספר.
אבער אין די הקדמות ווערט אביסל מער באקאנט און איז לייכטער צו דערקענען אביסל איבער זייערע לעבען און שאפען, צווישן די שורות קען זיך אמאל ארויסלאזען א ווייגעשריי אויף א פירצה וואס איז טעון תיקון, אדער א ידיעה אויף בית אבותיו ורבותיו וכדו'. און בעיקר וואס האט געברענגט און וואס איז געווען די שטופ צו ווערען א 'מחבר-ספר'.
די הסכמות וואס די מחברים האבען צאמגענומען פון די גדולי ומנהיגי העדה לדורותיהם, האבען אויך א אוצר בלום אין זיך.
חוץ פון די בעלי מסכימים וואס האבען געשריבען 'גם אני אקח ספר א' כשיצא לדפוס' וכדו'. זענען פארהאן גאר אסאך וואס ענהאלטען אין זיך רייכע תוכן און ידיעות, וואס צוליב ס'איז נישט געדרוקט געווארען אויף א נארמאלע אופן און ס'קוקט אויס ווי א זייטיגע זאך, ווערען זיי נישט געזען און נישט באמערקט.
איך האב געטראכט ס'וואלט כדאי געווען צו עפענען א געהענג'ל וואס די עולם זאל ארויף שטעלען און צוצייכענען צו אינטערסאנטע ידיעות אין הקדמות פון מחברים, און צו הסכמות וואס האבען אין זיך עפעס א חידוש אד"ג.
איך וועל ארויף שטעלען אי"ה קמא קמא דמטי' לידן, און די סופרים און ידענים זאלען נישט שטיין צו דער זייט, נאר דער עולם זאל זיך אנרופען ווארעם 'ומיני ומיניכי יתקלס עילאה'
(אויב איינער האט עפעס א בעסערע געדאנק פאר'ן קעפ'ל, זאל לאזען וויסען)