אינעם ספר עולת תמיד/עולת שבת אויף שו"ע או"ח, [נדפס בשנת תמ"א], איז פארהאן אן הסכמה פון די וועד ארבע ארצות, און לכאורה קען מען פון דעם ארויס נעמען עטליכע זאכן לגבי דעם וועד.
וזהו תוכנה הנוגע לענינינו:
הסכמת המאורות גדולים רבנים דארבע ארצות יצ"ו
פתח דברינו ויושר אמרינו יאירו ויזהירו - בין שורותם יצהירו - יצליחו ויעשו פרי למטה ושורש למעלה - להאלוף המרומם הוותיק - מפיק חמר חדת ועתיק - האבר"ך התורני כבוד מוהר"ר שמואל בהמנוח מהר"ר יוסף זצ"ל - וכו'..........
כה דברי המאורות הגדולים הרבנים אב"ד דארבע ארצות המדברים לכבוד אכסני' של תורה ולכבוד הרב המחבר בהתוועדות קודש ק"ק פינטשוף
נאום הצעיר יצחק בא"א מוהר"ר אברהם זלה"ה חונה בק"ק פוזנן :
ונאום הקטן צבי הירש באמ"ו החסיד מהר"ר זכרי' זלה"ה חונה בק"ק לבוב והגליל יצ"ו :
ונאום הצעיר באלפי ישראל בא"א מוהר"ר שמואל זלה"ה מטרנאפול חונה בק"ק לאדמר :
ונאום נפתלי הירש בא"א הרב הגדול מהר"ר בנימין הירש זלה"ה פה פינטשוף
והוא לעת עתה אב"ד ור"מ בק"ק לובלין :
ע"כ ההסכמה.
הנראה מזה אז יעדע איינס פון די פיהר לענדער [וועד ארבע ארצות] האט ארויסגעשטעלט א גדול בישראל ממדינתם וואס זאל זיי פארטרעטן אינעם וועד, ס'איז נישט קלאר פון די הסכמה ווער ס'איז דער עומד בראש, הגם מען וואלט געקענט קלערן אז הגאון ר' נפתלי הירש אב"ד ור"מ בק"ק לובלין וואס חתמ'ט פה פינטשוף, איז ייתכן אז ער איז דער ראש פונעם וועד, אבער ס'איז נישטא קיין הכרח.
אויך זעהט מען אז אלע החלטות זענען געקומען פון א געמיינזאמע כח, אפילו א פשוט'ע הסכמה האט געדארפט קומען פון אלע ראשי הוועד, און דאס איז טאקע געווען דער שטארקער כח פונעם וועד.
עס קומט אויס אז במשך די גאנצע יאהר איז נישט געווען קיין אנגייענדיגע דיונים וכדו', נאר איין מאהל א יאהר האט מען אראפ געשטעלט די תקנות, און במשך די גאנצע יאהר איז געווען די אחריות פון אלע רבנים אין די לענדער צו זעהן אז מ'פאלגט אויס די תקנות הוועד, וואס זענען אפגעמאכט געווארן ביי דעם התוועדות.