Re: בטחון כיצד
תשובה: בלי ספק, א מענטש איז מחוייב צו גלייבן און ישועת ה' און חזרן אז סאיז נישט דא קיין מציאות אויסער דער אייבערשטער, ה' האט שוין אנגעגרייט מיין ישועה, און זיך בוטח זיין בישועת השם אז אין מעצור לה' מלהושיע ברב או במעט, פאר השם יתברך איז אלעס די זעלבע, און אז מען איז זיך בוטח, שטייט און פסוק ובטוח בה' ישגב.
איינער וואס פארזיכערט זיך און ה' באמת וועט זיכער געהאלפן ווערן. אזוי שטייט איבעראל, פון די ראשונים ביז תלמודי בעל שם, און סשטייט בפירוש און רבינו יונה, א יעדע צרה זאל זיך א מענטש מצייר זיין די ישועת ה' און דאס אליין וועט ברענגען די ישועה.
אבער, איינער וואס האט די הכרה דלעיל^ באמת, אפילו אויף די קלענסטע מדרגה, פרעגט ניטאמאל די שאלות, ער איז אזוי זיכער אויף די חסד ה" אז ער פילט שוין יעצט אז ער גייט געהאלפן ווערן. (א מין בחינה פון והתענג על ה').
דאס איז זייער גרינג צו שרייבן און עבודה קשה וואס מען דארף לעבן מיט דעם כסדר בעפאר די צרה קומט.
יו"ר שנזכה לזה, ישועת ה' פאר אלע יודן.