ליינענדיגע וועכנטליך די מאמענט אויסגאבע האב איך אסאך מאל פארשידענע ערלליי אבזערוואציעס און קרישקעלעך וואס איך גלייך מיטצוטיילן מיט אנדערע. איך פלעג עס שרייבן אינעם מאמענט אשכול, אבער כהאב געטראכט אז זינט איך האב אסאך צו שרייבן און איך וויל נישט היידשעקן די מאמענט אשכול פאר מיינע אבזערוואציעס, עפן איך דא אן אשכול ווי איך האף צו שרייבן וועכנטליך אינטרעסאנטע אבזערוואציעס און קרישקעלעך איבער די מאמענט אויסגאבע.
איך ווייס אז אריין צו קומען יעדע וואך מיט פרישע אנקעדאטן איז א שווערע אינטערנעמונג און איך גיי עס לכאורה נישט קענען באווייזן. אבער איך האף יא עס אנצוהאלטן ווי לענגער. סקען זיין אז סוועט זיין א וואך וואס איך וועל נישט זיין אזוי אין די גיסטע און מוועט נישט אריין קומען, אבער האפענטליך א וואך שפעטער וועט מען צוריק זיין מיט א פרישקייט.
אין אנהייב ווען כהאב גענומען די מאגאזין אין האנט האט זיך עס געשפירט עטוואס דינער און ווייניגער בלעטער ווי געווענדליך, און כהאב געטראכט אז לכאורה האבן די חברה נישט געהאט קיין סאך צייט עס אנצוגרייטן און זיי האבן געגעבן א רוק ארויס עפעס פון ארבעל אבי צו זיין אויפן שעלף אויך די וואך. אבער שפעטער ווען כהאב עס אדורך געבלעטערט האט איך געזעהן אז סאיז פיל מיט אינהאלטסרייכע הערליכע אינהאלט און תוכן. און סהאט זיך אנערקענט אז סאיז אריין אסאך ארבעט אהער צו שטעלן אזא פראדוקט.
איינער פון די חידושים די וואך, איז די נייע חינוך קאלום. סהאט דערמאנט אביסל פון די אלטע חינוך קאלום'ס וואס פלעגן ערשיינען וועכנטליך אין מאמענט, און ליינענדיג האט זיך אנערקענט אז סאיז געברענגט עפעס פריש צום טיש. אנגעהויבן דערפון אז סאיז געשריבן דורך פנחס גלויבער, אזוי דאכט זיך מיר עכ"פ. און אויך די אינהאלט איז אינטרעסאנט און ציענד און די בעסטע האב איך ליב אז סעענדיגט זיך מיט א סיכום און א צידה לדרך.
גיימיר ווייטער צום 'יש אומרים' רובריק, ווי סאיז מיר געפאלן די מעשה פונעם איינטינקן די נייע גאלדענע שיינע ברילן אינעם פיש-זאפט... אהה... געשמאק....
די מעין ארטיקל. די מעין ארטיקל איז געווען חידוש'פול. איך געדענק נישט אזא זאך אז א שרייבער זאל ארויס קומען מיט אזא מין פערזענליכע מעשה צום פובליק. סהאט מיר ארויף געברענגט רחמנות געפילן צום וויקטעם. איך האף אז בקרוב וועט ער קענען שרייבן די העפי ענדע. און קודאס פארן ארויס קומען און מיט טיילן די אלע נוצליכע אינפארמאטיווע אינפארמאציע. סקען היפש צוניץ קומען פאר אסאך יודן.
די כותל ארטיקל איז געווען אן אומבאקאנטע קאפיטל היסטאריע וואס איך האב קיינמאל געהערט דערפון. שיין אראפ געלייגט און פיין געשריבן. ערגעץ אינמיטן ליינען האט מיך מיין הארץ געזאגט אז סאיז אריין געפאלן אן אומריכטיג זאץ. אבער טעותים מאכט זיך ביי די שענסטע.
די אפענע שמועס איז געווען גאר באלערנד. כהאב מיך אסאך חכמת החיים ארויס געלערנט דערפון. די מערסטע האט מיך געכאפט זיין לעצטע ענטפער: "איינע פון מיינע שוואכקייטן איז טאקע דאס, אז איך האלט נישט פון האבן א מיינונג אויף יעדע זאך, בפרט ווען מען רעכנט זיך נישט מיט מיין מיינונג." לייק. איך גלייך עס, און איך מיין אז איך גיי עס אדאפטירן.. אויך האב איך הנאה געהאט פון מנחם גאלד'ס שאלה: 'ווען איך קען דיר ווען געבן אן אויסוואל פון איין ספעציפישע אנגענומענע נארמע אין דער היימישער גאס וואס דו קענסט טוישן, וואס וואלט עס געווען?' כהאב הנאה פון די איידיע פון די שאלה, און איך מיין אז מדארף עפענען אן אשכול דערוועגן. סוועט זיין גאנץ אינטרעסאנט צו הערן וואס די עולם וואלט געזאגט ווען זיי קענען ווען טוישן איין נארמע. נו ווער גייט פתיחה?
צו זינגען און צו זאגן, סהאט מיר גענומען א מינוט צו כאפן אז די מעשה מאכט נישט קיין סענס, און נאך א מינוט צו כאפן אז סמאכט שוין איינמאל סענס די מעשה.. כהאב עס געדארפט עטליכע מאל איבער ליינען צו כאפן פונקטליך וואס דא גייט פאר. דער איז פשוט קרעיזי גוט. זייער טאלאנטפול. סהאט מיר געקאסט א שמייכל... זאל עס טאקע זיין לעילוי נשמת ר' מיכאל בן ר' משולם זושא ז"ל.
אברהם אשכני פון מאמענטעלעך און מנחם גאלד פון טעלערלעך האבן ביידע געדאווענט אין די זעלבע מנין און באשריבן די זעלבע מענטש. די חילוק איז נאר אז אשכנזי האט אבזערווירט יענער יונגערמאן פון דערווייטענס און מנחם גאלד פון דער נאנט ווען ער איז געקומען לייגן טלית ותפילין נעבן זיין פלאץ...
יאפ. איך האב אויך געגעבן א שמייכל ליינענדיג די לעצטע כוואליעס.. ציקער זיס דעם ברוך'ל...
נאך איינער האט זיך דערמאנט פון@מתמודדאדורך בלעטערנדיג די מאמענט פלאס+? סאיז געווען דארט א שיינע בילד פון אים. אדער בעסער געזאגט פון דער בעל החובות התלמידים הי"ד.
מיין רעאקציע נאכן ליינען די מעשה אינעם ביזנעס קאלום פון @יצחק עקשטיין'ס איז געווען:. ווערטערלאז מיט אן אפענעם מויל.
יוסי געשטעטנער האט נישט ליב קיין טשאדעלע באדעלע סטייל אינטערוויוס ווי מדארף וויינען.. אוקעי. איך הער. ער דארף נישט ליב האבן... אבער דשוסט פאר די רעקארד, איך האב יא ליב. סאיז פארהאן אלע מינע ליינערס...
אזוי באטראכטענדיג דעם דעקל זענען מיינע אויגן געפאלן אויף 'Issue 486'. און איך קלער זיך אזוי אז נאך אביסל דעגרייכן שוין די חברה צו 500. סתם פאר די נייגעריגקייט שבו נעם איך אפיר די לוח און איך רעכן אויס ווען די 500'סטע אויסגאבע גייט אויסקומען און איך זעה אז סקומט אויס די וואך פון די ניין טעג, 3 טעג פאר תשעה באב. אוטש. די לעצטע צייט אין לוח צו פייערן א יארטאג.. אבער שפעטער האב איך באמערקט אז שבועות געפאלט די יאר אויף א מיטוואך און א דארנעשטיג, און אויב קומען זיי נישט ארויס מיט אן עקסטערע אויסגאבע יענע וואך וועט די 500'סטע אויסגאבע אויסקומען אויף שבת נחמו וואס דאס איז די פערפעקט טיים פאר א פייערונג. אבער דערנאך האב איך געטראכט אז היות איך האב נאך קיין גרינעם גרייצער נישט באקומען פון מאמענט, און איך ארבעט נישט פאר זיי, גיי איך מיך זוכן בעסערע דאגות מיט וואס צו זיין באשעפטיגט ווי איידער מאכן זייערע חשבונות...
איינע פון די גרעסטע הצלחות וואס מאמענט האט איז דאס וואס זיי פארמאגן פנחס גלויבער אין זייערע שטאב. דער פנחס'ן איז א גאון עצום שאין כדוגמתו. איך וואלט מיך ערלויבט צו פסקענען אז ווען מזעהט אים קען מען מאכן די ברכה 'שחלק מחכמתו ליראיו'. אוקעי ניין. כמיין עס נישט ערנסט.. אבער די געדאנק שבו. הרב גלויבער איז א רוח שאינו מצויה.
די וואך האט ער געשריבן א קאלום מיטן פולסטן מאס רואיגקייט און אזוי אריין געטאנצן אין פייער און ארויס פון דארט אומגעשעדיגט. ער האט געשריבן זאכן וואס איך גלייב אז אין נארמאלע אומשטענדן וואלט מען עס נישט אדורך געלאזט, אבער דא זעהט אויס האט עס די צענזור פארזעהן, לכאורה זייענדיג פארנומען מיט די פסח'דיגע מעגא אויסגאבע. וואס איז געווען אזוי ארג מיט די וואכענדיגן קאלום? סאיז טאקע נישט. אבער? זיינע ווערטער זענען נישט אין איינקלאנג מיט די השקפה וואס די מאמענט ארויסגעבערס פארמאגן.
ער האט געשריבן אז די מלחמה יעצט מיט איראן איז ווי סשיינט די לעצטע מלחמה וואס גייט פארקומען בעפארן גאולה השלימה, די מלחמת גוג ומגוג. איראן איז פרס און די כוטיס וואס שיסן זענען אויך מרומז אין פסוק. דער איראן איז נישט אין מלחמה מיט די ציונים, נאר מיט די יודישע פאלק. מיט יודישקייט. און אפילו ווען די נטורי קרטא זענען זיך געגאנגען קישן מיט אכמעדינידשאד און די איראנער פרעזידענט האט געשפילט מכלומרשט שלום מיט זיי, האט ער אויך געהאפט און געדאווענט צו אללא אז די יודן זאלן שוין פארטיליגט ווערן (עפ"ל). סאיז נישט אז די ציונים רייצן זיך מיט איראן, נאר סאיז א מלחמה איבער יודישקייט VS איסלאם. און אט אט גייט שוין זיין די גאולה השלימה בב"א.
סאיז ערווארטעט קומענדיגע וואך אן ענטפער אויף צוריק פונעם בעל הלעניית דעתי. סאיז נאר צום האפן אז די בעל הצען ברעקלעך וועט זיך נישט לאזן אריין דרייען אינעם ענדיגלאזע טענהעריי ווי די עגא באקומט דעם אויבן-אן אוועק שטופענדיג שכלדיגע ארגומענטן. (עיין ערך א.א.)
וואס איך האב יא באמערקט אויף פנחס, איז אז זיין מהלך המחשבה האט זיך געטוישט זינט די מלחמה אין א"י האט אויסגעבראכן. אין אנהייב אין זיינע פריע יארן, איז ער געווען זייער ביזי מיטן חלק השכל און חכמה. זיינע באשרייבונגען זענען על פי רוב געלאפן איבער דברי חכמה. ערגעץ וואו מיט די יארן האבן זיך זאכן געטוישט און ער האט אנגעהויבן גאר אסאך צו רעדן איבער רגש און געפיל, אלע זיינע ארטיקלען און געשרייבעכטס זענען געלאפן איבער פסיכעלאגיע און געפיל און אויך איבער חכמת החיים. לעצטנס האב איך באמערקט א נייע דירעקציע, און דאס איז אידישקייט. יהדות. השתוקקות צום באשעפער.
איך וואלט גענומען פאר א ביישפיל איינע פון זיינע לעצטיגע ברעקלעך קאלום'ס אין מאמענט ווי ער האט אנגעכאפט אביסל די נושא פון אייוועלט. ער האט באשריבן דארט אז לעצטנס זעהט זיך אן א נייע עפאכע ווי גאר אסאך אינדערווידואלע יחידים לאזן זיך הערן מיט זאכן וואס מהאט נישט געהערט ביז לעצטנס. און ער האט געשריבן אז די רעדע איז איבער כשרע אנליין פארום'ס, ווי נושאים וואס זענען אייביג געווען אראפ געשטיפט אינטערן טיש, ווערן דארט אפיר געברענגט און אויסגעשמועסט. און פנחס האט צוגעלייגט אז לדעתו איז די סיבה דערצו וויבאלד סאיז דא גרויסע לאך אינעם נפש האלוקות וואס מאנט דאס זייניגע פונעם מענטש, סוויל נאנטקייט צום באשעפער און די מענטש זוכט עס אויף כל מיני אופנים. איך האב דעמאלט געטראכט אז סאיז עפעס אנדערש, מענטשן דארפן עמאושענעל סופארט (עיין ערך תורת הנפש פארום), אבער שפעטער האב איך געטראכט אז לכאורה קוקט עס יעדער איינער אן פון זיין פערספעקטיוו.
איך טראכט יעצט אז 'מאמענט' דארף אנהייבן א נייע סעריע מיט אינטערוויוען לאנגיעריגע שרייבערס. די לעצטע פסח איז געווען די רייכע אינטערוויו מיט הרב יואל אשר לאבין, און די קומענדיגע סוכות דארף מען אן אינטערוויו מיט פנחס גלויבער. (א פסח שפעטער אפשר משה אליעזר ליבערמאן..) דער פנחס האט אסאך צו פארקויפן און ער ברויך א געהעריגע אינטערוויו.
מקען אנהייבן מיט זיינע יונגע יארן, דאס מופן קיין א"י, זיין התקרבות צו ברסלב און צו רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, זיין נייגער צו ידיעות, פון וואו קען ער אזוי פיל, זיין היסטאריע פון שרייבן און פיל נאך.
איך ערווארט אן אינטערוויו אינעם קומענדיגן סוכות מעגא אויסגאבע.
נו. וואס ווילסטו? ער דארף זיך עפעס אויסטון נאקעט אין פובליק? ניין. זיכער נישט. נאר די געפיל וואס איך פלעג האבן איז געווען, אז אויב ווילסטו רעדן וועגן כל מיני אבזערוואציעס וואס דו טוסט אבזערווירן, אדרבה, כהאב ליב צו ליינען דיין שריפט. אבער אויב ווילסטו רעדן וועגן עמציאנאלע שוועריגקייטן איז נישט קיין חכמה צו רעדן איבער די שוועריגקייטן וואס דיינע ארומיגע גייען אריבער. לאמיר דיך זעהן רעדן איבער דיין אייגענע גייסטישע שוועריגקייטן.
צו ער דארף? זיכער נישט. אבער אזא געפיל פלעג איך האבן, ווי כאילו ביי אים איז אלעס אוקעי, נאר ביי זיינע ארומיגע זעהט ער כל מיני שוועריגקייטן.
איך דערמאן זיך יעצט א דוגמא פון ממש לעצטנס, ווי ער האט געשריבן אז ער האט געזעהן איינעם שטיין און וויינען, יענער האט געוויינט, אין אנהייב האט עס אים אויסגעזעהן היפש מאדנע, שפעטער האט ער געכאפט אז סאיז דאס קליין קינד וואס יענע עדאלט האט אין זיך אינדערווייניג וואס וויינט. ווען כהאב עס געליינט האב איך געהאט אזא מין געפיל ווי כאילו דער שרייבער שטייט העכער די אלע זאכן און ער לאזט זיך אראפ צו רעדן איבער שועריגקייטן וואס אנדערע גייען דורך.
אבער מיט די צייט האב איך געכאפט אז איך מאך א ריזיגע טעות. כהאב אנגעהויבן איינצוזעהן אז מנחם גאלד איז אזוי ווייט פון א בעל גאווה כרחוק מזרח ממערב. און זיינע באשרייבונגען קומען פון ריכטיגע מיטלייד וואס ער האט מיט די באטרעפענדע. כהאב אינאכט גענומען אז מנחם גאלד איז געבענטשט געווארן מיט א גאלדענע הארץ, אזא וואס גאר ווייניג פארמאגן. און ער קאנקעט אמת'דיג צו די ליידן פון זיינע ארומיגע. חוץ פון דעם וואס ער האט א נאטורליכע אינסטינקט זיך אנצונעמען פארן נרדף. ער פילט מיט מיט ווייטאג וואס אנדערע גייען אריבער.
און טאקע מיט די צייט האבן פיל מיט יודן געטראפן אן אפן אויער און אפן הארץ ביי מנחם'ען. און מקען עס טאקע באמערקן אויף די פילצאליגע אינטערוויוס וואס ער האלט אפ אין די סעריע פון די אפענע שמועסן.
איך האב אנגעהויבן איינזעהן אז מנחם גאלד איז א ריכטיגע לעכטיגקייט!
און דאס חוץ פון דעם וואס ער האט א גאלדענע פעדער און א מורא'דיגע ציענדע שפראך. אזוי אויך זעמיר לעצטנס געוואר געווארן אז ער האט קשרים מיט די ריכטיגע חברה אין קאנגרעס.
עניוועי. איך זיך נישט דא צו מאכן לעבעדיגע הספדים אויף יעדע שרייבער...... נישט דאס איז וואס איך וויל און צו וואו איך ציל......... איך האב פשוט געוואלט ארויס ברענגען וואס איך האלט איבער מנחם גאלד. און אין איין ווארט וואלט איך געזאגט אז ער איז א לעכטיגקייט, און איך וואלט מיך געפרייט אים צו קענען פון דער נאנט.
קרעדיט קארדהאט געשריבן:↑זונטאג מאי 05, 2024 2:10 pm
איז לאמיר אנהייבן מיטן לעצטן מאמענט.
אברהם אשכני פון מאמענטעלעך און מנחם גאלד פון טעלערלעך האבן ביידע געדאווענט אין די זעלבע מנין און באשריבן די זעלבע מענטש. די חילוק איז נאר אז אשכנזי האט אבזערווירט יענער יונגערמאן פון דערווייטענס און מנחם גאלד פון דער נאנט ווען ער איז געקומען לייגן טלית ותפילין נעבן זיין פלאץ...
לפע"נ האט מנחם גאלד געהאט זייער א גוטער נקודה אין דן זיין יענעם לכף זכות, אבער איך מיין אז מיט די לעצטע שורה פון "ביז עס קומט צו מיין טלית בייטל" האט ער עס אביסל אראפגעברענגט
די זאך וואס האט מיר די מערסטע געכאפט איז געווען א ציטאט אין די 'יש אומרים' קאלום פון אדמו"ר מוויען. איך גיי דא אראפ ברענגען די גאנצע לשון. בעצם וואלט עס געדארפט קומען איןדישיינע אשכול וואס@דוד הכהןהאט געעפענט, אבער היות סאיז א ציטאט פון א ציטאט וועל איך עס מוזן דא לייגן..
"איך באקום כמעט יעדן יאר טעלעפון קאלס פון מענטשן וואס רופן זאגן, אז מיט יארן צוריק האבן זיי גערעדט אויף מיר, און זיי בעטן איך זאל זיי מוחל זיין. איך ענטפער אויפן טעלעפון, איך בין נישט אינטרעסירט ווער דו ביסט, מוזט מיר נישט זאגן דיין נאמען, כבין נישט אינטרעסירט וואס דו האסט גערעדט, איך בין דיר מוחל בלב שלם אויף דעם וואס דו האסט גערעדט. אבער איין זאך, נעם זיך פאר, און זיי אזוי מגדל דיינע קינדער, אז מזאל זיך היטן נישט צו רעדן אויף אן אנדערן". כ”ק אדמו”ר מוויען שליט”א ביי דער גרויסארטיגע יערליכע ז’ אדר דרשה פארלאפענעם זינטיג ויקרא תשפ”ד. ”קיינער איז נאכנישט ארויס געגאנגען ריין פון שרייבן פאשקעווילן, סהאט יעדן אפגעבריט! סאיז נישט די ערשטע פאשקעווילן וואס איז דא היינט, אונז האב מיר שוין מיטגעלעבט צענדליגע יארן, קיינער איז נישט ארויס געגאנען דערפון פריי”.
איך ברענג עס דא אראפ, קודם וויבאלד סהאט מיר בארירט. און צווייטנס, וויבאלד איך מיין אז דאס ווייזט אויף די נייע עפאכע וואס די נייע דור ברענגט מיט זיך, וואו 'יודישקייט מיט ווייטון א יוד, קענען נישט גיין צוזאמען ביינאזאם'.
נו שוין, לאמיר נישט פארפארן צו מוסר... צוריק צו מאמענט.
ארי ווייזער איז געווארן די נייע סטאר פון מאמענט. אין די לעצטע 3 וואכן האט ער פיגורט אויפן ערשטן ארטיקל. און נישט אומזיסט. ער שרייבט געוואלדיג גוט! די אינטערוויו מיט די סיבירישע חבד'סקע שליח האט מיר באנומען, ליינענדיג וואו ער פלאנט צו בלייבן וואוינען דארט פאר זיין גאנצע לעבן, על אף סהאט נישט אלע באקוועמליכקייטן, אלעס כדאי צו מקרב זיין פארווארפענע נשמות צום באשעפער. איך מיין אז אונז קענען זיך אסאך לערנען פון די ליבאוויטשער מסירות נפש.
איי אלי יואל. אונז האבן זיך אזוי געבענקט צו דיך. ב"ה אונז האבן געהאט די זכייה אז אלי יואל האט זיך צוריק געקערט צום שרייב טישל, און נאך מיט א פרישקייט! אלי יואל'ס שרייב ווערק איז עפעס וואס איז נישטא זיינס גלייכן, סאיז זייער אייגנארטיג. פון איין זייט איז עס געשריבן מיט א מורא'דיגע פשטות אן קיין הויעך געשפריצטע ווערטער, און פון די אנדערע זייט איז נישטא דארט קיין איין איבעריגע ווארט. יעדע ווארט וואס ער שרייבט איז אויסגערעכנט. סאיז א חידוש וואס ווי ווייט איך געדענק האב איך עס נישט געזעהן ביי קיין איין אנדערע שרייבער. נעם למשל א דוגמא די מייסטער שרייבער משה אליעזר ליבערמאן, ביי אים איז אויך יעדע ווארט אויסגערעכנט, אבער ביי אים מוז מען צולייגן אסאך קאנסעטראציע עס צו ליינען. ער נוצט ווערטער וואס ווערן כמעט נישט גענוצט דורך עמך אידן, און מען מוז מער אויסשארפן די מוח צו ליינען זיינס אן ארטיקל. ביי אלי יואל אבער, ווערט כמעט נישט גענוצט קיין ווערטער וואס מדארף זיך אפשטעלן דערויף און אריין טראכטן די באדייט דערפון. אלעס איז געשריבן מיט א פשוטע שריפט. פון דער אנדערע זייט, איז אבער קיין איין ווארט נישט איבעריג. אפילו סאיז געשריבן מיט א פשוט'קייט איז נאכאלטס דא דערין אסאך ארבעט און טאלאנט מאכענדיג זיכער אז סליינט זיך נישט צו לאנגוויילינדיג, נאר יעדע ווארט דארט איז אויסגערעכנט.
איך זאג נישט אז איין וועג איז בעסער ווי די אנדערע. איך זאג נאר אז סאיז אייגנארטיג. און גראדע איז דא פלאץ פאר אלע סארטן שרייבווערק. מען דארף אביסל פון אלע.
און גראדע, אלי יואל'ס שריפט האט נאך א מעלה, אז סאיז אנגעשפריצט מיט הומאר פון אלע זייטן. סליינט זיך געשמאק און מווערט אויפגעלייגט ווען מליינט עס. סבלייבט נאר איבער צו האפן אז אלי יואל איז דא צו בלייבן.
אברהם חיים ברוין'ס צווייגעלעך איז א געמיש פון טיפזיניג און פשטות. סאיז אזא געמיש פון עטליכע סטייל מחשבות וואס דער שרייבער פארמאגט. די מעשה וואס ער האט אראפ געברענגט די וואך פון די בעל שם טוב מיט OCD איז א חידוש פון א געשיכטע וואס כהאב קיינמאל געזעהן געדריקט אדער פארציילט. זייער אינטרעסאנט און איך גלייב אז פיל קענען עס נוצן אויף למעשה.
די וואך האט ער אראפ געברענגט אין די צווייגעלעך א סטאטיסטיק. אז די אלע קינדער וואס האבן מורא פון שרעקעדיגע מעשיות גייען אויסוואקסן פשוטע ארבעטסלייט און די אלע קינדער וואס זענען גרייט צו הערן שרעקעדיגע מעשיות און איבער קומען די פחד, גייען צום סוף אויסוואקסן סוקסעספולע ביזנעסלייט וואס גייען דרייען שווערע געלטער. אין אנהייב האט מיר עס נישט געשמעקט. ווייסט פארוואס? ווייל איך האב אלס קינד אייביג מורא געהאט פון שרעקעדיגע מעשיות.. און סאיז מיר נישט געפָאלן די נביאות וואס ער זאגט אז איך גיי נישט אויסוואקסן א ביזנעסמאן וואס דרייט גרויס געלט.. סהאט זיך מיר געוואלט ארויס קומען מיט א גאנצע דעקלעראציע דערקעגן, אז היתכן מען שרייבט סתם געשטויגענע זאכן? ער לייגט הנחות אין די וועלט אריין? כמיין פון וואו נעמט ער זיינע דעיטע? ער האט עפעס שטודירט די זאכן אז ער קומט מיט אזעלכע סטעיטמענס?? אבער שפעטער האב איך זיך געטראכט, אז ווייסט וואס, אפשר זאגט ער יא עפעס? קוק אהער, ביזדערווייל בין איך נאך טאקע נישט דער סוקסעספולע ביזנעסמאן וואס דרייט שווערע געלטער.. סא אפשר האט ער יא א פוינט? נו שוין. ווייסטו וואס? זאל זיין...
די האק-א-טשייניק קאלום איז ביי מיר יעדע וואך פון פריש אן עונג שבת עס צו ליינען! אבער די וואך איז עס געווען עפעס אן עקסטערע באנוס געשמאק ווען כהאב געליינט די פארענטשעס סיטואציע.. סהאט מיר געקאסט אן עקסטערע געלעכטער...
כבין געבליבן נייגעריג וואס די אפענע שמועס איז געווען וואס סהאט נישט געקענט אריין געלייגט ווערן, אזוי ווי מנחם גאלד האט געשריבן אין זיין טעלערלעך קאלום. אבער איך בין אויך געבליבן מיט א צובראכענע הארץ נאכן ליינען די קאלום. ממש א הארץ געשריי וואס מענטשן מאכן אלץ מיט!
פון דער אנדערע זייט קען מען דא נאכאמאל זעהן דאס וואס איך האב פאריגע וואך ארויס געברענגט לגבי מנחם גאלד. דער מנחם האט א הארץ פון גאלד אזוינס וואס מזעהט נישט קיין סאך. ער איז טאקע רעלאטיוו נישט צו אלט (אזוי האט ער אמאל געשריבן), אבער ער האט ארויס א נושא ווי א פערציג יעריגע! ווייניג מענטשן וואס איך קען האבן אזא געפיל צו א צובראכן הארץ אזוי ווי מנחם. און איך מיין אז ער גייט נאך איין טאג איבער דרייען וועלטן בפועל לטובת די אלע שטימעס וואס ווערן פארשוויגן אין אונזערע הו-הא וועלטעל, וואו מדארף צו האבן א הויעכע שטימע צו קענען געהערט ווערן. ער דרייט שוין יעצט אן אסאך מיט זיין שופר וואס ער האט אין זיין הענט. אבער איך שאץ פאר אז ער גייט נאך ווערן א גרויסע עסקן ווען סגייט צוקומען צו אזעלכע נושאים פון שטימעס וואס ווערן נישט צופיל געהערט.
איך וואלט עס אביסל צאם געשטעלט צו הרב יואל אשר לאבין וואס האט אויך אנגעהויבן מיט שרייבן און עווענטועל איז ער געווארן אריין געדרייט אין ערנסטע עסקנות אנדרייענדיג אסאך ערנסטע זאכן לטובת יודישע ארעסטאנטן און פאר נאך אסאך חשובע צוועקן. אונזערע מנחם גאלד האט אויך אנגעהויבן מיט שרייבן, אבער איך זעה דא א ווארעם הארץ מיט א ברען אויפצוטון פאר די מענטשהייט וואס גייט נאך איין טאג אנקומען גאר גאר ווייט!!
ווי איך האב נישט מסכים געווען מיט אים, איז זיין אויספיר אז די ריכטיגע דאגות וואס א בחור דארף צו האבן איז די טעגלאשער דאגות.. איך דיסעגרי דערמיט. טעגלאש דארף לדעתי נישט זיין קיין דאגה, נישט ביי בחורים און אויך נישט ביי עדאלטס. נישט נאר נישט קיין דאגה, נאר אפילו קיין נושא דארף עס נישט זיין. און העי. ווער זאגט אז בחור דארף בכלל האבן דאגות? דאגות איז נישט גוט פאר קיינעם. נישט פאר קיין עדאלטס און נישט פאר קיין בחורים. סאיז טאקע א חלק פון די מענטשהייט אז מען דאגה'עט. אבער סאיז נישט גוט פאר קיינעם צו דאגה'ענען.
איינע פון די הארץ-רייסענדע דאגות וואס מנחם האט אראפ געברענגט איז, פון א בחור וואס האט זיך געדארפט פארמעסטן אין א לעבעדיגע שלאכטפעלד זייענדיג אריין געמישט צווישן צוויי קעגן זייטיגע זייטן, ווען פון איין זייט שטייט זיין טאטע און די אנדערע, זיין מאמע, השם ישמרנו! האט ער דארט געשריבן אז איינער האט אים צוגעוויזן אן ארטיקל וואס איינער האט געשריבן איבער זיין בחורישע לעבן ווען ער האט געמוזט האבן אזעלכע האר-אויפשטעלנדע דאגות. איי געס אז ער האט זיך באצויגן צודיאשכול. כבין נאר נייגעריג ווער איז דער וואס האט אים עס געוויזן. אפשר זאל אים יענער אויך ווייזן מיין אשכול..
די הספד איבערן נפטר וואס איז געווען באשריבן אין מאמענטעלעך איז געווען רירנד. סהאט מיר איבער גענומען מיין הארץ.
איך וויל ווידערהאלטן (@בלוט בלבולסאיז אן עכטע ווארט?) מיין בקשה וואס איך האב שוין אמאל געהאט געבעטן, אז מזאל צוריק מאכן די בילדער אינעם כאפ-א-בילד קאלום אויפן גאנצע פעידש. איך האב שויןדאבאשריבן באריכות אז די פילע בילדער ברענגט אריין די ליינער אינעם אטמאספער פונעם בילד. און איך האף אז פאר@דניאל אויערבאךוואס סהאט אים יאגעשטערטדי גרויסע בילדער, וועט אויך זיין צופרידן אויב מוועט לייגן אינטער די שווארצע ווערטער אליינס, א ווייסע בעקגראונד אז מזאל עס קענען לייכט ליינען.
איך האב געוואלט ברענגען א בילד פון די אמאליגע אויסשטעל פון די בילדער און פון די יעצטיגע אויסשטעל, אז די עולם זאל זיך אליינס איבערצייגן אין די חילוק און זעהן אז ווען סאיז אויפן גאנצן בלאט די בילד, פילט זיך עס סאך געשמאקער צו קוקן, פילנדיג די אטמאספער פונעם בילד. אבער היות כהאב שוין נישט אין באזיץ די אלטע מאמענט'ס אפעליר איך דא פאר ווער סקען ברענגען א בילד פון די אלטע אויסשטעל און א בילד פון די נייע אויסשטעל, זאל עס ברענגען, וירא הקהל וישפוט.
די מעשיות אין@יצחק עקשטיין'סקאלום איבער זיין טאטנס שידוכים קאריערע איז געווען זייער זיס.. העכסט אינטרעסאנט.. כפראביר נאר צו טראכטן וויאזוי זיין טאטע האט געפילט ווען ער איז אריין צום לחיים און געזעהן אז אן אנדערע בחור זיצט אויבן אן...
מעדל אונגאר'ס קאלום איז ווי אלעמאל, אינטרעסאנט צו ליינען. נארמאל לייגט ער א בילד פון זיך אינעם קאלום. דאסמאל האט ער געלייגט א שיין בילד ווי יודן באקן מצות ערב פסח, איך האב אים געזוכט דארט און געוואלט זעהן וואס זיין תפקיד ביים מצות באקן איז געווען, אבער אן ערפאלג. אוקעי, כזעה אז דו האסט נישט געכאפט.. סאיז געווען אן AI בילד..
קרעדיט קארדהאט געשריבן:↑זונטאג מאי 12, 2024 1:21 pm
איך וויל ווידערהאלטן (@בלוט בלבול סאיז אן עכטע ווארט?) מיין בקשה וואס איך האב שוין אמאל געהאט געבעטן, אז מזאל צוריק מאכן די בילדער אינעם כאפ-א-בילד קאלום אויפן גאנצע פעידש. איך האב שויןדאבאשריבן באריכות אז די פילע בילדער ברענגט אריין די ליינער אינעם אטמאספער פונעם בילד.
גא"מ. זייט די נייע לעיאוט האב איך פאלוירן דעם גאנצן געשמאק פון ליינען דעי קאלום
טאמער זענט איר אינטערסירט צו קויפן פראפערטיעס, אדער האט איר סיי וועלכע שטיקל לאנד צו פארקויפן אין אפסטעיט ניו יארק, ביטע שיקט אן אי-מעיל צו:[email protected]
די אמת איז אז די וואך האב איך נישט געהאט קיין נערוון צו שרייבן אן אנאליז, אבער היות@קאטשקע פיסהאט געשריבן אז ער ווארט, און@לחם לאכולהאט געשריבן אין אישי אז איך זאל אנגיין, העמיר זיך צאם נעמען און יא שרייבן.
האמת אגיד, איך בין נישט פון די גאר עלטערע וואס געדענקען נאך די צייטן ווער הרב לאבין פלעגט שרייבן אפט אין מאמענט, איך בין שוין פון די 'ליבערמאן' עפאכע.. אבער דא האב איך געהאט די געלענגהייט זיך אנצוטרעפן אינעם גווארדיע פונעם שרייבער הרב לאבין און סהאט מיר געמאכט שטומלאז. אדער בעסער געזאגט, ווערטערלאז.
כגיי פראבירן אביסל מסביר צו זיין וואס סהאט מיר אזוי געכאפט פון הרב לאבין'ס שריפט.
דיי מייסטער שרייבער וואס פירקולירט אין די היימישע אויסגאבעס בימינו אלו, איז לדעתי הרב ליבערמאן. (א סגולה צו עררייכן אן 'הרב', איז אדער א וועכנטליכעקול מבשר פאדקאסט, אדער א שרייבער אמט אין מאמענט. אוקעי, סארי פארן העיט.. כבין אין א בעד מאוד היינט, ואתכם הסליחה), די הרב ליבערמאן מיין איך איז די קרוין פונעם היינטיגע ליטעראטור, ער דאמינירט אויפן קענגליכן שטעלע פונעם שרייבערישען קעניגרייך. (אוקעי, כפארשטיי אז זאכן מאכן נישט קיין סענס, אבער איך טריי צו זיין קיוט..) הרב ליבערמאן שרייבט ארטיקלען וואס קענען זיך פארמעסטן מיטן ניו יורק טיימס שרייבערישע ווערק. (ניו יורק טיימס פארמאגט בכלל גוטע ארטיקלען?).
עניוועי, די פוינט איז אז הרב ליבערמאן שרייבט זייער גוט, און זיינע ארטיקלען זענען געשריבן אויף זייער א הויעכע סטאנדארט. דאס באדייט אז מען מוז קענען גאר אסאך בעפארן ליינען זיינס אן ארטיקל. סאיז געמאכט פארן מער עליטע חברה, די אינטערליגענטע שטודירטע אינטעלעקטואלירטע. זיי זענען די וואס קענען פארשטיין אן ארטיקל פון הרב ליבערמאן. געב אזא ארטיקל פאר איינעם וואס איז עטוואס ווייניגער באהאוונט אינעם ליטעראטורישער עולמות און צו אים רעדט נאר די מצווה צעטל וואס זיין מאמע פלעגט שרייבן, און פרעג אים צו ער ענדשויט א ליבערמאן ארטיקל. זיכער בין איך נישט, אבער כמעט זיכער בין איך יא אז ער גייט עס נישט ענדשויען. און דאס איז וויבאלד די ארטיקלען זענען געשריבן אויף זייער א הויעכע ניווא.
דערגעגן לאמיר אפיר נעמען הרב גליק. (אופס, אלי יואל איז נישט קיין הרב? וואס איז טאקע פשט? גיי ווייס אויב נישט וועגן דעם איז ער ארויס..) דער שרייבווערק פון הרב גליק איז דיפערנד און אנדערש פון הרב ליבערמאן'ס שרייב טישל. אלי יואל האט אזא פשטות וואס באנעמט זיינע ארטיקלען אן קיין הויעכע ליטעראטורישע הויעך-שפריצנדע ווערטער. און איך גלייב אז די פריעדיגע יונגערמאן וואס האט הנאה פון זיין מאמען'ס מצווה צעטל, וועט זיך מחיה זיין מיט אלי יואל'ס אן ארטיקל. סאיז געשריבן מיט א פשטות און א רואיגקייט וואס אפילו די עמך אידן, אן קיין סאך שרייבערישע וויסנשאפט, שעפן הנאה פון עס ליינען.
און דא קומען מיר אן צו הרב לאבין. ליינענדיג נעכטן זיין ארטיקל האב איך באמערקט א חידוש וואס איך געדענק מיך נישט האבן געזעהן א זיינס. כהאב באמערקט אין הרב לאבין'ס ארטיקל א צאמשטעל פון ביידע. כהאב אנגעטראפן דארט פון איין זייט אן ארטיקל וואס איז געשריבן מיט א גאר הויעכע ליטעראטורישע פעדער, און פון די אנדערע זייט האט עס געהאט די פשטות און רואיגקייט וואס די עמך איד האט ליב צו געניסן פון. סהאט זיך אנגעהויבן מיט אזא געוואלדיגע ניחותא כמדבר איש אל רעהו, און ווי מער אריין אינעם ארטיקל, איז דער שרייבער ארויף געפארן העכער און העכער אינעם שרייבערישן וואלקן, אבער נאכאלטס געבליבן מיט צוויי פיס אויפן ערד אנצוהאלטן די פאלקס איד. סהאט זיך געשפירט אזא קאמבינאציע פון הימל מיט ערד ביינאזאם. אדער בעסער געזאגט, א שילוב פון ליבערמאן מיט גליק צוזאמען. אזא צאם שטעל פון עליטע מיט פשוט צינאזאם.
און דאס איז וואס האט מיר געכאפט.
און כוויל נאר צולייגן, אז די שרייבערישע ווערק איז א תוצאה פונעם אינערליכע וועלטל. דער פעדער ברענגט ארויס די אינערליכע מחשבות און געפילן. דאס מענטשליכע כאראקטער שפיגלט זיך אפ אינעם שריפט פונעם שרייבער. במילא קען מען זעהן פארשידענע צווישנשיידן צווישן כל-ערליי שרייבערס. די קונץ איז אבער צו קענען זיין זיך אליינס. צו אריין טונען (ארי סאמעט) אין זיך אליינס, באזוכן די אינערליכע וועלטל וואס דער מענטש פארמאגט, אנערקענען די אייגענע תכונות הנפש און פערזענליכקייט, און אזוי ארום דאס ארויס ברענגען. ארויס ברענגען די אינערליכע זיך אויפן פאפיר. אדער ווי פנחס גלויבער וואלט עס אנגעריפן: ארויס ברענגען די אינערליכע 'תוך' אויפן פאפיר. דאס איז די קונץ.
שטעל דיך פאר אז מארגן גייט הרב ליבערמאן פראבירן צו שרייבן אזוי ווי הרב גליק, און הרב גאלד גייט פראבירן נאכצומאכן הרב ברעגער וואס גייט טרייען צו קאפיען הרב וויינשטאק. סגייט זיין א דור הפלגה. סגייט נישט אויסקוקן גוט. די ריכטיגע חן פון א געלונגענע שרייב ווערק, איז ווען סאיז אוטענטיש און ריכטיג ארויס געברענגט די אייגענע תוך. ממש אזוי ווי ביי זינגערס, וואס אויב פראבירט א זינגער נאכצומאכן אן אנדערע פאפולערע זינגער וועלן עס רוב מענטשן נישט גלייכן. ווען מען באשטעלט דיך וויל מען דיך האבן.
איז יא. סאיז דא פלאץ פאר שרייב ווערק אזוי ווי הרב ליבערמאן געבט ארויס, סאיז דא פלאץ פאר שרייבווערק וואס איז הרב גליק'ס סטייל, און סאיז דא פלאץ פאר שרייב ווערק אזוי ווי דו האסט. די קונץ צו הצלחה איז צו זיין אוטענטיש און זיך ארויס ברענגען.
און נאך א סוד צו הצלחה איז טאקע צו ליינען גאר אסאך פון אלע סארטן דשאנדערס פון שרייב ווערק, וואס דאס געבט א ברייטערע מעגליכקייט זיך ריכטיג ארויס צו ברענגען אויפן פאפיר.
נו שוין. לאמיר א סעקונדע צוריק גיין צו הרב לאבין. דער מייסטער שרייבער הרב לאבין פארמאגט לכאורה גאר אן אינטערלעקטועלע אריסטאקראטישע אינערליכע תוך, וואס איז פיל מיט ברייט-פארשטאנד, סענסיטיווע געפילן, און גאר הויעכע אייקיו. וויבאלד דאס אלעס זעהט זיך אן אויפן פאפיר וואס גייט אדורך זיין פענע.
און אין די אויבן דערמאנטע קראקס ארטיקל, האט זיך טאקע אנגעזעהן א גאר טיפע דענקער וואס קוקט אריין אינעם נשמה פון יעדע דומם, וכל שכן יעדע מדבר.
און האבנדיג געליינט יענע ארטיקל, און שפעטער די קלארשטעלונג וואס ער האט געזאגט אינעם אינטערוויו, וואלט איך אים געוואלט פרעגן, וואס ער וואלט היינט געזאגט אויף די נושא וואס איז דערמאנט געווארן אינעם קראקס ארטיקל. סאיז זייער א דעליקטע נושא און מדארף אבאכט געבן וויאזוי מרעדט דערפון, און זיכער ווען די די רייד ווערן אראפ געשריבן אויף א פובליק פלאטפארם וואו יעדער האט צוטריט דערצו. אבער סאיז למעשה אן אמת'דיגע ריכטיגע נושא וואס באשטייט. סלעבט. און סאיז קיים. מקען אפשר זאגן אז דער וואס האלט אזוי, איז נשפע פון נישט געזונטע דעות, מקען אפשר פראבירן שטיל צו מאכן אזעלכע דעות און עס שטיפן אינטערן קארפעט וואו קיינער קען עס נישט זעהן, און מוועט זיך אזוי איינרעדן אז די פראבלעם איז שוין טאקע נישטא מער. אבער די מציאות איז אז סאיז דא. סאיז פארהאן. סלעבט און סשטויסט. און אלס איינער וואס האט שוין פאר 8 יאר צוריק אדרעסירט די נושא, וואלט איך אים געוואלט פרעגן וויאזוי קוקט ער היינט אן די נושא, צו האלט ער יעצט, 8 יאר שפעטער, אז זאכן האבן זיך שוין געטוישט? אדער זאכן דארפן ווי שנעלער אדרעסירט ווערן?
פאר דער וואס איז נייגעריג, וועל איך דא אראפ ברענגען די ארטיקל אין ספוילער.
◄ ווייז ספוילער
פארבינדןהאט געשריבן:↑דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 11:53 am
ערשינען אין די מאמענט פארגאנגענע וואך דורך ר' אשר לאבין:
פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?
וואס איז דאס מיט דיר, קראקס? פרעגט מיר דער חבר וועלכער האט מיר געכאפט רויט-האנטיג, קראקס-טראגעדיג. וואס איז די פראבלעם? וואס הייסט וואס איז די פראבלעם, ביסט אויפן קאפ געפאלן? די גייסט קראקס?! און וואס איז שלעכט אז מען גייט קראקס? וואס הייסט? קיינער גייט נישט קראקס, ביסט קוקו! ביסט נישט נארמאל! קיינער וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט דיר! וואס הייסט? מענטשן זוכן שידוכים דייקא מיט מענטשן וואס גייען נישט קראקס ווייל זיי האלטן אז ווי ווייניגער קראקס אלס בעסער, אדער ווייל זיי האלטן אז זייער קינד וועט האבן א בעסערע עתיד מיט א בן-זוג וועמענס עלטערן גייען נישט קראקס? הער אויף זיין קיוט, עפעס איז אריין אין דיר א רוח של שטות, וואס איז דאס מיט דיר? עס איז מיין פיס, איך מעג אויף עס אנטון קראקס. יא, עס איז דיין פיס, אבער די מאכסט בושות פאר יעדן איינעם, פאר דיין גאנצע משפחה און פאר יעדן איינעם! וואס הייסט? איז דא אן עניין צו גיין לעדערנע שיך דייקא, וואס מען האט אפגעשינדעט לעבעדיגערהייט פון א חיה, און פארקויפט אין א קארטון פאר 109.99? און מענשן שעמען זיך, הלמאי, איך פארשטיי נישט דעם ענין? איז דא סיי וועלכער קפידה צו גיין "געווענליכע" שיך? ניין, אבער מען גייט אנגעטון ווי אלע אידן. אהא. איך פרוביר ווייטער צו האלטן די שמועס און איך זאג. די רעקל וואס איך גיי איז פון דזשי-ענד-דזשי. איך האב זיך נישט גערירט קיין זיז כל שהוא. עס איז נישט ווייל די שניט פון די ספעציפישע רעקל איז בעסער, פראקטישער און מער אידישליך, נאר פשוט ווייל "בתוך עמי אנכי יושבת", און מן הסתם איז דא אן עניין דערין צו גיין אנגעטון ווי אלע, און בכלל איז דאך עס א גרויסער ענין צו זיין נארמאל. די קאפל איז פון סאמעט, און נישט ווי די וואס האבן אזא פלושענע גלאנצ-לאזע קאפל, די ברילן זענען דאס וואס איז היינט סטייליש-חסידיש. איך קען דאך מיין בערך'דיגע סטאטוס, איך גיי נישט גיין גאר כניאקיש, ווייל אין די היינטיגע סטייל איז דייקא יענע ברילן זייער מאדערן, איך גיי דאס וואס האט געהייסן מאדערן פאר ניין יאר צוריק, וואס דאס הייסט היינט "מעין-סטריעם" חסידיש. איך פארשטיי אז אויף פארשידענע מלבושים האבן מען אריינגעטייטשט חשובע באדייט און ערקלערט אירע כוונות, אבער די שיך, רבונו של עולם, איז דאך בלויז שיך, וואס נאר ווען מען קוקט אויף דער ערד קען מען זעהן. קען איך נישט קלויבן צו גיין אנדערש? אבער מיין מיטשמועסער פארשטייט נישט: פארוואס זאל א מענטש וועלן זיין אנדערש?
** איך גיי קראקס, ווייל עס איז מיין פיס. איך גיי קראקס, ווייל איך בין א יחיד, אן אינדעווידואל וועלכער מעג מאכן בחירות אויף זיין אייגענע לעבן. איך לעב אין א געמיינדע ווי יעדער גייט אנגעטון גענוי די זעלבע. די האר און בארד איז די זעלבע און די הלוך ילך איז גאר ענדליך. פאר א דרויסנדיגער קען עס אויסזעהן ווי מען האט באשאפן איין פראט-טייפ, א סעמפל און דערנאך געמאכט טויזנטער קאפי פעיסט. און איך וויל נישט, איך וויל זיין א יחיד. אן אינדעווידואל וואס מאכט כאטשיג עפעס פון זיינע החלטות אליין! מיר לעבן אין א געמיינדע וואס איז "איין סייז שטימט פאר יעדן" א געמיינדע ווי מען באשליסט לויט די לעצטע נאמען אויב ער זאל זיין א מלמד אדער א ריעל עסטעיט סוחר. אזוי אז עס זענען פארהאן מלמדים אין זייער הארץ וואס מאכן ריעל עסטעיט דיעלס אן קיין ענטוזיאזם, און געריבענע סוחרים וואס זענען שטעקן אין א חדר. מיר לעבן אין א סדום בעטל ווי מען שניידט אפ פיס וואס זענען צו לאנג און מען קוועטשט אראפ קעפ וואס זענען צו הויך. מיר לעבן אין א פלאץ ווי אסאך אידן וואלטן געוואלט לעבן אסאך פשוטער, מאכן ביליגערע חתונות, דרייוון גענוצטע קארס, גיין א שטריימל וואס איז נידריגער ווי דרייסיג אינטשעס.
אסאך אידן וואלטן געוואלט ארויסמופן פון די תחום המושב ווי מען וואוינט צוקוועטשט אין לעכער, מדחקות למרחב, מיט א רוהיגקייט, אבער מען האט מורא ווייל מען מוז זיין "נארמאל" אסאך בחורים וואלטן געלערנט אין א ישיבה וואס איז אסאך מער צוגעפאסט צו זיינע כשרונות, און ווייניגער צו די "נאמען" פון די ישיבות, אבער מען האט מורא ווייל מען מוז זיין "נארמאל" מיר לעבן אין א פלאץ ווי א קינד פון א נגידישע שטוב וועט נישט בלייבן ביים לערנען ווייל "אונז זענען א נגידישע שטוב" בעת וואס א קינד פון א תלמיד חכם ווערט געפרעשורט צו זיך מאכן כאילו ער איז אין כולל. מיר לעבן אין א פלאץ ווי אויב איינער שפירט אז א געוויסע ספר, וואס זיינע עלטערן האבן נישט געלערנט, ווארעמט אים אן צו עבודת השם, דארף ער זעקס מאל טראכטן צו ער זאל עס לערנען, ווייל מען וועט זאגן אז ער איז געווארן א חסיד פון אן אנדערע מחנה. מיר לעבן אין א פלאץ וואס איז נישט באזירט אויף די החלטות פון די איינוואוינער וואס האבן מחליט געווען וויאזוי צו לעבן, וואספארא סארט שטריימל צו אנטון און וויפיל רענט איז געאייגענעט לויט אונזער בודזשעט, נאר מען טוט וואס איז "נארמאל" און אויב איז א דריי טויזנט דאלארדיגע שטריימל נארמאל, טוט מען עס ווי א טאטעלע.
מיר לעבן אין א פלאץ ווי מען שאפט געלט אז ארימעלייט זאלן קענען מאכן א "נארמאלע" חתונה, אין א טייערע זאל ווייל יעדער טוט אזוי, און דאס ווערט אראפגעברענגט כמה פעמים אין די ספר "הלכות נארמאל" באזירט אויף די זעלבע ספר "הלכות נארמאל" דארפן מענטשן מאכן החלטות ווי צו וואוינען, און אויב איז "נארמאל" צו צאלן דריי טויזנט דאלאר רענט פאר א בוידעם אין וויליאמסבורג, טוט מען אזוי און מען איז מקבל יסורים באהבה. עס איז שווער צו זיין נארמאל? יא, אבער וואס טוט מען נישט צו מקיים זיין די דאזיגע ריזיגע מצוה?!
** מיר לעבן אין גרויסע שטעט, גרויסע קהלות, גרויסע מוסדות, גרויסע ארגענאזאציעס, אלעס איז מאסן פראדוקציע. א קינד גייט אין א חדר וואס פארמאגט צען-פופצן קלאסן, פינף און צוואנציג איטליכער, און ווערט געפירט ווי די גאנצע סטאדע. מיר ווערן נתחנך און אויסגעלערנט צו קאנפארמירן צו אונזערע ארומיגע, און זיך אנקוקן ווי א טייל פון "די זאך" מאסן פראדוקציע האט מעלות, עס מאכט "מסודר'דיגע" און אפשר גאר "נארמאלע" מוסדות, עס פארזיכערט אז די פאבריק ארבעט און עס פראדוצירט גוטע פראדוקציע. אבער לעומת זה, איז עס טאקע דאס, א פאבריק! א קינד איז נישט קיין פאבריק פראדוקט, און א קינד וואס שפירט אז ער איז בלויז איין שרייפל פון א גרויסן בנין, א קינד שפירט אז ער גייט ארויף אויפן קאנוועיער בעלט און פארט אין א סיסטעם אבער מען שענקט נישט חשיבות צו זיין אינדיווידואליטעט און נשמה'דיגע חשיבות, איז א גאר גרויסע ווייטאג.
זיי דו, ווייל דו האסט נאכנישט קיינמאל געלעבט און דו וועסט קיינמאל נישט לעבן. זיי דו ווייל אלע אנדערע מענטשן זענען שוין פארכאפט און דו ביסט דער איינציגסטער, עלנדסטער דו! איך לערן תורה און איך הער דעם דבר השם, און איך זעה נישט ווי נארמאל, קאנפארמיטי און טרייבעליזם איז א חלק אין די ברית הר סיני. איך ווייס אז מיין נשמה איז א יחיד, א אייגנע נשמה, וואס איז געווען תחת כסא הכבוד, איך בין געווארן פערזענליך באשוואוירן, באשוואוירן צו זיין א צדיק און נישט א רשע, און ניין, נישט באשוואוירן וועגן די קאליר פון די שירעם און נישט וועגן אין וועלכע מקוה איך זאל קוואקען. איך ווייס אז מיין נשמה גייט אליין, איינע אליין, כבני מרון, אריבער צו אפגעבן דין וחשבון. איך ווייס אז אין ארון גיי איך ליגן איינער אליין.
וועלכע זייט פון וועלכע פראקציע פון וועלכע בית החיים איז אינטערסאנט נאר בלויז פאר וועלכע צייטונג וועט שענער דעקן מיין פטירה, אבער איך וועל ליגן אין דעם ארון: אליין. אין עולם הבא גייט מען מיר נישט ליגן, נישט ביי די "ווי איי פי" און נישט ביי די פארענטשעס. נישט מיט די וואס גייען די שיך און נישט מיט די וואס גייען קראקס, נאר מיט נאך יחידישע נשמות, באזירט אויף זייערע אייגענע התנהגות ווען קיינער האט זיי נישט געזעהן. זייערע אייגענע נסיונות, זייערע אייגענע געפילן, זייערע אייגענע יסורים און זייערע אייגענע דערהויבנקייט.
** נארמאל האט נישט בלויז שטארקע הלכות, נאר פארמאגט אויך שטייפע שופטים ושוטרים. די "נארמאל דזשאנדארן" זענען די יאכנעס. די יאכנעס זענען די וואס אין זיין טריביון, אויף די מקווה באנק, אדער די "סירקל אין קאנטרי" צונעמען זיי דעם וואס שפאנט אפ פון די נארמאל ליניעס. די יאכנעס זענען די וואס באמערקן יעדע אפנויג פון נארמאל און מאכן קאמענטס אויף מענטשן, און פארשטייט זיך אז זיי האבן מיינונגען, יענער איז פאני, יענער איז פארפרומטער כניאק, יענער איז א שנארער און יענער איז א באם. די ווילסט שטאף? די ביסטו אויף די גאסיפ מארק ווי א זאמבי זוכט בלוט, נא דיר! איך גיי קראקס! אה, עס איז נישט נארמאל? איך וויל נישט זיין נארמאל. איך האב געזאגט נעשה ונשמע, און איך האב קיינמאל נישט זיך אונטערגענומען צו זיין נארמאל! די צלם אלקים איז די כח הבחירה. די מעגליכקייט אז א מענטש זאל קענען מאכן זיינע אייגענע החלטות אין זיין א יחיד בעולמו. חביב אדם שנברא בצלם. די חביבות פון א מענטש איז זיין אייגענארטיגע צלם אלקים, דער אייבערשטער האט מיר שוין פארזיגלט אין זיין חותם, איך דארף בכלל נישט דיין חותם!
איי איי אין כמו ר' יואל אשר און דו ברענגסט עס גאר גיט ארויס און נאכמער ער איז א קאמבינאציע פון זיי ביידע און סך מער זיינע ארטיקלען גליטשען זיך ווען מעליינט עס און ער האט נישט געדארפט צולייגן אזאלכע אינטערסאנטע ווערטער און ער איז דירעקט נישט געגעאנגען אויף די מהלך פון הרב ליבערמאן נאר געווען זייער גלאטיג