יענקל שטייט אין עירפארט, פלוצלינג האט די ב"ב טענות. וואס גייט דא פאר?
יענקל א תורה'דיגע בעה"ב, ער האט יארן לאנג געלערנט אין כולל, נאך 8 יאר אין כולל האט ער גענומען א JOB אין א ריזיגע האלסעיל קאמפעני, מען קויפט איין ריזיגע קוואנטומס פון יוראפ און מען פארקויפט עס ווייטער, מען פארקויפט א יאר צענדליגע מיליאנען ווערד פון סחורה.
זיין שלום בית איז גוט און רואיג ער לעבט זיך גוט אין שטוב בדרך כלל.
יענקל איז זייער שנעל געפעלן פאר זיין בעה"ב ער האט אים אנפארטרויערעט גרויסע עסקים און דיעלס און מיט דעם שטייגט זיינע וועידזשעס און קאמישענס.
אנפאנג דעם יאר האט דער בעה"ב אריינגערופן יענקל און ער זאגט אים יענקל, ביטע, אום חודש שבט קומט אונזער גרעסטע צייט אין יאר, יעצט מאכט מען די דיעלס אין יוראפ, ביטע גיי אראפ אהין איך וועל דיר געבן פיינע קאמישען. דו ביסט מיין בעסטע בייער-איינקויפער איך מוז דיך האבן דארטן, איך מוז דיך האבן אין יוראפ ביי די דיעלס, עס מאכט מיר אויס אויף מיליאנען!
יענקל ווייסט אז ער האט נישט קיין ברירה, דער בעה"ב נעמט נישט קיין ניין.
יענקל גייט אהיים און רעדט עס דורך, די ב"ב ווי א אשת חיל זאגט אים, הער מיר צו, דא ליגט א גרויס חלק פון דיין פרנסה, נישטא קיין ברירה, איך האב נישט ליב ווען דו פארסט, עס פאלט מיך היבש שווער, אבער איך וועל דיך סאפורטן, גיי נעם עס אן, עס וועט זיין גוט. נאך דער צו אז עס וועט קומען א גרויסע קאמישען וואס דאס מיינט א ברייטערע בר מצוה נעקסטע יאר... און א לייכטע קאנטרי...
עס קומט שוין אן דעם דינסטאג אט פארט ער שוין אויפן ביזנעס טריפ וואס מען האט אים מחייב געווען,
אין די טעג פאר די טריפ איז די פרוי געווען אין א גוטע גיסטע, אים שיין איינגעפאקט, אנגעגרייט אלעס מסודר, איבערגעשמועסט זיין סקעדזשול וכו'
ער פארט ארויס צום עירפארט, אויפן וועג רופט זי אריין, מען רעדט נאכאמאל פון די סקעדזשול ווען פארט ער ווען קומט ער צוריק, די רעגולער סחורה.
יענקל פארקט אריין אין די טערמינאל, נעמט ארויס זיין האנט באגאדזש, און וואוקט צו צום בנין ה'עירפארט, ווי ער קומט אריין צוקלינגט זיך זיין פאון, ווער איז עס? אה, די ב"ב רופט נאכאמאל, יענקל הייבט אויף גוטמוטיג, א גוטן וואס הערט זיך?
אבער פון די אנדערע זייט טרייבל הערט זיך אן אנדערע קול. "איך בין נישט צופרידן פון דעם טריפ. פארוואס האסטו געמוזט פארן? פארוואס קען ער נישט טרעפן א אנדערע ארבייטער??? אלעמאל פונקט דיך?! "
יענק ווערט צומישט, וואס גייט דא פאר? ער ענטפערט איר: רעבעצין, וואס מיינסטו, האסט דאך אויך געהאלטן אז איך מוז גיין, נישט אזוי?
זי: אבער עס מאכט נישט קיין סענס! דו ביזט נישט קיין שמאטע, פארוואס דארף פונקט די גיין???
יענקל: איך מיין.... ער האט מיר געזאגט ווי וויכטיג עס איז... אויך דו האסט מסכים געווען... איך מיין, ער זאל לאזן דעם סיזען פאלן???
זי: פארוואס נעמסטו זיך אן פאר דיין בעה"ב מער ווי מיך??? איך בין דיך נישט ווערד מער ווי אים??? איך בלייב דא אליינס און דו האסט אפילו נישט די קאמען סענס מיך צו פארשטיין????
יענקל: איך נעם זיך נישט אן פאר אים! איך האב סך הכל מסביר געווען פארוואס איך מוז פארן. דו האסט טענות אויף מיך!
זי: איך האב נישט קיין טענות, איך בין דיך נאר מסביר אז דו ביסט נישט קיין שמאטע און דו זאלסט זיך אומקוקן אויף דיין אייגענע משפחה.
יענקל איז אינגאנצן צומישט וואס ער זאגט און איז מסביר כאפט עפעס נישט, און אזוי האט ער אריינבאקומען א גאנצע טוץ ווייטאג און בלאזעניש.
יענקל שטייט און וואונדערט זיך, וואס גייט דא פאר, א שעה צוריק איז זי געווען און אזא פיינע גיסטע, און יעצט????? מה פשעי ומה חטאתי? פארוואס קען זי נישט רעדן שיין צו מיך? האב איך דיך עפעס שלעכט געטון? איך רייס מיך אוועק אויף צו ברענגען פרנסה, איך מיין איר טובה, איז עס דען א פיקניק פאר מיך? וואס ווילן די פרויען????
לאמיר נעמען אפאר שורות מסביר צו זיין וואס דא גייט באמת פאר.
אלעס מאכט סענס, יענקל האט ב"ה א נארמאלע געזונטע פרוי, ער האט פיין חתונה געהאט. זיין ב"ב איז נישט משוגע, זי רעדט בסך הכל כדרך הנשים התלויים על בעלם.
לאמיר שרייבן מיינע רעיונות, איך האף אז עס וועט זיין א שטיקל הילף.
א. א פרוי איז תלוי אויפן מאן.
אזוי איז עס ביי יעדע פרוי.
אפילו אויב זי זאגט עס נישט אזוי ארויס, איז עס 100% אזוי!
איר מציאות איר אינערליכע מציאות, איז תלוי אויפן מאן. ווען ער איז שטארק אינעווייניג און ווייזט איר ארויס זיין געפיל פאר איר דאן קען זי אנגיין. זי דארף זיין פעסטקייט און אהבה.
פעסטקייט אליינס טויג נישט, עס איז ביטער, אהבה אליינס פון א שוואכע מאן טויג נאך ווייניגער ,זי פילט ווי ער איז ווי א FAKE PAPER WALL, עס זעט אויס שטארק אבער ווען מען לאנט זיך אן אויף דעם פאלט עס אראפ צוזאמען מיט דער וואס לאנט זיך אן!
ב. א פרוי ווען זי רעדט געבט זי ארויס פילינגס FEELINGS, נישט פאקטן און לאגיק.
ווען א מאן רעדט, רעדט ער פון לאגיק און פאקטן, ווען ער זאגט פאר זיין ב"ב "איך לאז דיך פארן" קומט דאס נאר נאכדעם וואס ער "פארשטייט" אזוי, פארשטיין מיינט, וואס עס מאכט סענס אין שכל, דאס איז "לאגיק", עס ארבעט אז מען נעמט די "פאקטן" און מיט דעם ארבעט מען אויס צו מ'זאל לאזן פארן אדער נישט. למשל, וויפיל גייט עס קאסטן, ווי שווער וועט עס זיין, וואס גייט מען פארדינען וכו'.
עס קומען אויך אריין געפילן און EMOTIONS אבער נישט אויפן זעלבן אופן ווי ביי די פרויען.
איינמאל זיי מאכן א דיסיזשען וועלן מענער בדרך כלל נישט צוריקציען, מחמת צוויי טעמים, איינס די פאקטן טוישן זיך נישט געווענליך,
צוויי, דאס אליינס אז ער האט געגעבן זיין הסכמה, פאר דעם אליינס טוישט מען נישט, עס איז נישט מענטשליך.
יעצט לאמיר אריבער גיין צו די עזרת נשים, וויאזוי טוט א פרוי מאכן אירע DECISIONS ? פרויען ניצן אסאך מער געפילן און EMOTIONS ווען עס קומט צו מאכן אן החלטה,
איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט ווייל איך בין נישט קיין פרוי, איך בין א מאן, דעריבער וועל איך קיינמאל נישט קענען עכט באגרייפן וויאזוי א פרוי טראכט.
אודאי ניצן זיי אויך זייער שכל, זיי טראכטן אריין מיט לאגיק, זיי קוקן אויך אויף די פאקטן, וכו' וכו',
אבער א גרויס חלק פון זייער DECISIONS זענען געבויט אויף פילינגס וויאזוי זיי פילן איבער די זאך, אויב פילן זיי גוט הרי טוב, אויב נישט דאן קענען זיי נישט מסכים זיין.
נאך מער, אפילו ווען זי זעט אז באמת איז ריכטיג דא אז מען זאל יא טון דער פעולה, ווי למשל מופן, קויפן, וכדו', מיט דעם אלעם, אויב איר פילינג איז נישט גוט איבער דעם, דאן וועט זי נישט קענען מסכים זיין.
פילינגס קענען זיך סותר זיין מיט וואס מ'האט געפילט אפאר מינוט פריער.
עס קען אסאך מאל זיין זאכן וואס זענען זיך ממש סותר מיט עפעס וואס זי האט געזאגט א טאג צוריק, אדער 5 מינוט צוריק, עס איז 100% נארמאל ביי זיי צו זאגן זאכן און [כאילו] פאקטן לויט ווי אזוי זיי פילן יעצט אויפן מינוט!!!
סאו, וועגן דעם מאכט עס סענס, אז זי זאל יענעם טאג פון פארן און א טאג פאר דעם זיין זייער NICE און צו דער זאך, איינפאקן און זיך געזעגענען שיינערהייט,
אבער ערגעצוואו נאכן ארויספארן האט זי באקומען א ספק, אדער עפעס פון דער טריפ וואס שטערט איר איז ארויפגעקומען, דאן וועט זי טוישן איר TONE אין איין מינוט, נישט ווייל זי האט LOGICALLY טענות אויף דיך, בכלל נישט, זי האט יעצט FEELINGLY ווייטאג, און זי קומט זיך אויסרעדן "צו" דיך, זי קומט נישט יעצט האבן טענות "אויף" דיך.
פארוואס טענה'ט זי צו אים זי?
ג. אין א פאל וואס עס כאפט איר אן אזא ווינטל פון פילינגס, וואס זענען זיך סותר צו די מציאות פון די וועלט, אזעלכע רעיונות, קשיות און ספיקות וואס מאכן נישט קיין סענס קומט זי צו לויפן צו איר מאן, אז ער מיט זיין STABLE נאטור, און אוועקגעשטעלטע סאלידע שכל, זאל איר אויסהערן און העלפן זיך האלטן STABLE און בעלענס"ד.
וויאזוי? דורכדעם וואס ער ווערט "נישט" פארלוירן פון אירע צעקות וקולות, קשיות ותמיהות, ער האלט זיך רואיג, in the face of the …..fire , ער ווערט נישט איבערגענומען, נאר מיט זיין אינערליכע פעסטקייט, און זיין דרויסנדיגע אהבה, הערט ער איר אויס רואיג און פעסט, ער לאזט איר רעדן, ער ווערט נישט פארלוירן, און נאכדעם וואס זי רעדט די פאר מינוט,
ענטפערט ער איר מיט א רואיגן געשמאקן קול, אויף איר פראבלעם.
א דוגמא וואס ער וועט זאגן,
איך פארשטיי, יא, עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט, אפשר וואלט מען געקענט זוכן א אנדערע צייט טאקע, למעשה האט זיך דאס אויסגעשטעלט, דער באשעפער האט אזוי געמאכט עס וועט זיין גוט אי"ה, שטארק זיך עס וועט זיין גוט, איך קום שוין באלד צוריק, דו האסט די כוחות!, וכו' וכו',
מיט א רואיגקייט און אהבה הערט ער איר אויס, און העלפט איר זיך צו בארואיגן, דורכן ווייזן אז ער איז 100% סאליד און רואיג!!! דאס איז וואס זי זיכט יעצט!
מיט אביסל יישוב הדעת קען מען אלעס מסדר זיין בעז"ה!
הצלחה וברכה און א געשמאקע רייזע
וואס האט למעשה פאסירט ביי יענקעלען??
ער האט אראפגעלייגט די טעלעפאון אינגאנצן פארקלאפט, פארוואס טוט זי דאס? זי צושטערט מיין גאנצע נסיעה, זי נעמט מיך אוועק די קאפ פון קענען טראכטן, איך האף אז איך וועל קענען טראכטן גראד ביי די ביזנעס מיטינגס.
יענקל טשעקט אריין, ער גייט אדורך סעקיוירטי, אלעס מיט א פארקלאפטע מוט, פארוואס דארף מיין ב"ב זייין אזוי שלעכט???
פארוואס פארשטייט זי נישט אז איך בין יעצט אונטערוועגס און אירע טענות און קולות שלעפט מיך אראפ ??? וואס וויל זי פון מיך? איך האב איר גארנישט שלעכטס געטון!!! אזא ב"ב האב איך, אוי וויוי!!!!
ער גייט אדורך דוטי פרי, יענקל דער וואס קויפט אלעמאל קארטאנס און נאך, קויפט יעצט גארנישט, זיין מוט איז פארקלאפט.
ער קומט שוין אן צום געיט א שעה פארן באורדינג ער זעצט זיך אראפ ער האט נישט קיין כח פאר גארנישט, ער נעמט ארויס זיין לעפ טאפ? וואס זאל איך יעצט טון??? ארבעטן?? ווער האט כח יעצט? איך פיל באקלאפט.
אה! אייוועלט, פאר דעם איז אייוועלט געמאכט. [ער מוז דאך פארענטפערן זיינע אלע שעות]
ער גייט ארויף ער לאגט ניטאמאל אריין ער קוקט אהער קוקט אהין, אה, דא איז עס, איינער רעדט פון א מעשה פונקט ווי מיך, ער לויפט שנעל אדורך דעם מאמר,
יענקל טראכט, עה, דער בחור חלומ'ט ! מיין ב"ב??? זי דארף מיך??? זי דארף מיין חיזוק??? רוקנביין?? זי האט נישט קיין אהנונג וואס דאס מיינט!!!
נו, וואס דען, דער ניק פרעגט דאך גוט, אויב נישט דאס, פארוואס ווערט זי פלוצלינג אזוי שלעכט זי איז דאך געווען אזוי גוט היינט אינדערפרי, נו, קען זיין, אפשר איז זיין תירוץ ריכטיג, אפשר פילט זי טאקע נאר פארלוירן און זי דארף נאר מיין בעקינג, לאמיר זען. לאמיר אויספרובירן... ???????????????
אזוי טראכטנדיג און די פאון צוקלינגט זיך ווידער, ווער איז דאס, אה, HOME,
שוין ווייטער… טראכט יענקל,
עי! כאפט ער זיך, איך גיי דאך עפעס אויספרובירן,
ער היייבט אויף רואיגערהייט, און אין הארץ טראכט ער, איך בין איר פארזארגער, זי איז יעצט פארלוירן, איך פאר איר אוועק, לאמיר הערן וואס זי זאגט.
זי הייבט אן, איך ווייס נישט וואס צו טון, שלמה'לע רופט אהיים אז זיין האלז טוט וויי, און איך דארף נאך מסדר זיין די הויז, וואס זאל איך טון?? אויך מארגן איז דא א אפוינטמענט ביים דאקטאר פאר יוסי און דו ביזט נישט דא, וויאזוי קום איך אן אהין?? איך ווייס נישט וואס צו מאכן פאר סאפער....
יענקל וויל אריינשרייען, "וואס ווילסטו פון מיך?? איך בין אין עעיירפארט!!!"
ער האלט זיך רואיג,
וואס גייט פאר? פרעגט ער.
זי: איך ווייס נישט אלעס פליט, איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן.
ער: אוי וויי...
ווייב: וואס טוה איך מיט שלמה'לע?
ער: וואס קען מען טון? אפשר זאל מען אים געבן מאטרין אין חדר? אדער זאל ער אהיים קומען מיט די ערשטע באס.
וו: יא, איך האב געזאגט ער זאל אהיימקומען מיט די ערשטע באס.
ער: זייער גוט, דו טויגסט פיין.
וו: וואס זאל איך מאכן פאר סאפער.
ער: וואס טראכסטו.
וו: אפשר...., אדער אפשר....., אדער אפשר.....
און אזוי פירט זיך די שמועס פאר א צען מינוט.
צום סוף זאגט זי, שכח האסט מיך גוט בארואיגט, איך האף איך וועל מענעדזשען. זאלסט האבן א גוטע רייזע און אסאך הצלחה מיט די ביזנעס.
יענקל טראכט, וואס גייט דא פאר? וואס איז מיט יוסי'ס אפוינטמענט און מסדר זיין די הויז? מען האט למעשה גארנישט גערעדט וועגן דעם, און למעשה האב איך גארנישט געזאגט וועגן סאפער, און שלמה'לעס באס האט זי שוין געהאט מסדר געווען פאר זי האט מיך גערופן, סאו וואס פונטקליך האט זי געדארפט? זעט אויס אז דער בעל המאמר ווייסט גאנץ גוט וואס ער רעדט.
ער רופט זיך אן: איך ווייס אז דו טויגסט שוין פון אלעמאל, איך בין זיכער אז דו וועסט זיך אן עצה געבן די נעקסטע דריי טעג, עני אישו רוף מיך, איך וועל דיך העלפן וואס איך קען [ער טראכט: וואס קען איך??? איך וועל זיין טויזנטער מייל אוועק...]
איך וועל זיכער מאכן אז דו האסט אלעס וואס דו דארפסט.
וו: יישר כח, עס מאכט מיך אסאך רואיגער, הצלחה רבה.
שוין זעט אויס אז עס איז טאקע אזוי, זי דארף מיין רוקנביין און געפיל פון סעקיוריטי און קעיר. שוין, נישט קיין שווערע ארבעט...
לאמיר שנעל אריינלאגן פאר דעם און שרייבן א אפדעיט אז דער מאמר איז טויזנט פראצענט אמת און שוין געבן א לייק אינאיינוועגס...
יעצט לאמיר צוריקגיין אויפן לעפטאפ ארבעטן, ארלעדיגן וואס איך קען נאך פאר די פליגער הייבט זיך....
הנאה געהאט? געב א לייק.