אנווייזונגען פאר נייע דרייווערס לכבוד זומער

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
עדה
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

אנווייזונגען פאר נייע דרייווערס לכבוד זומער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

איינער וואס איז נישט צוגעוואוינט צו דרייוון כסדר, כאפט נישט אז די זאכן שטערן פאר אנדערע, און צומאל איז עס גאר סכנה'דיג, די אשכול איז געווידמעט נאר פאר ישמע חכם ויוסיף לעקעך, נישט ח"ו אראפצורייסן איינעם און מאכן פילן געטראפן


גלייך נאכן דינגען די קאר איז ראטזאם זיך צו שטעלן ערגעץ אין די זייט און אויספרובירן אלע קנעפלעך און הענטלעך ארום די סטירינג וויעל, זיכער צו מאכן אז מען קען זיך אויס וועלכע הענטל טוט וואס, אויב ווייסט איר נישט וואס א הענטל אדער קנעפל טוט ביטע פרעגן א שוואגער אדער חבר, אדער קענט איר דא שטעלן א בילד און מען וועט פרובירן מסביר צו זיין

היי ביעמס זענען געמאכט נאר ווען מען פארט אויף א טונקעלע ראוד, און קארס קומען נישט אנטקעגן אדער פארן פארנט פון אייער קאר

די לינקע לעין איז געמאכט צו פעסן אנדערע קארס

בלינקערס איז נישט פאר שיינקייט, בעפאר מען וויל זיך דרייען ערגעץ אדער טוישן א ליניע דארף מען עס אנצינדן צו די ריכטיגע זייט

די לעקטער אינעווייניג אין קאר נוצט מען נאר ווען מען איז געפארקט, ווי למשל צו סיינען א טשעק, בשעתן דרייוון איז עס גורם מען זאל נישט קענען אזוי גוט זען ווי צו פארן

ארויספארן צו א רעכטע עקזיט פון די לינקע ליניע איז א גרויסע סכנה

ווען די גיפיעס זאגט אז אין פינף הונדערט פוס דארף מען זיך ערגעץ איינדרייען מיינט נישט אז מען האט נאך צייט ארויפצוציען אויף זעכציג און מאכן דערנאך א שארט סטאפ

אריינשניידן פארנט פון א אנדערע דרייווער קען קאסטן דאס לעבן

בעפארן טוישן א ליניע אויפן הייוועי ביטע קוקן אין שפיגל אפאר סעקונדן צו א קאר קומט נישט דארט אויף א העכערע ספיד, אויב יא ביטע ווארט אויס

דאס זעלבע בעפארן זיך איינדרייען צו א אנדערע ראוד, ביטע זייט פארזיכטיג פאר די קעגנקומענדע קארס, צומאל קען יענער זיך נישט אפשטעלן אין צייט

אנשטעלן די העדלייטס אויף אטאמאטיש איז א גוטע עצה, אזוי טרעפט מען זיך נישט פארן אנע העדלייטס אינמיטן די נאכט אויפן טראוועי

ווער עס וויל מוסיף זיין אדרבה ואדרבה, אויב עס שפארט איין אפילו נאר איין עקסידענט איז עס ווערט
לעצט פארראכטן דורך עדה אום מיטוואך יולי 03, 2024 1:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: אנווייזונגען פאר נייע דרייווערס לכבוד זומער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

נישט קיין קונץ צו פארן שנעל אויף די טונקעלע געדרייטע ראודס און די מאונטענס...
Break
אוועטאר
עדה
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: אנווייזונגען פאר נייע דרייווערס לכבוד זומער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

א סעמפל וויאזוי עס קוקט אויס ווען מען פארט קעגנאיבער, אדער פארנט, פון איינעם וואס האט די היי ביעמס אנגעצינדן

https://drive.google.com/file/d/1xaLbbY ... sp=sharing
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
זייצפריילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: אנווייזונגען פאר נייע דרייווערס לכבוד זומער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

please learn the "driver language" to understand what the other driver is trying to hint to you
the meaning of caution lights
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2894
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: אנווייזונגען פאר נייע דרייווערס לכבוד זומער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

צינד נישט אן אין קאר קיין פארטייבענדע מוזיק בשעת ווען דו דרייווסט. די חוש השמיעה איז א קריטיש וויכטיגע באשטאנדטייל פון דרייווען פארזיכערט. די דזשאדשמענט פונעם מענטש איז קלארער ווען די חוש השמיעה ארבעט מיט.

טו דיך אליין א טובה און טו עס פאר די אנדערע דרייווערס אויפן ראוד.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2894
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: אנווייזונגען פאר נייע דרייווערס לכבוד זומער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

ווען א פאליציאנט שטעלט דיר אפ זיי נישט קיין אויבער חכם און טענה זיך נישט מיט אים. די מער רעספעקט און הכנעה דו וועסט אים ווייזן די מער זענען דיינע שאנסן אז דו וועסט ווייניגער אפקומען.

נאך א וויכטיגע זאך: דו זאלסט קיינמאל קיינמאל נישט מודה זיין בפה פאר א פאליציאנט אז דו האסט געטון עפעס ווראנג. האלט דיך פארעווע. הכענה׳דיג אבער פארעווע. דו האסט די פולע לעגאלע רעכט נישט צו ענטפערן קיין פראגעס!
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2894
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: אנווייזונגען פאר נייע דרייווערס לכבוד זומער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

אן אנטוישנדע געזעץ וואס וועט דיר נישט העלפן צו דרייען מיט די גראבע פינגער און אפפרעגן די לאגיק דערפון איז אז ווען דער קאר אין פארענט פון דיר מאכט א שארט סטאפּ און דו האקסט אריין אין אים לכבוד דעם וואס דו האסט נישט עספיעט צו סטאפן אין צייט ביסטו (יא דו!) שולדיג.

קענסט זיין א ריזן למדן און האבן אסאך אנטשלאסנקייט צו ווייזן פאר די חברה ווער דער אמת׳ער שולדיגער איז, ס׳גייט דיר נישט קיין סאך העלפן.
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: אנווייזונגען פאר נייע דרייווערס לכבוד זומער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

ממש אזוי האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 6:56 am
אן אנטוישנדע געזעץ וואס וועט דיר נישט העלפן צו דרייען מיט די גראבע פינגער און אפפרעגן די לאגיק דערפון איז אז ווען דער קאר אין פארענט פון דיר מאכט א שארט סטאפּ און דו האקסט אריין אין אים לכבוד דעם וואס דו האסט נישט עספיעט צו סטאפן אין צייט ביסטו (יא דו!) שולדיג.

קענסט זיין א ריזן למדן און האבן אסאך אנטשלאסנקייט צו ווייזן פאר די חברה ווער דער אמת׳ער שולדיגער איז, ס׳גייט דיר נישט קיין סאך העלפן.
פשוט, ווייל די געזעץ איז אז מ'טאר נישט פארן צו נאנט צו א קאר אזש מ'זאל זיך נישט קענען אפשטעלן נאך יענעם. פון די אנדערע זייט מאכן א שארט סטאפ איז טאטאל אויסגעהאלטן אויב עס פעלט זיך אויס. אויב פארט מען אויף צוואנציג מפש דארף מען לאזן ספעיס פאר צוויי קארס אינצווישן, דרייסיג מפש ספעיס פאר דריי קארס, פערציג פיר קארס אא"וו.
אוועטאר
פארשלעפטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 23, 2016 3:29 pm
לאקאציע:איין מינוט שפעט

Re: אנווייזונגען פאר נייע דרייווערס לכבוד זומער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשלעפטער »

גאר אן אינטערסאנטער אינהאלטסרייכער אינטערוויו וועגן סעיפטי אויפן ראוד פארן זומער אויף קול מבשר 3-1 פון די מעין מעניו
490 - ר' משה יוחנן פאללמאן - דרייווינג סקול - זומער סעיפטי
בתוך דבריו: אדם ניכר בכיסו בכוסו ובקארו...
.
אוועטאר
עדה
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: אנווייזונגען פאר נייע דרייווערס לכבוד זומער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

די שאולדער פונעם סעווענטין אדער טראוועי איז געמאכט נאר פאר אמתע עמערדזשענסיס, אויב איז מעגליך דארף מען צופארן צום קומענדיגן עקזיט און דארט טרעפן א פלאץ זיך אפצושטעלן
IMG-20240703-WA0019.jpg
IMG-20240703-WA0019.jpg (239.29 KiB) געזען 452 מאל
IMG-20240703-WA0005.jpg
IMG-20240703-WA0005.jpg (263.54 KiB) געזען 452 מאל
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
ויברך דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 5:54 pm

Re: אנווייזונגען פאר נייע דרייווערס לכבוד זומער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויברך דוד »

עדה האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 1:03 am
איינער וואס איז נישט צוגעוואוינט צו דרייוון כסדר, כאפט נישט אז די זאכן שטערן פאר אנדערע, און צומאל איז עס גאר סכנה'דיג, די אשכול איז געווידמעט נאר פאר ישמע חכם ויוסיף לעקעך, נישט ח"ו אראפצורייסן איינעם און מאכן פילן געטראפן
זייער אינטערסאנטע ניצבארע עצות יש''כ

זיי מוסיף..
אוועטאר
עדה
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: אנווייזונגען פאר נייע דרייווערס לכבוד זומער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

עדה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 1:36 am
היי ביעמס מאכן בלינד אנדערע

https://drive.google.com/file/d/1d9yKfN ... p=drivesdk
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”