פארוואס פלאצן מיינע טיש בעקיטשעס?
יעדעס מאל כ'קויף מיר א נייע טיש בעקיטשע פארן ביהמ"ד לכבוד שאלעשידעס פלאצט עס, ס'פאנגט זיך אן צו עפענען פון די שאלדער אויף אראפ און פונעם קעשענע אויף אראפ.
כ'ביניש קיין בעל בכי וואס די בעקיטשע פאסט מיר ארויף טייט אויפן גוף, און איך זיץ גראד אן זיך ארויף פלאטשקענען אויפן טיש, אבער אלעמאל גייט עס פלאצן נאך אפאר חדשים.
כ'האב עס געהאט ביי צוויי קלאודינג קאמפעניס נאר ביי די טיש בעקיטשע, מיין רעשוואלקע און זיידענע בעקיטשע זענען שוין מאריך ימים על ממלכתם א שטאק מיט יארן און די סים'ס זענען שטערקער פון אייזן. א רעקל קען איך ניצן פאר א גוטע 3 יאר ביז ס'פאנגט אן צו וועטשן אבער די סים האלצעך פעלזן פעסט. פונקט די טיש בעקיטשע האט עפעס חוטא געווען אז סים'ס האלטן אין איין פלאצן אן עס אויסניצן.
עני איידיע?

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.