אויף א דינסטאג, אין א דינסטאג, אדער פשוט "דינסטאג"
מענטשען רעדן אלע סארטן אויסשפראכן. מיר נאדזש ווען איינער זאגט די חתונה וועט זיין " אויף א דינסטאג" זאג נארמאל די חתונה וועט זיין דינסטאג!
די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער
'די בראנקס - The Bronx' איז די אפיציעלע נאמען פאר די בארא...
פנחס גלויבער דאכצעך האט א שמועס דערוועגן.. ס'איז ע"ש א מענטש וואס האט געהייסן בראנקס און געוואוינט דארט, און ווען מ'פלעגט אהינגיין פלעגט מען זאגן אז מען גייט צו די בראנקס..
פונקט ווי "האסט א פען אויף דיר?"קלאָצקאָפּ האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יולי 18, 2024 3:09 pm'אויף א דינסטאג' האט נישט קיין שום מקום און אידיש, אין קיין שום פאל. ס'איז גרייזיג געטייטשט פון ענגליש.
מאכט נאר שטארקער די קשי', אז מ'גייט צו מיסטער בראנקס קומט נישט אריין 'די בראנקס'.
גיימיר צו די בראנקס (פאמיליע) מאכט סענס, ניין?בן כלבא שבוע האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יולי 18, 2024 4:21 pmמאכט נאר שטארקער די קשי', אז מ'גייט צו מיסטער בראנקס קומט נישט אריין 'די בראנקס'.
געפאקט ביי דער מעשה, דו ביזט אויך וועלכע זאגן "אויף"...תולה ארץ האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יולי 18, 2024 2:44 pmווענצעך...
דער אנגעצויגענע לאנדלארד וועט שרייען: 'זאלסט האבן די רענט אום דינסטאג, אויב נישט העלעך דיר ארויסטראסקענען בשן ועין...'
דער גרויס-בייכיגע כעסן וועט סטראשענען: 'איך וועל מיר באוויזן הינטער דיר אויף א דינסטאג, און דיר אנברעכען די ביינער אז די וועסט זעהן שטערנ'ס אינמיטן העלן טאג...'
די ראש ישיבה וועט אויף א מיטוואך ענטפערן א קאלטער פאר די עלטערען וואס פרעגן ווען מ'קען רעדן איבער זייער זוהן'ס לא נתקבל: ' דינסטאג...'
און דער זיסער בעל מספר וועט שילדערן מיט זאפט ווי דער שלאק האט באטראפן עפעס אן ארענדער 'אויף א גרינעם דינסטאג...'