E-Cigarettes - פילט איר פיזישע סימפטאמען זינט איר וועיפט?
אלס איינער וואס וועיפט שוין פאר העכער 7 יאר, און אין די לעצטע פאר יאר ממש גאר אסאך, שפיר איך לעצטנס פארשידענע שוואכקייטן, ווי: הוסן, אנגעלייגקייט, שווער אטעמען און סתם אראפגעצויגנקייט א דאנק דעם וועיפ. והא ראי' אז ווען כ'מאך א הפסקה פון כאטש דריי טעג, למשל א שבת'דיגע יום טוב וכדומה, אדער אפילו בלויז א טאג צוויי שפירט מען באלד א חילוק און מ'פילט זיך אסאך בעסער, אפילו מ'רויכערט עכטע ציגערעטלעך.
לעצטנס, ווען עס קומט סוף טאג שפיר איך ממש ווי איך גיי אויס און קוים וואס איך קען אטעמען.
היינט צוטאג רייכערן מאסן מענטש עלעקטראנישע ציגערעטלעך, בין איך נייגעריג אויב אנדערע שפירן אויך עפעס פיזישע טוישונגען זייט מ'וועיפט. אדער אלעס איז פיין און וואויל.