אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5274
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

א גוטן מיינע טייערע חברים פה אייוועלט!

היינט וועלען מיר בעזר השם כאפן א ספעיס שאטל ארויף צו דער אטמאספער, ווי מיר וועלען זיך אביסל אומקוקען אויף די גייענדיגע שטערנ'ס, אדער ווי חז"ל רופען עס די שבעה כוכבי לכת. אנדערש ווי די אנדערע שטערנ'ס וואס בלייבן אויף איינפלאץ און ווערן דערפאר אנגערופען כוכבי שבת.

מיר וועלען בעיקר ארום רעדען איבער די פאקטן ארום די 7 שטערנ'ס, א שטייגער ווי די גרויסקייט און דער ווייטקייט.

די 7 שטערנ'ס זענען ווי פאלגענד. שבתאי צדק מאדים חמה נוגה כוכב לבנה אדער וויאזוי מען רופט עס בקיצור שצ''ם חנכ''ל.

די מפרשים ברענגען א רמז אויף דער פסוק אין פרשת בראשית ויעש אלקים את שני המארת הגדלים את המאור הגדל לממשלת היום ואת המאור הקטן לממשלת הלילה ואת "ה"כוכבים די "ה" פון הכוכבים טוט מרמז זיין אויף די 5 כוכבי לכת אחוץ די שמש מיט דער ירח וואס שטייט קלאר אין פסוק.

ווי געשריבען וועלען מיר דא רעדן איבער די טריקענע פאקטן, ווער ס'וויל וויסען מער איבער ווי אזוי דער זון דרייט זיך, און וויאזוי זוממער מיט ווינטער ארבעטען, קענען ליינען מיין ארטיקעל וואס איז געשריבען געווארן בפרוס הפסח העבר @עלינו לטובה. כי בחודש האביב יצאת ממצרים - מוציא אסורים בכושרות

אונז גייען זיי אויסרעכענען לויט דער סדר פון דער וואס איז דערנענסטע צו דער זון וואס לפי זה מאכט עס גאר א קליין רינגעל ארום דער זון, צו דער וואס איז ווייטער פון דער זון וואס מאכט א גרעסערע @רינגל .

סאיז וויכטיג צובאטאנען אז כאטש במשך הדורות איז געווען אסאך צדדים לכאן ולכאן צו דער זון דרייט זיך ארום דער ערד אדער דער ערד דרייט זיך ארום דער זון, איז אבער למעשה געווארן אנגענומען די לעצטע פאר הונדרעט יאר אז דער וועלט איז דער וואס דרייט זיך. ביידע שיטות זענען אויסגעהאלטן ע"פ התורה. ממילא וועלען מיר דא אויך גיין מיט דער מהלך.

קיינער זאל מיר ביטע נישט קומען שרייען פון דער פסוק והוא כחתן יוצא מחפתו אדער פון מוציא חמה ממקומה וכדומה ווייל די אלע פסוקים קען מען פשוט זאגן אז דאס איז ווי אזוי סקוקט אויס פאר דער מענטש.


בילד

ווי אזוי מען קען זעהן אויף דאס בילד, דרייען זיי זיך אלע ארום א פולע צירקעל ארום דער זון. ווען א שטערן מאכט א פולע צירקעל איז דאס יאר. (אונזער יאר ווערט געמאסטען לויט דער ערד וואס נעמט 365 טעג צומאכן די פולע צירקל אבער איעדע פלאנעט האט איר אייגענע יאר)

בשעת ס'צירקלט ארום דרייט זיך עס אויך ווי א דריידל, איין פולע דריי איז א טאג. (ביי אונז איז א טאג 24 שעה ווייל אזוי לאנג נעמט עס פאר דער ערד, אבער איעדע פלאנעט האט איר אייגענע טאג)

א קליינע משל קען מען דאס ממחיש זיין מיט א קאטען קענדי מאשין. מען דרייט די שטעקן א פולע רינג ארום דער מאשין, אבער בשעת מעשה דרייט מען אויך דער שטעקן ארום און ארום ווי רבי אלימלך בידערמאן זאגט.

כוכב - Mercury



בילד

כוכב איז די נענסטע פון אלע כוכבי לכת וואס דרייט זיך ארום דער זון.

ס'ווערט אויך אנגערופען כוכב חמה.

ס'נעמט פאר כוכב 88 טעג צומאכן א פולע צירקעל ארום די זון. (אנדערש פון דער כדור הארץ וואס סנעמט 365 טעג ווי מען וועט באלד זעהן.)

כוכב איז ווייט פון דער זון מיט 36 מיליאן אין עוורידש. אמאל איז עס אזוי נאנט ווי 29 מיליאן און אמאל ווייט 43 מיליאן.

די כוכב האט נישט קיין אייגענע לבנה אזוי ווי אנדערע האבן.

וויבאלד דאס איז זייער נאנט צו דער זון קען די Temperature זיין אזוי הייס ווי 800 Fahrenheit.

אויסער דעים וואס סדרייט זיך ארום אין א צירקעל ארום די זון איינמאל אין 88 טעג ווי געוויזען אין די ערשטע בילד אויבען, דרייט זיך עס אויך שטייטער הייט ארום, ווי א דריידל ארום זיך אליינס אזוי ווי בואי בשלום, דאס נעמט 59 טעג. אזוי ווי די ערד דרייט זיך ארום א יעדע 24 שעה.

כוכב איז זייער קליין. די circumference (דאס הייסט א לאנגע בענדל ארום און ארום איר בויך) איז 9 און האלב טויזענט מייל. די ערד איז 24 טויזענט ווי שפעטער געשריבען.
בילד



נוגה - Venus

בילד

מלאים זיו ומפיקים "נגה"

נגה איז דער צווייטער אין דער ריייע ארום צו צירקלען די זון.

ס'נעמט פאר נוגה 225 טעג צומאכן א פולע רינג ארום דער זון.

נוגה איז אויף אן עוורידש 67 מיליאן מייל ווייט פון די זון.

נגה דרייט זיך זייער שטייט ארום, ס'נעמט 243 טעג. אזאך וואס פאר די ערד נעמט 24 שעה. דאס הייסט א טאג דארט איז לענגער פון א יאר וואס ווי געשריבען נעמט עס סך הכל 225 צו ארום פארן א פולע צירקעל ארום די זון.

נגה דרייט זיך ארום ווי א דריידל דער פארקערטע דיירעקציא פון דער ערד. לויט דעים שיינט די זון דארט אויף, אויף מערב און גייט אינטער אויף מזרח.

נגה איז דער נענסטער צו אונזער ערד פון אלע אנדערע פלאנעטען, צוליב וואס דער ערד איז דער דריטער אין די רייע זיך ארום צו צירקלען די זון ווי שפעטער געשריבען. נגה איז דער שטערקסטער שיינידיגע פלאנעט אויף אונזער ערד נאך דער זון מיט דער לבנה.

נגה איז זייער הייס. די Temperature קען דארט זיין קרוב צו 900 Fahrenheit.

נגה האט נישט קיין אייגענע לבנה.

די circumference סייז פון נגה איז 23 און אהאלב טויזענט מייל. ממש א משהו קלענער פון דער ערד. צוליב דעים זענען דא וואס רופען עס דער ערדס צווילינג.

חמה - Sun


בילד

קרא ל"שמש" ויזרח אור.

די קומענדיגע פלאנעט ארום צו צירקלען די זון איז אונזער וועלטעל.

ס'נעמט פאר אונזער ערד א @קנאפער 365 טעג צו צרוק קומען אויף דער זעלבער ארט, וואס דאס מאכט אונז דער יאר.

די ערד דרייט זיך אויך ארום ווי א דריידל איעדע 24 שעה, וואס דאס מאכט אונז די טאג.

די circumference סייז פון דער ערד (זעה אויבען וואס דאס מיינט) איז 24,901 מייל. אויב פון ניו יארק קיין ארץ ישראל וואס איז 6 טויזענט מייל געדארט 12 שעה וועט אזא רייזע ארום און ארום דער וועלט נעמען א בערך 48 שעה.

די circumference סייז פון דער זון איז 2.720984 מיליאן מייל.

די זון איז 109 מאל גרעסער ווי דער ערד.

די זון איז בערך 93 מיליאן מייל ווייט פון דער ערד.

די זון דרייט זיך אויך ווי א דריידל. נישט יעדע חלק דרייט זיך די זעלבע שנעל אבער ביי דער Pole איז עס א יעדע 36 טעג

לבנה - Moon

בילד
בילד

ראה והתקין צורת הלבנה.

אנדערש ווי אלע אנדערע כוכבי לכת וואס דרייען זיך ארום דער זון, דרייט זיך דער לבנה ארום דער ערד.

נאר ס'ווערט מיטגעשלעפט מיט דער ערד אזוי אז סדרייט זיך אויך ארום מיט דער ערד צוזאמען ארום דער זון במשך דער יאר, אבער איר אייגענע גאנג איז ארום דער ערד.

ס'נעמט בעצם נאר 27 טעג פאר דער לבנה צומאכען א פולע צירקעל ארום דער ערד. נאר וויבאלד דער ערד רוקט זיך ווייטער ארום דער זון נעמט דאס נאך 2 טעג סל הכל 29 טעג ס'זאל זייין צוריק ווי סאיז געווען פאריגע חודש.

די לבנה דרייט זיך אויך ווי א @דריידעל בשעתן ארום רייזען די צירקעל ארום דער וועלט. סנעמט געניו דער זעלבער לאנג זיך ארום צו דרייען ווי א דריידל ווי צו מאכן דער צירקעל. דאס ווערט גערופן synchronous rotation. ווייל די צוויי סינקע"ן.

די לבנה איז בערך 238 טויזענט מייל ווייט פון דער ערד. אנדערש ווי דער זון וואס איז 93 מיליאן.

די circumference סייז פון דער לבנה איז 6,786 מייל. דאס איז בערך א פערטל פון אונזער וועלט.

בייטאג קען דארט זיין ביטער הייס און ביינאכט ביטער קאלט.

ווען מען שטייט אויף דער לבנה קוקט אונזער וועלט אויס ווי א גרויסע לבנה.



מאדים - Mars

בילד
כשמו כן הוא. דאס איז רויט. די גמרא זאגט אין שבת קנ"ו מי שנולד במזל מאדים, יהיה או שופך דמים או מוהל.

מאדים איז דער קומענדיגע אין דער רייע זיך ארום צו צירקלען די זון.

מאדים איז אונזער שכן פון דער אנדערע זייט. (ווי אויבען געשמועסט איז נוגה דער אנדערע שכן)

אויף מאדים איז אייביג זייער זייער קאלט.

מאדים איז האלב דער סייז פון אונזער ערד. די circumference סייז איז 13,263 מייל.

אין עוורידש איז עס ווייט פון דער זון מיט 142 מיליאן מייל. אויף אונזער ערד נעמט 8 מינוט פאר ליכטיקייט אנצוקומען. דארט נעמט עס 13 מינוט.

מאדים דרייט זיך ארום ווי א דריידל א יעדע 24.6 שעה. דאס איז זייער ענדליך צו דער ערד.

אבער א פולע צירקעל ארום דער זון (א יאר) נעמט איר 687 טעג. דאס איז כמעט 2 יאר.

א חלק פון דער סיבה פארוואס ס'נעמט איר לענגער ארום צו צירקלען דער זון איז ווייל זי האט א גרעסערע רינג צומאכן. ווי מען קען זעהן אויף דער ערשטער בילד פון דער ארטיקל. די ווייטער מען איז דער גרעסער דער צירקעל איז.

מאדים האט 2 לבנות. (Moons) איינס הייסט Deimos און דער אנדערע Phobos.

צדק - Jupiter

בילד
צדק איז דער נעקסטער אין דער ריייע ארום צו צירקלען די זון.

צדק איז דער גרעסטע פלאנעט פון דער סאלער סיסטעם.

צדק circumference סייז איז 272,946 מייל.דאס איז גאר @גאר! גרויס.

אויב דער ערד וואלט געווען די סייז פון א טרויב, וואלט צדק געווען די סייז פון א בעסקיט באל.

צדק איז ארום 484 מיליאן מייל פון דער זון.

צדק דרייט זיך ארום ווי א דריידל א יעדע 10 שעה. דאס איז דער קערצטע טאג פון אלע אנדערע פלאנעטען.

ס'נעמט 12 יאר פאר צדק ארום צו צירקלען די זון.

ס'נעמט 43 מינוט פאר די זון שטראלען אנצוקומען אהין.

צדק האט גאר אסאך לבנות אבער האט רוב זענען קליינע. אויסער 4 וואס זענען גרויסע לבנות.

וויבאלד דאס איז ווייטער צו דער זון ווי דער ערד, איז דארט קעלטער ווי ביי אונז אויפן וועלטעל.

שבתאי - Saturn

בילד
דאס איז דער באקאנטע כוכב וואס האט דער טעלער ארום זיך.

דאס איז דער נעקסטער אין דער ריייע ארום צו צירקלען די זון.

דאס איז אויך זייער גרויס אבער קלענער פון צדק.

די circumference סייז איז 235,298 מייל.

דאס איז ווייט פון דער זון ארום 886 מיליאן מייל.

סדרייט זיך ארום ווי א דריידל א יעדע 10.7 שעה. גאנץ ענדליך צו צדק.

סנעמט גאנצע 29 יאר צו מאכן א פולע צירקעל ארום דער זון.

שבתאי האט 146 לבנות.

שבתאי האט 7 רינגס ארום איר.

ס'נעמט 80 מינוט פאר ליכטיקייט צודערגרייכען שבתאי.

אויף שבתאי (ס'ווענט זיך ווי) איז אויך זייער קאלט צוליב איר ווייטקייט פון דער זון.

די גמרא זאגט אז א יעדע שעה פון טאג איז שולט אן אנדערע מזל. פאר דעים זענען דא וואס פירן זיך נישט קידוש צומאכן צווישען 6 און 7 ווייל דעמאלטס איז שולט מזל מאדים. אבעד דאס וואס די גמרא רעדט האט נישט קיין שום שייכות מיט די פיזישע פלאץ ווי דער כוכב געפינט זיך.

די פעלקער האבן נאך אפאר שטערנ'ס וואס זיי פארעכענען אלץ כוכבי לכת, א שטייגער ווי Neptune. אבער אנו אין לנו אלא דברי בן עמרם, ואין לנו שיור רק התורה הזאת, וזאת התורה לא תהא מוחלפת, און ביי אונז אין גמרא ווערט נאר דערמאנט אט די דאזיגע 7, אשר על כן וועלען מיר טאקע נישט רעדן פון יענע.

אויב זענט איר אינטערסירט אין צוהערן מער איבער אסטרונומיה, קענט איר לאזן וועסען און מען וועט אי"ה קענען מאכן נאך ארטיקלען איבער דעים.

אויב זעט איר נישט די בילדער אין דער ארטיקל איז עס ווארשיינלעך געבלאקט ביי אייער פילטער. איר קענט ריקוועסטען עקסעס ביי די פילטער פאר https://upload.wikimedia.org/wikipedia/ ... System.gif ווי דארט ליגן אלע ריקעדיגע בילדער.

די אייבישטער זאל העלפן זאל שוין מקוים ווערען דער פסוק לא יהיה לך עוד השמש לאור יומם ולנגה הירח לא יאיר לך והיה לך ה' לאור עולם..

אויב האט איר הנאה געהאט, ביטע איבער לאזן א טאמבס אפּ.👇



בילד
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום דינסטאג אוגוסט 06, 2024 9:29 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

נאכנישט אנגעהויבן ליינען אבער קודם א לייק!👍

ווי אייביג בין איך זיכער אז ס׳איז פלאות, טענקס פון פאראויס.

גיימער מאכן צייט.
לעצט פארראכטן דורך משה יצחקי אום דינסטאג אוגוסט 06, 2024 7:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
hoipt1
שר האלף
תגובות: 1044
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

woowowowowowowowoooooooooooooooooooowowooowowowowowowowowowowowowowowowow
אייינער קען עס זיי מוחל pdf'נ ?
פארשטייט זיך אן די זשיפ"ס
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

אוי וויי די קאפ שווינדעלט מיר, אלעס דרייט זיך...

העמער אוועקלייגן צייט היינט אדורך צו טון דעם מייסטער שטיקל.


א לייק האב איך שוין פריער געגעבן..
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
שווארמאל
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

שכח @בריטי !!
פיינעלי עפעס אינפארמאטיוו!
זייער קלאר, קורץ און שארף!
אוועטאר
שווארמאל
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

אריין אין ידיעות און וויסנשאפט.
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

הערליך, לייק!

וואס איז די נפק"מ צווישן כוכבי לכת און כוכבי שבת?

וואס איז די רינג ארום שבתאי?
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5274
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

שווארמאל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 7:31 pm
אריין אין ידיעות און וויסנשאפט.
ניין

סאיז דא דארט זייער ווייניג טרעפיק.

מנהלים ביטע דא לאזן פאר עט ליעסט 2 וואכן.
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום דינסטאג אוגוסט 06, 2024 7:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5274
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

שמואל גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 7:35 pm
הערליך, לייק!

וואס איז די נפק"מ צווישן כוכבי לכת און כוכבי שבת?

וואס איז די רינג ארום שבתאי?
לכת איז א לשון פון גיין. ווייל די זיבען שטערנ'ס גייען ארום די זון. אלע אנדערע בלייבן אויף 1 פלאץ. שבת הייסט ס'זיצט אויף 1 מקום.

שבתאי איז ארום גענומען מיט א רינג. סאיז נישט נאר פארשיינקייט אויף דער בילד.
אוועטאר
שווארמאל
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 7:43 pm
שווארמאל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 7:31 pm
אריין אין ידיעות און וויסנשאפט.
ניין

סאיז דא דארט זייער ווייניג טרעפיק.

מנהלים ביטע דא לאזן פאר עט ליעסט 2 וואכן.
נו אדרבא!
אפשר קענסטו דאס אויפלעבן??

נישט אויף דיין פיקל, כהער..
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

פשוט פשט אין ראה והתקין צורות הלבנה געגעבן צו פארשטיין די זאכן פון די לבנה
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:37 am

די תגובה האט אויסגעקוקט ווי ביידן אין די ווייסע הויז.

איך בעט די אחראי וואס מעקט עס זאל מיר צולייגן עפעס א ווערטעל.
אוועטאר
שדכן גדול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4757
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

וואף!!! נאכנישט געלייענט, אבער זעט אויס פיינע ווארע.
שקר נוטל כסף דובר
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16994
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הערליך, קלאר, פארשטענדליך און רייך!

שכוח
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5425
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

וואו!
יישר כח!

זייער שיין מסביר געווען מיט די אלע דשיפס.
וואס איז די טעלערל ארום די איין שטערן?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
דזשי רי בי
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

מעסיוו דזשאב
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

ווייס איך דען נישט דעי אלע זאכן?
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2108
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

מזל טוב @בריטי צום פירער!
גיי ווייטער אן מיט דיינע פסוקים ופסקים...
אוועטאר
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

פשוט WOW
אידן פאר העריס - טשיקענס פאר ערב יו''כ.
די גלעזל איז ריין, כ'האב נארוואס געזעהן א איד טרינקען פון דעם.
זלמן ווידער, עס איז נישט דא אזא זאך 'חאן יונס מיליטאנטן'.

אקטאובער 7 סורפרייז - דריי קוילן ביים ראלי
מלחמה מיט לבנון - אהבת ישראל
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

א דאנק אייך
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5471
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:04 pm
וואו!
יישר כח!

זייער שיין מסביר געווען מיט די אלע דשיפס.
וואס איז די טעלערל ארום די איין שטערן?
מיינסט דעם סאוטערן / שבתאי ?
אייז און שטיינער
-
@בריטיש עירוועיס מורא'דיג - געשמאק - גרינג צו פארדייען - הויך באלערנד
-
אמרש - פארוואס ביזטו געפלויגן מיטן ספעיס שאטל
אינגאנצן גוט
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 11, 2017 1:39 pm

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגאנצן גוט »

שכח, שרייבסט עס שיין און דע נושא איז אלעמאל אינטערסאנט
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5274
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

Borrower האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 9:15 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:04 pm
וואו!
יישר כח!

זייער שיין מסביר געווען מיט די אלע דשיפס.
וואס איז די טעלערל ארום די איין שטערן?
מיינסט דעם סאוטערן / שבתאי ?
אייז און שטיינער
-
@בריטיש עירוועיס מורא'דיג - געשמאק - גרינג צו פארדייען - הויך באלערנד
-
אמרש - פארוואס ביזטו געפלויגן מיטן ספעיס שאטל
ווי אזוי דען זאל איך פליען?
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6827
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

עס איז מיר א כבוד צו ווערן אריינגעשלעפט דורך דער מייסטער @בריטיש בפרט ביי א נושא וואס איך האב ליב,
איך האב עס נאכנישט געליינט אבער יא געלייקט.
אוועטאר
ראטשילד
שר האלפיים
תגובות: 2294
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול


צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]

ללא חשש גילוי.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5274
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אלעס דרייט זיך- שבעה כוכבי לכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

עלינו האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:39 am
עס איז מיר א כבוד צו ווערן אריינגעשלעפט דורך דער מייסטער @בריטיש בפרט ביי א נושא וואס איך האב ליב,
איך האב עס נאכנישט געליינט אבער יא געלייקט.
It's an honor for me to have you on my show
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”