נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
הרב זושא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב זושא »

ס'נישט קיין סוד אז לעצטענס האט זיך אראפגעלאזט א שרעקליכע סינדראם דא אויף דעם iוועלטל, א קרענק וואס וואקסט פון טאג צו טאג, נישט דא קיין אשכול וואס ליידט נישט דערפון.

קומט א איד עפענט אן אשכול צו לייגן קליפס און נייעס פון קראסנא קעמפ, מענטשען האבן הנאה, מ'לייקט און מ'סובסקרייבט, און אלעס איז פיין. נעמט נישט צו לאנג און ס'לאזט זיך אראפ א באנדע מוחים, היתכן מ'מאכט אזא אקטיוויטי, וואספארא חינוך איז דאס??

דו ווייסט ווי רואיג ס'איז געווען אינעם אשכול? לאמיר שוין זאגן אז די טענה איז א טענה, אבער פארוואס פארדרייען דעם אשכול? דו ווייסט דא שטייט א איד און ארבעט ארויפצולייגן סחורה פארן עולם, דער עולם האט באמת הנאה, וואס פאר א שווארץ יאר האסטו אריינשפאצירט דא?

גיי אריין אינעם "מוחה אני" אשכול און לייג אויס דיין ווייטאג דארט. דא זיצן אידן וואס האבן דייקא יא הנאה פונעם טאפיק, האסט נישט ליעב? גיי ארויס פון דא און קום מער נישט אריין, ווער האט דיר בכלל געפרעגט דיין אפיניען איבער די קראסנא אקטיוויטיס, עפען אן אשכול איבער "די וויי געשריי פון תלמידי קראסנא" אדער "נייע אנשיקעניש: קעמפס ווי מען האפקעט און מען שיכור'ט מיט טענץ און קאמזיצן" לאז דעי אשכול במנוחה.

(גיי נישט יעצט זוכן דארט אין קראסנא אשכול, ס'שוין רובא דרובא פארמעקט, נאר נאכן מעקן איז אנגעקומען א פרישע שיפמענט מוחים און מ'גיימיר שוין נישט ריפארטן, אלעס האט א שיעור.)

קומט ארויס שרולי גרין מיט אן אלבום, קודם איז אלעס רואיג אלעס איז וואויל, מ'שמועסט זיך דורך ווי עדאלטס, ממש א מחי', יעדער מיט זיינע הערה'ליך מיט זיינע געפילן. ביז פלוצלונג האט זיך אראפגעלאזט די מחנה און פארטיג, דער אשכול איז אויס.

האסט נישט ליעב דעם אלבום? כ'פארשטיי, ס'נישט קיין סוד אז ס'איז גאר ווייט פון די ביז יעצטיגע סחורה אבער פארוואס זיך אויסגעבן דא? גיי אריין אינעם "מוחה אני" אשכול און לייג אויס דיין ווייטאג דארט.

אזוי ווייטער און ווייטער, גיי קוק אין אלטע אלבום'ס אשכולות פון אפאר יאר צוריק, ממש א גרויל צו קוקן, מ'רייסט אראפ זינגערס עד הסוף, ס'איז אזוי נישט געשמאק צוריקצוגיין לייענען אלטע זאכן.

אזוי איז דא הונדערטער אויב נישט טויזענטער טאפיקס וואס ווערן חרוב ונחרב אלעס אדאנק דעם סינדראם.

כ'רעדט שוין נישט פון דעם וואס יעדן ליבער טאג עפענט זיך אויף נייע אשכולות באוויינען די עוולות וואס כלל ישראל טוט, כ'האב נישט קיין אנונג וואס די גאויל איז, וואס פרובירט מען צו עקאמפלישן. דו האלסט זיך פון די אויבערשטע פונעם שטייסל? דאס גיבט דיר חיזוק אז אנדערע זענען שוואכער פון דיר? ניין? דעמאלטס וואס דען זענען דיינע מאטיוון?

גיב א קוק וואס דער מנהל זאגט
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 1:35 am
הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 12:06 am
האלט איר נישט אז דאס פלאץ איז געווארן עקסטרים אויף איין זייט און אין יעדע אשכול פירקעלט מען מוחאות?
אידן זענען אידן. ס'זענען דא תקנות אקעגן מחאות, אבער מען מוטשעט זיך...

מיין עצה איז אז (פאר די 100K פיטשער) זאל מען צולייגן א קנעפל נעבן די לייק קנעפל א מוחה קנעפל, אזוי קען מען מוחה זיין אויפן פלאץ אן דעם וואס דער אשכול זאל פארלירן דעם חן.

וואס זאגט דערוילעם?

לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5839
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

יעפ, וואו איז דער מוחה קנעפל ווען מען דארף אים?
הר ההר
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

אזא אשכול איז נאך אן אנדייטונג איבער די שרעקליכע מצב וואו כלל ישראל שטייט היינט.
נישט גענוג וואס מען לעבט מיט אזעכע סטאנדארטן אין גשמיות, איז מען נאך גערעגט ווען איינער וויל שוין מוחה זיין און לאזן הערן דעם דבר ד'. שעים אן יו אייוועלט! א באנדע מחנה מגושמים!!!

אקעי ניין. איך האב פשוט געוואלט זיין דער ערשטער וואס איז מוחה אין דעם אשכול, אבער @הרב זושא איך בין מיט דיר פולי. עפעס א מין אנשיקעניש! איך האלט אז אפילו א מוחה קנעפל דארף מען נישט. ווער עס וויל מוחה זיין זאל עפענען א נייע אשכול, עס קאסט נישט קיין געלט. נאר טו א טובה און פארדריי נישט יעדע אשכול.

שכח!
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

יע יע
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

דו שרייבסט דאך אזוי גוט.. פונקט געטראכט די זעלבע ביים ליינען די מוחאות איו די קראסנא קעמפ אשכול
קוה אל השם רבותי
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6408
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

אזויווי כוירע האט שוין געזאגט, אידן זענען אידן און אידן האבן דאגות…

הונדערט פראצענט, אפאר מנינים נארמאלע אשכולות זענען שוין פארשפארט געווארן לכבוד די קרומע חברה, אבער לפי ידיעתי אוז נישט דא קיין עצה דערפאר.
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3637
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

הרב זושא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 11:27 pm

מיין עצה איז אז (פאר די 100K פיטשער) זאל מען צולייגן א קנעפל נעבן די לייק קנעפל א מוחה קנעפל, אזוי קען מען מוחה זיין אויפן פלאץ אן דעם וואס דער אשכול זאל פארלירן דעם חן.

וואס זאגט דערוילעם?
א מוחה קנעפל איז שוין צו שארף, איך וואלט ענדערש געהאלטן פון א דיסלייק קנעפל.

בד"וו איך עגרי מיט דיין גאנצע תגובה 100%
הר ההר
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 11:36 pm
יעפ, וואו איז דער מוחה קנעפל ווען מען דארף אים?
די היינטיגע דור ווייסט נאר וואס מען דארף. דארף דארף דארף. די רמב''ן אנהויב קדושים קענסטו נישט? דאס האט עקספייערט יארע 2000?

מוחה!
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
הר ההר
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

חלק אלקי האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 12:02 am
יע יע
וויפיל איז די שיעור צו רעדן אויף די טמא'נע שפראך?? איינמאל יע איז נישט גענוג? מוז מען טאקע די גאנצע גוישקייט אריינשטיפן אין איין תגובה??

מוחה!
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
אוועטאר
הרב זושא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב זושא »

הר ההר האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 12:37 am
לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 11:36 pm
יעפ, וואו איז דער מוחה קנעפל ווען מען דארף אים?
די היינטיגע דור ווייסט נאר וואס מען דארף. דארף דארף דארף. די רמב''ן אנהויב קדושים קענסטו נישט? דאס האט עקספייערט יארע 2000?

מוחה!
יא ווי האב איך געקענט פארגעסן פונעם רמב״ן

ווי מ׳דארף בעקאפ שלעפט מען ארויס דעם רמב״ן
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 1:35 am
אידן זענען אידן. ס'זענען דא תקנות אקעגן מחאות, אבער מען מוטשעט זיך...
הר ההר
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

קאווע באנדל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 12:06 am
דו שרייבסט דאך אזוי גוט.. פונקט געטראכט די זעלבע ביים ליינען די מוחאות איו די קראסנא קעמפ אשכול
האבן מיר דעם חכם
אלעס באשטייט היינט פון טאלאנט! האסט אמאל געהערט דיין זיידע זיך אויפטון אז ער שרייבט גוט? זייט ווען איז שרייבן א מעלה? דאס קומט פון די היינטיגע טעראפי!!

מוחה!
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3637
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

הר ההר האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 12:40 am
קאווע באנדל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 12:06 am
דו שרייבסט דאך אזוי גוט.. פונקט געטראכט די זעלבע ביים ליינען די מוחאות איו די קראסנא קעמפ אשכול
האבן מיר דעם חכם
אלעס באשטייט היינט פון טאלאנט! האסט אמאל געהערט דיין זיידע זיך אויפטון אז ער שרייבט גוט? זייט ווען איז שרייבן א מעלה? דאס קומט פון די היינטיגע טעראפי!!

מוחה!
#אריבערפירן צום מחאות אשכול אלערט...
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4738
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

מיין לייק איז בעיקר פאר די מוחה קנעפל איידיע
קעדאטשקע
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 9:54 pm

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדאטשקע »

הרב זושא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 11:27 pm
ס'נישט קיין סוד אז לעצטענס האט זיך אראפגעלאזט א שרעקליכע סינדראם דא אויף דעם iוועלטל, א קרענק וואס וואקסט פון טאג צו טאג, נישט דא קיין אשכול וואס ליידט נישט דערפון.

קומט א איד עפענט אן אשכול צו לייגן קליפס און נייעס פון קראסנא קעמפ, מענטשען האבן הנאה, מ'לייקט און מ'סובסקרייבט, און אלעס איז פיין. נעמט נישט צו לאנג און ס'לאזט זיך אראפ א באנדע מוחים, היתכן מ'מאכט אזא אקטיוויטי, וואספארא חינוך איז דאס??

דו ווייסט ווי רואיג ס'איז געווען אינעם אשכול? לאמיר שוין זאגן אז די טענה איז א טענה, אבער פארוואס פארדרייען דעם אשכול? דו ווייסט דא שטייט א איד און ארבעט ארויפצולייגן סחורה פארן עולם, דער עולם האט באמת הנאה, וואס פאר א שווארץ יאר האסטו אריינשפאצירט דא?

גיי אריין אינעם "מוחה אני" אשכול און לייג אויס דיין ווייטאג דארט. דא זיצן אידן וואס האבן דייקא יא הנאה פונעם טאפיק, האסט נישט ליעב? גיי ארויס פון דא און קום מער נישט אריין, ווער האט דיר בכלל געפרעגט דיין אפיניען איבער די קראסנא אקטיוויטיס, עפען אן אשכול איבער "די וויי געשריי פון תלמידי קראסנא" אדער "נייע אנשיקעניש: קעמפס ווי מען האפקעט און מען שיכור'ט מיט טענץ און קאמזיצן" לאז דעי אשכול במנוחה.

(גיי נישט יעצט זוכן דארט אין קראסנא אשכול, ס'שוין רובא דרובא פארמעקט, נאר נאכן מעקן איז אנגעקומען א פרישע שיפמענט מוחים און מ'גיימיר שוין נישט ריפארטן, אלעס האט א שיעור.)

קומט ארויס שרולי גרין מיט אן אלבום, קודם איז אלעס רואיג אלעס איז וואויל, מ'שמועסט זיך דורך ווי עדאלטס, ממש א מחי', יעדער מיט זיינע הערה'ליך מיט זיינע געפילן. ביז פלוצלונג האט זיך אראפגעלאזט די מחנה און פארטיג, דער אשכול איז אויס.

האסט נישט ליעב דעם אלבום? כ'פארשטיי, ס'נישט קיין סוד אז ס'איז גאר ווייט פון די ביז יעצטיגע סחורה אבער פארוואס זיך אויסגעבן דא? גיי אריין אינעם "מוחה אני" אשכול און לייג אויס דיין ווייטאג דארט.

אזוי ווייטער און ווייטער, גיי קוק אין אלטע אלבום'ס אשכולות פון אפאר יאר צוריק, ממש א גרויל צו קוקן, מ'רייסט אראפ זינגערס עד הסוף, ס'איז אזוי נישט געשמאק צוריקצוגיין לייענען אלטע זאכן.

אזוי איז דא הונדערטער אויב נישט טויזענטער טאפיקס וואס ווערן חרוב ונחרב אלעס אדאנק דעם סינדראם.

כ'רעדט שוין נישט פון דעם וואס יעדן ליבער טאג עפענט זיך אויף נייע אשכולות באוויינען די עוולות וואס כלל ישראל טוט, כ'האב נישט קיין אנונג וואס די גאויל איז, וואס פרובירט מען צו עקאמפלישן. דו האלסט זיך פון די אויבערשטע פונעם שטייסל? דאס גיבט דיר חיזוק אז אנדערע זענען שוואכער פון דיר? ניין? דעמאלטס וואס דען זענען דיינע מאטיוון?

גיב א קוק וואס דער מנהל זאגט
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 1:35 am
הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 12:06 am
האלט איר נישט אז דאס פלאץ איז געווארן עקסטרים אויף איין זייט און אין יעדע אשכול פירקעלט מען מוחאות?
אידן זענען אידן. ס'זענען דא תקנות אקעגן מחאות, אבער מען מוטשעט זיך...

מיין עצה איז אז (פאר די 100K פיטשער) זאל מען צולייגן א קנעפל נעבן די לייק קנעפל א מוחה קנעפל, אזוי קען מען מוחה זיין אויפן פלאץ אן דעם וואס דער אשכול זאל פארלירן דעם חן.

וואס זאגט דערוילעם?
וואלט געווען א גוטע עצה צו מאכן מער אלערט מוחה אשכול וואס אלע שווארצע זאלן גיין דארט ענד שאלד נאק דעם סעלף אויט,
מען דארף רעדן צי די חברה
אוועטאר
כתמר יפרח
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

איך וואלט מציע אן איידיע, אז אזוי ווי עס איז דא שר המאה, שר שלושים אלפים, זאל שטיין אונטערן אוועטער וויפיל מוחאות ער האט שוין מוחה געווען,
אזוי ווען די זעהסט אן הערה פין אים אויף די נייע פאטעטא טשיפס וואס די אינגווארג עסן לעצטנס, וועסטו וויסן אז די ניק איז שוין א מעגא מוחה'ער איז מ'מוז זיך נישט צופיל קימערן, יעדער האט 5 מוחאות פאר בחינם, אין דערנאך הייבט זיך עס אן ארויף צו שרייבן.
שוין, ס'שפעט. (אאפס, אויסגענוצט א מוחאעלע)
לעצט פארראכטן דורך כתמר יפרח אום פרייטאג אוגוסט 23, 2024 2:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5843
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

צ/ק

כבין מוחה
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
●קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
אוועטאר
ר' אבנר
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 18, 2022 3:27 am
לאקאציע:אין צענטער פון מחאה

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' אבנר »

לענ״ד זאל מען פשוט צולייגן א מוחה קנעפל פון אויבן אזויווי די דאנק קנעפל, און די פראבלעם איז געלעזט
אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס.......
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

און וואס איז אזוי שלעכט אז בשעת מ'פארטוט זיך אין זאכן וואס פארן אביסל דרום, זעט מען אפאר תגובות וואס דערמאנען אז עכט זעמיר דא פאר א אנדערע תכלית??
וואס עט שוין געשען? מ'מוז טאקע זיך פארטון נאך טיפער און נאך טיפער גשמיות, אנע קיין שום חרטה געפילן?

איך בין שוין כמה פעמים נתעורר געווארן טאקע פון די מחאות אז דער ענין איז אבסיל נישט אזוי איי איי איי כו'. יישר כח פאר אלע מעוררים.
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

פונקט ווי די פארשטייסט אז ווען א איינער לייגט א קליפ און דער ציבור האט הנאה פון די קליפ ווערט די אשכול ״פארכאפט״ דורך א ״נאדיר א גרינע״ אדער א אנדערע .

די זעלבע מעג דער וואס זעט די קליפ זיך אויס דרוקן מיט זיינע געפילן אז עס איז גרויליג…

פארוואס מעג מען נאר מגיב זיין אויף איין וועג???
אוועטאר
הרב זושא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב זושא »

חיים יצחק האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 5:28 am
פונקט ווי די פארשטייסט אז ווען א איינער לייגט א קליפ און דער ציבור האט הנאה פון די קליפ ווערט די אשכול ״פארכאפט״ דורך א ״נאדיר א גרינע״ אדער א אנדערע .

די זעלבע מעג דער וואס זעט די קליפ זיך אויס דרוקן מיט זיינע געפילן אז עס איז גרויליג…

פארוואס מעג מען נאר מגיב זיין אויף איין וועג???
זייער גוט ארויסגעברענגט די קרענק.

מהיכי תיתי אז יעדע מאל מ׳פילט א ״גרויל״ דארף מען זיך אויסגעבן אויפן פאפיר?

ווען איך און דו באגעגענען זיך מיט שרולי גרין און איך גיב אים א קאמפלימענט אויף זיין אלבום מוזטו יעצט אויך ארויסברענגן דיין וויי געשריי?? אדער דו גייסט דיך ווייטער און דארט ענדיגט זיך עס?

געבן א גרינע איז א דאנק פארן שרייבער\ברענגער פארן צושטעלן די הנאה.

במילא אויב האסטו נישט הנאה, לייק נישט! אבער פארפירן? מהיכי תיתי?

איי פארוואס? ווייל א גרינע איז איין גרינע און פארטיג, איינמאל ס׳הייבט זיך אן מחאה איז שוין אן ענדלעסס פייט, מיטשקע באראטשקע אינעם גאנצן אשכול. קאזוי אויך שוואכט עס אפ דעם שרייבער\פאויסטער

פאר א סיבה זענען דא תקנות המקום קעגן מחאות און נישט קעגן גרינע.
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 1:35 am
אידן זענען אידן. ס'זענען דא תקנות אקעגן מחאות, אבער מען מוטשעט זיך...
אוועטאר
הרב זושא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב זושא »

ר' אבנר האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 3:08 am
לענ״ד זאל מען פשוט צולייגן א מוחה קנעפל פון אויבן אזויווי די דאנק קנעפל, און די פראבלעם איז געלעזט
פשששששי פארוואס האב איך נישט געטראכט דערפון?
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 1:35 am
אידן זענען אידן. ס'זענען דא תקנות אקעגן מחאות, אבער מען מוטשעט זיך...
אוועטאר
הרב זושא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב זושא »

הרים סביב האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 4:55 am
און וואס איז אזוי שלעכט אז בשעת מ'פארטוט זיך אין זאכן וואס פארן אביסל דרום, זעט מען אפאר תגובות וואס דערמאנען אז עכט זעמיר דא פאר א אנדערע תכלית??
וואס עט שוין געשען? מ'מוז טאקע זיך פארטון נאך טיפער און נאך טיפער גשמיות, אנע קיין שום חרטה געפילן?

איך בין שוין כמה פעמים נתעורר געווארן טאקע פון די מחאות אז דער ענין איז אבסיל נישט אזוי איי איי איי כו'. יישר כח פאר אלע מעוררים.
א שאד אז אין די אידישע צייטונגען זענען נישט דא אזעלכע פאפ-אפ רימיינדערס יעדע 15 מינוט צו דערמאנען דעם אמת׳ע תכלית הבריאה. חבל!

בד״וו, קענסט מיר צו ווייזן איין משל? איך פרוביר צו פארשטיין, אפשר קען מען אויפקומען מיט א נייע סאלושן. אפשר קען מען צולייגן א רימיינדער פיטשער צו די קראום עקסטענשין.
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 1:35 am
אידן זענען אידן. ס'זענען דא תקנות אקעגן מחאות, אבער מען מוטשעט זיך...
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

אז יעדער איז מוחה וועל איך מיטשרייען
מווווחחחחחחהההההה!!
דברי חכמים כדרבונות
סבא דבהתא
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 21, 2024 1:23 pm

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבא דבהתא »

ס’נעבעך דא אידן וואס זענען זייער צוקלאפט און האבן נעבעך עובר געוועין אויף אסאך הארבע עבירות ווילן זיי דאך זיך פילן אביסל ’אידיש’ קומען זיי מוחה זיין ווי זיי קענען אויף די אלע שטותים און הבלים מטאר זיך נישט ציטון מאכן פון די חברה און פערטיג דשאסט קוק אים אן ווי א רחמנות
נירעדהאז׳ער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 20, 2024 7:35 am

Re: נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נירעדהאז׳ער »

פולי עגרי וויט יו

However, אין פעלער ווי איינער שרייבט/לייגט א לינק, וואס איז קעגן די הלכה אדער השקפה פון אייוועלט פירער, דארף מען יא מוחה זיין אין יענעם אשכול.
(משל: ארויפלייגן א מוזיק קליפ אין די ניין טעג אפילי סאיז אין א מוזיק אשכול)
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”