אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

א יוד בלייבט א יוד
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:19 pm

אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א יוד בלייבט א יוד »

איך וויל מיך באדאנקען פאר @דניאל אויערבאך פארן עס שיין בייארבעטן.

איך ברענג דא אראפ מיין געשיכטע וואס איז שוין געווארן אראפגעברענגט דורך די בארימטע הבדלה בליצן אייר תשפ"ב, און וויבאלד עס האט געמאכט א שטארקע רושם אויף צענדליגער טויזנטער אידן, בין איך געקומען צו די מסקנא אז איך וועל עס יעצט נאכאמאל אראפברענגען דא פאר די אייוועלט אידן, און אפילו אויב נאר נאך איינער וועט ווערן אויפגעלאכטן פון דעם האט זיך עס שוין געלוינט:


קומענדיג פון א תורה'דיגע שטוב זענען מיינע קינדערישע יארן אריבער זייער געשמירט, איך האב נישט געוואוסט פון קיין שלעכטס און נישט געהאט קיין שום בייזע פלענער פאר'ן צוקונפט, איך האב געזוכט צו זיין א וואויל אינגל מיט אן אויסקוק צו זיין א וואוילער פיינער בחור און אזוי אויך שפעטער.

אבער זייענדיג אין די ישיבה קטנה יארן איז געווען א בחור אין מיין ישיבה וואס האט מיר ממש גע'רודפ'ט די יארן, אויף טריט און שריט האט ער מיר וויי געטוהן און געטשעפעט.

פאר סיי וועלכע סיבה, איז מיר געווען שווער זיך אויסצורעדן צו מיינע עלטערן, און דער ווייטאג אין מיין הארץ איז נאר געוואקסן, עס האט מיר געשטערט צו מיטהאלטן די לימודים געהעריג, און דאס האט גורם געווען אז מען האט מיר נישט אנגענומען צום קומענדיגן זמן אין ישיבה. א וואך צייט האט איך זיך געוואלגערט אינדרויסן. איך געדענק ווי מיין טאטע זאל זיין געזונט האט געכאפט א שפאציר מיט מיר און געוואלט הערן וואס ס'גייט פאר, פארוואס בין איך אנגעקומען אינדרויסן פון ישיבה אין צייט וואס ער האט מיר געקענט אלץ א פיינער בחור און א ירא שמים.

שוין נאך וואס איך האב פארציילט איבער דעם חבר וואס דערביטערט מיר די יארן, זענען מיינע ווערטער נישט געווארן דערהערט, דער מנהל האט געזאגט איין ווערסיע און איך א צווייטע, וואס האט צעמישט מיין טאטן. און אזוי בין איך געשטאנען ווי א עני המהפך בחררה און נאר געווארן מער צעבראכן, פון איין זייט האב איך געשפירט זייער שלעכט איבער וואס עס גייט פאר מיט מיר און פון די אנדערע זייט האב איך נישט געפילט אז איך האב אן אפענע אויער וואס זאל פארשטיין וואס ס'גייט פאר. מיין טאטע האט געקלערט אז איך שפיל אים אויס.

איך קען זאגן אז פון יענע תקופה האט מיין לעבן אנגעהויבן גיין אין א שווערע ריכטונג, ס'איז גענצליך ארויס פון די רואיגע קלאסישע צייטן און עס איז געווארן צעשטורעמט מיט פילע איבערגענג וואס האט מיר אינגאנצן אויפגעשוידערט.

איך בין שוין נישט צוריקגעקומען אין ישיבה די זעלבע ווי איך בין געווען פאר דעם, אין מיין קאפ איז געווארן אריינגעשטאכן ווי מיט א מעסער א נייער אפטייטש איבער מיר אליין. ביז דאן האב איך מיר געקענט אלץ א פיינער יראת שמים, אבער מיטאמאל האב איך מיר אנגעהויבן אפלערנען ווי א שלעכטער וואס טרעפט נישט קיין פארשטענדעניש אין די וועלט. קיינער פארשטייט מיר נישט און איך בין איינער אליין אויף די וועלט.

ס'איז נישט אז איך בין געווארן אן אויסוואורף, אבער אויף אזויפיל אז טיף טיף אינערליך האט עס מיר צאמגעווארפן, און די געביידע וואס האט זיך געבויעט אלע יארן ביז אהין איז מיטאמאל צעפאלן און מיר געלאזט אן קיין דרייסט.

אויב טאג נאך טאג האט מען זיך געשטארק צו אנגיין מיט די סדרי הישיבה און זיך צוגעשטעלט למחצה ולשליש, איז אבער די מציאות געווען גאר אנדערש ווען ס'איז געקומען די בין הזמנים טעג.

געווען איז עס אין א געווענליכע בין הזמנים טאג ווען איך בין כלומר'יש געגאנגען לערנען מיט מיין חברותא, האט מיר א חבר מגלה געווען איבער א גוי'אישער קיאסק מיט אן אויסוואל פון צענדליגע קאמפיוטערס גרייט צום באנוץ. איך בין שוין געווען אזוי שוואך ביי מיר אליין, אזש איך האב מער נישט געהאט די כח צו זאגן 'ניין', און איך האב מיר געטראפן נאכגיין זיינע טריט ביז ווען ער האט מיר אריינגעפירט אינעם שאול תחתית.

אין אנהייב - פארשטייט זיך - האט זיך עס גערעדט פון בלויזע אינטערעסאנטע אזוי-גערופענע אויסגעהאלטענע סחורה, מ'האט געבליקט דא און דארט. איך בין אהיים פון דארט צעשאסן, איך האב געשפירט זייער שלעכט מיט מיר אליינס, דא זאג איך פאר מיין מאמע אז איך גיי לערנען אין שוהל אבער אין די זעלבער צייט מאך איך מיין וועג ביזן גיהנם אליינס, די שקר אליינס האט מיר צעגרינד געלייגט, שוין אפגערעדט פון די מעשים זעלבסט.

פון כשר'ע אונטערהאלטונג האט מען זיך גאנץ שנעל געריקט אין אנדערע ריכטונגען און זיך געטראפן פאשען אין פרעמדע פעלדער, שיין גערעדט. דער יצר הרע איז אזוי מאכטפול, אז ווען מ'קומט נאר אן נאנט צו אים האלט ער אן מיט א שרעקליכע צוציאונג'ס קראפט, ער שלעפט דעם מענטש מיט די שטארקסטע מאגאנאטישע כוחות אז ס'קוקט אויס ממש אוממעגליך צו גיין אנטקעגן דעם.

יעדן טאג באזונדער איז געווען א פארמעסטונג פאר זיך. ווען דער שלעכטער חבר האט גערופן צו מיין מאמע אינדערהיים און געפרעגט אויב איך קען קומען לערנען האט מיין מאמע נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך זאג ניין. "פארוואס טאקע זאלסטו נישט וועלן גיין לערנען" האט מיין מאמע געוואלט פארשטיין, זי האט מיר אלע יארן געקענט אלץ איינער וואס פארשטייט גוט א שטיקל גמרא און פארוואס זאל איך ענדערש קלאצן אינדערהיים און זיצן לאנגווייליג אין צייט וואס א חבר וויל קומען לערנען מיט מיר......

"איי מאמע לעבן, ווען דו זאלסט ווען וויסן וואו דער חבר וויל מיר שלעפן וואלסטו געלייגט 60 שלעסער ארום אונזער הויז אז איך זאל נישט האבן קיין וועג ארויס פאר קיין געלט אין די וועלט"
האב איך געשריגן אין מיינע מחשבות. אבער מיין מאמע וואס האט עס נישט געהערט האט מיר בכלל נישט פארשטאנען.

די שווערע ארבעט פון דארפן פארענטפערן סתירות און כלומר'שט אנשטעלן א פנים אז מ'גייט לערנען איבער א דיקע בבא בתרא גמרא איז בכלל נישט געווען פאר מיר. ביז דער רבוש"ע האט רחמנות געהאט אויף מיר און איך האב פעסט באשלאסן אז גענוג איז גענוג, מ'גייט מער נישט אהין צום דעם טריפה'נע פלאץ.

יענעם בין הזמנים האב איך מיר טאקע געהאלטן צו מיין באשלוס, איך בין מער נישט אהינגעגאנגען צום משחית, אבער אין א וועג איז די שאדן שוין געווען אפגעטון, די נייע באגריפן און פוסטע עולם הזה וואס האט זיך ברייט באזעצט אין מיין געוויסן איז געווען ווי א לעבעדיגע וויירוס וואס איז געווען מיט א מיסיע צו ווייטער מחריב זיין קרבנות.

נאך אזא אומגעוואונטשענע בין הזמנים האב איך שוין נישט געדארפט האבן קיין אויסערליכע פיינט וואס זאלן מיר קומען שלעפן, די שונאים האב שוין געוואוינט ביי מיר אין מח און האבן גערופן פאר ווייטערע שלעכטס מיט א פרואוו צו באגראבן נישט קיין צווייטער ווי מיר אליינס.

איי טרערן גליטשן מיר זיך ווען איך דערמאן מיר פון יענע טעג, איך האב באמת נישט געוואלט זיין שלעכט, איך האב אזוי שטארק געגארט צו זיין א וואוילער איד אבער איך בין פשוט געווארן פארכאפט אינעם נעץ פון יצר הרע.

ווען איך בין אנגעקומען אין ישיבה גדולה, האב איך נאך געהאט א מחשבה צו גיין אינעם גוטן ריכטונג, איך האב געהערט א קול ביי מיר אין מח וואס האט גערופן פאר א פרישקייט און פאר א באנייאונג:
"דו האסט נאך מעגליכקייטן, די טויערן פון תשובה זענען נישט פארשלאסן, ביסט נאך יונג! פארוואס זאלסטו אזוי שנעל אויפגעבן קריג און דערקלערן דעם יצר אלץ די געווינער?"
דער יצר טוב האט נאך פראבירט מיר צו ראטעווען, אבער ליידער ליידער...

ס'האט נישט גענומען קיין עטליכע וואכן ביז ווען איך האב מיר געטראפן מיט א סמארטפאון אין האנט. עד היום ווייס איך נישט פארוואס א צווייטער בחור זאל זוכן צו האבן א חלק מיטן ארויסהעלפן א חבר צו שאפן א סמארטפאון. מילא די אייגענע יצר הרע, אבער וואס אין די וועלט זאל געבן מאטיוון פאר א צווייטן צו טון א שווארצע חסד צו שאפן א סמארטפאון פאר א חבר?

איינער האט פארשאפט א סמארטפאון און א צווייטער האט דאס אנגעלאדענט מיט סחורה, אנגעהויבן פון סתם גוי'אישקייט, כפירה און ליצנות פון אידישקייט, ביז אלע טומאות פון די וועלט.

איך בין שוין געווען אזוי באגראבן ביי מיר און געשפירט אז איך בין גארנישט ווערד, אויב שוין נישט קיין שום צוקונפט אין די אמת'ע וועלט זאל איך כאטש פארטאכלעווען די צייט מיט פוסטקייט. אויסערליך האט נאך אלעס אויסגעזעהן גוט און וואויל אבער טיף טיף בין איך געווארן אזוי פארדארבן אז איך האב פארלוירן יעדע זיק יראת שמים.

איך ציטער ארויסצוזאגן, און די האנט ציטערט מיר צו שרייבן די ווערטער, אבער ליידער ליידער, האט נישט לאנג גענומען ביז ווען איך האב אנגעהויבן נוצן די סמארטפאון אן אפשטעל, און איך בין געווארן דערטראנקען אין די טיפענישן וואס האט נאר איין וועג: צו גיין טיפער און נאך טיפער. אוי וויי, מיין הארץ בלוטיגט, וויאזוי בין איך אנגעקומען צו אזא נידריגקייט, ווען וועל איך קענען תשובה טוהן אויף דעם, אבער הייליגער באשעפער, אב הרחמים, זאל כאטש מיין ווידוי רבים - וואס איך האף אז עס זאל משפיע זיין אויף אידן צו שטיין ווייט פון די כלים - זיין א זכות פאר מיין נשמה.

איך וואונטש נישט פאר קיינעם צו אנקומען אין אזא מצב, אבער ווילאנג מ'טוט דאס נישט בייוואוינען קען מען עס נישט באגרייפן, צו ווערן אזוי מאכטלאז ביזן זיך זעצן צום סמארטפאון אויף אזא פארנעם האט מיר צעבראכן ווי צעבראכענע שארבן וואס איז צאמגעבראכן אויף שברי שברים און עס איז בלויז איבערגעבליבן בלויזע ברעקלעך. די קעגנזייטיגע כוחות פון רע און טוב שלאגן זיך ארום, און מ'ווערט פשוט צעפליקט פון אלע זייטן.

ביי אונז אין ישיבה האט געלערנט א בחור וואס איז געווען געמאכט פון גאלד, ער איז נישט דוקא געווען אזא איינער וואס איז געווען אויסגעטון פון די וועלט, ער האט גאנץ פיין מיטגעהאלטן די שווערע נסיונות וואס מערערע בחורים גייען אריבער און מיט זיין איינפלוס האט ער אויפגעטון אסאך.

ס'איז געווען איין פרייטאג צונאכטס נאך די סעודה ווען ער האט זיך אריינגעלאזט אין א שמועס מיט מיר און מיר געפרעגט אין פרצוף אריין: "וואס גייט פאר מיט דיר לעצטנס?" און צוגעלייגט "מ'זעט אויף דיר אז עפעס איז נישט מסודר"... ער האט דערשנאפט אז עפעס טיף קערט זיך איבער אין מיר.

דער בלויזער אנערקענונג אין מיר צו קומען פרעגן איבער מיין צושטאנד האט שוין געהויבן מיין גיסטע אביסל העכער די ערד און מיר איבערגעטוישט צו מער א פריינטליכער מצב צו קענען אויסטוישן ווערטער מיט אים. אזוי האב איך מגלה געווען א טפח איבער וואס עס שפילט זיך אפ. ער איז גאנץ שנעל דערגאנגען איבער ווי ווייט איך האלט שוין. מיט זיין לב טוב האט ער מיר באוואויגן צו מאכן א קבלה און פשוט און פראסט נעמען דעם סמארטפאון און עס ווארפן צו וואו די שווארצע פעפער וואקסט.

זיינע דברים היוצאים מן הלב'דיגע ווערטער האט מיר א שאקל געגעבן, און כ'האב באשלאסן צו אריינטראסקענען די סמארטפאון אינעם מיסטקאסטן און די שמוץ וואס זי ענטהאלט וועט זיך טרעפן איר'ס גלייכן. ביי מיר איז געווען זייער קלאר אז סיי וועלכע קבלה איך וועל נאר מאכן, גייט עס נישט ווערן אויספירבאר אויב עס ווערט געטון תיכף ומיד.

מיין חבר האט מיר ארויפגעפירט צו מיין שטוב און מ'האט דאס צוגעטראגן צו די נענטסטע סוער. אין יענע מינוטן איז נשפע געווארן אויף מיר א השפעה מצד הקדושה, דערלאנגענדיג א הילכיגן פראסק פארן כח הטומאה, מיין נשמה האט אוועקגעווארפן זיין שונא: דעם סמארטפאון.

די סמארטפאון איז אנגעקומען אין סוער אריין, און א שטיין איז מיר אראפ פון הארצן, איך האב געשפירט ווי א נייער מענטש וואס האט פרישע מעגליכקייטן צו קענען אריבערמישן דאס בלעטל און אנהייבן א נייער לעבן.

יענעם שבת בין איך געגאנגען אויף א פריוואטער פלאץ, און פאר 2 שעה האב איך פשוט געוויינט ווי א קינד , שפירנדיג באפרייט פון דעם כלי וואס האט מיר געפאנגען.

אינטערעסאנט איז געווען ווי יענעם טאג נאכמיטאג האב איך געטראפן א נייע מעגליכקייט פון ארויסגיין אין די גאסן ארום די ישיבה פאר א געשמאקע שפאציר צו כאפן פרישע לופט און געבן פלאץ פאר די מחשבה צו אנהייבן כאפן אויף וואו אין די וועלט מ'געפינט זיך, און וואו גייט מען פון דא ווייטער.

שפאצירנדיג האב איך זיך באגעגנט מיט אן עלטערער ערל וואס האט זיך אריינגעלאזט מיט מיר אין א געשפרעך און ער האט מיר פארציילט זיין פארדריסונג וואס ער האט צו דעם סמארטפאון. ער האט געשילדערט ווי ער געדענקט נאך די וועלט זייענדיג וועלט, "נישט לאנג צוריק האבן אך מענטשן געהאט באציאונגען מיט אנדערע, אבער היינט איז אלעס די סמארטפאון, מיינע אייגענע קינדער קוקן מיר נישט אן ווייל זיין זענען פארנומען קוקן און ווישן די סמארטפאון"... ווייזט זיך אויס אז פאר אזא פשוט'ע זאך ברויך מען ניטאמאל האבן קיין אידישע קאפ דאס צו כאפן.

איך דאנק השי"ת אז איך האב געהאט די אפנקייט צו קענען גיין רעדן מיט מגיד שיעורים און זיי פארציילן וואס עס שפילט זיך אפ מיט מיר און וויאזוי איך דראפע אויף גראדע ווענט זיך צו קענען דערהאלטן. ווי אויך האט מיין טאטע זיך דערוואוסט איבער מיינע שוועריגקייטן און איז געווען גרייט צו טון אלעס אין די וועלט אז איך זאל באקומען שטארקע שטיצע וואס זאל מיר ווייטער מחזק זיין צו קענען אנהאלטן א שטייפע ליניע אנטקעגן די שווערע נסיונות אין וואס איך בין געווען פארכאפט.

אבער אויב האב איך געמיינט אז ס'איז שוין פערטיג האב איך געהאט א ריזיגער טעות. איך האב מיר ווייטער געטראפן מוטשען, ביז ווען מיינע עלטערן און עסקנים האבן מיר באשלאסן צו אפשיקן צו א ישיבה אין א"י. איך בין געגאנגען לערנען אין איינע פון די חשובע ישיבות און ארץ ישראל וואו איך האב ווייטער געהאפט צו זעהן א גליקליכער צוקונפט.

אנקומענדיג אין ישיבה האב איך געהאט א שרעקליכער באגעגעניש, מיין בלוט אין קאפ איז מיר ארויפגעקומען! איך האב געטראפן טאקע יענעם וואס האט מיר געברענגט דעם ערשטן סמארטפאון. דער שעדליכער חבר איז דא מיט מיר, ער איז בכלל נישט געקומען אין ישיבה צו לערנען, ער האט מיר ווייטער געוואלט שלעפן צום אפגרונד.

איך האב א שוואכקייט אז איך לאז זיך זייער שנעל איבעררעדן, און עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט ביז און איך בין ווייטער געפאלן פאר אים און איך האב מיר ווידער דערזען פארמאגן מיין אייגענע סמארטפאון נאכאמאל, און געקראכן טיף בעמקי הקליפות. מיינע הויכע חלומות און ערווארטונג האט זיך אויסגעלאזט ווי א זייפן בלאז, און איך בין אריינגעפאלן אין בעט מאכטלאז. איך האב געשפירט ווי מיינע כוחות לאזן זיך אויס. איך געדענק ווי איך בין געליגן אין בעט ממש פאר 24 שעה א טאג און דאס האט אנגעהאלטן לאנגע טעג.

איך האב זיך ווייטער באנוצט מיט די אויסטערלישע כוחות פון זיך אויסרעדן צו אנדערע, די שעה-צוויי וואס איך האב זיך געשטארקט צו ארויסקריכן פון די געלעגער האט מען זיך אויסגערעדט צו מגידי שיעורים און גוטע אידן. אויף זייער ראט האט מען זיך ווידער צוזאמגעקליבן און אנגעהויבן פרובירן נאכאמאל. א איד גיבט קיינמאל נישט אויף.

פאר מיין טובה האט מען מיר מייעץ געווען צו אריבערגיין קיין ישיבת מיר און אנהייבן א פרישער בלעטל, איך בין געגאנגען צו א חסידישע דירה וואו עס האבן זיך אויפגעהאלטן באמת פיינע בחורים.

פאר א שטיק צייט האט אנגעהאלטן מיינע גוטע טעג וואו איך האב זוכה געווען זיך צו אביסל צוריקכאפן און אנהייבן קלאמערן ארויף. איך האב געהאט גאר א גוטער ראש החבורה מיט וועמען איך האב געהאט גאר גוטע באציאונגען און אים געגעבן די פולסטע צוטרוי וואס דאס האט מיר ווייטער געגעבן א גוט געפיל זיך צו אויסרעדן פאר אים און איבערגיין אלע שוועריקייטן וואס איז אריבער אויף מיר.

מ'האט געוואלט זיצן בשלוה אבער דאן האט זיך געמאכט א פרישער נסיון ווען געוויסע פיינע בחורים האב זיך געדינגען א כלי פאר א שטיק צייט צו קענען אויסרישן א נסיעה. ווי די שטייגער ביי בחורים, האבן זיי פארגעסן צו לייגן א פילטער.

פאר מיר איז דאס געווען ווי שטערבליכע סם. טראץ מיין פאראיבל בין איך ווידער געווארן צוגעצויגן דערצו און אנגעהויבן מיט א פרישער קאמף. "כ'מיין ס'איז שוין צייט צו אויפגעבן" זענען געווען מיינע מחשבות נאך שוין אזויפיל דורכפעלער, וויפיל איז די שיעור?

איך האב גוט געוואוסט פון די אלע חיזוק ווערטער אז מ'טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, אבער למעשה גערעדט, וויפיל נאך גייט מען דארפן סטראגלען צו קענען האלטן די אויגן אין קאנטראל? וויפיל נאך גייט מען דארפן קריכן אויף גראדע ווענט צו אנקומען אביסל העכער ווי צו דארפן ליגן אויף די בלאטיגע ערד? כ'מיין ס'איז שוין העכסט צייט צו אויפגעבן איינמאל פאר אלעמאל.

אין יענע קריטישע מינוטן האט מיר מיין ראש החבורה ווידער גאר שטארק מחזק געווען זיך נישט צו לאזן אומפאלן. ער האט מיר געשלעפט צום משפיע ומקובל הרה"צ ר' גמליא-ל ראבינאוויטש שליט"א, דער ראש החבורה האט פארגעלייגט מיינע שווערע נסיונות וואס גייט שוין אריבער אויף מיר אזויפיל יארן.

דער ראש החבורה האט געהאט א שטארקע נאנטקייט מיט ר' גמליא-ל ראבינאוויטש שליט"א, און ווען א בחור דארף חיזוק אדער סתם א גוט ווארט וועט ער אים אריבערברענגן צום מקובל. און אזוי האט ער שוין געהאלפן צענדליגער בחורים.

דער מקובל האט מיר אריינגעקוקט אין די אויגן און געזאגט "גיב אויף די סמארטפאון און איך וועל דאווענען פאר דיר, זאלסט טרעפן א פיינער שידוך"! זיין באלאכטענע צורה אינאיינעם מיט די שטארקע ווערטער וואס זענען ארויסגעקומען פון אזא ווייך הארץ האט מיר גאר שטארק מעודד געווען צו אונטערנעמען א פרישער פראבע און פשוט אוועקטראסקענען נאכאמאל די סמארטפאון מיט א האפענונג אז עס וועט שוין זיין איינמאל פאר אלעמאל.

דער משפיע האט זיך גוט אריינגעמען מיין נאמען, איך בין געווארן זייער נאנט מיט אים, און יעדעס מאל וואס איך בין אריין צו אים האט ער מיר גערופן ביי מיין נאמען מיט וואס ער פלעגט מיר אינזין האבן ביים דאוונען.

א שטיק צייט איז אריבער און מ'האט טאקע זוכה געווען צו טרעפן א גאר א גוטער פאסיגער שידוך וואס איז געווען העכער די ערווארטונגען נאך אזויפיל שוועריקייטן. איך וואלט אין מיין לעבן נישט געקענט קלערן אז איך וועל טאקע אנקומען צו א אזא פיינע גוטער שידוך, ווער וועט מיר וועלן נעמען נאכן זיין אזא דורכפאל, הודו לה' אז ביי די ענדע איז עס געגאנגען אנדערש ווי איך האב פאראויסגעשאצט.

איך האב ווייטער אנגעהאלטן א שטארקע שייכות מיטן משפיע און ער האט מיר כסדר מחזק געווען זיך צו האלטן צום קבלה און זיין אפגעזינדערט פון די שעדליכע כלים. אינטערעסאנט איז געווען ווי ער האט מיר קיינמאל נישט געקענט ביים לעצטע נאמען, נאר מיר אייביג גערופן מיטן נאמען וואס ער האט גענוצט צו מתפלל זיין.

ענדליך האט מען געקענט ענדיגן די שווערע בחור'ישע יארן וואס איז אריבער ווי א שווערער קריעת ים סוף אין וואס איך בין עטליכע מאל שיעור דערטראנקען געווארן. איך האב מיר ענדליך דערזען ביים ענדע פונעם ביטערן טונעל וואס איז געווען טונקל ווי א טונקעלער פארוואלקענטער נאכט, אן זען אויסזיכטן אז די זון זאל נאך אמאל אויפשיינען.

השי"ת האט געזעהן מיין אינערליכע רצון וואס האט מיר אייביג געברענט צו ווילן פארבלייבן אויפן דרך הישר, טראץ וואס במעשה בין איך אזוי ווייט פארקראכן פיל מאל האט עס ער מיר ביים ענדע געפירט צום גוטן. השי"ת ווייסט גאר גוט וואס בחורים גייען אריבער אין די היינטיגע טעג, איי ווי די יצר הרע ברענט.

אויב האב איך געמיינט אז ס'איז דא א קנעפל וואס קען מאכן פארגעסן וואס ס'איז געווען, בין איך געוואויר געווארן אז ס'ארבעט ווייט נישט אזוי. איך האב טאקע געטון גאר א פיינער שידוך וואס האט מיר געגעבן גאר א שטארקע שטופ אויף ווייטער, אבער אין הארצן שלעפט זיך מיר נאך מיין אלטער פעקל וואס דארף פילע באהאנדלונגען און באנדאזשירונג.

איך האב זיך טאקע געשטעלט אויף די פיס אבער מיין פעקל זיצט מיר נאך אויפן פלייצע און ברעכט מיר נאך אונטער. פיל מאל טרעף איך זיך דערמאנען פון די שווערע טעג וואס זענען פאראיבער מיט'ן סמארטפאון אין האנט און עס ברענגט מיר ביז טרערן, איך קען נישט גלייבן אז דאס איז א דורך אויף מיר.

נאכ'ן אריבערגיין די עטליכע וואכן אין כולל האט מען אנגעהויבן זוכן ארבעט. אין לויף פון אריינגיין אין די ארבעטס וועלט האט מען זיך ווייטער אנגעטראפן מיט די פראבלעם פונעם סמארטפאון, איך בין אריינגעקומען צו א טיפישע אינטערוויו צו אריינגיין ארבעטן אין א לאקאלע פיש געשעפט, און וואונדער איבער וואונדער ווי דער בעל הבית האט פארלאנגט פון מיר אז איך מוז האבן א סמארטפאון.

ס'איז מיר געווען מאדנע ביז גאר, פארוואס טאקע זאל מען דארפן האבן דעם סמארטפאון, מיט וועמען דארף איך זיין אין פארבינדונג, אפשר גאר מיט די פיש זעלבסט.. אלענפאלס, איך האב נישט געזוכט צו ווידערשפעניגן אין דעם אייגונטומער וואס איז געווארן דער שליח מיט צו ברענגען מיין פרנסה.

אין הארצן האט מיר געשטאכן ווען איך בין צווייפלהאפטיג אריין אין א פאון געשעפט און זיך איינגעהאנדלט א נייע סמארטפאון, פארשטייט זיך אז שוין נאכן קענען מיין שווערע פארגאנגענהייט איז דאס מיטגעקומען אינאיינעם מיט א וועלט פון פרינציפן. מען האט געלייגט די שטרענגסטע פילטער מיט אן אויסוואל פון האבן בלויזע וואטסעפפ און אימעיל און אזוי איז מען צוגעגאנגען צום ארבעט.

א שטיק צייט איז אריבער און מיין בני בית האט אנגעהויבן קווענקלען אויף די סמארטפאון ביזנעס, זי האט מיר באוואויגן זיך צו גיין איינהאנדלען א טעבלעט און אזוי האבן די שנה ראשונה צייט אין שטוב, אנשטאט זיך צו דארפן מעסעדזשן אינדערהיים מיטן פיש סוחר.

אנהייב דעם ווינטער ווען די הבדלה בליצן האט אנגעהויבן ערשיינען חודש'ליך איז עס אנגעקומען צו מיין אדרעס ווי צו אלע, און איך האב עס דורכגעליינט ווי מ'זאגט מדאשקע לדאשקע, איך וועל זאגן דעם אמת אז איך האב געשפירט ווי דער פראבלעם איז אסאך טיפער ווי דאס וואס ס'ווערט ארויסגעשריבן אויפן פאפיר, אבער נאך אלעמען איז דאך דא א שיעור וויפיל טינט קען פארנעמען. מ'קען דאך נישט שילדערן אלע ווייען אויף טויבע פאפיר.

אין הארצן האט מיר אנגעהויבן גליען, עס האט זיך געשפירט די אלטע ווייטאג און איך האב מיר ווידער אנגעטראפן מיט די שווערע נאכווייען וואס א סמארטפאון ברענגט מיט זיך, איך האב שוין טאקע געהאלטן ביי א מצב אין לעבן ווען איך בין געשטאנען אויף די פיס, זאכן זענען שוין געווען מסודר מער ווייניגער, אבער מיט דעם אלעם האב איך געשפירט אז דאס טעבלעט וואס איך פארמאג קען מיר חרוב מאכן ביידע וועלטן. שוין אן אלע ביטערע פראבלעמען וואס דאס קען פאראורזאכן איז עס גענוג ביטער פאר זיך אליין.

איינס פון די הבדלה בליצן האט מיר ממש געכאפט, און איך געדענק אפי' נישט וועלכע ס'איז געווען, אבער נאך יענע נאכט האט מען באשלאסן 'גענוג איז גענוג'. מיטן פולסטן שטיצע פון די בני בית האט מען גענומען די טעבלעט, אונטערגעלייגט דעם האק, און מ'האט עס צעשפליטערט מיט א רוגזא וואס איז געווען איינגעזאפט מיט הויפנעס אייטער און בלאטערן. איך האב געשפירט ווי איינמאל פאר אלעמאל האב איך געהאט א שטארקע נקמה אין דעם מחריב עולם וואס האט מיר אזוי צעגרינד געלייגט. יענע נאכט בין איך שוין געגאנגען שלאפן ווי א נייער מענטש, וויסנדיג אז איך בין געווארן אויסגעלייזט פון געפענגעניש.

א טאג דערויף איז מיין שוואגער געפארן צום הייליגער ציון פונעם ריבניצער צדיק, איך האב געבעטן אז ער זאל מיטנעמען מיין שבר כלי און עס לייגן ביים ציון אינאיינעם מיט א קוויטל פאר מיר און מיין בני בית.

ווען איך האב געזעהן די נומער פון מיין בעל הבית האב איך שוין געוואוסט פארוואס ער רופט, ער האט אויפגעהויבן מיט היפש אן אנגעצויגענע שטימע און נאר געוואלט וויסן פארוואס איך רעספאנד נישט צו אלע וויכטיגע מעסעדזשעס. ווען ס'איז געקומען אן ענטפער אז איך האב אויפגעגעבן די טעבלעט איז ער געווארן מלא חימה און נישט געקענט פארשטיין וויאזוי איך דערוואג מיר צו טון אזא זאך אן פרעגן. אבער איך בין שוין געווען אזוי איבערצייגט אז דאס איז די ריכטיגע וועג אז ס'האט מיר בכלל נישט געשטערט צו פארלירן די פישיגע ארבעט. מ'קען שוין מיינען וואספארא גרויסע גליקן מ'האט געטראפן אין דעם דזשאב, מ'קען מיינען אז מ'האט גערעדט פון מאכן צוויי מאות א יאר.

איך האב אבער יא גענומען די קוראזש און געפרעגט, ילמדנו רבינו! פארוואס אין די וועלט דארף איך האב וואטסעפפ? איך בין שוין דא עטליכע חדשים און איך האב נישט געזעהן אז דאס זאל צונוץ קומען פאר ביזנעס. איך בין נאר א קעשיער, פארוואס דארף איך קענען קאמוניקירן מיט דיר? די קשיא איז געבליבן פארענטפערט מיט א האלבע געמורמלטע תשובה אז איך דארף עס האבן צוליב וואס ער וויל מיר אמאל קענען טעקסטן נאך די ארבעטס שעות. הייסט אז איך בין זיין קנעכט.

איך האב ממילא פלאנירט צו הייבן פיס פונעם פיש געשעפט, קורצליך דערנאך בין איך טאקע געגאנגען אויף אן אינטערוויו צו אן אייגונטומער פון א קאנסטראשען ביזנעס, איך האב גוט געוואוסט פון די אנגענומענע באגריף אינעם וועלט פון קאנסטראקשען אז וואטסעפפ איז עפעס וואס מ'מוז האבן. אבער ביי מיר איז שוין געווען אן אפגעמאכטער קבלה אז די דזשאב ווערט נאר גענומען אויב איך קען ארבעטן אן קיין וואטסעפפ.

איך האב גענומען די קוראזש און געזאגט מיט א שארפע קלארקייט, איך וויל האבן די ארבעט אבער אן קיין וואטסעפפ! דער אייגנטומער איז געווארן פארלוירן א מינוט און געדארפט שלינגען מיין פארשלאג און פרינציפ, אבער ער האט מיר נישט אויסגעשלאסן, נאכן אריבערגיין פארשידענע חלקים ארום און ארום האט ער מיר געגעבן ענטפער אז איך באקום די ארבעט, און אזוי האב איך אנגעהויבן מיין ראלע דארט מיט די האפענונג אז עס זאל גיין ווייטער צום בעסערונג.

איך דאנק השי"ת אז איך קען אנגיין אן די סמארטפאון און אזוי זיך היילן פון מיינע שווערע אריבערגענג, ווער דען ווייסט אזוי גוט די חורבן פונעם סמארטפאון ווי אזא איינער ווי מיר וואס האט זיך אזוי ביטערליך אפגעבריט דערפון.

אלץ איינער וואס איז אריבער די שבעה מדורי גיהנם האב איך גענומען א מיסיע צו העלפן אנדערע בחורים וואס גייען אריבער ענליכע שוועריקייטן און קענען זיך נישט ארויס דערזעהן דערפון. איך האב שוין אויפגעטון א סאך ב"ה און הודו לשם אז מ'האט שוין געשטעלט אויף די פיס א שיינע פאר בחורים.

די קשר מיטן מקובל הרה"צ ר' גמליא-ל ראבינאוויטש שליט"א גייט נאך אלץ אן מיט א פעסטקייט, און מען לעבט מיטן צדיק ווי מען קען נאר, זאל עס זיין אויפן טעלעפאן אדער ווען מען איז אין ארץ ישראל, מען שמועסט זיך דורך מיט אים אויף טריט און שריט.

איך זיץ ביי א שיעור ביינאכט און ווען דער מגיד שיעור רופט זיך אן א ווארט פאר די משתתפים איבער די סמארטפאונס וואס מערסטנס פון די משתתפים פארמאגן איז דא א שטארקע קעגנערשאפט, די עולם וויל נישט דערהערן דעם חורבן. איך וויל צומאל אויסשרייען מיין געשיכטע זיי זאלן באגרייפן די חורבן וואס ס'ליגט דערין.

אגב, מיין מגיד שיעור האט פונקט פארציילט, אז זייענדיג א מלמד אין א היימישע חדר אין וויליאמסבורג, האט ער איינמאל געהאט א מעשה אז א יונגל האט ביים אהיימגיין אויסגעבראכן אין א געוויין זאגענדיג אז ער וויל נישט אהיימגיין, ער וויל בלייבן מיט מלמד אין חדר צוליב וואס אינדערהיים טרעפט ער א טאטע און א מאמע וואס זענען בכלל נישט אינטערעסירט אין אים. ליידער ליידער.

ער האט אויסגעפירט, מ'וויצלט זיך אייביג מיט די אידן וואס ברענגען קינדער צום פדיון הבן, "ווילן ענק האבן די קינד אדער די געלט" די צינישע פראגע אין די היינטיגע טעג איז שוין גארנישט אזוי פשוט און איז גאר ווייטאגליך פאר די וואס ליידן פון אט דעם פראגע. "וועמען ווילן ענק האבן, די כלומר'שטע כלי פרנסה אדער די קינדער".

איך בין נישט קיין מורה דרך וואס זאגט פאר אנדערע וויאזוי זיך צו פירן, אבער נאכן ליינען מיין שווערע איבערלעבעניש וויל איך ארויסברענגען עטליכע נקודות וועלכע קומען פון א ביטערע צעבראכענע הארץ.

טייערער לעכטיגער בחור, ווען דו גייסט אריבער שוועריגקייטן אין לעבן וואס אנדערע ווייסן נישט, און דו שפירסט ווי דו האסט נישט צו וועמען צו רעדן, טו א טובה פאר דיין אייגענע לעבן און מאך נישט קיין אויסוואל צו גיין זוכן גליקן אויפן אינטערנעט. עס גייט דיר נישט העלפן מיט דיינע פראבעלמען אין לעבן.

די שוועריגקייטן ברענגען טאקע עלנדקייט אבער עס גייט 'נישט' ווערן פארוואסערט דורכן זיצן און פארטאכלעווען שעות אויפן סמארטפאון, עס בלייבט קאי וקיימא און ווערט נישט אזוי שנעל פארשוואונדן. ליבערשט לייג אריין כח און מח צו ארבעטן אויף די שוועריגקייטן, זוך די וועג ארויס, הייב זיך פון די צעבראכנקייט, עס איז טאקע נישט גרינג, אבער דאס אנדערע וועג איז צענדליגער מאל מער קאמפליצירט און שווער בגוף ובנפש, ווייל אויב פאלט מען אריין מיט'ן ווערן קאנעקטעד מיט די כלים, איז די וועג צוריק אן עבודה קשה מנשוא.

און מען מוז זיין אפגעמאכט מיט א מורא'דיגע החלטה, אז איך ריר נישט אן צו קיין שום זאך וואס האט מעגליכקייטן צו ווערן פארבינדן צו די אפענע גאס. מען מוז האבן א אויסטערלישע זיכערקייט און קלארקייט, אז דאס איז אסור בתכלית האיסור. מען טאר דאס נישט אנקוקן ווי עפעס וואס עס איז דא א געוויסע היתר, ווייל דאס איז אסור און פערטיג. עס איז חזיר טרייף.

די ברייטע אפענע וועלט אין די היינטיגע טעג איז בכלל נישט לייכט, ווער ס'איז שוין אריבער די פינסטערע פארקנאקטע וועגן ווייסט דאס גאר גוט, מ'דארף אסאך סייעתא דשמיא וואס זאל באשיצן אויף טריט און שריט, דערפאר ליגט גאר א שטארקע אחריות אויף די עלטערן און מחנכים אז זיי זאלן געבן ברייטע אפענע ארעמעס מיט פולע צוטרוי צו געבן א ווארעמע באשיצונג.

אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס. איך וויל נישט ארויסשרייבן וואס ס'געשעט ווען א בחור שפירט אליינס און איינזאם אויפן וועלט. איי ווי ווייט מ'קען אנקומען אין אזעלכע מינוטן.

איך בין נישט דן מיין מנהל וואס האט מיר ארויסגעווארפן פון ישיבה ער איז נאר א מענטש און מעג מאכן א טעות, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען זיך גוט אומקוקן וואס ס'קומט ארויס פון אזעלכע פעולות.

ווען מיין מגיד שיעור און מנהל זאלן ווען צולייגן אן אויער צו מיין ווייטאג וואלט איך מעגליך געקענט איבערהיפן מיין גאנצער שווערע פעקל און איך וואלט מעגליך געקענט אויסוואקסן פון די בעסטע בחורים אין ישיבה.

דאס זעלבע איז אויך מיט די עלטערן, ווי וויכטיג איז צו געבן אן אפענע אויער פאר די קינדער, א בחור קען גאר גאר גוט שפירן אויב די עלטערן זענען דא אים צו אויסהערן, גיבט אייער קינד די פולסטע צוטרוי ער זאל שפירן אז ער האט כאטש איין מענטש אויפן וועלט צו וועמען צו קומען פארציילן זיינע שווערע נסיונות וואס בוזשעווען היינט אין די גאסן, און אזוי קען מען אויסמיידן א וועלט פון חורבנות.

ווען איך זאל ווען קענען זאגן פאר מיין מאמע אז איך קען נישט גיין לערנען מיט יענער בחור צוליב וואס ער זוכט מיר צו שלעפן צו די אינטערנעט וואלט איך היינט אנדערש אויסגעקוקט, ווען איך זאל ווען נישט ווערן צוריקגעווארפן צוליב וואס איך בין געקומען פארציילן אן אמת'ע פאסירונג וואלט איך אנדערש אויסגעקוקט.

אין די זעלבער צייט דארף אויך ווערן ארויסגעברענגט ווי דייקא די ווארעמע ווערטער פון אנדערע בחורים און פון מגידי שיעור האט מיר געהאלפן אין די שפעטערע שטאפלען, איך האב מיר כסדר צוריק געכאפט נאר א דאנק די גוטע און הייסע ווערטער.

איך קען נאר איין זאך זאגן: נעמט מיין געשיכטע פאר א ביישפיל וואס ס'זאל נישט פאסירן.
לעצט פארראכטן דורך א יוד בלייבט א יוד אום דינסטאג אוגוסט 27, 2024 5:41 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: ביים שוועל פון גיהנם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

😢😢😢
For professional Web design & development, reach out to: [email protected]
זייטיגע נאטיץ
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? 📫 גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
אוועטאר
נעדי רעפאנק
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 29, 2024 8:53 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעדי רעפאנק »

מצוה גדולה לפרסמו הערליך הארציג צדיק
איך בין זייער נייגעריג צו עני באדי באמערקט אפי אזא אונטערשריפט סאו פליז אויב דוהאסט עס באמערקט לאמיר וויסן אין אישי אדער ברמיזא אויפן סייט ייש''כ פיצי
Letshelpothers
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

געליינט וואס איר האט געשריבען.

די אינטערנעט איז א שרעקליכע פלאץ.
איך פארענפער נישט גארנישט. אבער דאס רשעות פון ווארפען בחורים פון ישיבה מוז זיך ענדיגען. איר זענט צו געקומען צו אינטערנעט ווייל איר זענט געווארפען געווארען פון ישיבה פאר שטיתום. דאס רשעות גייט היינט אן. אין נאכדעים בלעימט מען די אינטערנעט.
איך מאך אן אסאמשין אז איר האט געלערנט אין א ישיבה פון מצינום וואס האט נישט קיין דעת תורה.

טייערע טאטע איר ליינט דא איר האט א זין א מציון שיקט עם נישט צו א ישיבה וואס האט נישט קיין דעת תורה. צענדליגע בחורים פון די מציונים ישיבות זענען אנגעקומען אין שאול תחתית פארן ווערען געווארפען פון ישיבה אן קיין נארמאלע סיבה.
אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

Wow Wow Wow
מיין הארץ גייט אויס פאר דיר,
דאס אז די האסט די שטארקייט ארויס צי קומען און פאבליק ווייזט אויף א שטארקייט,
גיי ווייטער אן געב נישט אויף.


דאס אז א מנהל ווארפט ארויס א בחור וואס וויל זיין גוט נישט קיין חילוק וואס ער האט געטון איז שוין פראבלעם, אויב קען ער נישט האלטן די בחור און ישיבה מיינט עס אז ער קען אויך נישט בלייבן און ישיבה.
לעצט פארראכטן דורך חיים97 אום מאנטאג אוגוסט 26, 2024 8:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיין טאג בוך אלס ניר נדבן
אויב טראכט איר פון אוועקגעבן א ניר, שיקט מיר א אישי, און איך וועל אייך פראבירן ארויסציהעלפן.
א גוטע געדאנק פארן טאג אייוועלט באנוצער ביזנעס עקספא (אפדעיטס) אייוועלט ביזנעס עקספא (פראגן און קאמענטארן)
אוועטאר
נעדי רעפאנק
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 29, 2024 8:53 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעדי רעפאנק »

חיים97 האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 8:22 pm
Wow Wow Wow
מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, דאס אז א מנהל ווארפט ארויס א בחור וואס וויל זיין גוט נישט קיין חילוק וואס ער האט געטון איז שוין פראבלעם, אויב קען ער נישט האלטן די בחור און ישיבה מיינט עס אז ער קען אויך נישט בלייבן און ישיבה.
איך בעט פליז פארדריי נישט די שמועס צו ישיבה טאפיק ער רעדט דאך דא יסודות העולם
איך בין זייער נייגעריג צו עני באדי באמערקט אפי אזא אונטערשריפט סאו פליז אויב דוהאסט עס באמערקט לאמיר וויסן אין אישי אדער ברמיזא אויפן סייט ייש''כ פיצי
Letshelpothers
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

נעדי רעפאנק האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 8:24 pm
חיים97 האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 8:22 pm
Wow Wow Wow
מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, דאס אז א מנהל ווארפט ארויס א בחור וואס וויל זיין גוט נישט קיין חילוק וואס ער האט געטון איז שוין פראבלעם, אויב קען ער נישט האלטן די בחור און ישיבה מיינט עס אז ער קען אויך נישט בלייבן און ישיבה.
איך בעט פליז פארדריי נישט די שמועס צו ישיבה טאפיק ער רעדט דאך דא יסודות העולם
נאפס סנישט פארדרייט די שמועס. קוק די שולד די שולד איז די ישיבה אין נישט די אינטערנעט.
דאס איז נישט קיין איינצעלענע מעשה.
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 8:43 pm
נעדי רעפאנק האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 8:24 pm
חיים97 האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 8:22 pm
Wow Wow Wow
מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, דאס אז א מנהל ווארפט ארויס א בחור וואס וויל זיין גוט נישט קיין חילוק וואס ער האט געטון איז שוין פראבלעם, אויב קען ער נישט האלטן די בחור און ישיבה מיינט עס אז ער קען אויך נישט בלייבן און ישיבה.
איך בעט פליז פארדריי נישט די שמועס צו ישיבה טאפיק ער רעדט דאך דא יסודות העולם
נאפס סנישט פארדרייט די שמועס. קוק די שולד די שולד איז די ישיבה אין נישט די אינטערנעט.
דאס איז נישט קיין איינצעלענע מעשה.
קוק אויפן קעפל ער רעדט נישט פון קיין שולד ער רעדט פון באגיסן מיט מאראלישע שטיצע
!Hey there I'm using IVELT
Letshelpothers
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

נוסח אשכנז האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 9:09 pm
Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 8:43 pm
נעדי רעפאנק האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 8:24 pm
חיים97 האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 8:22 pm
Wow Wow Wow
מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, דאס אז א מנהל ווארפט ארויס א בחור וואס וויל זיין גוט נישט קיין חילוק וואס ער האט געטון איז שוין פראבלעם, אויב קען ער נישט האלטן די בחור און ישיבה מיינט עס אז ער קען אויך נישט בלייבן און ישיבה.
איך בעט פליז פארדריי נישט די שמועס צו ישיבה טאפיק ער רעדט דאך דא יסודות העולם
נאפס סנישט פארדרייט די שמועס. קוק די שולד די שולד איז די ישיבה אין נישט די אינטערנעט.
דאס איז נישט קיין איינצעלענע מעשה.
קוק אויפן קעפל ער רעדט נישט פון קיין שולד ער רעדט פון באגיסן מיט מאראלישע שטיצע
רבי יוד די גייסט יעצט מאראלישע שטיצע יעצט פאר אזא בחור?
איך טוה יא. אין איך זאג מדארף גיין צום שורש פונם פראבלעם, דערנאך קען מען גיין צו סייד עפעקטס.
א דאקטער ארבעט ערשט אויף דעם שורש אז מוועט קעיר נעמען פונם שורש, וועט דאס נישט זיין..

ובזה סיימתי איך פלאן נישט צו פירען ווייטער די שמועס. דאס באלאנגט שוין טין עקסטערע אשכול.
אוועטאר
מיין הערצעלע
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2024 4:07 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין הערצעלע »

מיין הארץ גייט אויס פאר דיר צדיק

איינס פאר דיין לעצטע אויס פיר וועגן די ווארומע ווערטער איז די שטערקסטע זאך וואס איך נעם ארויס
יעדער וואס גייט דורך דעס אדער ענליכס קען מעיד זיין אז די ווארומע חיזוק ווערטער און מיט געפיל סיי פון חבירים אדער מחנכים און עלטערן איז די בעסטע רפואה
און לעומת זה זענען די שרעקעדיגע שטעך ווערטער די שנעלסטע וועג אריין צו גיין טיפער אינעם פלאנטער און ווער רעדט נאך ווען עס קומט מיט אז דער אייבישטער האט אים פיינט רח"ל

איך קוק דיר זייער ארויף פארן ארויס קומען אזוי אין די עפענטליכקייט און מיט דיין עווערנעס
און איך האף אז בקרוב וועסטו שוין זיין אין גאנצן ארויס פון די שילד געפילן און די אנדערע זאכן וואס לויפן דיר נאך
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

וואף איך אטעם. דאס הארץ פון א מענטש אויף פאפיר.
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

ס'נאך דא היינט בעל בתים וואס צווינגען ארויף סמארטפאונס מיט וואטסעפפ אויף אומשילדיגע אינגערלייט?!

ס'נאך דא בעל בתים וואס גלייבן אזוי שטארק אין דער ליגענט אז וואטסעפפ ברענגט ביזנעס?!

ס'נאך נאך דא בעל בתים וואס די סמארטפאון איז ביי זיי א רעליגיע אז מ'דארף עס ארויפצווינגען אויף יענעם?!

אזעלכע בעה"ב דארף מען טראגן צו א רב זאל אים אריינגעבן כמו שכתב, אדער כ'ווייסנישוואס טוען.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3461
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

wow wow ! שטארקע דיבורים ! גוטע שפראך און קוראדזש !
כ'בין שטאלץ צו זיין א אמעריקאנער בירגער 🇺🇲🇺🇲
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3461
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

האמפטי דאמפטי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 11:38 pm
ס'נאך דא היינט בעל בתים וואס צווינגען ארויף סמארטפאונס מיט וואטסעפפ אויף אומשילדיגע אינגערלייט?!

ס'נאך דא בעל בתים וואס גלייבן אזוי שטארק אין דער ליגענט אז וואטסעפפ ברענגט ביזנעס?!

כ'ווייס נישט צו ס'ברענגט מער ביזנעס, ס'פשוט זייער א גרינגע וועג צו קאמיונעקירן
כ'בין שטאלץ צו זיין א אמעריקאנער בירגער 🇺🇲🇺🇲
אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

האמפטי דאמפטי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 11:38 pm
ס'נאך דא היינט בעל בתים וואס צווינגען ארויף סמארטפאונס מיט וואטסעפפ אויף אומשילדיגע אינגערלייט?!

ס'נאך דא בעל בתים וואס גלייבן אזוי שטארק אין דער ליגענט אז וואטסעפפ ברענגט ביזנעס?!

ס'נאך נאך דא בעל בתים וואס די סמארטפאון איז ביי זיי א רעליגיע אז מ'דארף עס ארויפצווינגען אויף יענעם?!

אזעלכע בעה"ב דארף מען טראגן צו א רב זאל אים אריינגעבן כמו שכתב, אדער כ'ווייסנישוואס טוען.
קען זיין עס איז נאך דא, אבער זייער וויינוג.
קען זיין אז ביי קאנסטראקשן צווינגט מען נאך יא ארויף, דאס ווייס איך נישט.
מיין טאג בוך אלס ניר נדבן
אויב טראכט איר פון אוועקגעבן א ניר, שיקט מיר א אישי, און איך וועל אייך פראבירן ארויסציהעלפן.
א גוטע געדאנק פארן טאג אייוועלט באנוצער ביזנעס עקספא (אפדעיטס) אייוועלט ביזנעס עקספא (פראגן און קאמענטארן)
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

חיים97 האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 12:39 am
האמפטי דאמפטי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 11:38 pm
ס'נאך דא היינט בעל בתים וואס צווינגען ארויף סמארטפאונס מיט וואטסעפפ אויף אומשילדיגע אינגערלייט?!

ס'נאך דא בעל בתים וואס גלייבן אזוי שטארק אין דער ליגענט אז וואטסעפפ ברענגט ביזנעס?!

ס'נאך נאך דא בעל בתים וואס די סמארטפאון איז ביי זיי א רעליגיע אז מ'דארף עס ארויפצווינגען אויף יענעם?!

אזעלכע בעה"ב דארף מען טראגן צו א רב זאל אים אריינגעבן כמו שכתב, אדער כ'ווייסנישוואס טוען.
קען זיין עס איז נאך דא, אבער זייער וויינוג.
קען זיין אז ביי קאנסטראקשן צווינגט מען נאך יא ארויף, דאס ווייס איך נישט.
אדער ביי.... פיש

יענץ געלעכטער
זייצפריילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

wow you are strong!!!

let's tell the bucherim that we believe they can overcome everything
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
א יוד בלייבט א יוד
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:19 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א יוד בלייבט א יוד »

האמפטי דאמפטי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 12:40 am
חיים97 האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 12:39 am
האמפטי דאמפטי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 11:38 pm
ס'נאך דא היינט בעל בתים וואס צווינגען ארויף סמארטפאונס מיט וואטסעפפ אויף אומשילדיגע אינגערלייט?!

ס'נאך דא בעל בתים וואס גלייבן אזוי שטארק אין דער ליגענט אז וואטסעפפ ברענגט ביזנעס?!

ס'נאך נאך דא בעל בתים וואס די סמארטפאון איז ביי זיי א רעליגיע אז מ'דארף עס ארויפצווינגען אויף יענעם?!

אזעלכע בעה"ב דארף מען טראגן צו א רב זאל אים אריינגעבן כמו שכתב, אדער כ'ווייסנישוואס טוען.
קען זיין עס איז נאך דא, אבער זייער וויינוג.
קען זיין אז ביי קאנסטראקשן צווינגט מען נאך יא ארויף, דאס ווייס איך נישט.
אדער ביי.... פיש

יענץ געלעכטער
דאס איז נישט קיין וויץ, ליידער.
א יוד בלייבט א יוד
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:19 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א יוד בלייבט א יוד »

האמפטי דאמפטי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 11:38 pm
ס'נאך דא היינט בעל בתים וואס צווינגען ארויף סמארטפאונס מיט וואטסעפפ אויף אומשילדיגע אינגערלייט?!

ס'נאך דא בעל בתים וואס גלייבן אזוי שטארק אין דער ליגענט אז וואטסעפפ ברענגט ביזנעס?!

ס'נאך נאך דא בעל בתים וואס די סמארטפאון איז ביי זיי א רעליגיע אז מ'דארף עס ארויפצווינגען אויף יענעם?!

אזעלכע בעה"ב דארף מען טראגן צו א רב זאל אים אריינגעבן כמו שכתב, אדער כ'ווייסנישוואס טוען.
קען זיין היינט נישט, אבער פאר אפאר יאר צוריק יא.
עס ווערט מער און מער איינגעפירט. צי פארשטיין מענטשן וואס ווילן נישט האבן וואטסעפפ.
א יוד בלייבט א יוד
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:19 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א יוד בלייבט א יוד »

מיניטשער וועלט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 12:14 am
האמפטי דאמפטי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 11:38 pm
ס'נאך דא היינט בעל בתים וואס צווינגען ארויף סמארטפאונס מיט וואטסעפפ אויף אומשילדיגע אינגערלייט?!

ס'נאך דא בעל בתים וואס גלייבן אזוי שטארק אין דער ליגענט אז וואטסעפפ ברענגט ביזנעס?!

כ'ווייס נישט צו ס'ברענגט מער ביזנעס, ס'פשוט זייער א גרינגע וועג צו קאמיונעקירן
זיכער אז נישט אויב איז עס אסור, קען זיין אז עס ברענגט ביזנעס אבער נישט קיין פרנסה, עס איז נישט דא קיין געלט אין עפעס וואס איז אסור, די אלע מענטשן וואס האבן וואטסעפפ און זאגן אז זיי דארפן עס האבן פאר פרנסה זאלן וויסן טז עס ברענגט נישט קיין געלט, אויב עפעס גרויסע קאפווייע.
א יוד בלייבט א יוד
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:19 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א יוד בלייבט א יוד »

Letshelpothers האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 5:41 pm
געליינט וואס איר האט געשריבען.

די אינטערנעט איז א שרעקליכע פלאץ.
איך פארענפער נישט גארנישט. אבער דאס רשעות פון ווארפען בחורים פון ישיבה מוז זיך ענדיגען. איר זענט צו געקומען צו אינטערנעט ווייל איר זענט געווארפען געווארען פון ישיבה פאר שטיתום. דאס רשעות גייט היינט אן. אין נאכדעים בלעימט מען די אינטערנעט.
איך מאך אן אסאמשין אז איר האט געלערנט אין א ישיבה פון מצינום וואס האט נישט קיין דעת תורה.

טייערע טאטע איר ליינט דא איר האט א זין א מציון שיקט עם נישט צו א ישיבה וואס האט נישט קיין דעת תורה. צענדליגע בחורים פון די מציונים ישיבות זענען אנגעקומען אין שאול תחתית פארן ווערען געווארפען פון ישיבה אן קיין נארמאלע סיבה.

אז א בחור איז אויף די גאס פאר איין טאג איז שוין א חורבן, עס נעמט היינט ממש אפאר מינוט צי באקומען עקסס צי די אינטערנעט, ליידער ליידער האט דאס ארויס ווארפען בחורים פון ישיבות שוין אפגעקאסט טויזנטער בחורים. דאס איז נישט קיין געים. עס באדערט מיך נאך יעצט די רשעות פון מיין מנהל אז ווען ער האט מיר געזאגט און פנים אז וויבאלד ער הייסט א גוטע בחור און ער האט א גוטע קאפ קען איך אים נישט ארויסווארפן.
אוי אוי עס רינט מיר טרערן יעצט ווען איך דערמאן זיך די יארן.
אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

א יוד בלייבט א יוד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 11:15 am

אז א בחור איז אויף די גאס פאר איין טאג איז שוין א חורבן, עס נעמט היינט ממש אפאר מינוט צי באקומען עקסס צי די אינטערנעט, ליידער ליידער האט דאס ארויס ווארפען בחורים פון ישיבות שוין אפגעקאסט טויזנטער בחורים. דאס איז נישט קיין געים. עס באדערט מיך נאך יעצט די רשעות פון מיין מנהל אז ווען ער האט מיר געזאגט און פנים אז וויבאלד ער הייסט א גוטע בחור און ער האט א גוטע קאפ קען איך אים נישט ארויסווארפן.
אוי אוי עס רינט מיר טרערן יעצט ווען איך דערמאן זיך די יארן.

איך ווייס נישט אויב עס גייט נאך אלץ אן עס פלעגט זיין ביי 50-9 און בארא פארק א טשייניס קאמפיוטער סטאר
וואס האט נישט געהאט קיין פילטערס, און ליידער האבן אסאך בחרום אנגעפאנגן דארט.
עס איז געווען זייער טינקעל די גאנצע געשעפט, מען פלעגט זאגן אז מען האט געקענט דורך וואקן שבת און זען היטן אויף זייער האקס און פראנט פון די געשעפט.
ליידער ליידער ווייס איך גוט דערפון.

איך האף אז די רעדסט נישט פון דעם געשעפט.
לעצט פארראכטן דורך חיים97 אום דינסטאג אוגוסט 27, 2024 4:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיין טאג בוך אלס ניר נדבן
אויב טראכט איר פון אוועקגעבן א ניר, שיקט מיר א אישי, און איך וועל אייך פראבירן ארויסציהעלפן.
א גוטע געדאנק פארן טאג אייוועלט באנוצער ביזנעס עקספא (אפדעיטס) אייוועלט ביזנעס עקספא (פראגן און קאמענטארן)
די בעל אחריות
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 4:00 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די בעל אחריות »

יוש.. כ'וויין!
א יוד בלייבט א יוד
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:19 pm

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א יוד בלייבט א יוד »

פאר די אלע וואס פרעגן און אישי, ליידער ליידער האט איינער פון די בחורים דורך געגאנגן זייער א שווערע מצב, און זיך געמיטשעט יארן לאנג דערמיט.

איין יאר ערב ראש השנה האט ער מיר געריפן איבערבעטן און ב"ה אז זאכן האבן פון איין מינוט אויפן צווייטן זיך געריקט צים בעסערן. איך האב בכלל נישט געוויסט אז ער מיטשעט זיך, אבער ליידער ליידער האב איך געווארט דאס צירוק צי הערן , איך האב קוים געקענט ווארטן ווען וועל איך שוין הערן אז ער האט צירוק געכאפט, און ווען איך האב געהערט וואס ער ליידט נעבעך צאם האב איך זיך גוט געפרייט אז ב"ה ער האט שוין געכאפט אז די וועלט איז נישט הפקר, און פארשטייט זיך ער האט געהאט גרויסע בושית. און פארשטייט זיך אז נאך דעם וואס ער האט שוין געכאפט פעטש קען מען אים שוין מוחל זיין.

יעצט אז עס איז שוין אריבער א שיינע פאר יאר און איך האב שוין אויסגעוואקסן די קינדערישע יארן האב איך שוין ניטאמאל א שווער הארץ און איך פארשטיי ער איז געווען א קינד/בחור וואס געדארפט אסאך א טענטשין. קען זיין אז אינדערהיים האט מען אים עס נישט געגעבן, איך ווייס נישט.

אבער איך וויל ענק אלע איין זאך זאגן אז פארן טשעפענען א חבר באקומט מען צירוק פון אויבן. קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז נע איך מעג מיך גייט אלעס זיין גוט.

טראכט אריין יעצט צי רודפן איינעם באקומסטו א גוטע געפיל פאר א פאר טעג אדער מער, יא אמאל יעצט זיך צירוק האלטן איז זייער שווער, אבער טראכט אריין ווען ח"ו ווען מען ווערט עלטער און ווארט נאך פאר שידך אדער מען איז שוין חתונה געהאט און מען ווארט פאר קינדער איז עס הונדערט טויזענט מאל שווערע, טארכט אריין איין מינוט פאר די טוסט עפעס.

ישר כח פאר אלע חיזוק און אישיס, און פארשטייט זיך פאר אלע לייקס, א יעדער לייק געבט מיר חיזוק פאר מיין שטאלץ ארויס צי קומען און פאבלוק.

א גוטן טאג. א יוד בלייבט א יוד
אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

Re: אז מ'זעט אויף א בחור אז ער זיצט אין ווייטאג, באגיסט אים מיט מאראלישע שטיצע אז ער זאל נישט שפירן אליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

מיין טאג בוך אלס ניר נדבן
אויב טראכט איר פון אוועקגעבן א ניר, שיקט מיר א אישי, און איך וועל אייך פראבירן ארויסציהעלפן.
א גוטע געדאנק פארן טאג אייוועלט באנוצער ביזנעס עקספא (אפדעיטס) אייוועלט ביזנעס עקספא (פראגן און קאמענטארן)
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”