איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7210
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

moishy56 האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 7:20 pm
כפרה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 7:15 pm
moishy56 האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 7:07 pm
הדד בן בדד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:36 am
אליעזר קרויס האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:44 pm

רענט איז צווישן 55-75 טויזענט דאלער מארטגעדש + טעקס 30 אלפים

אליעזר, עס געפעלט מיר ווי דו שרייבסט אז האוזינג קאסט דיר א נישטיגע 30 אלפים א יאר, וואס דאס קומט אויס צו 2,500 $ א חודש.

אנדערע האבן שוין אנגעמערקט אז דאס איז נישט די נארמע, אבער היות ביסט אן איש ציבור וואס רעדט אין די ענינים, וויל איך דו זאלסט וויסן די פאקטישע נומערן וויפיל עס קאסט "היינט" הואזינג. איך האלט עס איז וויכטיג פאר דיר צו וויסן.

זייט וויסן אז צו דינגען א פשוטע 3בעדרום דירה אין בארא פארק, קאסט היינט לערך פיר - פיר אהאלב טויזנט דאלער רענט א חודש! רענט!

יא! איך רעד פון פאקטישע נומערן פון מענטשן מיט וועמען איך האב פאקטיש גערעדט! דאס זענען די פרייזן!
נו ... דאס שרייט ר' לעיזער שוין 6 יאר!
צו דיך אריבער צו א ביליגע געעגענט און דינג א ביליגע 3-6 בעדרום הויז.
נישטא קיין אידישע שטאט וואס האט יעצט די פרייז וואס אליעזר שרייבט, דאמירן בעלמא.
אין לינדען קען מען נישט דינגען א הויז פאר $2,500 א חודש [30k א יאר]?

סאו דו זאגסט יעדער זאל גיין קיין לינדען? אין א האלבע שעה איז די פרייז טריפל

די וואס שרייען ׳מוף אוועק׳ זענען על פי רוב אומוויסענד און/אדער איגנאראנט

א געמופטער
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

איך האב נישט מיטגעהאלטן דעם גאנצן דין ודברים איבער די בודזשעט. אבער מבשרי אחזה, מען קען לעבן מיט אסאך א קלענערע בודזשעט ווי אסאך מיינען. מען דארף האלטן די אויגן אפן, און נישט ווערן פארקויפט פאר די מארקעטערס, און נישט ווערן פארשוועמט אפילו פון די מארקעטערס וואס קומען מיט א "הייליגע מאנטל".

א פיצי ביישפיל . היינט בין אין געגאנגען שלאגן כפרות, איך האב געפרעגט א שאלה צי איך דארף קויפן פאר יעדעם אן עקטסטרע כפרה, האט מען געזאגט אז מען קען נעמען אלע אינגלעך מיט איין זכר, און אלע מיידלעך מיט איין נקיבה. (יעצט האב איך שוין פארשטאנען פארוואס אין די אלטע סידורים זעט מען איינע פון די נוסחות פאר די וואס שלאגן כפרות פאר עטליכע צוזאמען - אין די כפרה צענטערן וואס האבן די נוסח פון "זה כפרתי" זענען נישט גורס די פארשידענע "זה כפרתינו" נוסחאות, פון זייער זייט זאל קיינער נישט וויסן אז עס בכלל דא א הוא אמינה צו נעמען צוזאמען)
אטעטשמענטס
HebrewBooksOrg_65376_page_653-1A1.png
HebrewBooksOrg_65376_page_653-1A1.png (210.44 KiB) געזען 1365 מאל
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

באופן כללי קוק איך עס אן.

די רבוש"ע האט אריינגעלייגט כלל ישראל אין זייער שווערע געלט מצב.

הן מצב די יקורות - ווי מער יאר ס'גייט פארביי, גייט עס נאר ווערן שווערער און שווערער - ווייל די חובות ווערן גרעסער און גרעסער.

הן מצד חתונה מאכן די קינדער, די סטאנדארטן ווערן מער און מער משוגע.

א נארמאלע פארדינער איז כמעט אוממעגליך זיך אליינס אן עצה געבן.

וואס וויל מען פון אונז?

איז אזוי - פון א יחיד? העלף ארויס דיין קרוב שכן און חבר מיט אפאר דאלער.

מ'קען זאגן די יחידים טיען א סופער דופער ארבייט! יחידים גיבן שווערע נאמבערס פאר צדקה א יאר! A1

די מנהיגי הדור אבער האבן די כוח אוועקצושטעלן נייע ישובים וואס וועלן פאר לייכטערן די מצב הכספי, ווי אויך אוועקצושטעלן תקנות און גיידליינס פאר חתונה מאכן.

די יחידים האבן כמעט נישט קיין כוח צו מאכן טוישונגען און די פראבלעמען

אבער די רבי'ס האבן א גאר שטארקע כוח - אויב ווילן זיי!

טיען זיי גענוג? ודי בזה.
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
אוועטאר
הרב זושא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב זושא »

כפרה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 10:48 am
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 10:33 am
כפרה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 9:26 am
יעדע זאך וואס איז היינט צוטאגס נארמאל האט אפילו אן ארימאן רעכט צו קויפן.

איך כאפ נישט די הילוך המחשבה... אוודאי האט דער ארימאן א 'רעכט' עס צו קויפן, אבער ער האט דאך נישט די געלט דערפאר...
האסט ארויסגעציפט א שורה פון אתגיבה, באט איך וועל דיר עס אויסברייטערן,

יא, ער האט רעכט דיך צו מזכה זיין מיט די מצוה פון צדקה אויף יעדע זאך וואס א מענטש זיין גאטונג וואלט איינגעקויפט, (די רמב"ם זאגט אפי סוס לרכוב עליו ועבד לרוץ לפניו), סא ווען ער שטרעקט אויס זיין הענט כי ימוך אחיך ומטה ידו שטייט והחזקתו בו, שטייט נישט זאלט אים מסביר זיין וויאזוי ער קען זיך באגיין אן די עבד לרוץ לפניו, זאלסט אים עס צושטעלן, סא איך זאג נישט אויף ווי ווייט, איך זאג סך הכל אז וועסט גריבלן אין זיין שאפינג קארט און וועסט טרעפן א פעקל פראוזן פיצא מאכסטו אים נישט אפגעפרעגט, ער מעג קויפן וואס יעדער קויפט.
לפענ"ד ביסטו דא פארפארן. דא וויינט מען ס'נישט דא קיין געלט, זאגט א צווייטער בודזשעט, קומסטו, ער האט די רעכט! אויב אזוי קעיס קלויזד און הער אויף וויינען. ער האט אפשר די רעכט צו נעמען צדקה, רעכט צו וויינען, דאס ווייס איך שוין נישט. (סארי איך בין ברעיוואשד פון @לעיזער'ן )
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 1:35 am
אידן זענען אידן. ס'זענען דא תקנות אקעגן מחאות, אבער מען מוטשעט זיך...
אוועטאר
הרב זושא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב זושא »

בטלן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:19 pm

די יחידים האבן כמעט נישט קיין כוח צו מאכן טוישונגען און די פראבלעמען

אבער די רבי'ס האבן א גאר שטארקע כוח - אויב ווילן זיי!

טיען זיי גענוג? ודי בזה.
אראפגעטראסקעט די שולד פון זיך און געטראפן וועם צו בלעימען. א יחיד קען שוין איינמאל מאכן א טויש. א רבי? נישט זיכער.

דממה דקה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 5:18 pm
ליבי ובשרי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 1:33 pm
@אליעזר קרויס האט מיך גע'אישי'ט א רעקארדינג איבער די אשכול און געבעטן צו פאוסטן, איך בין נאר די מעסענדזשער ביטע מגיב זיין צו אים דירעקט.

https://drive.google.com/file/d/1YGP8uz ... =drive_web
פאר נעקסט וועל איך שוין וויסן בעסער, אסאך דעמגאגישע אוטרעידש וואס מען קען נישט אראפשרייבן, און ביי זיך קען ער רעדן וואס ער וויל, אויב ער האט וואס צו ענטפערן זאל ער עס שרייבן.

סא ערשטענס ספינט ער ארום וואס ער וויל, ער בעצם האט נישט\יא געזאגט וויפיל עס דארף זיין, ער האט נאר געזאגט וויפיל עס קומט אים אויס, און דאס פארשטייט זיך דארף יעדן מחייב זיין

סא למשל מצות וואס ער האט דא געשריבן אז ער ניצט 10 פונט, און די שקרנים....האבן אים אראפגעריסן, באט ער זאגט אז ער האט בעצם יא געהאט 16 פונט, און ער האט געניצט 14 פונט, נאר ער האט געשריבן 10 פונט ווייל ער האלט אז 'אנדערע מענטשן'דארפן זיך באגניגן מיט 10 פונט, ווערי נייס איך הער...אבער ווען עס קומט צו האוזינג וואס ער האט געשאסן א לאטקע פון 30 טויזענט דאלער, וואס דאס קומט אויס 2500 א חודש, איז די תירוץ אז עס איז דא מענטשן וואס האבן געקויפט 15 יאר צוריק, טענק יו!!! באט מען רעדט פון וויאזוי היינטיגע מענטשן דארפן זיך באגניגן, ניין?סא ער רעדט פון זיך אדער פון יענעם, גיי פארשטיי. און דאס איז נאך וואס ער פארשטייט אליינס אז יעצט לעת עתה לכה"פ 50,000 איז יא די האוזינג עקספענס אין די הייליגע מאנסי, סא ער איז אינגאנצן 5 טויזענט אפגעריקט פון כפרה'ס חשבון, די אוטרעידשעס חשבון..., און ער קאמפערט מאנסי צו ברוקלין, און דאס איז אויך נישט די פרייז כמבואר במאנסי אשכול הנ"ל.

בכלל איז די בליק אז ער איז טיף אין זיך, און פונקטליך וויפיל עס קאסט זיין קאר מעג זיין קאר עקספענס, האו עבאוט דער אינגערמאן וואינט אין ברוקלין און פארט יעדן טאג קיין נוא דשערזי פאר ארבעט, אדער וואינט אין מאנסי און ארבעט אין די סיטי, און ער צאלט געז און טאל, ער מוז נישט זיין קיין סעילסמען אויף די ראוד, און טאל למשל האט ער בכלל געמאכט א שווייג, זעהט אויס אז ער האט איזיפעס אומזינסט, און אפילו געז מאכט ער לופטיגע ביילייפיגע חשבונות פון יוסעדש, וויפיל האט געקאסט זאגט ער נישט.

גראסערי (אריינגערעכנט פלייש און פיש פארשטייצעך) קען ווען זיין נאר 350 טאלער אויך טענה'ט ער, (דאס רעכנט אויך שוין אריין אלע אינגרידיענטס וואס די פרוי באקט אויך...) נאר ער דארף נישט ווייזן רעסיט'ס ווייל ער איז פראטעקטעד דורך hippa פאר פרייוועסי, פארוואס אזוי הויעך יא גיי פארשטיי, איך קען עס באווייזן פון 150 טאלער אויך, איך האלט נישט ביים ווייזן רעסיט'ס, ווייטער קליידונג איז מוכח אז עס איז נישט אמת, באט פרייוועסי איז פרייוועסי.
צאמגעשאסן א תגובה, כ'קען דיר פארענטפערן די גאנצע מעשה אבער אזוי ווי איך בין נישט לעיזערס פארטרעטער וועל איך מיר נישט איבער ארבעטן
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 1:35 am
אידן זענען אידן. ס'זענען דא תקנות אקעגן מחאות, אבער מען מוטשעט זיך...
הדד בן בדד
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 7:35 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הדד בן בדד »

moishy56 האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 7:20 pm
כפרה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 7:15 pm
moishy56 האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 7:07 pm
הדד בן בדד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:36 am
אליעזר קרויס האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:44 pm

רענט איז צווישן 55-75 טויזענט דאלער מארטגעדש + טעקס 30 אלפים

אליעזר, עס געפעלט מיר ווי דו שרייבסט אז האוזינג קאסט דיר א נישטיגע 30 אלפים א יאר, וואס דאס קומט אויס צו 2,500 $ א חודש.

אנדערע האבן שוין אנגעמערקט אז דאס איז נישט די נארמע, אבער היות ביסט אן איש ציבור וואס רעדט אין די ענינים, וויל איך דו זאלסט וויסן די פאקטישע נומערן וויפיל עס קאסט "היינט" הואזינג. איך האלט עס איז וויכטיג פאר דיר צו וויסן.

זייט וויסן אז צו דינגען א פשוטע 3בעדרום דירה אין בארא פארק, קאסט היינט לערך פיר - פיר אהאלב טויזנט דאלער רענט א חודש! רענט!

יא! איך רעד פון פאקטישע נומערן פון מענטשן מיט וועמען איך האב פאקטיש גערעדט! דאס זענען די פרייזן!
נו ... דאס שרייט ר' לעיזער שוין 6 יאר!
צו דיך אריבער צו א ביליגע געעגענט און דינג א ביליגע 3-6 בעדרום הויז.
נישטא קיין אידישע שטאט וואס האט יעצט די פרייז וואס אליעזר שרייבט, דאמירן בעלמא.
אין לינדען קען מען נישט דינגען א הויז פאר $2,500 א חודש [30k א יאר]?
א איד וואס וואוינט אין די סיטי און מוטשעט זיך, ער צאלט טאקע רענט 4,500 א חודש, אבער ער קען באקריגן וואוטשערס פאר שכר לימוד.

גייט ער קיין לינדן, ער צאלט טאקע רענט 2,500 (טאקע אזוי ביליג?) אבער דאן צאלט ער שכל לימוד 2000 א חודש.

מחליף פרה בחמור.
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:33 pm
בטלן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:19 pm

די יחידים האבן כמעט נישט קיין כוח צו מאכן טוישונגען און די פראבלעמען

אבער די רבי'ס האבן א גאר שטארקע כוח - אויב ווילן זיי!

טיען זיי גענוג? ודי בזה.
אראפגעטראסקעט די שולד פון זיך און געטראפן וועם צו בלעימען. א יחיד קען שוין איינמאל מאכן א טויש. א רבי? נישט זיכער.
א יחיד קען נישטחתונה מאכן פאר צוואנציג טויזנט דאלער.

א רבי קען יאמאכן זיינע חסידים עס טיען.
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

בטלן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 9:11 pm
הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:33 pm
בטלן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:19 pm

די יחידים האבן כמעט נישט קיין כוח צו מאכן טוישונגען און די פראבלעמען

אבער די רבי'ס האבן א גאר שטארקע כוח - אויב ווילן זיי!

טיען זיי גענוג? ודי בזה.
אראפגעטראסקעט די שולד פון זיך און געטראפן וועם צו בלעימען. א יחיד קען שוין איינמאל מאכן א טויש. א רבי? נישט זיכער.
א יחיד קען נישטחתונה מאכן פאר צוואנציג טויזנט דאלער.

א רבי קען יאמאכן זיינע חסידים עס טיען.
איך האב נייעס, איך האב שוין גערעד צו א שיינע פאר גרויסע אדמורי״ם דערוועגן, ״אלע״ אויסער 1 האבן געזאגט אז עס האט ״גארנישט״ מיט זיי, עס האט מיט די עולם…..
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
דוד הכהן
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:33 pm
בטלן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:19 pm

די יחידים האבן כמעט נישט קיין כוח צו מאכן טוישונגען און די פראבלעמען

אבער די רבי'ס האבן א גאר שטארקע כוח - אויב ווילן זיי!

טיען זיי גענוג? ודי בזה.
אראפגעטראסקעט די שולד פון זיך און געטראפן וועם צו בלעימען. א יחיד קען שוין איינמאל מאכן א טויש. א רבי? נישט זיכער.
גיב א קליינע קוק אין קרית יואל נאך ווי די רבי האט א כח! אקעי דאס איז מיט א ווילידש.

אין שטאט ווער האט א כח פון ריזאונינג? UJO וואס איז אונטער די קהילה ווען וועלט איז וועלט לאזט עס נישט די רבי ארויס פון האנט צו ווערן איבערגיגעבן פאר א פריוואטע אינוועסטער'ס

פרדס פיגא צבי איז א קהילה פראיערט מיט א געוואלדיגע סוקסעס פארוואס איז נאכנישטא לפחות נאך 2 זאלן פון די קהילה נאך א גוטע 10 13 יאר?

די קהילות/מוסדות רעיזט אסטוראנעמישע סכומים סיי פון נגידים און סיי פון יחידים פאר נייע בנינים אין ברוקלין, פארוואס רעיזט מען נישט דאס געלד פאר מאסיווע פראיעקטאן אין נייע ישובים?

וכו' וכו' וכו'
שמואלזסבה
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 9:37 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלזסבה »

הדד בן בדד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:39 pm
moishy56 האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 7:20 pm
כפרה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 7:15 pm
moishy56 האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 7:07 pm
הדד בן בדד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:36 am

אליעזר, עס געפעלט מיר ווי דו שרייבסט אז האוזינג קאסט דיר א נישטיגע 30 אלפים א יאר, וואס דאס קומט אויס צו 2,500 $ א חודש.

אנדערע האבן שוין אנגעמערקט אז דאס איז נישט די נארמע, אבער היות ביסט אן איש ציבור וואס רעדט אין די ענינים, וויל איך דו זאלסט וויסן די פאקטישע נומערן וויפיל עס קאסט "היינט" הואזינג. איך האלט עס איז וויכטיג פאר דיר צו וויסן.

זייט וויסן אז צו דינגען א פשוטע 3בעדרום דירה אין בארא פארק, קאסט היינט לערך פיר - פיר אהאלב טויזנט דאלער רענט א חודש! רענט!

יא! איך רעד פון פאקטישע נומערן פון מענטשן מיט וועמען איך האב פאקטיש גערעדט! דאס זענען די פרייזן!
נו ... דאס שרייט ר' לעיזער שוין 6 יאר!
צו דיך אריבער צו א ביליגע געעגענט און דינג א ביליגע 3-6 בעדרום הויז.
נישטא קיין אידישע שטאט וואס האט יעצט די פרייז וואס אליעזר שרייבט, דאמירן בעלמא.
אין לינדען קען מען נישט דינגען א הויז פאר $2,500 א חודש [30k א יאר]?
א איד וואס וואוינט אין די סיטי און מוטשעט זיך, ער צאלט טאקע רענט 4,500 א חודש, אבער ער קען באקריגן וואוטשערס פאר שכר לימוד.

גייט ער קיין לינדן, ער צאלט טאקע רענט 2,500 (טאקע אזוי ביליג?) אבער דאן צאלט ער שכל לימוד 2000 א חודש.

מחליף פרה בחמור.
ער קען גיין צו נייע קליינע פלעצער און צאלן 2,500 מארגידש פלאס האבן וואטשערס
(אין די הויז איז גענוג גרויס צו מאכן די בר מוצה און דער הויז.)

איך וואין אין אריזאנע
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5885
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

אליעזר קרויס האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 9:19 pm
בטלן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 9:11 pm
הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:33 pm
בטלן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:19 pm

די יחידים האבן כמעט נישט קיין כוח צו מאכן טוישונגען און די פראבלעמען

אבער די רבי'ס האבן א גאר שטארקע כוח - אויב ווילן זיי!

טיען זיי גענוג? ודי בזה.
אראפגעטראסקעט די שולד פון זיך און געטראפן וועם צו בלעימען. א יחיד קען שוין איינמאל מאכן א טויש. א רבי? נישט זיכער.
א יחיד קען נישטחתונה מאכן פאר צוואנציג טויזנט דאלער.

א רבי קען יאמאכן זיינע חסידים עס טיען.
איך האב נייעס, איך האב שוין גערעד צו א שיינע פאר גרויסע אדמורי״ם דערוועגן, ״אלע״ אויסער 1 האבן געזאגט אז עס האט ״גארנישט״ מיט זיי, עס האט מיט די עולם…..
דער איינער איז מיר אינטרעסאנט צי וויסן פון וועם מען רעדט.
ווייל איך וואלט אויך געזאגט אז ס'האט נישט מיט מיך, ווייל ס'איז זייער זייער זייער שווער צי רוקן זאכן און דער נושא, אבער ס'איז א מאָסט מען דארף היינט א גרעסערע כוח ווי כח היחיד צי טושן דער מציאות.

א מאן אליינס אדער דער בעל פרנסה וואלט אסאך געשפארט, ווען עס איז תלוי נאר און איהם, אבער ביי א חתונה איז דא מינימום 6 מענטשן אינוואלוואד פאר שווער'ס און שוויגער'ס און עלטע זיידעס
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

shimon7323 האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 10:36 pm
אליעזר קרויס האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 9:19 pm
בטלן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 9:11 pm
הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:33 pm
בטלן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:19 pm

די יחידים האבן כמעט נישט קיין כוח צו מאכן טוישונגען און די פראבלעמען

אבער די רבי'ס האבן א גאר שטארקע כוח - אויב ווילן זיי!

טיען זיי גענוג? ודי בזה.
אראפגעטראסקעט די שולד פון זיך און געטראפן וועם צו בלעימען. א יחיד קען שוין איינמאל מאכן א טויש. א רבי? נישט זיכער.
א יחיד קען נישטחתונה מאכן פאר צוואנציג טויזנט דאלער.

א רבי קען יאמאכן זיינע חסידים עס טיען.
איך האב נייעס, איך האב שוין גערעד צו א שיינע פאר גרויסע אדמורי״ם דערוועגן, ״אלע״ אויסער 1 האבן געזאגט אז עס האט ״גארנישט״ מיט זיי, עס האט מיט די עולם…..
דער איינער איז מיר אינטרעסאנט צי וויסן פון וועם מען רעדט.
ווייל איך וואלט אויך געזאגט אז ס'האט נישט מיט מיך, ווייל ס'איז זייער זייער זייער שווער צי רוקן זאכן און דער נושא, אבער ס'איז א מאָסט מען דארף היינט א גרעסערע כוח ווי כח היחיד צי טושן דער מציאות.

א מאן אליינס אדער דער בעל פרנסה וואלט אסאך געשפארט, ווען עס איז תלוי נאר און איהם, אבער ביי א חתונה איז דא מינימום 6 מענטשן אינוואלוואד פאר שווער'ס און שוויגער'ס און עלטע זיידעס
הא״ד, קיינער האלט נישט ביים שוויצן
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע:מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

קוואל וואסער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 6:24 pm
נקודה למחשבה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 5:28 pm
חיים טוב האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 5:03 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 10:22 am
כפרה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 10:14 am

ווייסטו וואס לאמיר נעמען טאקע די איין אייטעם, וויפיל קאסט א פעקל ווייפס? וויפיל קאסט א באקס טישאס? און וויפיל קאסט א פעקל טוילעט פעיפער?
און יעצט וויפיל פון ווייפס טישאס טוילעט פעיפער ברויך א משפחה פון 10 נפשות, איך ערווארט א תשובה.
5 פעקלעך ווייפס גענוג פאר א וואך איז 4.99 .
7 באקסעס טישוס גענוג פאר א וואך איז 7 דאלער.

שטוינסט נאכאלץ?
7 באקסעס טישאס פאר 7 דאלער ? די רעדסט מסתמא פין די ביליגסטע אדער כמעט ביליגסטע וואס צירייסט זיך נאך פאר מען כאפט עס אן.
אין מיין משפחה אויב איז אמאל נישט געווען געניג געלט האט מען ענדערש נישט געגעסן קיין פרישטאג לאנטש סאפער, אבער מען זאל האבן די געלט פאר שטערקערע קאמפאניס וואס זענען אויך מער סאפט,
אז די קענסט אנגיין מיט די ביליגע מיינט נישט אז יענער קען אויך.
מיין פריינט, דיין תגובה ברענגט ארויס דעם פראבלעם. גוד דזאב!

ס'מאכט זיך אמאל אז א פרוי איז נישט געזונט פיזיש צו גייסטיש אדער אנדערע פראבלעמען, און מען קען נישט שפארן אויף עסן וכו'. פארשטענדליך.

אבער סתם פאר באקוועמליכקייט נישט קענען האבן ביליגע טישוס?

ווי שטארק די קענסט נישט האבן קיין ביליגע טישוס, קענסטו מער נישט צאלן ווען די האסט נישט די געלט.
א דאנק פון פאראויס אויב איר טרעפט מיר א פעקל ווייפס פאר 1 דאלאר איטש.
מיין פוינט איז נישט וויפול טישוס קאסטן.
אזוי אויך זיך איך נישט צו געבן עצות יעצט. די לחץ אויף מענטשן יעצט פאר יום טוב איז ריזיג גרויס, און אלעס אחוץ אפאר דאלער + א קלאפ אין פלייצע קומט נישט אריין אויפן מינוט.

דער תגובה האט מיר פשוט געטריגערט זינט טאקע דער מיינדסעט ברענגט אונז פילע פראבלעמען.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

מפרסמין עושי מצוה!

איך וויל זיך פערזענליך באדאנקען, פון הארץ צו הארץ, פאר א חשוב'ער ניק 'צד-תמות', וועלכער האט ברוב טובו אריינגעשיקט א שיינע סכום געלט, מיר ארויסצוהעלפן.

איך בין נתפעל געווארן, ווי אזוי א איד קומט פון זיך אליין, קיינער האט אים נישט געבעטן און קיינער האט נישט פארלאנגט, ער קען מיר נישט און איך האב נישט געהאט קיינמאל מיט אים קיין שום פארקער. עם כל זה האט ער באשלאסן פון זיך אליין אריינצושיקן עפעס, מיר ארויסצוהעלפן.

איך האב אים צוריקגעענטפערט, אז איך בין נישט בארעכטיגט אין דער מצב צו זאגן 'ניין' פאר זיין נתינה, מיין משפחה ווארט דערויף. אבער נעמען פון אנדערע מענטשן שמעקט מיר נישט אזוי שטארק. דעריבער, נעם איך עס אן בתור הלוואה, און איך האף זייער שטארק אז איך וועל עס אים בקרוב קענען צוריקגעבן.

איך גלויב אז ער אליין ווייסט נישט אין וועלכער מצב די געלט האט מיר געטראפן, און ווי שטארק איך קוק פונקט יעצט ארויס אויף די דאזיגע געלט, און ווי שטארק עס האט מיר פארגרינגערט. ער האט נישט קיין השגה וואס ער האט יעצט געטון לכבוד דעם יום-הדין.

איך גלויב און איך בין מתפלל, אז ער זאל האבן א שנה טובה ומתוקה, א גוט געבענשט יאר, וכל הברכות האמורות בתורה יחולו על ראשו.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך .
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איינס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 9:27 pm
טוטצעך הענט און פיס, סקאסט אזוי אדער אזי, יא אמת נישט אמת. ואני בתוך עמי אנכי יושבת איך קוק מיר ארום רעכטס לינקס אויבן אונטן יעך ווייס נישט וואס די בהלה איז. איך גיי דא נישט ארויס לייגן מיינע פיינענטשל ביכער באט איך לעב א עוורידזש לעבן , איבער 10 יאר נאכן חתונה, 5 קינדערלעך קיין איין עין הרע, געלערנט אין כולל 3 4 יאר, א יאר געלערנט א האלבע טאג און געטרייט מאכן גרעפיקס א צווייטע האלבע יאר. דערנאך געארבעט אין עטליכע פלעצער, באקום באצאלט די עוורידזש געהאלט. מיין ווייב האט געארבעט אין אנהייב שפעטער אראפ צו א האלבע טאג און היינט ארבעט זי פאר מיר אינדערהיים...
נישט מיין טאטע נישט מיין שווער האבן געלט, שכר לימוד געצאלט ערליך מיט א קרעדיט קארד אן פייל (אויסער א תקופה וואס סאיז געווען אביסל טייט ארום געשלעפט), קיינמאל געהאט קיין באלאנס אין גראסערי. לעצטע יארן געסטאפט נעמען פודסטעמס כאטש געוויסע תקופות וואלט איך געקענט אפלייען און באקומען. און געס וואט איך נוץ א קרעדיט קארד און נאך קיינמאל (אפשר איינמאל ביי מיסטעיק) געצאלט קיין אינטרעס.
איימעניט, געפארן קיין ארץ ישראל באלד 10 מאל, איך מיין שוין געספענט איבער 50 אלפים פאר דעם. געקויפט א הויז, און יאפ מיין ווייב האט א באגאבא.

באט… נוואדע א באט.
דער סוד ליגט צי דו האסט א באגאבא אדער דו ״דארפסט״ א באגאבא.

אויב דארפסטו א באגאבא קענסטו טרייען שפארן א גאנץ יאר גרעיפ דזשוס און מיט איין באגאבא האסטו געהרגעט דיין שפארזאמקייט פון א גאנצן יאר. סתם א רחמנות אויף די טרערעליך וואס האבן זיך געבעטן פאר נאך א ליין גרעיפדזשוס.
אבער אויב דארפסטו נישט קיין באגאבא אבער אויב איז מעגליך קויפסטו, לעבסטו א גוטן לעבן.

הערט א מעשה פון קערידזשעס, ודן מינה ואוקי באתרא.
ביי מיר האב איך ביי די ערשטע געקויפט נאר א באגאבא בי, איי ״יעדער״ האט א קאמיליאן, און קאם אן א קערידזש איז א איינמאליגע עקספענס, און זי ברענגט די געלט סאו קויף איר א באלעבאטישע קערידזש, בלא בלא בלא.. באט איך ווייס אז א אינגערמאן וואס זיצט אין כולל און זיין ווייב ארבעט מאכט נישט קיין טראפ סענס ער זאל ״דארפן״ עפעס. סאו א קערידזש קויפט מען, און געקויפט א באגאבא וואס איז באמת אויסער זיין ברענד נעים אויך א גוטע קערידזש, באט א בי ווייל דאס מאכט מיר סענס (איך האב גענוצט דעם קערידזש פאר 4 קינדער).
ביי די צווייטע איז אונטער געקומען א דיעל פון א מעשה בוידעם קלאץ און איינער האט פארקויפט זיין קאמיליען וואס מהאט גענוצט ווייניג פאר א גוטע פרייז. דער קערידזש איז נאך אין באנוץ ביז היינט.
ווען איך האב געליעסט א קאר האט מען געקויפט א דונא.
ווען די בי איז געגאנגען שלאפן האט מען נאך געטרייט צוטעיפן און נוצן (פאר די גוטע קערידזש האב איך די קאמיליען) און ווען סהאט זיך געמאכט די צייט האט מען געקויפט א באטערפליי.

איך האב אויך א קאמיליען, אויך א דונא, און אויך א באטערפליי. באט איין זאך: נישט איך און נישט מיין ווייב האבן קיינמאל ״געדארפט״ ״געמוזט״ א באגאבא דונא אדער באטערפליי. געוואלט יא, אבער אן קיין מוז.

איך קוק מיר אביסל ארום ביי מיינע ארומיגע איך מיין דארט ליגט דער יסוד פון לעבן ווי א מענטש (חלק ההשתדלות פארשטייט זיך) אויב מוזטו ביסטו א לוזער. דו האסט נישט די זאך און נישט די געלט, ווייל נאך א קליין תקופה ״מוזטו״ די נייע און די אלטע פארקויפסטו פאר א גוטע פרייז פאר דער וואס מוז נישט. אבער אויב מוזטו נישט האסטו די זאך און די געלט.

סוף דבר די שאלה איז נישט וויפיל און אויף וואס ספענדסטו, נאר ווען און פארוואס ספענדסטו.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

נברא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:17 pm
איך האב נישט מיטגעהאלטן דעם גאנצן דין ודברים איבער די בודזשעט. אבער מבשרי אחזה, מען קען לעבן מיט אסאך א קלענערע בודזשעט ווי אסאך מיינען. מען דארף האלטן די אויגן אפן, און נישט ווערן פארקויפט פאר די מארקעטערס, און נישט ווערן פארשוועמט אפילו פון די מארקעטערס וואס קומען מיט א "הייליגע מאנטל".

א פיצי ביישפיל . היינט בין אין געגאנגען שלאגן כפרות, איך האב געפרעגט א שאלה צי איך דארף קויפן פאר יעדעם אן עקטסטרע כפרה, האט מען געזאגט אז מען קען נעמען אלע אינגלעך מיט איין זכר, און אלע מיידלעך מיט איין נקיבה. (יעצט האב איך שוין פארשטאנען פארוואס אין די אלטע סידורים זעט מען איינע פון די נוסחות פאר די וואס שלאגן כפרות פאר עטליכע צוזאמען - אין די כפרה צענטערן וואס האבן די נוסח פון "זה כפרתי" זענען נישט גורס די פארשידענע "זה כפרתינו" נוסחאות, פון זייער זייט זאל קיינער נישט וויסן אז עס בכלל דא א הוא אמינה צו נעמען צוזאמען)
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 1:39 pm
פיאקער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 06, 2024 11:36 pm
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 06, 2024 10:39 pm

אין מג"א סימן תר"ה איז מבואר אז ס'פעלט נישט אויס צו נעמען א עקסטרע כפרה פאר יעדן איינעם, ממילא איז גענוג אז מ'נעמט איין זכר פאר אלע זכרים פון די משפחה (כולל המעוברת), און איין נקיבה פאר אלע נקיבות פון די משפחה. און ערב יום כיפור קען מען סתם אזוי זיך צוזאם שטעלן מיט אסאך אידען, והכל על מקומו יבוא בשלום.

הגם די אר"י הק' האט יא גענומען א עקסטרע כפרה (מג"א שם), איז מען אבער נישט מחיוב צו בארגען אדער שנארען פאר דעם.
אונזעמיר נישט קיין גרים.

בנוגע פינאנציעלע שוועריקייטן דארף יעדער פרעגן זיין לאקאלער רב / פיינענשל בודזשעטינג עקספערט.
זייער ריכטיג.

מיר האבען מקובל פון אבותינו ורבותינו אז ווען מ'האט א שאלה, קוקט מען וואס די שו"ע והפוסקים האבען צו זאגען. און אויב מ'קען נישט, פרעגט מען א רב וואס ווייסט יא וואס די שו"ע האט צו פארקויפען.

פון דארט און ווייטער, איז בדרך כלל דאמירן בעלמא.
אוועטאר
דאני
שר שלשת אלפים
תגובות: 3385
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

רוויגו האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 8:56 pm
מפרסמין עושי מצוה!

איך וויל זיך פערזענליך באדאנקען, פון הארץ צו הארץ, פאר א חשוב'ער ניק 'צד-תמות', וועלכער האט ברוב טובו אריינגעשיקט א שיינע סכום געלט, מיר ארויסצוהעלפן.

איך בין נתפעל געווארן, ווי אזוי א איד קומט פון זיך אליין, קיינער האט אים נישט געבעטן און קיינער האט נישט פארלאנגט, ער קען מיר נישט און איך האב נישט געהאט קיינמאל מיט אים קיין שום פארקער. עם כל זה האט ער באשלאסן פון זיך אליין אריינצושיקן עפעס, מיר ארויסצוהעלפן.

איך האב אים צוריקגעענטפערט, אז איך בין נישט בארעכטיגט אין דער מצב צו זאגן 'ניין' פאר זיין נתינה, מיין משפחה ווארט דערויף. אבער נעמען פון אנדערע מענטשן שמעקט מיר נישט אזוי שטארק. דעריבער, נעם איך עס אן בתור הלוואה, און איך האף זייער שטארק אז איך וועל עס אים בקרוב קענען צוריקגעבן.

איך גלויב אז ער אליין ווייסט נישט אין וועלכער מצב די געלט האט מיר געטראפן, און ווי שטארק איך קוק פונקט יעצט ארויס אויף די דאזיגע געלט, און ווי שטארק עס האט מיר פארגרינגערט. ער האט נישט קיין השגה וואס ער האט יעצט געטון לכבוד דעם יום-הדין.

איך גלויב און איך בין מתפלל, אז ער זאל האבן א שנה טובה ומתוקה, א גוט געבענשט יאר, וכל הברכות האמורות בתורה יחולו על ראשו.
די תגובה האט מיר געקאסט א טרער מי כעמך ישראל
וועירד הא הא! וועירד הא הא! וועירד הא הא הא!!
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5839
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

כפרה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 5:54 pm
אליעזר קרויס האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 5:39 pm

שכ"ל איז לערך 50 אלפים אינקלודינג ישיבה
ישיבה פאר א 14 יעריגער...

סאב טאטעל

עס איז געלונגען אז דו האסט א אלטע הויז וואס דו צאלסט דארט אן אלטע מארגעדש, דיין האוזינג עקספענס איז נישט וואס קיינער צאלט יעצט אויף די מינוט
דיין עלצטע איז 14 יאר, סא דיין שכר לימוד איז לימיטעד צו דיינע קליינע קינדער, ווייטער נישט וואס די עוורידש צאלט
קיינער וואקסט נישט אויס ביי דיר די קליידער, קיין איין ציצית ווערט נישט שמוציג און אויסגעדינט, און געקויפט איין קלייד פאר א שמחה אין פ"ה... אויב איך גלייב דיר קען איך דיר נאר זאגן אז דאס איז נישט מעינסטרים, און וועסט האבן גרויסע מיידלעך וועל מיר נאכאמאל האבן א שמועס דערוועגן.
קיינער ברויך נישט עסן, מען באגניגט זיך מיט א דריטל מצה פער סעודה פסח, אן עפעס צו עסן צו דער זייט.

אז דו קענסט אזוי לעבן געזונטערהייט, באט דאס הייסט נישט באדשעט'ן.
די חידוש איז אז דאס אליינס קאסט פאר ר' אליעזר א נישטיגע 150k, אויב אזוי וויפיל קאסט צו לעבן פאר איינער וואס גראסעריס קאסט מער ווי $600 א וואך?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7315
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך בין געווען אין קאר און געדרייווט, האב איך אויסגעהערט ר' אליעזר'ס גאנצע דרשה, און ליידער עובר געווען אויף אל תרגזו בדרך... יעצט האב איך שוין אויף וואס תשובה צו טאן מארגן...

אליעזר זאגט באריכות, כדרכו, אסאך גוטע נקודות, אבער דרייעט ארום מיט די ווערטער און געוויסע קריטישע ידיעות בלייבט אומקלאר. ער לאזט די חלק פון עסן/גראסערי כמעט צום סוף, ער איז מסביר זיין ביליגע ביל מיט אויסריידן אז ער נוצט כמעט נישט קיין פעיפער גודס, ער קויפט נישט קיין פארטיגע געבעקס און עסט נאר וואס די רביצין באקט אינדערהיים, און אויב די גרינצייג איז צו טייער וועט ער נישט קויפן קיין סעלערי פאר די זופ... און מיט דעם ביילייפיג איז ער מסיים זיינע ווערטער.

אנהייב שמועס רעדט ער פון די ימים טובים, און רעכנט אויס א ליסטע פון זאכן וואס קאסט און מאכט א חשבון אז עס איז נישט געפערליך, סך הכל קאסט זיצן מיט ד' מינים און הושענות, נאר אפאר ספענדערס ספענדן פאר די אונטערן פלעיס... און ער ווארפט אריין אז פון גראסערי אויף די ימים טובים וועט ער רעדן שפעטער. אבער למעשה צום סוף ביי די גראסערי חלק רעדט ער ס"ה פון גרעיפ דזשוס... ר' אליעזר, האסט פארגעסן פונעם עלעפאנט אינעם צימער? וואו איז די חשבון פון דיין פיש און פלייש אויף שבת ויו"ט?

דאס יאר די הייליגע טעג קומט אויס צו 10 טעג וואס מען עסט 2 סעודות (3 טעג ר"ה און שבת, 1 טאג ערב ומוצאי יוכ"פ, 3 טעג די ערשטע טעג סוכות און 3 די צווייטע טעג). קענסט צולייגן הושענא רבה. לאמיר זאגן אז פון דיינע 8 קינדערלעך וועלן נאר 5 עסן פיש, אינאיינעם מיט די עלטערן איז עס 7 פיש פארציעס פער סעודה, און 14 פער טאג. דאס איז מינימום 140 פארציעס פאר תשרי, פון ר"ה ביז נאך שבת בראשית. וויפיל קאסט דיר דאס? וואס איז מיט פלייש? וואס איז מיט אלע אנדערע זאכן, זופ, לאקשן, קרעפלעך, זיסע מייערן, קוגל, קאמפאט, חריין אדער דיפס אויב דו עסט? פארוואס רעכנסטו דאס נישט אריין? פארוואס רעדסטו פסח נאר פון די מצות, דו ווייסט דאך זיכער וויפיל די אנדערע כשר לפסח עסן קאסט, אפילו נאר צוקער מיט זאלץ... ווער רעדט נאך פון מילכיגס, קעיקס פאר די קינדער, פיש (ווער עס עסט) און פלייש, דאס אלעס איז א פארמעגן... וויפיל קאסט דיר דאס?

ווען מענטשן שרייבן אז יו"ט קאסט א הון תועפות, איז עסן א ריזיגע חלק דערפון!בפרט אז מען האט בחורים, און ווי איינער האט שוין געשריבן אויבן, עסן זיי סיי א גאנצע וואך און אודאי שבת ויו"ט מיט א בחור'ישע אפעטיט!

ווען איך האב ווען מער צייט, וואלט איך געמאכט א ליסטע פון זאכן וואס עס קאסט א תשרי, אודאי איז גרינג אוועקצומאכן כפרות מיט ד' מינים, אבער למעשה הייבט זיך עס אן ביי די טייערע רעגיסטראציע ערב יו"ט, און פון קויפן זיצן, טייערע פרייזן פאר די מקוה, און אלע ארומיגע זאכן, קאסט, עס קאסט א געוואלד!! און דאס אלעס איז נאך פאר מען רעדט פון קליידער. און נאך יו"ט נייע ספרים פאר די קינדער/בחורים, סקול סופלייס, און פיל מער.

א בר מצוה פאר 5 אלפים? איך מיין אז די ביליגסטע תפלין היינט איז ארום 2,000, בנוסף צו א תפלין בייטל, רעכן צו א G&G פאר אלע רעקלעך/ מאנטלעך/ בעקישעס, לייג צו דריי גודס, פון די הייליגע ציצית, און אלע וועש פון קאפ ביז פוס, אינקלודינג די צוגעהערן ווי א פאסיק, גארטל, נאכדעם לייג צו הוטן פאר שבת/וואכן (אפילו נאר דיינע ביליגע), שיך פאר שבת/וואכן, איך האלט שוין ביי איבער 5,000 נאך איידער מען האט אנגעהויבן רעדן פון א סעודת בר מצוה, וואס קאסט היבש, בפרט אויב מען מאכט עס אין א זאל (ווי רוב מענטשן טוען וויבאלד מען האט נישט קיין פלאץ אינדערהיים). רוב מענטשן שיקן שוין היינט די ערב-בר-מצוה בחורים צו בר מצוה קלאסן צו לערנען די הלכות וואס קאסט אויך א שיינע אפותיקי.

נישט דא וואס צו רעדן – דו שאצט ערנסט אונטער.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1945
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

קוואל וואסער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 6:24 pm
א דאנק פון פאראויס אויב איר טרעפט מיר א פעקל ווייפס פאר 1 דאלאר איטש.
$1.19 דעליווערד צו דיין טיר
https://www.walmart.com/ip/Equate-Fresh ... om=/search

https://www.walmart.com/ip/Great-Value- ... om=/search

ביי בינגא איז נאך ביליגער
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1945
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

פומפדותא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:04 am
וואס טוסטו מיט די קליידער פון עלי וואס פיטן נישט פאר די קינדער?

עלי איז נישט א צענטל די פרייז פון היימישע געשעפטן און ניטאמאל האלב, ווען די רעכענסט אריין די זאכן וואס מען קען נישט ריטורנען ביי עלי האסטו גאנץ מעגליך איבערגעצאלט.

עס איז דא היימישע עפארדעבעל געשעפטן און היימישע טייערע געשעפטן, ווען מען קויפט איין אין די היימישע עפארדאבעל געשעפטן צאלט מען צום סוף פסוק ביליגער ווי עלי און מען דארף נישט ווארטן א חודש צו אויסגעפינען אז די קלייד פיט נישט
עלי אין פיין א צענטל פון לאקאל. אדער ווייסטו נישט וויפיל ס’קאסט א קלייד לאקאל אדער ווייסן ענק נישט ווי אזוי מ’נוצט עלי.

ביי מיר קויפט מען אין די מאסן ביי עלי אבער נאר זאכן וואס מ’קען ריטורנען. מ’קויפט אלע סייזעס און מ’שיקט צוריק דאס איבריגע.

מאסן זאכן אויף עלי זענען ארגינעלע טייערע ברענדעד נעים אייטעמ’ס פאר א צענטל די פרייז, ס’האט אפילו די טעג פון די קאמפאני... די כינעזע גזל’ן אראפ פון יעדע ראן. אבער דע סעלערס פליען געווענליך אראפ נאר אפאר טאג
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 4:56 pm

אדער איזעס נאכגעמאכט אפי’ מיטן טעג
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1945
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

גבריאל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 5:01 pm
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 4:56 pm
פומפדותא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:04 am
וואס טוסטו מיט די קליידער פון עלי וואס פיטן נישט פאר די קינדער?

עלי איז נישט א צענטל די פרייז פון היימישע געשעפטן און ניטאמאל האלב, ווען די רעכענסט אריין די זאכן וואס מען קען נישט ריטורנען ביי עלי האסטו גאנץ מעגליך איבערגעצאלט.

עס איז דא היימישע עפארדעבעל געשעפטן און היימישע טייערע געשעפטן, ווען מען קויפט איין אין די היימישע עפארדאבעל געשעפטן צאלט מען צום סוף פסוק ביליגער ווי עלי און מען דארף נישט ווארטן א חודש צו אויסגעפינען אז די קלייד פיט נישט
עלי אין פיין א צענטל פון לאקאל. אדער ווייסטו נישט וויפיל ס’קאסט א קלייד לאקאל אדער ווייסן ענק נישט ווי אזוי מ’נוצט עלי.

ביי מיר קויפט מען אין די מאסן ביי עלי אבער נאר זאכן וואס מ’קען ריטורנען. מ’קויפט אלע סייזעס און מ’שיקט צוריק דאס איבריגע.

מאסן זאכן אויף עלי זענען ארגינעלע טייערע ברענדעד נעים אייטעמ’ס פאר א צענטל די פרייז, ס’האט אפילו די טעג פון די קאמפאני... די כינעזע גזל’ן אראפ פון יעדע ראן. אבער דע סעלערס פליען געווענליך אראפ נאר אפאר טאג
אדער איזעס נאכגעמאכט אפי’ מיטן טעג
דאס איז אויך דא

אבער מיר האבן שוין געהאט אסאך מאל ווען ס’איז געווען די ארגינעלע. מיר האבן קאמפעירד ביידע אין די האנט.
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 4:56 pm
פומפדותא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:04 am
וואס טוסטו מיט די קליידער פון עלי וואס פיטן נישט פאר די קינדער?

עלי איז נישט א צענטל די פרייז פון היימישע געשעפטן און ניטאמאל האלב, ווען די רעכענסט אריין די זאכן וואס מען קען נישט ריטורנען ביי עלי האסטו גאנץ מעגליך איבערגעצאלט.

עס איז דא היימישע עפארדעבעל געשעפטן און היימישע טייערע געשעפטן, ווען מען קויפט איין אין די היימישע עפארדאבעל געשעפטן צאלט מען צום סוף פסוק ביליגער ווי עלי און מען דארף נישט ווארטן א חודש צו אויסגעפינען אז די קלייד פיט נישט
עלי אין פיין א צענטל פון לאקאל. אדער ווייסטו נישט וויפיל ס’קאסט א קלייד לאקאל אדער ווייסן ענק נישט ווי אזוי מ’נוצט עלי.

ביי מיר קויפט מען אין די מאסן ביי עלי אבער נאר זאכן וואס מ’קען ריטורנען. מ’קויפט אלע סייזעס און מ’שיקט צוריק דאס איבריגע.

מאסן זאכן אויף עלי זענען ארגינעלע טייערע ברענדעד נעים אייטעמ’ס פאר א צענטל די פרייז, ס’האט אפילו די טעג פון די קאמפאני... די כינעזע גזל’ן אראפ פון יעדע ראן. אבער דע סעלערס פליען געווענליך אראפ נאר אפאר טאג
ב"ה איך האב א געזונטע שטוב וואס דארף נישט קיין קליידער וואס שטייט דערויף אויפגעשריבן Gucci דעריבער איז נישט דא קיין שום ריווח פון קויפן ביי עלי, אדרבה איבערגעצייגט אייך אליין. איך האב לעצטע וואך געוואלט קויפן אונטערהעמעדער פאר מיין בעבי וואל-מארט און אמעזאן זענען געווען די זעלבע פרייז פון עלי.

ווי אזוי ריטורנסטו זאכן צו טשיינע?
בילד
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”