ציטיר
6
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך קאקאש קעיק
»
זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 6:11 pm
לכבוד מיינע טייערע חברים אינגערלייט וואס האבן נאך נישט חתונה געהאט צוליב סיי וועלעכע סיבה, איך בין א אינגערמאן וואס האט שוין ב"ה יא חתונה געהאט טאקע ביי די 26 יאר, דעס האב איך געשיקט פאר איינעם אפאר יאר צוריק, צוליב א געוויסע סיבה, איך בין נאך נישט געווען חתונה געהאט דעמאלטס, אבער די ווייטאג איז נאך אפען לכבוד מיין טיייערע ידיד דעס וואס דו האסט געשריבן! בנוגע צו א בחור מעג זיין א שדכן, בעסער א אינגערמאן פון 24 יאר וואס האט נאך נישט חתונה געהאט... איך בין א (בחור) אינגערמאן וואס האט נאך נישט חתונה געהאט, שוין אריבער די 24 יאר ב"ה, איך האב הנאה אז איר האט ארויף געברענגט אזא וויכטיגע נקודה, איך חידוש מיר אויף אייער ווערטער "א בחורל דארף זיצן אין לערנען, עס קען ווערן א רייץ פאר בחורים צו אויס פירן שידכים", אויף וועמען זאגט איר עס? אויף איינער וואס איז 24 יאר? רייץ פאר וועמען? פאר נאך בחורים פון 24 יאר!!! זייער גוט זאלן זיין מער שדכנים ביי אידן, פאר וועמען וועלן זיי אנטראגן? פאר זייער חבירים וואס זענען זייער יארן, די אינגערמאן פון 24 יאר אפילו נאך זיין חתונה וועט ער שוין נישט אנטראגן קיין שידכים, פארוואס? ווייל די איין אינגערמאן האט עם געשטאכן מיט א מעסער, מיט זיינע נארישע רייד, וויפל נאך שידכים ביי כלל ישראל האט מען שוין געווארפן אין מיסט צוליב דעם? ווער דען קען אזוי גוט בחורים, ווי זייער חבירים זייער יארן, איך ארבעט שוין פאר 4 יאר ב"ה, וויפל מאל באקום איך א קאמפלעמענט wow א בחור אזוי געלונגען, רבש"ע ווען ווערט מען געלונגען? ווען מען זאגט די ווערטער הרי את מקדשת לי!!! עס איז אזוי נאריש צו טראכטן אזוי, עס איז דא א מאנגל און מלמדים, וויפל געלונגענע מלמדים האט שוין כלל ישראל געווארפן אין מיסט? וויפל געלונגענע אחריות'דיגע בחורים וואס קענען ארבעט מער און בעסער'האט שוין כלל ישראל געווארפן אין מיסט?, וויפל געלונגענע ערליכע בחורים וואס כלל ישראל וואלט געקענט הנאה האבן ?לאזט מען נישט! עס איז קיינמאל נישט געווען ביי כלל ישראל אזא סיסטעם אז בחורים דארפן שימלען ביז זיי האבן חתונה, אין כל התורה איז נישט דא קיין חילוק צווישן א אינגערמאן און א בחור, און ווען יא איז א גרוש אדער א אלמן אויך א חלק פון די חילוק. לאמיר זעהן אין די תורה פרשת במדבר, מבן עשרים שנה ומעלה, א בחור פון 20 יאר יא, א אינגערמאן פון 18 ניין, במדבר א וַיְדַבֵּר ד' אֶל מֹשֶׁה בְּמִדְבַּר סִינַי בְּאֹהֶל מוֹעֵד בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ הַשֵּׁנִי בַּשָּׁנָה הַשֵּׁנִית לְצֵאתָם מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם לֵאמֹר. ב שְׂאוּ אֶת רֹאשׁ כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְמִשְׁפְּחֹתָם לְבֵית אֲבֹתָם בְּמִסְפַּר שֵׁמוֹת כָּל זָכָר לְגֻלְגְּלֹתָם. ג מִבֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וָמַעְלָה כָּל יֹצֵא צָבָא בְּיִשְׂרָאֵל תִּפְקְדוּ אֹתָם לְצִבְאֹתָם אַתָּה וְאַהֲרֹן. לאמיר זעהן אין פרשת בחקתי, א בחור פון 20 איז מער ווערט פון א אינגערמאן פון 18 ויקרא כז וַיְדַבֵּר ד', אֶל-מֹשֶׁה לֵּאמֹר. ב דַּבֵּר אֶל-בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם, אִישׁ, כִּי יַפְלִא נֶדֶר--בְּעֶרְכְּךָ נְפָשֹׁת, לַד'. ג וְהָיָה עֶרְכְּךָ, הַזָּכָר, מִבֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה, וְעַד בֶּן-שִׁשִּׁים שָׁנָה: וְהָיָה עֶרְכְּךָ, חֲמִשִּׁים שֶׁקֶל כֶּסֶף--בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ. ד וְאִם-נְקֵבָה, הִוא--וְהָיָה עֶרְכְּךָ, שְׁלֹשִׁים שָׁקֶל. ה וְאִם מִבֶּן-חָמֵשׁ שָׁנִים, וְעַד בֶּן-עֶשְׂרִים שָׁנָה--וְהָיָה עֶרְכְּךָ הַזָּכָר, עֶשְׂרִים שְׁקָלִים; וְלַנְּקֵבָה, עֲשֶׂרֶת שְׁקָלִים. ו וְאִם מִבֶּן-חֹדֶשׁ, וְעַד בֶּן-חָמֵשׁ שָׁנִים--וְהָיָה עֶרְכְּךָ הַזָּכָר, חֲמִשָּׁה שְׁקָלִים כָּסֶף; וְלַנְּקֵבָה עֶרְכְּךָ, שְׁלֹשֶׁת שְׁקָלִים כָּסֶף. ז וְאִם מִבֶּן-שִׁשִּׁים שָׁנָה וָמַעְלָה, אִם-זָכָר--וְהָיָה עֶרְכְּךָ, חֲמִשָּׁה עָשָׂר שָׁקֶל; ולַנְּקֵבָה, עֲשָׂרָה שְׁקָלִים לאניר זעהן פרשת משפטים, אויב איינער קומט אליין שטייט נישט אויב ער איז נאך א בחור, נאר אליין, עס מיינט אויך א גרוש, א אלמן. שמות פרק כ"א אוְאֵ֨לֶּה֙ הַמִּשְׁפָּטִ֔ים אֲשֶׁ֥ר תָּשִׂ֖ים לִפְנֵיהֶֽם: בכִּ֤י תִקְנֶה֙ עֶ֣בֶד עִבְרִ֔י שֵׁ֥שׁ שָׁנִ֖ים יַֽעֲבֹ֑ד וּבַ֨שְּׁבִעִ֔ת יֵצֵ֥א לַֽחָפְשִׁ֖י חִנָּֽם: גאִם־בְּגַפּ֥וֹ יָבֹ֖א בְּגַפּ֣וֹ יֵצֵ֑א אִם־בַּ֤עַל אִשָּׁה֙ ה֔וּא וְיָֽצְאָ֥ה אִשְׁתּ֖וֹ עִמּֽוֹ: דאִם־אֲדֹנָיו֙ יִתֶּן־ל֣וֹ אִשָּׁ֔ה וְיָֽלְדָה־לּ֥וֹ בָנִ֖ים א֣וֹ בָנ֑וֹת הָֽאִשָּׁ֣ה וִֽילָדֶ֗יהָ תִּֽהְיֶה֙ לַֽאדֹנֶ֔יהָ וְה֖וּא יֵצֵ֥א בְגַפּֽוֹ: הוְאִם־אָמֹ֤ר יֹאמַר֙ הָעֶ֔בֶד אָהַ֨בְתִּי֙ אֶת־אֲדֹנִ֔י אֶת־אִשְׁתִּ֖י וְאֶת־בָּנָ֑י לֹ֥א אֵצֵ֖א חָפְשִֽׁי: ווְהִגִּישׁ֤וֹ אֲדֹנָיו֙ אֶל־הָ֣אֱלֹהִ֔ים וְהִגִּישׁוֹ֙ אֶל־הַדֶּ֔לֶת א֖וֹ אֶל־הַמְּזוּזָ֑ה וְרָצַ֨ע אֲדֹנָ֤יו אֶת־אָזְנוֹ֙ בַּמַּרְצֵ֔עַ וַֽעֲבָד֖וֹ לְעֹלָֽם: פארוועלכע סיבה מעג א בחור נישט צו גיין צום עמוד שבת? איך האב א חבר וואס איז געווען 26 ווען ער האט חתונה געהאט, ליידער 3 וואכן שפעטער איז ער צוריק אהיים געקומען, אפאר וואכן שפעטער שבת ביינאכט איז ער צו געגאנגן צו קבלת שבת, מעריב, נאך דעם זאגט ער מיר, איך פארשטיי נישט פארוואס, אפאר וואכן צוריק האט מען מיר נישט צו געשיקט צו די עמוד יעצט יא, עס שטייט נישט קיין ערגעץ א בחור טאר נישט צו גיין צום עמוד, נאר איינער וואס האט נישט קיין ווייב, וד"ל איך האף אז די ווערטער וואס איך האב געשריבן וועט עפעס אויס מאכו, פאר סיי וועלכע הערה אדער איר ווילט הערן מער קענט איר מיר רופן... און אויב א בחור רופט אייך וועגן א שידוך זאגט נישט גלייך ניין, ווייל ער איז א בחור!!!, אויב א בחור רופט אייך וועגן א ארבעט זאגט נישט גלייך ניין, ווייל ער איז א בחור!!! אויב מען טראגט אייך אן א שידוך פון א בחור וואס ארבעט זאגט נישט גלייך ניין, ווייל ער ארבעט!!! ווייל זייער אסאך מאל איז ער אסאך בעסער וואס איר וועט צום סוף באקומען... ניין איך וויל נישט דו זאלסט יעצט רחמנות האבן אויף די אלע אינגערלייט, איך וויל נאר אז דו זאלזט זיי אנקוקן ווי יעדע נארמאלע אינגערמאן, נישט ווען ער קומט אריין צו א שמועס, דריי עס אוועק, ווייל עס איז דא בחורים, ניין זיי ווילן זיין ווי יעדע איינער, קוק מיר אן נארמאל, א פלאץ וואס שטייט "נישט פאר בחורים" מיינט נישט זיי
, עס מיינט ביז די 20, רוף זיי צו דיין שמחת, טראג זיי אן ארבעט, און פרעג זיי נישט יעדע מאל דו טרעפסט זיי, נא וואס וועט זיין? ער איז שוין נמאס פון די אלע נארישע קשיות. איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך יאג מיר, אפשר עוד חזון למועד, צו שרייבן פשוטע מעשיות וואס איך בין אריבער יענע יארן, אפשר וועט עס זיין חיזוק, אויב איינער וויל מער קען קומען אין אישי.... יישר כח פארן ליינען ביז דא