אויפן וועג קיין צפת...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לאנגע
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 5:28 pm
לאקאציע:און די באשעפערס הענט

אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע »

י"ב כסלו מיט א שיינע פאר יאר צירוק ווען איך בין נאך געווען א בחור און געלערנט און א"י האב איך מיך איין געאקשענט אז איך מיז אנקימען קיין צפת אויף די יארצייט פונעם הייליגען בת עין, דעמאלטס איז נאך נישט געווען אזא פאמפע ווי היינט עס איז נאך נישט געווען קיין דירעקטע באסעס צום ציון הקדוש, עס איז געווען דארט ביים יארציייט ארום 250 מענטשען דוירך אויס די גאנצע טאג, מיין טאטע זייענדיג א טאהשער תלמוד האב איך געוויסט צו זאגן וועגן די בת עין (ווי באקאנט איז אין טאהש בת עין פון די שטערקסטע חסידישע ספרים שוין פאר יארן.)
איך האב געטראכט אז די בעסטע צייט פאר מיך ארויף צו גיין וועט זיין פארטאגס, אזוי ווי עס איז דיך נישט דא קיין באסעס שפעט ביינאכט האב איך געמיזט נעמען א קאר קיין צפת, האב איך אנגעריפן מיין חבר וואס האט שוין דעמאלטץ געהאט לייסענס אויב ער קען דינגען א קאר ארויס צו פארן קיין צפת צום יארצייט פונעם בת עין ער זאגט מיר נא פראבלעם ער האט אפילא געשאפט נאך צוויי בחרום וואס זאלן מיט קימען אזוי אז די קאר זאל קאסטן ביליגער, 12 אזייגער רוף איך אים אהן ווען ער קימט מיך אויף פיקען, ער זאגט מיך אז ער גייט דארטן זיין ביז דריי מינוט און איך זאל שוין ווארטן אינדרויסן, טאקע 3 מינוט שפעטער קימט ער אהן מיט א קאר וואס איז שוין דעמאלטס געווען גאר אלט, שוין איך זעץ מיך אריין בשעתן גיין אויף פיקען די אנדערע צוויי בחרום פרעג איך אים אזוי ווי ער האט געשאפט אזא אלטע קאר זאגט ער מיך אז ער האט עס געדינגען פון א איליגעל רענטעל ווי באלד ער איז א נייע דרייווער האט ער געהאט פראבלעמן ארויס צו נעמען פון א געהריגע קאר רענטל און גראדע איז עס אויך אסאך ביליגער,(די קאר ווערט נאך לכורה פארדינגען דורך די איליגעל קאר רענטעל אויב די רענטל שטייט נאך אדער אויב די קאר פארט נאך אפילה טאמער די ווייפערס און אזוי ווייטער ארבעטן נישט).
מיר לאזן זיך ארויס פון ירושלים קיין צפת פארשטייט זיך אז מען מאכט גלייך א סטאפ ביי א געז סטעשן צו קויפן עסן און טרינקען פאר די וועג אפילה מען קען קויפן און געגנט פאר אסאך ביליגער און אייביג נאך אזא טריפ קימט מען צריק מיט די סנעקס נאך פארמאכט. אזוי פארן מיר ביז טוף אריין און דעם וועג אינז זענען אויפן תשים און באם די קאר האט זיך געלייגט שלאפן עס האלט נישט ביים פארן, גלייך וויל זיך די דרייווער געבן א ריק אריין צום שאלדר אבער פינקט א האלבע קאר האט דארט געפיט, ווער עס קען די תשים ווייסט אז די הייוועי איז א 2 וועי אבער נאר איין לעין פאר א יעדע זייט און דארט פארט מען מיטן פילסטן שנעל קייט און אין די שעה'ס פארט דארט בדרך כלל רוב טראקס און טרעילערס. די דרייווער פאנגט אהן צי קיקען ארויף און אראפ וואס עס גייט דא פאר כאפט ער אז ווי באלד עס איז אזא אלטע קאר איז די ווייזער פאר געז אזוי ווי עס קיקט אויס די בארס פון א בעטערי אויף א פוין דאס ליגט אויף איין זייט פון די סטירינ”ג ווי”ל און אויף די אנדערע זייט איז דא די זעלבע זאך וואס ווייסט ווי הייס די קאר איז און ער האט זיך פשוט צומישט צווישן די צוויי און די קאר האט פשוט נישט קיין געז
אינז האבן מורה געהאט צו ארויס קימען פון די קאר ווי באלד אינז זענען געווען צווישן צוויי אראבישע געגנט'ער און אינז האבן מורה געהאט צו בלייבן און די קאר ווי באלד א טראק קען אריין קראכן עני סעקאנד. אזוי נישט וויסנדיג וואס צו טון האבן מיר געריפן משטרה מיט אינזער ציקראצטע עברית און זיי רעגן זיך גלייך אויף ריף ידידים (אזוי ווי חברים חביבום / AAA זיי בעטן נישט קיין געלט אויב עס קאסט זיי נישט) אינז פאנגן אן צו רופן איינער נאך די צווייטער פאר ידידים'ס נאמבער פארלוירן אפאר מאל אינמיטן סערוויס אבער אינז קענען נישט שאפן די נאמבער, איך זאג פאר מיין חבר ריף צריק אן משטרה און פרעג זיי די נאמבער קיין אנדערע פלאץ צו עס שאפן האבן מיר נישט געהאט, שוין האבן מיר זיי צריק געריפן ב"ה אינז האבן שוין זייער נאמבער, מען ריפט זיי אהן אין מען פאנגט נאך אמאל אהן צו קראצן די עברית אינמיטן זאגן זיי אז איינער וואס קען ענגליש גייט אינז צרוק ריפן ביז 5 מינוט, אינז ווארטן אזוי 10 מינוט 15 און 20 און גארנישט אינז זענען שוין געווען אינדרויסן פון די קאר, שוין געווען צריק אינסייד, און צריק אינדרויסן, מען ריפט נאכאמאל ידידים און זיי זאגן די זעלבע זאך, 10 מניט שפעטער באקימט מען א רוף פין א ידידים מעמבער וואס רעדט נאר עברית ווי אינז זענען אינז פאנגן אהן צו טרייען מסביר צו זיין די טעלפוין פארט אריבער אלע 4 בחורים א יעדער ציברעכט עקסטער זייער ציין ער זאגט אז ער גייט דארט זיין ביז 10 מינוט, א האלבע שעה שפעטער שטעלט זיך אפ א גרויסע ווען פון די אנדערע זייט א מתנחל עפענט אויף זיין פענסטער פרעגן וואס עס גייט פאר מען פאנגט אים אהן מסביר צו זיין ער זאגט אז איינער זאל מיט קימען מיט אים צו די נעקסטע געז סטעישון ער וועט קויפן געז און עס צריק ברענגען קיינער האט נישט געוואלט מיט גיין אליין מיט א פרעמדע מענטש אבער א אנדערע וועג האט מען נישט געזען נאך ווארטנדיג פאר די ידידים מעמבער אנציקימען, צוויי בחרים האבן געגאנגען מיט אים איך מיט די דרייווער זענען געבליבן ביי די קאר אינמיטן שטעלט זיך אפ א קאר און צוויי מענטשען טאנצן ארויס איינער מיט א גרויסע גאן זיי האבן געהאט טינקעלערע הויט און נישט געגאנגען מיט קיין קאפלעך מיין הארץ האט אנגעפאנגן באמבערן למעשה האט זיך ארויס געשטעלט אז זיי זענען געווען פרענקן און זיי האבן פשוט געוואלט זיכער מאכן אז אינז זענען נישט קיין אראבער'ס וואס ווארטן צי אטעקירן, עס גייט אריבער נאך צוואנציג מניט און די צוויי בחרום זענען נאך אלץ נישט צריק ווען די נענסטע געז סטעשין איז צוויי מינוט צו פארן, מען הייבט אויף די טעלעפוין צו זיי און זיי פאנגן אהן מיט א גאנצע מעשה אז די געז סטעשין טאר נישט פארקויפן און באטליך וויבאלד זיי זענען און א אריבשער געגנט און עס איז געווען א מעשה אז איינער האט געקויפט געז און א באטל און שפעטער ארויס אין פארברענט זאכן מען דארף ווארטן אויף משטרה זאל אראפ קימען און זאגן אז זיי לאזן, למעשה האט די מתנחל געוואנען אין ער האט מתקים געווען אבער דא האט זיך אנגעפאנגן נאך א פראבלעים זיי האבן נישט קיין באטלעך האבן זיי געדארפט קויפן צוויי באטלעך וואסער און עס אויס טרינקן לכורה ווייל עס איז געווען א פראבלעים מיט בל תשחית צו עס אויס גיסן שוין מען האט אנגעפילט די צוויי באטלעך מיט געז און זיי זענען צרוק געקימען מען גיסט אריין די געז וואס דארף זיין פינקט געניג פאר ביז די געז סטעישין און די קאר צינט זיך נישט אן, די בעטערי איז אויסגעגאנגען זיצנדיג צוויי שעה מיט די העזערט לייטס די מתנחל געבט נישט אויף צו העלפן א צווייטע איד ער פאנגט אן צו זיכן די קעבלס פאר א באסט אין זיין טראנק ער קען עס נישט טרעפן ער פאנגט אן צו אראפ פלעגן קארס מיט א פלעש לייט פרעגן אויב זיי האבן נאך אפאר מניט האט מען דאס שוין אויך געהאט און מען האט געמאכט א באסט אינמיטן די תשעים, מען האט זיך אויסגעדרייט צו די אנדערע וועג ווי אינץ דארפן פארן ווייל דארט איז געווען א נענטערע געז סטעשין ווען אינז האבן אנגעקימען איז אנגעקימען די משטרה וואס האט געדארפט צו געבן רשות אז אינז קענען נעמען און באטלעך מען האט אנגעפילט די קאר מיט געז און ווארעמט באדאנקט די מתנחל און ווייטער געפארן (אויב איינער פארט אויף די תשעים אין זעט ווי א ידידים מעמבער זיכט א קאר לאז אים וויסן אז אינז זענען שוין נישט דארט פאר אפאר יאר).
ב"ה אינז האבן אנגעקומען צום צוין הקדוש און עס איז געווען א גרויסע התורות נאך דערצו נאך אזא מעשה מען האט געזאגט תהילים געצינדן א לעכט געשטעלט תיקן אינדרויסן פון בית החיים וואס מען האט געקויפט און די געז סטעשין בשעת אנפילן די קאר מיט געז, און מען האט זיך ארויס געלאזט קיין מירון און מירון האט מען אויך געזאגט תהילים און מען האט זיך צריק געיאגט וויבאלד אינז האבן נישט געהאט אינזער תפילין מיט אינז. אויפן וועג צוריק האבן מיר גענומען די שש וואס איז אביסל שנעלער אבער עס קאסט געלט.
לעצט פארראכטן דורך לאנגע אום מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 11:33 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
לאנגע געזינטע יארן....

לאז דיך הערן...
אויפן וועג קיין צפת

viewtopic.php?t=72188 א @לאנגע מפתח
אוועטאר
סטאם פאר פלעין
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 6:22 am

Re: אויפן וועג קיין צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאם פאר פלעין »

זייער אינטערעסאנט!!!
איך ווייס נישט פארוואס.....
איך האב נישט וואס צו שרייבן......
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3636
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

פיין
אוועטאר
לאנגע
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 5:28 pm
לאקאציע:און די באשעפערס הענט

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע »

שכח פאר די לייקס און קאמענטארן
לאנגע געזינטע יארן....

לאז דיך הערן...
אויפן וועג קיין צפת

viewtopic.php?t=72188 א @לאנגע מפתח
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

הערליך! גאר אינטערעסאנט! שרייבסט זייער געשמאק!
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
קודש!!!
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:05 pm

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קודש!!! »

נעקסטע מאל די פלאנסט צו בלייבן סטאק אין א"י מאך זיכער אז איינער אין די קאר קען עברות...
מיר זענען הייליג!!!
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

גאר אינטרעסאנט, יישר כח!
ארבל
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 11, 2022 9:09 am

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבל »

לאנגע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 4:52 pm
אויפן וועג צוריק האבן מיר גענומען די שישים וואס איז אביסל שנעלער אבער עס קאסט געלט.
מיינסט צו זאגן די שש?
אוועטאר
לאנגע
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 5:28 pm
לאקאציע:און די באשעפערס הענט

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע »

ארבל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 5:23 pm
לאנגע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 4:52 pm
אויפן וועג צוריק האבן מיר גענומען די שישים וואס איז אביסל שנעלער אבער עס קאסט געלט.
מיינסט צו זאגן די שש?
יא סארי איך געדענק שוין נישט די הייוועיס
לאנגע געזינטע יארן....

לאז דיך הערן...
אויפן וועג קיין צפת

viewtopic.php?t=72188 א @לאנגע מפתח
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

פיין געשריבן!
#בחורישע יארן
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

ארבל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 5:23 pm
לאנגע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 4:52 pm
אויפן וועג צוריק האבן מיר גענומען די שישים וואס איז אביסל שנעלער אבער עס קאסט געלט.
מיינסט צו זאגן די שש?
יא יא, די שישים איז אביסל שנעלער, אבער אויך אביסל א גרעסערע סכנה ווי די תשעים, מיט 40 יאר צוריק פלעגט מען ניצן די 60 צו פארן קיין מירון
אוועטאר
לאנגע
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 5:28 pm
לאקאציע:און די באשעפערס הענט

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע »

טעיפ רעקארדער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 10:13 am

איך האב נישט געלערנט אין א"י מיט 40 יאר צרוק...
לאנגע געזינטע יארן....

לאז דיך הערן...
אויפן וועג קיין צפת

viewtopic.php?t=72188 א @לאנגע מפתח
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

נהניתי במאוד!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
לאנגע
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 5:28 pm
לאקאציע:און די באשעפערס הענט

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע »

קודש!!! האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 5:00 pm
נעקסטע מאל די פלאנסט צו בלייבן סטאק אין א"י מאך זיכער אז איינער אין די קאר קען עברות...
עס קיקט דיך אויס ווי איך פלאן צו ווערן סטאק?
איך האב גענוג צו באשרייבן אן ווערן נאך אמאל סטאק...
לאנגע געזינטע יארן....

לאז דיך הערן...
אויפן וועג קיין צפת

viewtopic.php?t=72188 א @לאנגע מפתח
קודש!!!
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:05 pm

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קודש!!! »

לאנגע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 10:34 pm

עס קיקט מיך נישט אויס ווי די האסט געפלאנט צו ווערן די ערשטע מאל אויך נישט.
אז דו האסט גענוג צו באשרייבן נא לעטס גא...
איך האב הנאה פון דיין ארטיקלעך אביס'ל מהנאה זיין א איד פאר די הייליגע טעג...
מיר זענען הייליג!!!
אוועטאר
בן גלאדעש
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

טעיפ רעקארדער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 10:13 am
ארבל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 5:23 pm
לאנגע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 4:52 pm
אויפן וועג צוריק האבן מיר גענומען די שישים וואס איז אביסל שנעלער אבער עס קאסט געלט.
מיינסט צו זאגן די שש?
יא יא, די שישים איז אביסל שנעלער, אבער אויך אביסל א גרעסערע סכנה ווי די תשעים, מיט 40 יאר צוריק פלעגט מען ניצן די 60 צו פארן קיין מירון
די 60 איז די וועג פון צומת תפוח?
why drink and drive when you can smoke and fly
אוועטאר
בן גלאדעש
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

לאנגע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 10:34 pm
קודש!!! האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 5:00 pm
נעקסטע מאל די פלאנסט צו בלייבן סטאק אין א"י מאך זיכער אז איינער אין די קאר קען עברות...
עס קיקט דיך אויס ווי איך פלאן צו ווערן סטאק?
איך האב גענוג צו באשרייבן אן ווערן נאך אמאל סטאק...
איז שרייב!!!
זעלטן טרעפט מען אזא געשמאקער ציקער זיסער שפראך דא אויפן וועלטל...
זייער רוי און ארגינעיל!!
why drink and drive when you can smoke and fly
אוועטאר
לאנגע
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 5:28 pm
לאקאציע:און די באשעפערס הענט

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע »

בן גלאדעש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 6:57 am
לאנגע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 10:34 pm
קודש!!! האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 5:00 pm
נעקסטע מאל די פלאנסט צו בלייבן סטאק אין א"י מאך זיכער אז איינער אין די קאר קען עברות...
עס קיקט דיך אויס ווי איך פלאן צו ווערן סטאק?
איך האב גענוג צו באשרייבן אן ווערן נאך אמאל סטאק...
איז שרייב!!!
זעלטן טרעפט מען אזא געשמאקער ציקער זיסער שפראך דא אויפן וועלטל...
זייער רוי און ארגינעיל!!
מען שרייבט, אבער מען דארף האבן די צייט...
(מען האלט יעצט אינמיטן שרייבן אפאר ארטיקלעך)
לאנגע געזינטע יארן....

לאז דיך הערן...
אויפן וועג קיין צפת

viewtopic.php?t=72188 א @לאנגע מפתח
אוועטאר
סטאם פאר פלעין
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 6:22 am

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאם פאר פלעין »

לאנגע האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:30 am
בן גלאדעש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 6:57 am
לאנגע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 10:34 pm
קודש!!! האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 5:00 pm
נעקסטע מאל די פלאנסט צו בלייבן סטאק אין א"י מאך זיכער אז איינער אין די קאר קען עברות...
עס קיקט דיך אויס ווי איך פלאן צו ווערן סטאק?
איך האב גענוג צו באשרייבן אן ווערן נאך אמאל סטאק...
איז שרייב!!!
זעלטן טרעפט מען אזא געשמאקער ציקער זיסער שפראך דא אויפן וועלטל...
זייער רוי און ארגינעיל!!
מען שרייבט, אבער מען דארף האבן די צייט...
(מען האלט יעצט אינמיטן שרייבן אפאר ארטיקלעך)
קענט וועיט פאר איט
איך ווייס נישט פארוואס.....
איך האב נישט וואס צו שרייבן......
אוועטאר
ערד ציטערניש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 08, 2024 9:42 pm

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד ציטערניש »

בן גלאדעש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 6:56 am
טעיפ רעקארדער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 10:13 am
ארבל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 5:23 pm
לאנגע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 4:52 pm
אויפן וועג צוריק האבן מיר גענומען די שישים וואס איז אביסל שנעלער אבער עס קאסט געלט.
מיינסט צו זאגן די שש?
יא יא, די שישים איז אביסל שנעלער, אבער אויך אביסל א גרעסערע סכנה ווי די תשעים, מיט 40 יאר צוריק פלעגט מען ניצן די 60 צו פארן קיין מירון
די 60 איז די וועג פון צומת תפוח?
די שישים לויפט דורך דעם מערב-ברעג, גוש עציון און צומת תפוח אריינגערעכנט.
וטהר לבינו לעבדך באמת

איטשע קלמן ביי של''ס - חלק ב' viewtopic.php?p=5526247#p5526247
אוועטאר
ערד ציטערניש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 08, 2024 9:42 pm

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד ציטערניש »

זייער גוט געשריבן, אן אייגנארטיגער פעדער און א געשמאקע שפראך!

ליינענדיג האט עס מיר ארויפגעברענגט קאשמארן פון אן ענליכע מעשה וואס בידי הוה. אפשר וועט מען עס באשרייבן אמאל...
וטהר לבינו לעבדך באמת

איטשע קלמן ביי של''ס - חלק ב' viewtopic.php?p=5526247#p5526247
אוועטאר
לאנגע
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 5:28 pm
לאקאציע:און די באשעפערס הענט

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע »

ערד ציטערניש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 8:08 pm
זייער גוט געשריבן, אן אייגנארטיגער פעדער און א געשמאקע שפראך!

ליינענדיג האט עס מיר ארויפגעברענגט קאשמארן פון אן ענליכע מעשה וואס בידי הוה. אפשר וועט מען עס באשרייבן אמאל...
שכח פארן צירוק ארויף ברענגן די ארטיקעל...
לאנגע געזינטע יארן....

לאז דיך הערן...
אויפן וועג קיין צפת

viewtopic.php?t=72188 א @לאנגע מפתח
קודש!!!
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:05 pm

Re: אויפן וועג קיין צפת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קודש!!! »

ערד ציטערניש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 8:08 pm
זייער גוט געשריבן, אן אייגנארטיגער פעדער און א געשמאקע שפראך!

ליינענדיג האט עס מיר ארויפגעברענגט קאשמארן פון אן ענליכע מעשה וואס בידי הוה. אפשר וועט מען עס באשרייבן אמאל...
וואס האט געבליבן די גייסט עס באשרייבן?
מיר זענען הייליג!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”