היסטאריש: בוך אין די געשעפטן 'א בעסערער טאטע' - שאץ מאץ
#אז מ'דערלעבט דערלעבט מען
- אטעטשמענטס
-
- בעסערע טאטע.jpg (357.55 KiB) געזען 7590 מאל
-
- שאץ מאץ.jpg (347.67 KiB) געזען 7590 מאל
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 2:11 pmקען איינער מסביר זיין פאר די יונגערע עולם דא, פון וועלכע ארטיקלין מ'רעדט??
וואס הייסט? ער רעדט פון דיר דארט?
מפתח שאץ מאץדי זוהן פון קהלת האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 2:11 pmקען איינער מסביר זיין פאר די יונגערע עולם דא, פון וועלכע ארטיקלין מ'רעדט??
https://www.google.com/search?q=%D7%90+ ... e&ie=UTF-8יוד אלף האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 2:16 pmדי זוהן פון קהלת האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 2:11 pmקען איינער מסביר זיין פאר די יונגערע עולם דא, פון וועלכע ארטיקלין מ'רעדט??
memberlist.php?mode=viewprofile&u=492
https://shatzmatz.blogspot.com/
מעגליך...
ער רופט זיך דאך וועגן דעם שאץ מאץ... ער איז דער ש"ץאין מחזור דברי יואל, און פון דארט נעמט ער זיינע הוראות אלס מו"ץיאנאש האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 2:20 pmמעגליך...
שאץ מאץ’נס ארטיקלן איז מיין מחזור דברי יואל, איצטערט זעהט יעדער פון וואנעט מיינע מנהגים, תנועות, אויפפירונגן וכדו’ שטאמען פון...
זעסט דאך קלאר אז ער וויל בלייבן אנאנים.חיים שטיין האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:04 pm
אינטערסאנט, איז עס א סוד ווער ער איז?
סתם נייגעריג.
ניין פונקט פארקערט, כ'האב געמיינט ס'איז פובליק אינפארמאציע, כ'וועל דארפן נזהר זיין פון היינט און ווייטער נישט אריינצוגיין אין כלל פון ארור מכה ראהו...לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:07 pmזעסט דאך קלאר אז ער וויל בלייבן אנאנים.חיים שטיין האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:04 pm
אינטערסאנט, איז עס א סוד ווער ער איז?
סתם נייגעריג.
בד"וו, דיין ציל מיט דעם תגובה איז אז איינער זאל דיר שיקן א אישי מיט סיין נאמען? רעד קלאר ביטע. (שוין נעכטן איינער (?!) געפלויגן פון אייוועלט פארן שרייבן א נאמען)
אלע ספרים געשעפטן
זיי וואלטן דיר געמעגט געבן איינס בחינם...שאץ מאץ האט געשריבן: ↑ זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 12:15 pmלמען האמת!
די ארויסגעגעבער פונעם ביכל האט זיך געוואנדן צו מיר בעטנדיג רשות ארויסצוגעבן די אלע "טאטע" ארטיקלען!
מתחילה בין איך געוועהן זייער אומבאקוועם מיט די גאנצע איידיע, און די סבה איז פשוט, ווי איר זעהט (יעדע ארטיקל האט א דאטום אויף אייוועלט) האב איך אנגעהויבן שרייבן די ארטיקלען בערך 10 15 יאר צוריק, ווען אייוועלט איז געוועהן א קליינע הייפעלע מענטשן, אינטערנעט איז געוועהן בלויז אין אפיס, און אזוי פנימי'דיג אן קיין צווייפל האט זיך דער פעדער / קי בארד געריקט שנעל, און עס זענען ארויס געקומען מיינע מחשבות, נישט טראכטנדיג אז איך דארף אפגעבן דין וחשבון אויף יעדעס ווארט וואס איך שרייב, ווייל אויב איינער איז נישט צופרידן מיט וואס איך שרייב סך הכל קליק אויפן נעקסטן אשכול.
און צוליב די זעלבע סבה האב איך אויפגעהערט שרייבן, נישט ח"ו איך בין ברוגז אויף איינעם, ס'נאר גלייך ווי מ'נעמט א מענטש וואס לערט פאר א שיעור אין א בעיסמענט פאר 5 מענטשן און מ'זאגט אים קום אריין אין גרויסן ביהמ"ד צווישן מנחה און מעריב און גיב א שיעור, ס'גייט נישט אזוי, מיין פעדער האט געשריבן לייכט (ווי איר זעהט פון די צענדליגע לאנגע ארטילקען וואס זענען געפלאסן אן קיין אויפהער מיט טויזנטער קערעקטער'ס) ווייל איך בין געוועהן באקוועם מיט מיין קליינע געזעמל ארום מיר, אבער די רגע וואס אייוועלט איז געווארן נכסי הכלל און טויזנטער מענטשן פון אלע עקן וועלט קומען אהער ליינען, שרייבן, ראגירן, ציטירן, און לייק'ן, האט זיך מיין פעדער פארהאקט און מיין קי בארד איז פשוט געווארן סטאק, איך קען פשוט נישט רעדן פאר אזא גרויסע ציבור אן קיין אימתא דציבורא, והעיקר איך קען נישט שרייבן לייכט ווען איך דארף איבערוועגן יעדעס ווארט וואס איך שרייב פארן ברייטן פאבליק.
איצט צום ביכל, אז דער עדיטער פונעם ביכל קומט צו מיר מיט אזא פארשלאג אז ער וויל דאס ארויס געבן, האב איך מיר געשפירט זייער אומבאקוועם, מעגליך די ארטיקלען זענען טאקע גוטע חומר, אבער דער סטיל איז דאך געשריבן מער פנימי'דיג, מער ברודער'לעך, און בכלל נישט אלוועלטליך, דעריבער האב איך געבעטן בכל תוקף אז ס'זאל נישט שטיין מיין נאמען, נישט נאר מיין נאמען זאל נישט דערמאנט ווערן, נאר אויך נישט מיין ניק, איך בין נישט געוועהן באקוועם ארויסצוגיין אין די וועלט אפי' מיט בלויז מיין ניק, ווייל אויב יא מוז מען דאס קאמפליט איבער מאכן די גאנצע סטיל פון היימיש גערעדט פון פאבליק גערעדט, ווייל יעדער פארשטייט אז וואס מ'רעדט א ין קיפקע רעדט מען נישט אויף א דרשה, אייוועלט איז געוועהן א קיפקע - און א ספר איז א דרשה, אבער דער עדיטער האט גע'טענה'ט אז די עיקר ווערד פון די ארטיקלען זענען טאקע צוליב דעם ווייל מענטשן געדענקען דאס פון אייוועלט, האב איך געזאגט גוט, דעמאטץ זאל נאר שטיין גענומען פון איי וועלט און נישט שאץ מאץ, דער עדיטער האט פארשטאנען אז איך רעד פונעם דעקל, און איך האב פארשטאנען אז מ'רעדט בכלליות פונעם ספר, און איך האב מיך געלייגט שלאפן רואיג וואוסנדיג אז אפי' אויב דער ספר קומט ארויס אני את נפשי הצלתי ווייל אפי' מיין ניק וועט נישט שטיין דארט, אויב אזוי זאלן זיי עס ארויסגעבן וויאזוי זיי ווילן.
למעשה דער ספר איז אינדרויסן, ולמען האמת האב איך עס נאך אפי' נישט גענומען אין די הענט צו זעהן וויאזוי עס איז גע'עדיטעד געווארן, פשוט איך ציטער......, וואס שטייט יא, וואס שטייט נישט, איז עס געבליבן די זעלבע לויזע שפראך ווי דא אויף אייוועלט אדער האט מען עס געטוישט, איך ווייס נישט, איך בין געוועהן זייער אומבאקוועם מיט מיר אליין די גאנצע וואך, אפשר איז עס געבלין מיט די קיפקע שפראך און עס עס שטייט נאך אזוי גראב ארויס געשריבן אינעווייניג געשריבן דורך שאץ מאץ, דעם שבת בין איך געוועהן ביי א קידוש און געטראפן א אלטע גוטע פריינד וועלכע פרעגט שרייבן דא פאר 15 יאר צוריק, א ערסטע ת"ח, א מגי"ש אין א גרויסע ישיבה, און היינט א מחבר ספרים, א קאפ שטיק, ער געט מיר א קלאפ אין ריקן! גוט שבת! רעב שאץ מאץ! אה ענדליך האסט ערפילט מיין בקשה, שוין יארן וואס איך בעט דיר אז דו זאלסט ארויסגעבן דיינע ארטיקלעך לאור עולם, יעצט ענדליך האסטו מיר געפאלגט, דער ציבור דארף האבן אין אידישע אזא חומר, איך האב הנאה....
דאנק גאט אז איך האב מיר אביסל אויסגעגלייכט מיין ריקן נאך די ווערטער פון דעם ת"ח ומגי"ש.... און איך גיי אי"ה די וואך אריין גיין אין ספרים געשעפט קויפן דעם ספר!!!!
ניין, נאר די טאטע ארטיקלען.נטיעות האט געשריבן: ↑ זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 12:24 pmאיך וויל נאר פארשטיין.
למשל, דאס, viewtopic.php?p=117002#p117002
איז אויך דא דארט'ן אין דעם נייעם ספר'ל?