א ''ווארימען גריס'' פון @שוועמל...
היינט צופרי איז עס געווען... עס איז גאר שפעט, די באס איז שוין מינוט'ן אוועק, מען דארף מאכן עפעס פרישטאג פאר די קינדערלעך, איך זוך עפעס גרינג צו מאכן און זעטיג, די ברויט איז שוין אויסגעגאנגען, יאגורט?! וויפיל טעג אין א צו קען מען עסן סטראבעררי יאגורט?! כ'מיין אלץ האט א שיעור...
איך מאך אויף שענקל נאך שענקל, און שטויס זיך אן מיט סעסעמי סידס, וואנילע צוקער, רויע בונדלעך, קנאבל פודער, טאמאטע זאפט, זאלץ און נאך א ליסטע פון עסנווארג וואס וועט מיר העלפן אין מיין סיטואציע.
איך האלט שוין ביים אויפגעבן, ווען פון טיף אריין אין מיין קעבינעט זע איך איינער ווינקט מיר מיט א ברייטן שמייכל און א ליכטיגקייט שטראלט ארויס פון זיין שיינעדיגן פרייליכן פאטריאכאלישן צורה...
איך גיי צו נענטער - און עפעס פלעשט מיר אין מוח דעזשא-ווא, פון ערגעץ קען איך דעם הערליכן געשטאלט..
אהה... דאס איז דאך אונזער פון לאנג פערלארענעם @שוועמל איך גיי צו מיט א יראת הכבוד אויסגעמישט מיט שמחה און פרעג אים: מורנו רבי @שוועמל וואס מאכט איר?! וואו זענט איר באהאלטן?! עמך ישראל בענקט נאך אייך!
מיט א שטילן טאן ענפערט ער: איך בין שוין אויפן עולם העליון (וואטעווער דעט מינס) און איך שעפ גרויס נחת פון די פרישע דורות וואס גייען אין מיינע וועגן, שרייבן און ווערן געמעקט... און פארכטן זיך נישט...
מן השמים האט מען מיר אראפגעלאזט שפייזן דיין משפחה, איז וועל איך דיר אויסזאגן א סוד: נעם אראפ מיין הוט, נעם ארויס א פולן גלאז מיט ווייצלעך און גיס זיי אן מיט א גלאז קאכעדיג וואסער, און איר האט א פערטיגן סעודה'ניו.
איין שאלה האב איך צו אייך רבי שוועמל: וואס איז דיין מעסעדזש צו כלל ישראל?
עס איז שטארקע צייטן פאר אייוועלט, נייע כוחות וואקסן און בליען, דער עולם באווייזט טאלאנט... געדענקטזשע - די אלע מנהלים וואס איר ציטערט פון זיי - איך געדענק נאך זייער ציטערדיגע ערשטע תגובה... יעדער האט פאטענציאל דא... מען דארף נאר האבן די גאטס דערפאר...
והנה חזון! ער איז פארשווינדן געווארן...
ערנסט גערעדט: יאגס'טעך - נעם א גלאז איין-מינוט-אוטס (פון רבי שוועמל'ס ברענד, שטייטצעך)... גיס אים אן מיט קאכעדיג וואסער, לאז זיצן א האלב מינוט, מיש גוט, גיס צו אביסל מילך, און האניג/צוקער צום טעם, והנה סעודה - האסט א שנעלן קרעפטיגן "ווארימען גריז"...
בתיאבון! צום געזונט!
#לכבוד הסיום.

זייטיגע נאטיץ
מאכט איר חתונה? 🎹
זוכט איר סטעמפס? ✉️📫
גוטע פרייזען!
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט⌨️ [email protected]