עצות צו מאכן אונזערע געקויפטע עסנווארג געזונטער
עס איז נישט קיין סוד אז די אלע געשמאקע מאכלים וואס מען קען היינט קויפן אין געשעפט איז אין אלגעמיין ווייט פון געזונט, צו איז עס אין גראסערי, בעקעריי, דעלי, אדער גאר דער קענדי געשעפט. הצד השווה שבהן אז רוב עסנווארג פארמאגן א שפע פון צוקער אדער ערגערע צוקער-פרי באשטאנדטיילן, אומגעזונטע געפרעגלטע אויל, און סתם כעמיקאלן און קאלערינג, פראצעסירטע פוד, אא"וו, וואס ברענגט אלע סארט קרענק פאר די וואס עסן צופיל און גיבן זיך נישט אכטונג, עס איז גורם איבערוואג, ברענגט דייעביטיס, און אפילו ערגערס, ווי קאלעסטראל און אנדערע הארץ פראבלעמען ה"י.
ב"ה אז א גרויס חלק עולם איז באוואוסטזיניג די לעצטע צייט און מען גיבט זיך מער אכטונג וואס מען קויפט. רוב גראסעריס האבן שוין היינט - א דאנק די פארלאנג און אויפוואכונג פאר געזונטהייט - איילס מיט "העלט-פוד" פראדוקטן וואס זענען היבש אויסגערייניגט פון די אומגעזונטע אינגרידיענטס. אבער לדעתי קען מען נאך אסאך טוישן אפילו אין די געהעריגע פראדוקטן אז עס זאל ווערן געזונטער.
עטליכע יאר צוריק איז גע'אסר'ט געווארן טרענס-פעטנס נאכ'ן איינזעהן ווי שעדליך דאס איז, און קאמפאניס זענען געווען גוט קריעטיוו צו טרעפן פארשידענע אלטערנאטיוון דערצו, כאטש עס האט זיי גענומען א שטיק צייט, ווייל די קעיקס מיט די טרענספעט זענען געווען גאר ווייך און געשמאק, און עס איז געווען שווער צו ערזעצן. דאס זעלבע וואלט געדארפט זיין מיט אנדערע פראדוקטן. קאמפאניס זאלן זוכן עצות ווי אזוי עס צו מאכן מער געזונט, אן פארלירן די געשמאקקייט.
מיר איז למשל שווער, פארוואס אין כמעט יעדע געקויפטע טונא סאלאט קומט צוקער? האט איר אפילו געוואוסט דערפון? איך מיין אז קיינער מאכט נישט אינדערהיים טונא סאלאט מיט צוקער, פארוואס די קאמערציאלע האבן אלע צוקער? מילא מאסטערד, אויך א קשיא ווי קומט דער יון אין די סוכה, אבער צוקער??? ווער דארף עס?
אין יעדע בעקעריי (אדער אין די בעקעריי סעקשאן פון גראסערי) רייצט אפעטיטליך די געשמאקע דענישעס (וואס אגב פלעגט אמאל קאסטן ארום 60 צענט, און היינט איז עס שוין כמעט 3 דאלער), אבער ווי יעדער ווייסט, איז דער דעלישעס דעניש פול מיט ווייסע געבליטשטע מעהל, צוקער, צווישן אנדערע אינגרידיעטס וואס ברענגט נישט קיין גוטס פאר'ן מענטש וואס שלינגט דאס איין. אבער לעצטנס זענען די בעקערייען ארויף א לעוועל - אויף יעדע דעניש ווערט ארויפגעשפריצט דערויף א זיסע רינעדיגע טשאקאלאד (אדער וואנילע) להוסיף חטא על פשע און עס מאכן נאך זיסער עד כדי גייליג. צו וואס, רבש"ע? ווער האט עס פארלאנגט? אז איינער וויל דווקא עסן אזעלכע זיסע טארטן זאל ער נעמען אייגענע טשאקאלאדע און גיסן און שפריצן, פארוואס דארף יעצט יעדער וואס וויל אמאל טשידן אויף א דעניש אדער א ראגעלע עסן דאפעלט צוקער פאר גארנישט און נישט? אנדערע שפריצן ארויף טאנען פון קאנפעקשאן צוקער, בפרט אויף די פלעקי דאו סארט! ממש שרעקליך...