פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אמת
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:47 pm

פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת »

די עולם קען אריינקומען מיט מיינונגען איז די מושג פון פארפרומטקייט א גוטע זאך וויבאלד מען איז מער פרום, אדער למעשה יצא שכרו בהפסדו מיט די זייטיגע חסרונות וואס עס האט, ווי אמאל קען עס ברענגען צו וויי טון א איד אדער אנדערע זאכן.

דיסקלעימער: מען רעדט דא נישט ח''ו פון קיין שום גדול בישראל וואס זייער מהלכים און הנהגות זענען הייליג, מען רעדט דא נאר פון א פשוטע עמך איד וואס איז פארפרומט.
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

איך וואלט געזאגט אז ס'ווענדט זיך אין 3 זאכן.

1. וויפיל אזייגער ער שטייט אויף
2. ער טראגט דעם עול הפרנסה
3. וויפיל גמרא אדער שו"ע ער לערנט א טאג
די סימפאטיע צו די מדינה הטמאה וואס ליגט אין די שורות פון די נייעס רעפארטער אויף אייוועלט, איז א געפערליכע פראבלעם.

מיין זיצן אויף אייוועלט איז סאך א גרעסערע.
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

תגובה דורך moishy56 »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 7:20 am
איך וואלט געזאגט אז ס'ווענדט זיך אין 3 זאכן.

1. וויפיל אזייגער ער שטייט אויף
2. ער טראגט דעם עול הפרנסה
3. וויפיל גמרא אדער שו"ע ער לערנט א טאג
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
לעצטע ווארט
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 23, 2023 1:01 am

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעצטע ווארט »

בינו לבין קונו? אדער ער האלט אז איך דארף זיין ווי אים?
איך סופארט דעם כולל אינגערמאן
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

קודם זיי מסביר וואס מיינט פרום. דער ווארט פרום איז רעלאטיוו.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36591
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הער אויס, מ'דארף זיך פירן ע"פ שו"ע בכל פרט ופרט, און דאס איז א סעט וואס אלעס דארף קלאפן מיט די אנדערע, יא, און קיינער דארף עס נישט באמערקן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7178
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

בינו לבין קונו, אן שפילן מיט די נערוון, איז עס לעכטיג.

און יא, די גאר פרומע וואס האבן דאס ריכטיג, זענען באליבט ביי יעדן! אפילו ביי די שוואכערע סארט. מ׳זעהט דאס זייער קלאר.
אני הוא הנער, נער המדבר
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

אויב איז עס אויף א צווייטנס - אדער אויף עפעס אנדערש - חשבון, וואס איז די הו"א?

אויב נישט, זיכער פארוואס דען נישט?
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 9:07 am
אויב איז עס אויף א צווייטנס - אדער אויף עפעס אנדערש - חשבון, וואס איז די הו"א?

אויב נישט, זיכער פארוואס דען נישט?
דו רעדסט פארשטייט זיך נישט פון היטן בעיסיק הלכה
די סימפאטיע צו די מדינה הטמאה וואס ליגט אין די שורות פון די נייעס רעפארטער אויף אייוועלט, איז א געפערליכע פראבלעם.

מיין זיצן אויף אייוועלט איז סאך א גרעסערע.
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

ליין איבער דעם קעפל פונעם אשכול
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אמת האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 7:17 am
די מושג פון פארפרומטקייט.... מער פרום......
פארפרומט אויף 'זיין' חשבון? אדער פארפרומט אויף 'יענעמס' חשבון?
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2406
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

פרו״ם איז ר''ת
פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות !!

(הרה''ק מ'ראפשיץ זי''ע)
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אויב מען איז פרום אויף ביידע 'ואהבת'ס אויפן זעלבן שטאפל, איז עס גאר גוט
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

דאכט זיך נישט יעדער כאפט די באגריף פון פארפרומקייט, מ׳לויפט גלייך צום שו״ע, הלכה, וואס מ׳מעג מעג מען און וואס נישט נישט און פארטיג.

עטליכע ביישפילן פון פארפרומקייט:

מ׳דרייווט נישט. מ׳נוצט אלעמאל בלויז קאר סערוויסעס אדער היטשעס.
- אליינס דרייוון ברענגט צופיל אפנקייט פארן מענטש צו קוקן אלעס ארום מיט א קלארקייט ווען א פארפרומטער צילט דאס פארקערטע

אויב דרייווט מען יא, זיצט די ב״ב קיינמאל נישט אין די פראנט סיט פון די קאר.
- ס׳איז א אמאל געווען אזוי אנגענומען. דאכט זיך די ברך משה האט ביי זיין דרשה אין קליימער ביהמ״ד אין די תש״מ יארן גערעדט דערפון.

מ׳וואקט קיינמאל נישט אין גאס צוזאמען.
- ס׳איז א אמאל געווען אזוי אנגענומען צו פארמיידן באזונדערע אויפמערקזאמקייט ביים שמועסן און שפאצירן צוזאמען.

מ׳גייט קיינמאל נישט עסן אין א רעסטוראנט.
- ס׳איז עפעס וואס איז געווען אמאל אפגעפרעגט ביים חסידישן איד אלס א פראסטע זאך, מ׳עסט נישט ברבים אינאיינעם ווי אנדערע קאפל׳ס עסן, לראות וליראות.

מ׳עסט נישט שבת קיין שום דיפס מיט חריף, מ׳האלט אן צו עסן ווייטער ווייט פיש, מ׳מאכט קידוש אויף מאסט אדער היימישע וויין, אלעס טוט מען גענוי ווי אמאל.

די ב״ב טוט נישט אן קיין בענדענעס, אדער די אלע היינטיגע סטייל קליידער, ביי יעדע דעטאל איז א יסוד אנצוהאלטן דעם אמאליגן כאראקטער.

כ׳האב נאר געברענגט עטליכע משלים, לשבר את האוזן, זייער אסאך זאכן איז היינט אפיציעל נארמאל, און אמאל איז עס געווען דירעקט אפגעפרעגט.
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

קטונתי מלהביע דעתי, בפרט אז די שאלה איז היבש אומקלאר, אבער באופן כללי דארף מען וויסן אז דער שטילע וואוילע צדיק'ל וואס די יראת שמים שיינט אים אויפ'ן פנים און ער איז ממש א שטאלץ פאר די גאנצע ביהמ"ד איז אויך א מענטש, עס "קען זיין" אז ער סטראגלט, און חברים מעגן און דארפן אים שטופן צו רעדן און פארברענגן און שמייכלען
זוכט איר צו הייערן א טויגליכער אינגערמאן? לאמיר רעדן אין אישי!
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

די נקודה האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:25 am
דאכט זיך נישט יעדער כאפט די באגריף פון פארפרומקייט, מ׳לויפט גלייך צום שו״ע, הלכה, וואס מ׳מעג מעג מען און וואס נישט נישט און פארטיג.

עטליכע ביישפילן פון פארפרומקייט:

מ׳דרייווט נישט. מ׳נוצט אלעמאל בלויז קאר סערוויסעס אדער היטשעס.
- אליינס דרייוון ברענגט צופיל אפנקייט פארן מענטש צו קוקן אלעס ארום מיט א קלארקייט ווען א פארפרומטער צילט דאס פארקערטע

אויב דרייווט מען יא, זיצט די ב״ב קיינמאל נישט אין די פראנט סיט פון די קאר.
- ס׳איז א אמאל געווען אזוי אנגענומען. דאכט זיך די ברך משה האט ביי זיין דרשה אין קליימער ביהמ״ד אין די תש״מ יארן גערעדט דערפון.

מ׳וואקט קיינמאל נישט אין גאס צוזאמען.
- ס׳איז א אמאל געווען אזוי אנגענומען צו פארמיידן באזונדערע אויפמערקזאמקייט ביים שמועסן און שפאצירן צוזאמען.

מ׳גייט קיינמאל נישט עסן אין א רעסטוראנט.
- ס׳איז עפעס וואס איז געווען אמאל אפגעפרעגט ביים חסידישן איד אלס א פראסטע זאך, מ׳עסט נישט ברבים אינאיינעם ווי אנדערע קאפל׳ס עסן, לראות וליראות.

מ׳עסט נישט שבת קיין שום דיפס מיט חריף, מ׳האלט אן צו עסן ווייטער ווייט פיש, מ׳מאכט קידוש אויף מאסט אדער היימישע וויין, אלעס טוט מען גענוי ווי אמאל.

די ב״ב טוט נישט אן קיין בענדענעס, אדער די אלע היינטיגע סטייל קליידער, ביי יעדע דעטאל איז א יסוד אנצוהאלטן דעם אמאליגן כאראקטער.

כ׳האב נאר געברענגט עטליכע משלים, לשבר את האוזן, זייער אסאך זאכן איז היינט אפיציעל נארמאל, און אמאל איז עס געווען דירעקט אפגעפרעגט.
די אלע זאכן ווענדן זיך אינעם עזר כנגדו.
אויב איינער האט גענוג א הייליגע, אשרי לו.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9776
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

לעצטע ווארט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 8:33 am
בינו לבין קונו? אדער ער האלט אז איך דארף זיין ווי אים?
אדער וויל ער נישט אנדערע זאלן זיין ווי אים ווייל דאן וועט ער דארפן אויפקומען מיט מער פרומקייטן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6825
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

די נקודה האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:25 am
די ב״ב טוט נישט אן קיין בענדענעס, אדער די אלע היינטיגע סטייל קליידער, ביי יעדע דעטאל איז א יסוד אנצוהאלטן דעם אמאליגן כאראקטער.
טורבאנס יא אדער בלויז טיכלעך?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9776
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מרנן ורבנן האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 8:40 am
קודם זיי מסביר וואס מיינט פרום. דער ווארט פרום איז רעלאטיוו.
זעקטלי

ביי יעדן מיינט "זיין פרום", עפעס אנדערש. ביי איינעם מיינט עס נישט שניידן די בארד; ביי א צווייטן מיינט עס נישט אויפדרייען די בארד. ביי איינעם מיינט עס רחיים של יד-רא"ש מצות-תנור ראשון ; ביי א צווייטן מיינט עס נישט גיין אין האטעל פסח. לאנגע רעקל, ווייסע זאקן, וועלוועט טלית באטל אן א פלעסטיק, 6 רייאיגע עטרה אינדערוואכן, שווארץ/ווייס גלעזער ועוד ועוד ועוד, פארשידענע פרומקייטן, משוגעתן אדער מקורות'דיגע חומרות.

אבער איך מיין מ' קען עס עטוואס מגדיר זיין אלץ איינער וואס איז מער מחמיר פון וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
גראסערי מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:33 pm

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראסערי מענטש »

פראקטיש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:42 am
די נקודה האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:25 am
די ב״ב טוט נישט אן קיין בענדענעס, אדער די אלע היינטיגע סטייל קליידער, ביי יעדע דעטאל איז א יסוד אנצוהאלטן דעם אמאליגן כאראקטער.
טורבאנס יא אדער בלויז טיכלעך?
מעג די טורבאנס זיין גראד? אדער דארף עס זיין זייט וועג'ס?
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7178
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

גראסערי מענטש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:48 am
פראקטיש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:42 am
די נקודה האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:25 am
די ב״ב טוט נישט אן קיין בענדענעס, אדער די אלע היינטיגע סטייל קליידער, ביי יעדע דעטאל איז א יסוד אנצוהאלטן דעם אמאליגן כאראקטער.
טורבאנס יא אדער בלויז טיכלעך?
מעג די טורבאנס זיין גראד? אדער דארף עס זיין זייט וועג'ס?

ווענדט זיך אין די קוך טעמפראטור.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 23030
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

פאר זיך אליינס פארוואס נישט?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
עס וועט זיי נאך באַנק טאָן די נצחונות!

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3862
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

דעם שבת ביים סעודה דערציילן מיר מיינע בחורים אז א איד האט פרייטיג אריינגעקלאפט ביינונז פאר צדקה, מ'האט אים געגבן א נתינה, ער האט אנגעווינטשן מיינע בחורים אז זיי זאלן אויסוואקסן חאניאקעס.

פרעגן זיי מיר, טאטי וואס מיינט חאניאקעס? איז עס א גוטע זאך?

תנא-קמא האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:37 am
די נקודה האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:25 am
דאכט זיך נישט יעדער כאפט די באגריף פון פארפרומקייט, מ׳לויפט גלייך צום שו״ע, הלכה, וואס מ׳מעג מעג מען און וואס נישט נישט און פארטיג.

עטליכע ביישפילן פון פארפרומקייט:

מ׳דרייווט נישט. מ׳נוצט אלעמאל בלויז קאר סערוויסעס אדער היטשעס.
- אליינס דרייוון ברענגט צופיל אפנקייט פארן מענטש צו קוקן אלעס ארום מיט א קלארקייט ווען א פארפרומטער צילט דאס פארקערטע

אויב דרייווט מען יא, זיצט די ב״ב קיינמאל נישט אין די פראנט סיט פון די קאר.
- ס׳איז א אמאל געווען אזוי אנגענומען. דאכט זיך די ברך משה האט ביי זיין דרשה אין קליימער ביהמ״ד אין די תש״מ יארן גערעדט דערפון.

מ׳וואקט קיינמאל נישט אין גאס צוזאמען.
- ס׳איז א אמאל געווען אזוי אנגענומען צו פארמיידן באזונדערע אויפמערקזאמקייט ביים שמועסן און שפאצירן צוזאמען.

מ׳גייט קיינמאל נישט עסן אין א רעסטוראנט.
- ס׳איז עפעס וואס איז געווען אמאל אפגעפרעגט ביים חסידישן איד אלס א פראסטע זאך, מ׳עסט נישט ברבים אינאיינעם ווי אנדערע קאפל׳ס עסן, לראות וליראות.

מ׳עסט נישט שבת קיין שום דיפס מיט חריף, מ׳האלט אן צו עסן ווייטער ווייט פיש, מ׳מאכט קידוש אויף מאסט אדער היימישע וויין, אלעס טוט מען גענוי ווי אמאל.

די ב״ב טוט נישט אן קיין בענדענעס, אדער די אלע היינטיגע סטייל קליידער, ביי יעדע דעטאל איז א יסוד אנצוהאלטן דעם אמאליגן כאראקטער.

כ׳האב נאר געברענגט עטליכע משלים, לשבר את האוזן, זייער אסאך זאכן איז היינט אפיציעל נארמאל, און אמאל איז עס געווען דירעקט אפגעפרעגט.
די אלע זאכן ווענדן זיך אינעם עזר כנגדו.
אויב איינער האט גענוג א הייליגע, אשרי לו.
רבינו הק' מסאטמאר זי"ע האט פילע מאל פארפירט אז די מענער בלעימען די ווייבער אויף די אומצניעותדיגע לבוש ווען באמת זענען זיי די מענער די וואס פארלאנגען עס.

די רבי האט אריינגעטייטשט און פסוק: כי מרים הם, על כן קרא שמה מרה
ווייל זיי זענען ביטער און דעריבער זאגן זיי אז זי איז ביטער
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6825
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: פארפרומטקייט - א גוטע זאך אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

עטרת חיים האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:59 am
דעם שבת ביים סעודה דערציילן מיר מיינע בחורים אז א איד האט פרייטיג אריינגעקלאפט ביינונז פאר צדקה, מ'האט אים געגבן א נתינה, ער האט אנגעווינטשן מיינע בחורים אז זיי זאלן אויסוואקסן חאניאקעס.

פרעגן זיי מיר, טאטי וואס מיינט חאניאקעס? איז עס א גוטע זאך?
אויב דענק איך גוט, קען מען הערן אדמו"ר מהר"א מסאטמאר און אדמו"ר מ'באבוב אויסלויבן דעם "כאניאקישן" אינגערמאן
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”