האט איר טאקע געליטן פון אומ'יושר'דיגע התהגות פון א 'בילדינג באורד'?
וואס זיי פלאנען צו טון נאכן צאמקלייבן די געשיכטע'ס ווייסט איין באשעפער, אבער דאס איז זיכער אז עס איז געווארן א נושא, עס איז א מדובר אין די קאווע שטיבלעך.
צד א' זאגט: איך ווייס פון אסאך וואס זענען שטארק שטארק וויי געטון געווארן פון באורד מעמבער'ס. איך אליין צאל שרעקליך טייער פאר מעינטענענטס, און קיינער וויל מיך נישט געבן די חשבון וואו די געלט גייט. מיין ברודער איז בא'גזל'ט געווארן פון א באורד מעמבער אויף א מבהיל'דיגען אופן און ער האט נישט צו וועם צו רעדן. וכו' וכו' וכו'
צד ב' זאגט: סתם איבערגעטריבענע מעשיות, געטריבן פון היץ, היפש מוגזם, בארואיגט אייך!
אינטערעסאנט צו הערן וואס איז טאקע די דעת הקהל...