ס'איז מיר א חידוש וואס איך לעז דא, היות די באורד מעמבערס ווערן אריינגעוועלט דורך די איינוואוינער, אויב מ'ליידט זיך אן פון א באורד מעמבער, פארוואס וואוט אים דער עולם נישט ארויס?
לאמיר זאגן א בילדינג פון 20 איינוואוינער, די באורד מעמבער צאפט די בלוט פון 2 איינוואוינער, דארפן זיי יעצט גיין קאמפיינען ווי טראמפ קעגן העריס, און אויפהעצן יעדן ארויסצווואוטן די באורד מעמבער. נישט יעדער קען דאס טון, ס'איז זייער זייער א שווערע זאך.
פארוואס האבן זיך די באורד מעמבערס פארלייגט פונקט אויף די צוויי חברה?
נישט אייביג איז עס פארלייגט, צומאל איז עס א זאך וואס אפעקטירט בעיקר איין טענענט און זיי האלטן עס נישט ביים צאלן (טראץ וואס זיי זענען קלאר מחויב) ווערסעס א זאך וואס אפעקטירט יא מערערע איינוואוינער, איך קען דיר געבן צוויי דוגמאות, 1) דער אויבערשטע טענענט שרייט אז ס'רעגנט אריין ביי אים און מ'ברויך פיקסן די דאך, די באורד אינטערסירט עס נישט דערווייל און האלט נישט ביים פיקסן הגם ביי יענעם אינדערהיים רעגנט אריין 2) די אינטערשטע שכן האט א סאוער בעקאפ יעדן צווייטן טאג אין זיי ביה"כ, ס'אפעקטירט נישט די אנדערע שכינים, זיי האלטן עס נישט ביים פיקסן, טראץ וואס ס'איז א בילדינג אישו
די עלעוועיטער פאנפעט, אההה שוין פיקסן
דאס איז אלעס דגמאות ותן לכחם ויחכם עוד
וואס האט דאס מיט די באורד ווען יעדער וואלט גרייט געווען צו באצאלען אן עקסטערע טשארדז צו פיקסען די ליעק ביי יענעם, וואלט עס די באורד נישט צו געלאזט?
לייג צו אז פונקט די 2 צאלן נישט קיין מעינטענעס..
א איד צו זיין איז טייער, א איד צו זיין איז גוט, לאמיר אלע טאקע זיין א ערליכע איד!
ס'איז מיר א חידוש וואס איך לעז דא, היות די באורד מעמבערס ווערן אריינגעוועלט דורך די איינוואוינער, אויב מ'ליידט זיך אן פון א באורד מעמבער, פארוואס וואוט אים דער עולם נישט ארויס?
לאמיר זאגן א בילדינג פון 20 איינוואוינער, די באורד מעמבער צאפט די בלוט פון 2 איינוואוינער, דארפן זיי יעצט גיין קאמפיינען ווי טראמפ קעגן העריס, און אויפהעצן יעדן ארויסצווואוטן די באורד מעמבער. נישט יעדער קען דאס טון, ס'איז זייער זייער א שווערע זאך.
פארוואס האבן זיך די באורד מעמבערס פארלייגט פונקט אויף די צוויי חברה?
נישט אייביג איז עס פארלייגט, צומאל איז עס א זאך וואס אפעקטירט בעיקר איין טענענט און זיי האלטן עס נישט ביים צאלן (טראץ וואס זיי זענען קלאר מחויב) ווערסעס א זאך וואס אפעקטירט יא מערערע איינוואוינער, איך קען דיר געבן צוויי דוגמאות, 1) דער אויבערשטע טענענט שרייט אז ס'רעגנט אריין ביי אים און מ'ברויך פיקסן די דאך, די באורד אינטערסירט עס נישט דערווייל און האלט נישט ביים פיקסן הגם ביי יענעם אינדערהיים רעגנט אריין 2) די אינטערשטע שכן האט א סאוער בעקאפ יעדן צווייטן טאג אין זיי ביה"כ, ס'אפעקטירט נישט די אנדערע שכינים, זיי האלטן עס נישט ביים פיקסן, טראץ וואס ס'איז א בילדינג אישו
די עלעוועיטער פאנפעט, אההה שוין פיקסן
דאס איז אלעס דגמאות ותן לכחם ויחכם עוד
וואס האט דאס מיט די באורד ווען יעדער וואלט גרייט געווען צו באצאלען אן עקסטערע טשארדז צו פיקסען די ליעק ביי יענעם, וואלט עס די באורד נישט צו געלאזט?
ווען איינער קומט צו די באורד אז ס'איז דא א ליק און מ'לאכט אים אין פנים האסט דאס ביי מיר בא'עוול'ט, יא! צווינג ארויף א פי פינקט ווי ווען די עלעוועטער מאכט קינצן, ס'איז די "זעלבע" בילדינג אישו, און אויב טוט מען עס נישט קומט אויס אז יענער האט טענות און דערנאך הערט ער אויף צו צאלן מעינטענענס...
עניוועי ס'איז א שווערע נושא צו זיין בישרות צו יעדן צוגלייך, אבער אויב פרעגט איר פארוואס ס'איז דא אנגעווייטאגטע איינוואוינער איז דא אסאך תירוצים
איך פערזענליך האב ב"ה נישט דעם פראבלעם. אבער פאר ווער ס'שפעקולירט זאל וויסן זיין אז לא ראיתי אינו ראיה. מיינ'ס א נאנטע קרוב האט מיר ארפגעלייגט וויאזוי ס'איז צו געגאנגען פון ווען ער האט געקויפט א דירה בערך 5 יאר צוריק ביז היינט, כ'זאג ענק אז די מעשה איז נאכנישט פערטיג.
כאילו מען פייניגט נאר ווער ס'צאלט נישט. פון דעם קלוזינג האט מען אים געטריט אזויווי איינער וואס האט שוין פאר ייאאארן נישט באצאלט (אויב מ'מעג עס בכלל טוהן צו איינער וואס צאלט נישט)
לאמיר זיך נישט נערן, ס'איז דא אסאאאך גוטע און ערליכע בארד מעמבערס אויך. אבער אין אסאך פעלער איז עס א פראבלעם. און די וואס ווערן באליידיגט פון די מאוומענט, צו זיי רעדט מען. מען טאר נישט נעמען עדווענטידש פונעם פאקט אז א איד מסר'ט נישט.
עס דערמאנט מיך מיינע ישיבה יארן. געווען איז עס ווען איך האב געלערנט אין א ישיבה אין בני ברק, וואו עס איז נישט געווען גענוג פלאץ אין דארמיטארי. האט די ישיבה געהאט עטליכע געדינגענע דירות ווי בחורים זענען געשלאפן.
אינם דירה וואו איך בין געווען איז געווען א פאון ליין פארן באנוץ פון די בחורים. נישט נאר בחורים פונם דירה, נאר אויך אלגעמיינער בחורים פונם ישיבה. עס איז געווען אויפן ישיבה'ס נאמען. בימים ההם איז נאכנישט געווען קיין אנלימיטעד פעקעדזשעס, און יעדער פאון קאל האט געקאסט געלט.
איז דער סדר געווען אז נעבן טעלעפאן איז געווען א צעטל, און ווען א בחור האט געמאכט א פאון קאל האט ער אפגעשריבן זיין נאמען, דעם טאג און צייט, צוזאמען מיטן פאון נומער. סוף חודש איז געקומען אן אייטעמייזד ביל, און איין בחור האט געהאט דעם דזשאב פון צונויף רעכענען וויפיל יעדעמ'ס חשבון באטרעפט, עס איינמאנען און איבערגעבן דאס געלט פארן מנכ"ל הישיבה.
ווען איך בין אריינגעקומען אין יענער דירה איז שוין געווען עמיצער וואס האט מסדר געווען דעם פאון חשבון. אבער בערך א האלבע יאר דערויף איז ער א חתן געווארן, און דאן האט ער עס איבערגעגעבן פאר מיך. דער דזשאב איז נישט געווען קיין גרינגער. סיי דאס זיצן שעות און פארגלייכן די אפגעשריבענע נומערן מיטן ביל, און שפעטער צוזאמען רעכענען. סיי דאס איינמאנען וואס איז א פרשה פאר זיך. עקסטער איז אלץ געווען די עטליכע טוץ קאלס וואס דער רופער האט פארגעסן אפצושרייבן, און עס איז נישט געווען פון וועמען צו מאנען.
נישט אז איך האב מיך אפגערעדט, וויבאלד פון א טויזנט שקל'דיגער ביל האב איך פארדינט א פאר הונדערט שקל. איך זאג נאר אז דאס געלט האב איך כשר פארדינט. עס איז געווען א שווערע ארבעט פאר מעסיג גוט באצאלט.
ויהי היום, נאך איבער אנדערטהאלב יאר וואס איך האב געטון מלאכתי בנאמנות, האבן אנגעפאנגן בוזשעוון בייזע ווינטן. עס איז דאן אריינגעקומען א פרישער בחור אין אונזער דירה, און ער האט פארפירט פארוואס זיין פאון חשבון איז אזוי הויעך. ער האט 'אנדעקט' דעם ריזיגן סוד פאר גאנץ בראד אז איך לייג ארויף א פראצענט, און ער איז געווארן ווילד.
געלאפן צום ראש ישיבה, געהעצט ביים משגיח, אנגערייצט די אנדערע בחורים פונם דירה. אלץ מיטן טענה אז עס איז אן עולה און א פאון קאל דארף נישט אזויפיל קאסטן. עס איז נישט קיין יושר צו צעלייגן אזעלכע הויכע פראצענטן. דער ממונה דארף נישט אזויפיל פארדינען. סתם געריסן געלט און געשינדן דעם הויט. וכו' וכו' וכו'.
איך האב פארשטייט זיך צוריקגעענטפערט און זיך בארעכטיגט, אבער עס איז געווען זייער אומאנגענעם. דא שרייט מען מיך נאך גנב, און איך דארף יעדן מסביר זיין אז מען ארבעט שווער פאר די פאר פיאסטער. נישט אז מיינע הסברים האבן געהאלפן, ווייל דער יעניגער האט קלאר געמאלדן אז ער איז גרייט צו טון דאס ארבעט פאר העלפט פונם געלט. זאל ער זיך נאר אריינזען אינם גאלד גרוב וועט ער שוין טיילן מוציא'ס פאר אלע בירגער.
מה עשה הקב"ה, עטליכע חדשים פארן סוף זמן האב איך שוין געוואוסט אז קומענדיגע זמן בין איך שוין נישט ממשיך דארט. האב געמאלדן אז פונם סוף זמן געב איך אויף דעם אמט. זאל א צווייטער עס איבערנעמען און ער קען געזונטערהייט אראפברענגען די הויכע קאסטן.
וכך הוה. איך בין ארויס און יענער האט עס איבערגענומען. ער האט נישט צוגעלייגט אזוינע הויכע פראצענטן, און איז געווען צופרידן צו פארדינען ווייניג.
גאנצע דריי חדשים האט געדויערט ביז...דער פאון קאמפעני האט פארמאכט דעם ליין וויבאלד מען האט נישט באצאלט דעם ביל! עס שטעלט זיך אויס אז קיינער וויל נישט ארבעטן שעות על גבי שעות פאר א צענטל פון מינימום וועיזש. יענער האט טאקע נישט צוגעלייגט כמעט קיין פראצענטן, אבער מצד שני האט ער נישט געהאט קיין געדולד אדער שטופ צו ארבעטן. ווייזט אויס צייט, ארבעט און אחריות איז יא ווערט געלט.
אני הגבר בין געווען אויף א באורד פאר איבער פינעוו יאר מיט אכציג איינוואוינערס, עס הערשט א מורא'דיגע מיסקאנסעפשאן ביים ציבור
די באורד מעמבערס ווערן אריינגעוועלט דורך רוב איינוואוינערס, זיי באקומען נישט באצאלט א פעני פאר זייער ארבייט, זיי געבן אוועק גאנצעטע זונטאגס און ענדלאזע שעות צו פרובירן בעסער מאכן, טרעפן פאר ביליגער וכו'
לויט ווי איך האב מיטגעהאלטן ביי אונז און פון אנדערע באורדס פרובירן די באורד מעמבערס צו באהאנדלען יעדן מיט ישרות, אבער מענטשען קומען כסדר מיט די עדיטוד ווי כאילו די באורד וויל דיר אויפעסן לעבעדיגערהייט
אוודאי קען זיך אייביג מאכן עפעס אבער היות די קאנסעפשאן ביים ציבור איז אזוי גיבט מען ניטאמאל א שאנס פאר די באורד מעמבערס נאר תיכף ומיד בארעדט מען זיי מיט לגיונות, רכילות און מוציא שם רע
עס איז צייט צו מאכן אן עווערנעס ביים ציבור און דערביי מונע זיין מחלוקת
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אני הגבר בין געווען אויף א באורד פאר איבער פינעוו יאר מיט אכציג איינוואוינערס, עס הערשט א מורא'דיגע מיסקאנסעפשאן ביים ציבור
די באורד מעמבערס ווערן אריינגעוועלט דורך רוב איינוואוינערס, זיי באקומען נישט באצאלט א פעני פאר זייער ארבייט, זיי געבן אוועק גאנצעטע זונטאגס און ענדלאזע שעות צו פרובירן בעסער מאכן, טרעפן פאר ביליגער וכו'
לויט ווי איך האב מיטגעהאלטן ביי אונז און פון אנדערע באורדס פרובירן די באורד מעמבערס צו באהאנדלען יעדן מיט ישרות, אבער מענטשען קומען כסדר מיט די עדיטוד ווי כאילו די באורד וויל דיר אויפעסן לעבעדיגערהייט
אוודאי קען זיך אייביג מאכן עפעס אבער היות די קאנסעפשאן ביים ציבור איז אזוי גיבט מען ניטאמאל א שאנס פאר די באורד מעמבערס נאר תיכף ומיד בארעדט מען זיי מיט לגיונות, רכילות און מוציא שם רע
עס איז צייט צו מאכן אן עווערנעס ביים ציבור און דערביי מונע זיין מחלוקת
א באורד ווערט היינט אריינגעוועלט דורך די ערשטע פאר איינוואוינער, א גרויס טייל איינוואוינער האבן ניטאמאל געהאט די זכי' צו אריינוועלן די באורד. א חוץ מזה, אנדערש ווי אין די אלגעמיינע וועלט ווי ס'קומען פאר יערליכע וואלן, בלייבן אונזערע היימישע באורד מעמבער'ס אויפן באורד לענגער ווי פוטין אין רוסלאנד.
והשנית, אויב זענט איר געווען א געטרייע וואוילע באורד מעמבער, האט מען נישט גערעדט פון אייך! אשריך וטוב לך! מען רעדט פון די סארט וואס זענען זיך מחיה מיט די כח השליטה און טערארעזירן איינוואוינער, וואס פון דעם זענען ליידער דא היפש אסאך...