א נאכט אויפן שיפל..

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נאכטאיש
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:59 pm
לאקאציע:אונטער די גרינינקע בוימעלעך

א נאכט אויפן שיפל..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכטאיש »

סוואן לעיק נ.י. 2006:

א לייכט ווינטל צושאקלט לייכט מיין פיאות און קלאפט זיך אן און מיין נארוואס ים אפגעוואשענע פנים, ס'איז שוין שטאקלעך פינצטער ביי מיר אין שיפל, ס'איז שוין העכסט צייט אנצוצינדען די לאמטערנע טראכט איך צו מיר, א העל געלע שיין באנעמט די ארום, די צאנקעדיגע שאטנ'ס היפן נישט איבער מיין פידעלע וואס איז אנגעגרייט פאר מיין חבר וואס גייט באלד אויפשטייגן אויפן שיפל, איך הייב אן רוקן מיינע שטעקענעס מער צום זייט פונעם וואסער עס ענטפאנגט מיר די נאסע פרישע בלעטער אהה די ריח איז ממש פון גן עדן ארויס, די הויכשטאקיגע ביימער שאקלען זיך מיט א אהבה איבער מיין זעל, שפריצנדיג פון מאל צו מאל א דאזע רעגן טוי, אהה די שיינע קאלירטע פויגל וואס ענדיגט יעצט איר תפקיד פארן טאג לאנדעט רואיג ביים עק פונעם האלצערנעם ראם פונעם שיף, א פאלנדע בלעטל אויף מיין פנים שאקלט מיר אויף און מיט רואיגע מחשבות קומט מען צו נענטער צום חבר'ס ווארטונג'ס ארט, א לייכט רעגן הייבט אן פאלן און באנעצט מיין פנים מיט פרישע קאלטע וואסער, אהה אנגעקומען צום חבר ארויף אויפן שיפל און מען הייבט אן, די שעות לויפן מ'האלט שוין נישט חשבון אויפן זייגער, מ'שיפלט רואיגערהייט איבער וועגן און שטעגן ארומגענומען מיט געדיכטע ביימער און שטיינער, די טשוויטשקענען פון די פייגל און וואלד באשעפענישן מישן זיך אויס מיט די הארציגע קלאנגען פונעם פידל עס מאכנדיג פאר איין הימלישע מאלאדיע.....
71wkEmk5Y-L._AC_SL1500_ (1).jpg
71wkEmk5Y-L._AC_SL1500_ (1).jpg (36.67 KiB) געזען 178 מאל
מ'טראכט ביינאכט וואס מ'חלומט בייטאג.
סטראקעס בעקיטשע
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 19, 2024 9:04 pm

Re: א נאכט אויפן שיפל..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראקעס בעקיטשע »

אוועטאר
נאכטאיש
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:59 pm
לאקאציע:אונטער די גרינינקע בוימעלעך

Re: א נאכט אויפן שיפל..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכטאיש »

איך טרעפ זיך מיט די עכטע זיך.

די שטארק פארנעפעלטע
וואלקענעס וואס האבן זיך א וויילע צירוק באקענט מיט די בערג און ביימער האבן געמאכט זייערע קביעות'דיגע מקום פאר די לאנגע נאכט.
איך זעץ מיר אריין אין מיין נשמה שיפל וואס מיינע צען פינגער האבן געבויעט איבער א יובל יארן מאכענדיג מיין וועג צום קלארן רואיגער טייכל.
מיט די גינג גאלד ריינע ביינאכט ליפט וואס שלענגט אדורך מיין זעל פון אינעווענדיג פאר איך אוועק פון מיין הייזקע מיין הויז געזונט מיין ארומיגער גאנצע געפילדער, ווייט ווייט אן קיין איינער וואס זאל מיט מיר מיט קומען גיב איך איבער דעם 'זיך' וואס איך האב געגעבן צום שטילער וואסער כוואליעס זיי זאלן מיר פירן ווי זיי באגערט.

די לאמפ זיצט ביים זייט ווי א שטיק דומם און דינט ערליך זיין פליכט ווי ס'זעט זיך מער אן די אטעם רויעך וואס קומט ארויס פון מיין ווארעם מויל'כל.
אין געציילטע מינוטן ווארף איך אוועק אלע אברים וואס פירן מיר, טיעף טיעף אריין צום אפגרינג.
די טייערע מינוטן פונעם טאג וואס איך טו מיר אויס פון די פאלשע געזעלשאפט און איך באקען מיר מיט די אמת'ער 'זיך' קען איך נישט אויפגעבן ביז מיין יום האחרון, אוי איז דעס העכער פון אלע תנהיגים בעולם הזה, די בריאה וואס נעמט מיר ארום.
אנגעהויבן פון די עלטערע סארט ביימער דארט ווייט ווייט ביז די דינע קולות וואס הערט זיך אונטן פונעם ים פלאך העלפט מיר גאר אסאך צי ארויסצוגיין פון די 'זיך'.
מיין אנגעפאשעטן נפש הבהמית מאכט שוין פאקסן און גערידער ווילנדיג איך זאל אים פארשטיין געבן ווי אזוי איך קען מיר ערלויבן צו אויפבלייבן ווען ס'קומט צו שלאפן די שעה'ן אין טאג, פראביר נאר איר פארשטיין געבן די לויטערע רוח החיים וואס ווערט אויף מיר באגאסן אט די איצטיגער מינוטן.
פון איין טינק אריין די לאנגע האלצענעם שטעקן ביזן ארויסנעמען קומט ארויס צוזאמען מיט די טראפענעס וואסער איטליכע טיפער מחשבות וואס באהאלטן זיך פון מיר איבער'ן טאג זי שעמט זיך צו טרעפן מיט מיין שמוציג גוף, ענדליך ווארט מיין נשמה איר אפ און האלדזן זיך ארום, איך שטיי ביים זייט נייגענדיג צו מיין ביידע אויערן, די אמת'ער 'מיך' קען זיי צומאל איבערהאקן ווען עס קומט צונוץ...
מ'טראכט ביינאכט וואס מ'חלומט בייטאג.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”