קנין תורה - ידיעת התורה - א געזונטע מהלך השווה לכל נפש בעזהשי"ת

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אשר אנשיל
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 09, 2022 12:39 am

Re: קנין תורה - ידיעת התורה - א געזונטע מהלך השווה לכל נפש בעזהשי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר אנשיל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 9:57 pm
דוד הכהן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 9:35 pm
זייער אינטערסאנט און קוקט אויס זייער אמת'דיג, קענסט אנצייגן ווער איז די מקור פון די מהלך? איז דאס א חידוש פון דיין חבר?

די אוועקגעשטעלטע גאנג פון די ערשטע 4 מאל איז ווי דערמאנט א יסוד גדול וואס דער סטייפלער חזר'ט איבער מערערע מאל אין זיינע בריוון (זעה קריינא דאגרתא ח"א די ערשטע 100 מכתבים בערך, ער דערמאנט עס דארט כאטש 5 מאל און יעדע מאל שנייד ער עס אביסל אנדערש)

די המשך און סדר פון חזרה האט מיין חבר מקבל געווען פון הגאון הגדול ר' אברהם משה באקאן שליט"א, כ'ווייס נישט אויב ער האט עס אליינס אויסגעשטעלט אדער ער האט עס מקבל געווען פון אנדערע

איך שיהיה איז עס אזוי ווי דו זאגסט אליינס.. ניכרין דברי אמת.. ובנידו"ד, ניכר דרך האמת... און כ'קען שוין ב"ה מעיד זיין דערויף לחצאין.. כ'האב שוין אין מיין לעבן געלערנט איבער האלב ש"ס און דאס איז די ערשטע מסכתא וואס כ'שפיר כ'האב געהעריג קונה געווען בס"ד
פאר די אידן וואס ווייסען נישט, ווער איז הרב אברהם משה באקאן שליט״א?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קנין תורה - ידיעת התורה - א געזונטע מהלך השווה לכל נפש בעזהשי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 10:40 am
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 7:25 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 6:40 pm
אינטערעסאנט


אגב, דו לערנסט עס אליינס אדער מיט א חברותא? (ס'איז בכלל מעגליך צו לערנען אזא מין לימוד אליינס פאר רוב מענטשן?)
אליינס! איינס פון די הויפט מעלות פון דעם מהלך איז אז לערנען אליינס באקומט א געשמאק, מען דארף נאך אסאך בייקומען די יצר הרע היום יומי אבער מען קען אויף דעם אופן לערנען אסאך שעות רצופות מיט געשמאק

בחברותא ארבעט דער מהלך אביסל אנדערש (כ'האב נישט קיין עקספיריענס קען איך נישט אריינרעדן עכט)


די שאלה איז אבער, אזא לימוד דארף מען האבן גאנץ אסאך צייט, און עס פארשווערט זיך צו קובע זיין דערויף (פאר איינער וואס לערנט נישט אגאנצן טאג)
אודאי מיז מען האבן אסאך צייט און דער מענטש האט ב"ה אסאך צייט, מען דארף נאר זיין על המשמר און קאמפס גרייט צו אויסניצן די צייט, עס פאדערט לכה"פ 2 שעה א טאג + הוספות דורכאויס פרייטאג שבת זונטאג
מובן, נאך א מעלה פון לערנען אליינס איז אז מען קען בעסער אנהאלטן די קביעות.
הממממ... כ'מיין אז אליינס איז שווערער צו אנהאלטן א קביעות... מיט א חברותא מאכט זיך ווייניגער תירוצים פארוואס נישט צו קומען אין ביהמ"ד..
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קנין תורה - ידיעת התורה - א געזונטע מהלך השווה לכל נפש בעזהשי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דוד הכהן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 10:52 am
תג1234 האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 10:19 pm
ברוך שכוונתי
כבר זה כמה שנים שאני לומד במהלך הזה, וכ"כ כתבתי פראגראם לזה, ראה בהמצורף, ועי רשי ברכות סג עב דה הס מפורש כןסדר-הלימוד.pdf
איך קוק דיין לוח דו ביסט אן אנדערע מהלך ווי קנין תורה דו ביסט מער ענליך צו דאגלעס מהלך.

די חידוש פון קנין תורה ווי אזוי איך קוק עס אן אז ווען מען לערנט די ערשטע מאל האסטו צופיל זאכן אויף וואס צו פאוקעסן אנגעפאנגען פון עברי און טייטש פשט און עס פעלט די המשך הסוגי' ממילא פעלט א קלארקייט און עס גיט צו א צומעשעניש וכו' און די מהלך פון קנין תורה צוטיילט עס קודם די ערשטע מאל זאג אפ באופן פשוט די עטליכע דפים וואס איז מקיף די סוגיא און דורכדעם באקומט מען א כלליות'דיגע בליק אויף די סוגיא און עס באדערט דיר נישט אז דו ביסט נישט קלאר ווייל דאס איז נאר שלב א און אזוי דארף מען לכתחילה לערנען און אזוי גייט מען שטאפלווייז צו די נעקסטע שלב און ווען מען קומט אן צו שלב ד' האט מען שוין די גאנצע היקף ארום און ארום און מען קען זיך שוין מער מייגע זיין אין די סוגיא ארויסצוהאבן על בוריה אן די זייטיגע קוועטשערייען.

משא''כ דיין מהלך איז די ערשטע מאל לערנט מען עס בעומק את שעה און די חזרה נעמט פון 20 מינוט און אראפ

@סטאוו יא פיטא ביסט מסכים? איך זאג עס גוט?
זייער קלאר צולייגט

מיין מהלך שטימט נישט מיט @תג1234 ,
ביי מיר געדויערט די לימוד אין דורכשניט כזה:
- בערך 2 שעה די ערשטע מאל לערנען די ערשטע 3 בלאט (אגב, כ'לערן דאס געווענליך שבת נאכמיטאג אדער מוצ"ש ווען די קאפ איז נישט אזוי קלאר און כ'קען באשטיין צו לערנען מער לייכט)
- 2 שעה די עמוד די נעקסטע 3 מאל
- חזרה ביי מאל 5 און 6 די גאנצע 3 בלאט געדויערט ארום 45 מינוט א בלאט
- חזרה ביי מאל 7,8,9,10 נעמט צווישן 25 און 30 מינוט א בלאט
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קנין תורה - ידיעת התורה - א געזונטע מהלך השווה לכל נפש בעזהשי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 10:53 am
וויאזוי ווייסטו אז עס איז שווה לכל נפש ווייל פאר דיר האט עס געארבעט??
שתי תשובות בדבר:
א. די עיקר יסוד פון דעם מהלך איז די וועג וויאזוי מען איז עס קונה בתחילת הלימוד, און דאס איז דורך לערנען 4 מאל כמבואר לעיל, (די סדר החזרה בהמשך איז שוין א פראקטישע און פשוט'ע עצה וויאזוי עס צו אנהאלטן)
דער יסוד איז כמעט מפורש א גמרא אין עירובין, און כנ"ל איז דער סטייפלער שטארק פארנימען דערמיט
ער שרייבט עס פאר א צאל בחורים ואברכים מיט פארשידענע סארט כשרונות, פאר אלע זאגט ער בערך דעם זעלבע זאך

ב. כ'האב אין די לעצטע 9 חדשים רעקרוטירט א צאל חברים און באקאנטע צו אנהייבן לערנען אויף דעם סדר און אלע אן אויסנאם האבן מצליח געווען, ביניהם אזאנע מיט גאנץ שוואכע כשרונות!
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קנין תורה - ידיעת התורה - א געזונטע מהלך השווה לכל נפש בעזהשי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יוד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:40 pm
פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 10:53 am
וויאזוי ווייסטו אז עס איז שווה לכל נפש ווייל פאר דיר האט עס געארבעט??
די אופן איז שוה לכל נפש. לאו דוקא די לימוד... קענסט לערנען משניות אויף די אופן, אדער גמ' רש"י אן תוס'
אקוראט אזוי!!

זינט כ'האב אנגעהויבן מיט די מהלך אין גמרא לערן איך אויפן זעלבן אופן ספרי חסידות, ספרי מוסר ומחשבה

עס איז אין לדמות וויאזוי דער מח איז עס מקבל

הא מיהא אז ביי חסידישע און מוסר ספרים בין איך נישט מקפיד אויף די אבסעלוט סדר קבוע אזוי ווי ביי גמרא, סתם אזוי איז מיין קביעות נאר 3 מאל (און נישט 4 מאל ווי ביי גמרא) צומאל איז מען מקיל צו 2 מאל אויב איז נישטא געניג צייט.. אבער עס שפירט זיך די חילוק
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
דוד הכהן
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: קנין תורה - ידיעת התורה - א געזונטע מהלך השווה לכל נפש בעזהשי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

@סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
מיין מהלך שטימט נישט מיט @תג1234,
ביי מיר געדויערט די לימוד אין דורכשניט כזה:
- בערך 2 שעה די ערשטע מאל לערנען די ערשטע 3 בלאט (אגב, כ'לערן דאס געווענליך שבת נאכמיטאג אדער מוצ"ש ווען די קאפ איז נישט אזוי קלאר און כ'קען באשטיין צו לערנען מער לייכט)
- 2 שעה די עמוד די נעקסטע 3 מאל
- חזרה ביי מאל 5 און 6 די גאנצע 3 בלאט געדויערט ארום 45 מינוט א בלאט
- חזרה ביי מאל 7,8,9,10 נעמט צווישן 25 און 30 מינוט א בלאט
וויאזוי קען זיין אז שלב ד נעמט די זעלבע צייט ווי שלב ב און ג? דו הייבסט דאך הערשט יעצט אן צו לערנען תוספות און בגלל עס איז די ערשטע מאל וואס דו לערנסט בכל העומק והיקף
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3255
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: קנין תורה - ידיעת התורה - א געזונטע מהלך השווה לכל נפש בעזהשי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

ווילאנג בערך דארף מען לערנען א טאג דערפאר?
אין גלייב אינ'עם אויבערשטן. ער איז מיין באשעפער.
לאו דוקא השם אדער גא-ט.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קנין תורה - ידיעת התורה - א געזונטע מהלך השווה לכל נפש בעזהשי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דוד הכהן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 5:59 pm
@סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
מיין מהלך שטימט נישט מיט @תג1234,
ביי מיר געדויערט די לימוד אין דורכשניט כזה:
- בערך 2 שעה די ערשטע מאל לערנען די ערשטע 3 בלאט (אגב, כ'לערן דאס געווענליך שבת נאכמיטאג אדער מוצ"ש ווען די קאפ איז נישט אזוי קלאר און כ'קען באשטיין צו לערנען מער לייכט)
- 2 שעה די עמוד די נעקסטע 3 מאל
- חזרה ביי מאל 5 און 6 די גאנצע 3 בלאט געדויערט ארום 45 מינוט א בלאט
- חזרה ביי מאל 7,8,9,10 נעמט צווישן 25 און 30 מינוט א בלאט
וויאזוי קען זיין אז שלב ד נעמט די זעלבע צייט ווי שלב ב און ג? דו הייבסט דאך הערשט יעצט אן צו לערנען תוספות און בגלל עס איז די ערשטע מאל וואס דו לערנסט בכל העומק והיקף
כ'האב נישט גוט מסביר געווען
די צווייטע, דריטע און פערטע מאל 'אינאיינעם' געדויערט בערך 2 שעה
כ'וואלט עס איינגעטיילט בערך 20-25 מינוט דער עמוד גמרא רש"י ביים צווייטע און דריטע מאל, און בערך א שעה מיט 15 מינוט דער עמוד גפ"ת די פערטע מאל
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קנין תורה - ידיעת התורה - א געזונטע מהלך השווה לכל נפש בעזהשי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 5:59 pm
ווילאנג בערך דארף מען לערנען א טאג דערפאר?
יעדער אנדערש, לדעתי דארף דער דורכשניט זיין צווישן 2 און 2 מיט א האלב שעה, און מוסיף זיין דורכאויס פרייטאג שבת זונטאג נאך 5 שעה מער (טאטעל)
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
יוד
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: קנין תורה - ידיעת התורה - א געזונטע מהלך השווה לכל נפש בעזהשי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

אשר אנשיל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:53 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 9:57 pm
דוד הכהן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 9:35 pm
זייער אינטערסאנט און קוקט אויס זייער אמת'דיג, קענסט אנצייגן ווער איז די מקור פון די מהלך? איז דאס א חידוש פון דיין חבר?

די אוועקגעשטעלטע גאנג פון די ערשטע 4 מאל איז ווי דערמאנט א יסוד גדול וואס דער סטייפלער חזר'ט איבער מערערע מאל אין זיינע בריוון (זעה קריינא דאגרתא ח"א די ערשטע 100 מכתבים בערך, ער דערמאנט עס דארט כאטש 5 מאל און יעדע מאל שנייד ער עס אביסל אנדערש)

די המשך און סדר פון חזרה האט מיין חבר מקבל געווען פון הגאון הגדול ר' אברהם משה באקאן שליט"א, כ'ווייס נישט אויב ער האט עס אליינס אויסגעשטעלט אדער ער האט עס מקבל געווען פון אנדערע

איך שיהיה איז עס אזוי ווי דו זאגסט אליינס.. ניכרין דברי אמת.. ובנידו"ד, ניכר דרך האמת... און כ'קען שוין ב"ה מעיד זיין דערויף לחצאין.. כ'האב שוין אין מיין לעבן געלערנט איבער האלב ש"ס און דאס איז די ערשטע מסכתא וואס כ'שפיר כ'האב געהעריג קונה געווען בס"ד
פאר די אידן וואס ווייסען נישט, ווער איז הרב אברהם משה באקאן שליט״א?
א באשרייבונג אין בחדרי חרידים איבער אים.

העילוי מאנטוורפן: הגאון רבי אברהם משה באקאן, בן 42

גדל באנטוורפן אצל הגאון רבי חיים קרייזוירט זצ"ל ואצל יבדלחט"א וכ"ק האדמו"ר מפשאווערסק שהיו רבותיו המובהקים. משתייך לחסידות באבוב 45.

מהר מאוד נוצר קשר מיוחד בינו לבין רבי חיים קריזוירט, שהיה בעצמו עילוי מופלג, וקשרים עם בני תורה צעירים כל כך היו נדירים אצלו מאוד. ובכל זאת, כישרונו העצום של אברהם משה באקאן נגע לליבו. הוא ישב שעות ארוכות בבית המדרש והתפלפל עמו בלימוד כאילו לא היה פער של עשורים רבים בין גאון הדור הנודע לנער הצעיר. כמה שנים לאחר מכן, העניק לו רבי חיים מכתב סמיכה.

נישא לבתו של הגרחיד"א וייס רב חסידי סאטמר באנטוורפן, מגדולי הדור במצוות פדיון שבויים. לאחר שסיים כבר ש"ס ופוסקים והיה בקיא בהם ישר והפוך, הורה לו אחד מרבותיו לנסוע לארץ ישראל כדי להתחדד בלימוד אצל רבני בני ברק מחוג חזון איש. "שם תוכל לעלות כמה מדרגות נוספות".

רבי אברהם משה קם ועשה. כשהגיע ארצה התקרב לרבני חוג חזון איש וישב ימים ארוכים בבתיהם של הגאונים רבי חצק'ל ברטלר ורבי אברהם גניחובסקי זכר צדיקים לברכה. באחד הימים נתקל בשאלה קשה שאף אחד מבין תלמיד החכמים לא הצליח להשיב עליה. בצר לו עלה למעונו של מרן הגאון רבי דב לנדו ומאז נפשו נקשרה בנפשו. עד היום הוא מקפיד לעלות מדי תקופה לביתו, לשטוח את שאלותיו והערותיו ולקבל מענה. השניים אף מתכתבים ביניהם ברציפות בדברי תורה הלכה ואגדה בכל חלקי התורה.

עסק מיוחד יש לו לרבי אברהם משה עם כתבי הגאון הרגוטשובי. הוא נחשב למומחה גדול בתורתו של הרגוטשובי, וכמי שאף דבר מתורתו הגאונית והעמוקה לא נעלם מעיניו. לפני מספר שנים, הדפיסו את ספר תשובות החזון איש. במהלך הכנת הכתבים מצאו העורכים מכתב אחד שלא היה ברור מה תוכנו ומהותו. הם נכנסו אל מעונו של רבי דב לנדו שליווה את כל תהליך הוצאת הספר. לאחר עיון ממושך אמר רבי דב שזה אכן נראה כתב יד קדשו של החזון איש אבל התוכן מזכיר את הרגוטשובי. "זה מוזר" פסק רבי דב, והוסיף "לכו לרב באקאן, תשאלו אותו, הוא מומחה בזה".

מיהרו העורכים אל ביתו של הרב באקאן. לבקשתם עיין קצרות במכתב, ומיד אמר: "זה אכן ציטוט מדברי הרגוטשובי במקום זה וזה, סימן זה וזה. נראה שהחזון איש רשם לעצמו קטע מדבריו של הרגוטשובי לזיכרון או עיון מאוחר יותר".

רבי דב מעריך אותו מאוד ומרבה לדבר בשבחו. תלמידים קרובים של רבי דב מספרים שמעולם לא נשמעו ביטויים מפליגים כאלו ממנו על אברך צעיר. כך למשל התבטא אודותיו שהוא בקיא בכל ה'עין משפט', ושהוא מסוגל לצטט סימנים ופסקאות שלמות בעל פה. בהזדמנות אחרת העיד עליו רבי דב שהוא בקיא בסדר קדשים עם ביאורי החזון איש והרב מבריסק גם יחד. בראיון נדיר שהעניק רבי דב ל'יתד נאמן' בחג השבועות, אמר: "אני מכיר אברך חסידי שהגיע מאנטוורפן והוא שולט בכל הש"ס עם הראשונים והאחרונים".

פעם ערך ברית לבנו בבית מדרשו של הרבי מפשאווערסק. על פי התכנית הייתה אמורה להתקיים קודם לכן שמחת ברית לבנו של מתפלל אחר. אלא שבבוקר הברית הודיע הרבי "קודם כל עורכים את הברית לבנו של הרב באקאן, משום שהוא בנו של תלמיד חכם, ורק אחר כך של המתפלל השני".

הוא עוסק רבות בכתביו של רבי דב לנדו. מדובר בכתבי יד הידועים כמסובכים מאוד לפיענוח משום שהם כתובים בקיצור נמרץ על גבי גיליונות הדף. רק יחידי סגולה מסוגלים להבין את הדברים עד הסוף. הרב באקאן הוא אחד המיוחדים שבהם. "כשמציעים לפניו דבר תורה של רבי דב" מספר אחד מבני ביתו של ראש הישיבה, "הוא שואל קודם כל א זה כבר הודפס איפה שהוא. אם כן, חזקה שהוא כבר מכיר את החידוש היטב".

הוא אחד מהעורכים של הקובץ התורני הנחשב 'עץ חיים' של באבוב. הוא עצמו נוהג לפרסם שם מדברי תורתו. רבים מחכים לפרסום הקבצים רק כדי ללמוד בתורתו של הרב באקאן שאינו מרבה להדפיס את חידושיו.

ספרו 'אומר הבא מן החדש' על מנחות נחשב קשה להשגה וכל תלמיד חכם העוסק בקדשים, ובפרט במנחות, ינסה להניח את ידיו על עותק של הספר. אגב, בסוף הספר הוא מביא פנינים מרבו הגר"ח קריזווירט.

לצד ספרו הנחשק על מנחות, הוציא בעבר לכבוד חתונות אחד מידידיו, ספר עב כרס שכולו מלא חידות ושעשועים בדברי תורה. חלק מהחידות הן שלו, וחלק הוא שמע מרבי דב באופן אישי. כיאה לעילוי וגאון, זהו הספר החביב עליו ביותר.

עובדה נדירה מעט לעולמם של העילויים הממהרים בהליכותיהם וקולטים את הכתוב כהרף עין, רבי אברהם משה, למרות היותו עילוי עצום, מתפלל את תפילותיו באריכות רבה והשתפכות הנפש. הוא מקדיש שעות ארוכות מסדר יומו לעבודת התפילה, ורק כשמסיים נפנה ללימודו המתפרש לאורך כל שעות היממה כמעט.

מתגורר ברחוב האדמו"ר מגור, שם הוא שוהה רוב שעות היממה ולומד לבדו בהתמדה. למרות שהוא גר בבני ברק כבר כמה שנים טובות, הוא לא מכיר את הרחובות ואין לו מושג איך מגיעים מנקודה לנקודה. "פעם עשיתי שמחה ברחוב השומר, והייתי צריך לשרטט לו איך מגיעים מהבית שלו באדמו"ר מגור לאולם, מרחק כמה דקות הליכה בסך הכול".

הוא משמש כמשיב בכולל של הנגיד דן גרטלר, לשם הוא מגיע לשעות ספורות ביום. תלמידי הכולל מעידים שלא נמצאה שום שאלה שהוא אינו מסוגל להשיב עליה ולצטט מראי מקומות הקשורים בה. לצד היותו גאון מופלג השולט בש"ס בבלי, ירושלמי ראשונים ואחרונים, הוא רך לבריות וענוותן עצום. תלמידי הכולל מתארים בציוריות כיצד מדי יום נעמדים לצדו שורה של יהודים, מתלמידי חכמים גדולים, ועד ילדים שבאים לשאול שאלות על התפילה והסידור. לכולם הוא מאיר פנים ומקבלם באהבה גדולה.
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: קנין תורה - ידיעת התורה - א געזונטע מהלך השווה לכל נפש בעזהשי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

יוד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 7:01 pm
אשר אנשיל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:53 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 9:57 pm
דוד הכהן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 9:35 pm
זייער אינטערסאנט און קוקט אויס זייער אמת'דיג, קענסט אנצייגן ווער איז די מקור פון די מהלך? איז דאס א חידוש פון דיין חבר?

די אוועקגעשטעלטע גאנג פון די ערשטע 4 מאל איז ווי דערמאנט א יסוד גדול וואס דער סטייפלער חזר'ט איבער מערערע מאל אין זיינע בריוון (זעה קריינא דאגרתא ח"א די ערשטע 100 מכתבים בערך, ער דערמאנט עס דארט כאטש 5 מאל און יעדע מאל שנייד ער עס אביסל אנדערש)

די המשך און סדר פון חזרה האט מיין חבר מקבל געווען פון הגאון הגדול ר' אברהם משה באקאן שליט"א, כ'ווייס נישט אויב ער האט עס אליינס אויסגעשטעלט אדער ער האט עס מקבל געווען פון אנדערע

איך שיהיה איז עס אזוי ווי דו זאגסט אליינס.. ניכרין דברי אמת.. ובנידו"ד, ניכר דרך האמת... און כ'קען שוין ב"ה מעיד זיין דערויף לחצאין.. כ'האב שוין אין מיין לעבן געלערנט איבער האלב ש"ס און דאס איז די ערשטע מסכתא וואס כ'שפיר כ'האב געהעריג קונה געווען בס"ד
פאר די אידן וואס ווייסען נישט, ווער איז הרב אברהם משה באקאן שליט״א?
א באשרייבונג אין בחדרי חרידים איבער אים.

העילוי מאנטוורפן: הגאון רבי אברהם משה באקאן, בן 42

גדל באנטוורפן אצל הגאון רבי חיים קרייזוירט זצ"ל ואצל יבדלחט"א וכ"ק האדמו"ר מפשאווערסק שהיו רבותיו המובהקים. משתייך לחסידות באבוב 45.
פשוט אויסצוקלארן פאר ווער ס'ווייסט נישט, און פאר ווער ס'וואוינט אין אמעריקא און מיינט אז ס'איז אבדה תקותו ווייל אין USA קען מען נישט אויסוואקסן א גדול בתורה.

הגאון הגדול רבי אברהם משה באקאן שליט"א איז א יליד בארא פארק, און האט דא געוואוינט זיינע יארן ביז ער איז געווארן אן איידעם קיין אנטווערפן, און היינט וואוינט ער אין בני ברק.

ער האט געלערנט אין באבוב און אלכסנדר (צי ער האט אפאר יאר אלס בחור געלערנט מעבר לים, ווייס איך נישט), ער איז שוין דאן געזעסן און געהארעוועט מיט אן אויסטעלישע התמדה.
כשלעצמי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 16, 2020 11:35 pm

Re: קנין תורה - ידיעת התורה - א געזונטע מהלך השווה לכל נפש בעזהשי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשלעצמי »

ב. דאס לערנען 4 מאל מיז זיין אויף א טרעפ ביי טרעפ מהלך, ואפרש:
- די ערשטע מאל לערנען מעג מען נאר טייטשן פשוט טייטש פון די גמרא, מען גייט נישט אריין אין קיין עיונים ודיונים, אויב פאלט יא ביי א שוועריגקייט, זאגט מען ארויס דעם קשיא מיטן מויל, און מען לייגט עס אין דער זייט פארן קומענדיגן מאל.


אפשר קענסטו אביסל אויסקלארן, די ערשטע מאל לערנען דארף מען פארשטיין? אדער נאר טייטשען די ווערטער? אדער פארשטיין אויבערפלעכליך?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”