קנין תורה - ידיעת התורה - א געזונטע מהלך השווה לכל נפש בעזהשי"ת
דער מהלך פון קנין תורה איז ווי פאלגענד, כ'האב עס מקבל געווען פון מיינס א ידיד, א יונגערמאן א ת"ח מופלג קע"ה, ער איז 10 יאר יונגער ווי מיר און קען גוט רוב ש"ס..סטאוו יא פיטא האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 4:42 pmRe: קנאת סופרים: איך האב ב"ה געהאט די זכיה מסיים צו זיין_______!
צ/ק
בס"ד מרובה האמיר זוכה געווען לסיים מס' קידושין גפ"ת 10 מאל!.. אויף א נייעס סיסטעם פון קנין תורה וואס מ'האמיר אנגעהויבן 9 חדשים צוריק, און מיט הילף פון אויבן געענדיגט ב"ה די ערשטע מסכתא אויף דעם מהלך...ועוד ידינו נטויה בעזרת עושה שמים וארץ
-
(העמיר שפעטער אריינקומען מיט פרטים איבער דעם סיסטעם בלי"נ)
א.די יסוד געבויט אויף די גמרא אין עירובין אז פאר מען לערנט נישט א לימוד 4 מאל קען מען עס נישט געהעריג. דער סטייפלער זצ"ל אין די אגרות חזר'ט עס איבער מערערע מאל.
ב.דאס לערנען 4 מאל מיז זיין אויף א טרעפ ביי טרעפ מהלך, ואפרש:
- די ערשטע מאל לערנען מעג מען נאר טייטשן פשוט טייטש פון די גמרא, מען גייט נישט אריין אין קיין עיונים ודיונים, אויב פאלט יא ביי א שוועריגקייט, זאגט מען ארויס דעם קשיא מיטן מויל, און מען לייגט עס אין דער זייט פארן קומענדיגן מאל.
- די צווייטע מאל לערנען, לערנט מען שוין אביסל טיעפער, מען שמועסט אויס אביסל הסבר אויף יעדע נקודה, מען שמועסט אויס אלע שוועריגקייטן אבער מען איז נישט מעיין צו טרעפן קיין תירוצים.
- ביים דריטן מאל לערנען שמועסט מען שוין אויס אלע קשיות און מען פראבירט צו טראכטן אביסל פון יישובים.
- ביים פערטן מאל לערנען איז שוין נישטא קיין הגבלות, מען לערנט עד הסוף בהבנה מלאה.
ג.צוויי גאר וויכטיגע נקודות איבער די ערשטע פיר מאל לערנען:
1. יעדע מאל מען לערנט דארף מען אנהייבן טייטשן און עס לערנען כאילו מען לערנט עס צים ערשטן מאל, מען דארף זיך מאכן כאילו מ'האט עס נאכנישט געלערנט קיינמאל.
2. די פינקטליכע מהלך וואס כ'האב אויסגעשמועסט וויאזוי יעדע טרעפ דארף צוגיין איז קריטיש וויכטיג לא להוסיף ולא לגרע! אויב בויט זיך נישט די גמרא אין קאפ אויפן מסודר'דיגן אופן הנ"ל איז עס גורם אסאך שטרויכלונגען שפעטער, בפרט מאכט עס פארלירן דעם אפעטיט צו חזר'ן.
ד.ביים פערטן מאל לערנען לערנט מען תוס', עס איז גאר דערפרישענד ווען עס שטעלט זיך ארויס אז רובי דרובי פשט תוספות'ען זענען שוין געווארן אויסגעשמועסט ביים לערנען די ערשטע דריי מאל, א דאנק דאס בויען די גמרא אויף א געזונטע וועג.. ובכן, א פשט תוספות לערנט מען איינמאל און מען חזר'ט עס איינמאל און עס איז בדר"כ געניג. א תוספות וואס איז א סוגיא פאר זוך לערנט מען אויף די זעלבע מהלך ווי מען לערנט גמרא, מען בויט עס טרעפ ביי טרעפ 3 אדער 4 מאל, ווענד זיך לפי הצורך.
ד.עס זענען דא פארשידענע מהלכים וויאזוי צו איינטיילן די שיעור הלימוד, כ'וועל שרייבן וויאזוי כ'האב אויסגעשטעלט פאר מיר, אבער עס איז לאו דוקא קלעיר קאט, יעדער דארף זעהן ביי זוך וויאזוי עס ארבעט פאר איהם:
ביים ערשטן מאל, לערנט מען אפ צווישן 2 און 4 בלאט, געוואנדן אין די סוגיא, בדר"כ איז עס קנאפע 3 בלאט. דאן ביים צווייטן, דריטן און פערטן מאל גייט מען צוריק צים אנהייב און מען לערנט צווישן א דריי-פערטל עמוד און א עמוד, און צומאל מער אויכט אויב איז עס בעסער פאר די שלימות הסוגיא. נאכן ענדיגן דעם ערשטן עמוד גייט מען ווייטער און עודך, מען לערנט די 2טע 3טע און 4טע מאל דעם קומענדיגן עמוד בערך, א.א.וו. ביז מען ענדיגט די גאנצע דריי בלאט 4 מאל.
ה.נאכן ענדיגן 4 מאל לערנען חזר'ט מען איבער די גאנצע דריי בלאט 2 מאל, די 2 מאל חזר'ן דארף מען אויכט לערנען די גמרא כאילו מען לערנט עס צים ערשטן מאל, דהיינו: מען דארף טייטשן יעדע ווארט און אויסשמועסן אלעס וואס מ'האט שוין קונה געווען ביז אהער. די ריווח דערפון איז מורא'דיג, מיט יעדע מאל וואס מ'חזר'ט עס ווערט מען קלארער און קלארער און מען איז עס ווייטער קונה אויף א געזונטע וועג.
ו.נאכן ענדיגן חזר'ן גייט מען ווייטער צו די קומענדיגע בערך 3 בלאט און מען לערנט עס גענוי אויפן זעלבן סדר הנ"ל. און אזוי גייט מען ווייטער ביז מען ענדיגט 10 בלאט.
ז.נאכן ענדיגן 10 בלאט און מען האלט נאכן לערנען 6 מאל יעדע בלאט, זר'ט מען איבער די גאנצע 10 בלאט 2 מאל.
ח.דאן גייט מען צו די קומענדיגע 10 בלאט און מען איז עס קונה מיט 8 מאל לערנען על דרך הנ"ל.
ט.נאכן ענדיגן 30 בלאט, אדער אמאל 20 בלאט און צומאל גאר 40 בלאט, געוואנדן אין די פרק וכדו', חזר'ט מען איבער די גאנצע 20-30-40 בלאט נאך 2 מאל.
י.און אזוי ענדיגט מען א מסכתא 10 מאל לערנען און מען קען עס גוט.
יא.דאן חזר'ט מען איבער די גאנצע מסכתא איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל עד אין שיעור... און נאר אזוי בלייבט מען דערמיט און עס עפענט די וועג פאר ווייטערדיגע מסכתות און נאך ידיעת התורה..
יב. לאמיר נאכאמאל איבער'חזר'ן די וויכטיגסטע יסוד: יעדע מאל וואס מען לערנט און מען חזר'ט דארף מען צוגיין דערצו כאילו מען לערנט עס צים ערשטן מאל, טייטשן יעדע איינציגסטע ווארט פון די גמרא און רש"י, און מער ווייניגער די תוספות.(הערשט נאך בערך 20 מאל לערנען קען מען זיך ערלויבן צו לערנען בלויז די ווערטער אן טייטשן ווייל מען קען עס שוין געניג גוט - דאס איז א הוספה פון מיין חבר וואס כ'האלט נאכנישט דארט איז קען איך נישט מעיד זיין דערויף...)
און דער עיקר העיקרים איז אסאך אסאך תפלה צו השי"ת שיתן חלקנו בתורתו, און אז מען זאל זוכה זיין צו קענען זיין תורה און עס זאל אינז מאכן פאר ערליכע אידן לתקן את נפשותנו ורוחנו ונשמותנו. די גמרא זאגט דאך אין מגילה אז לאוקמי גירסא סייעתא מן שמיא, דאס מיינט אז עס דארף תפלה און עס העלפט תפלה!!!..
זרע קודש נצבים