דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אייער קאנדידאט אין די קומענדיגע סטעיט סענאט רעיס

זשעימס סקופיס
33
14%
דארי האול
92
38%
מיין קהילה אינדארסירטער קאנדידאט
116
48%
סך הכל שטימען: 241

קאוונע
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאוונע »

אין ווייטערדיגע מאסיווע השתדלות-מיטינגען פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אויסצונוצן די קומענדיגע וואלן אלס ערנסטע פאר'ן קאמף קעגן די גזירת החינוך, און אויך פאר דירות פאר'ן ציבור, איז אין די לעצטע מינוטן אנגעקומען אויף א באשטימטע וויזיט דער סטעיט סענאטאר פון די געגנט, דזשעימס סקופיס, וועלכע לויפט פאר ווידערוויילונג.

סקופיס איז שוין במשך די לעצטע יאר צייט געווען זייער אקטיוו אין די נושא, זינט ער האט ביי זיין פריערדיגע ערוויילונג ערהאלטן א ערשטמאליגע אינדארסירונג פון קרית יואל נאכ'ן זיך פארפליכטן פאר'ן רבי'ן שליט"א אז ער וועט זיך צושטעלן צו אלעם וואס מען דארף פון אים. דער רבי האט אים דעמאלס געזאגט איין זאך: "אלעס וואס דער אסעמבלימאן שמחה אייכנשטיין וועט אויפברענגען אין אסעמבלי, זאלסטו אלס סענאטאר דורכשטיפן אין סטעיט סענאט". סקופיס האט דאס אויסגעפירט מיט א שמוץ אריבער, אזש ער האט סוף פון די לעצטע סעסיע געגעבן א אפענע רעדע אינעם סענאט לטובת די חרדישע חינוך, ווען עס האט זיך געקאכט איבער א פלאן וואס האט זיך דערווייל אנגעשטויסן אין אנדערע פראבלעמען.

צו קענען דורכפירן א טויש אינעם סטעיט געזעץ דארף מען האבן 3 פליגלען. די עקזעקיוטיוו ברענטש וואס איז די גאווערנאר, די סענאט, און די אסעמבלי. אינעם סענאט האט זיך סקופיס אפן ארויסגעשטעלט צו זיין דער "טשאמפיאן" פאר א חינוך ביל, בעת וואס אין אסעמבלי איז דער טשעמפיאן דער היימישער הר"ר שמחה אייכנשטיין. סקופיס קעמפט דארט מיט עטליכע שטארקע שונאי הדת וועמען ער דארף איבערקומען, אריינגערעכנט דער טשעירמאן פון די עדיוקעישן קאמיטע, און אצינד וויל דער רבי הערן א פלאן אויף ווייטער.

ביים לעצטן סענאט סעסיע איז שוין געווען א פלאן אויפ'ן טיש, וואס האט נישט געקענט צושטאנד קומען צוליב אנדערע שטערונגען, ווי דער שטייגער איז. אצינד ארבעט דער רבי צו אויסנוצן דעם יעצטיגן מצב צו בעז"ה צוברעכן אלע שטיינער אין וועג, און סקופיס וועט האפנטליך קענען נאכאמאל זיין דער גוטער שליח צו פארטרעטן די קאאליציע פון חרדישע מוסדות און עסקנים וועלכע ארבעטן העפטיג צו דורכברעכן א לעגיסלאטיווער לעזונג צום ביטערן גזירה, א מהלך וואס מען וועט עפ"י עצתו ופקודתו פונעם רבי'ן אי"ה פרובירן איינמאל און נאכאמאל ביז מען וועט האפנטליך מצליח זיין, מיט אסאך תפילות ישראל.

סקופיס'ס ארבעטן העפטיג פאר אונזער חינוך און פאר אזויפיל אנדערע געברויכן פאר די וואוקס פון קרית יואל, ווערט באוואונדערט אין די ברייטע גאס און דינט ווי דער גרעסטער איבערצייגונג אויפן כח פונעם קרית יואל'ס שטימען מיט א פאראייניגטע בלאק וואוט לויט די הוראות פון א רבי'ן און עסקני הכלל, זעענדיג ווי איינער וואס איז בעבר געווען פון די וועלכע האבן געארבעט צו שטערן און מאכן היבש ווערדלאז דעם פעלדער געזעץ, בשעתו ווען ער האט נאך געפירט א קאמף קעגן קרית יואל און איז נאר אינדאסירט געווארן דורך די קלענערע אנטי-גרופעס פון די שטאט, טאקע ער איז זאגאר געווארן איבערגעדרייט צו דער גרעסטער קעמפער לטובת די שטאט און שוין פאקטיש דעליווערט מיליאנען דאלארן אין יחידישע און ציבורישע הילף, און עס איז אנגעקומען אזוי ווייט אז ער איז שוין דער קעמפער אינעם סענאט פאר אונזער חינוך אפענערהייט, והרבה יותר כתוב כאן.

באזונדער גייט אן די השתדלות אז סקופיס זאל העלפן צושטאנד ברענגען די מאסיווע "בעיקערטאון טרעפיק פלאן" בעיקר מיט'ן עפענען א נייעם ראוד פונעם סטעיט פאליס ראוד צו דעעש ראוד. דער מאסיווער אונטערנעמונג דארף זיך שוין פאקטיש אנהייבן האפנטליך ממש אין די נאנטע חדשים, אבער ס'איז אנגעוויזן אין מיליאנען דאלארן פון די סטעיט וויבאלד מען ארבעט ווי אלעמאל אז די ווילעדזש שטייערן זאלן בלייבן היסטאריש נידריג און די גרויסע פראיעקטן זאלן באצאלט ווערן פון גרענטס אנשטאט פונעם ציבור'ס טאש. דאס צו צושטאנד ברענגען קאסט שווערע כוחות און השתדלות וואס איז אלעמאל אנגעוויזן אויף גרויס סיעתא דשמיא, און אצינד ווערט אויסגעארבעט אז סענאטאר סקופיס זאל זיך פארפליכטן פאר'ן רבי'ן צו ברענגען דעם גרענט פאר תושבי קרית יואל.

אינעם זעלבן באזוך קומט אויך אן דער "אסעמבלימאן" פון אונזער געגנט, קריס עיקוס, וואס ארבעט גאר העפטיג אינעם אסעמבלי סיי פאר'ן חינוך און סיי פאר די אנדערע צרכי העיר וצרכי הכלל, קומענדיג יעצט דא צום רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט'ן היימישן עסקן אסעמלימאן הר"ר שמחה אייכנשטיין.

עיקוס איז איינער וואס איז געווארן אריינגעברענגט צום אסעמבלי ביי די לעצטע וואלן נאר אדאנק קרית יואל, געווינענדיג מיט א נישטיגע 8 שטימען צו זיין קעגנער! אזוי אז ער האט אן אויסטערלישער הכרת הטוב צו די שטאט און ארבעט אין אלבאני פאר יעדע זאך וואס איז לטובתינו, מיט א נאנטע מיטארבעט.

אזוי ארום איז בע"ה דא די ריכטיגע פארטרעטער אין גאנץ אלבאני פאר די טובה פון קרית יואל, סיי אינעם סענאט און סיי אינעם אסעמבלי, וואס די ביידע, סקופיס אין עיקוס, ארבעטן אויך זייער העפטיג אויף קאלעגע סענאטארן און אסעמבלילייט צו פארשטיין אונזערע געברויכן און שטיצן אונזערע אינטערעסן ביים אפשטימען אויף בילס אד"ג.

עס זענען געווען אנוועזנד דער סענאטאר סקופיס וואס פארטערט אונזערע געברויכן אין סענאט, אסעמבלימאן קריס עיקוס וואס פארטרעט אונז העפטיג אין אסעמבלי זינט די פארלאפענע געווינס לעצטע יאר [וואס די ביידע, סקופיס און עיקוס, זענען אין די "מעדזשארעטי פארטיי" פון די סטעיט אזוי אז זיי האבן אן אפעקטיווער כח אויפצוטון לטובתינו בס"ד], דער היימישער אסעמבלימאן מו"ה שמחה אייכנשטיין נ"י וועלכע פארטרעט דעם חרדיש'ן ציבור אינעם אסעמבלי, דער ראה"ק וראש העיר פון קרית יואל הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, און דער ווילעדזש אדמיניסטראטאר הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.

דער רבי שליט"א האט אויפגענומען סקופיס מיט א ברייטן שלום עליכם, נאכ'ן זיין העפטיג בקשר עטליכע חדשים צוריק דורך שלוחים בעת סקופיס האט געארבעט אינעם סענאט פאר עדיוקעישן געזעצן וואס מען האפט צו עררייכן, און אצינד האט מען זיך געטראפן פערזענליך אפגעבן דעם דאנק און זאפארט אויסשמועסן דעם פלאן אויף ווייטער וואס מען וועט טון אינעם קומענדיגן סעסיע, ביז מען וועט האפנטליך זוכה זיין צו א ריכטיגער לעזונג אויף וואס כלל ישראל קוקט אזוי ארויס.

גלייך אין אנהויב האט זיך דער שמועס געצויגן איבערצוגיין וואס עס ליגט אלס אויפן סדר היום אינעם נושא פון חינוך, און דער רבי האט דערביי ווייטער גע'חזר'ט און ערקלערט קלאר אז חינוך איז אונזער גרעסטע אישו, העכער ווי אלעם פון וואס מען גייט נאך דא רעדן.

סקופיס האט דערביי צום ערשטן מאל געשילדערט פאר'ן רבי'ן פערזענליך וויאזוי עס איז פארלאפן די פריערדיגע סעסיע ווען מען האט שוין געהאט דורכגעבראכן ערנסטע מויערן איבער עדיוקעישן, מיט גרויסע שטיינער וואס זענען שוין צופיצלט געווארן, כאטש מען האט נאכנישט געקענט דערלעבן אן ענדגילטיגער לעזונג אויפ'ן פאפיר, און דאס אלעס גיבט גרויסע האפענונג אויף ווייטער אויב וועט זיין סיעתא דשמיא אינעם קומענדיגן סעסיע, צו נוצן אונזערע כוחות אין אלע 3 לעגיסלאטיווע פליגלען, דער גאווערנאר'ס אפיס; דער סטעיט סענאט; און די סטעיט אסעמבלי.

סענאטאר סקופיס וואס איז זאגאר געווארן דער טשעמפיאן פאר א עדיוקעישן ביל אינעם סענאט, האט געשילדערט די השתלשלות אינעם לעצטן סעסיע וויאזוי אין אנהויב האט די גאנצע סענאט לידערשיפ נישט געוואלט לאזן בכלל בארירן די אישו פון עדיוקעישן. סיי די פירער אינעם פארטיי, סיי די עדיוקעישן טשעירמאן, און סיי די אלע איבריגע קאמיטע פירער וועלכע ווערן דא פארמישט, און אפילו די סטעיט לויער האבן געשריגן אז מ'טאר נישט אנרירן די זאך, עס איז געמאכט געווארן זייער גוט מיט יארן צוריק און דארף בלייבן שטיין אן קיין טויש, און מען טאר נישט אפשוואכן די כח פונעם סטעיט עדיוקעישן דעפארמענט, די רידזשענטס. דעמאלס איז מען געשטאנען ביי א פונקט אז אינעם אסעמבלי איז שוין געווען א גרייטקייט צו אויפברענגען טוישונגען, אבער אינעם סענאט איז עס געווען א געשלאסענע טאפיק.

סקופיס האט געשילדערט וויאזוי ער איז געזיצן מיט איין סענאטאר און נאך א סענאטאר, און ער האט צולייגט וויאזוי ער האט באוויזן צו טוישן מיינונגען לטובת אונזערע פלענער, ביז ער איז אנגעקומען צום מעדזשארעטי לידער, און נאר נאכדעם וואס די לידערשיפ האט געזען אז דער מהלך האט שטארקע שטיצע נישט בלויז ביים גאווערנאר און אינעם אסעמבלי נאר אויך דא אינעם סענאט, נאר דעמאלס האבן זיי עס שוין יא געלאזט אויפברענגען, און טראץ וואס געוויסע סענאטארן און קאמיטע מיטגלידער האבן ווייטער פארפירט גאר היציג, האט סקופיס עס אפן פארטיידיקט אויפ'ן הויכהילכער ביי אן אינערליכע "קאמיטי" מיטינג, און געברענגט דערצו אז ער האט געהאט רוב סטעיט סענאטארן מיט זיך, און די העסליכע קעגנער זענען געווארן מאכטלאז.

די אנוועזנדע עסקנים ביים רבי'ן האבן דערביי שטארק קאפלימענטירט דעם סענאטאר אויף זיין ארבעט אין יענע היציגע טעג, זאגנדיג אז מילא די אידישע עסקנים האבן אזעלכע טעג וואס זיי שוויצן בייטאג און זענען אויף ביינאכט, אבער א סענאטאר זאל דאס טון פאר איין ספעציפישע סעקטע וועמען ער פארטרעט איז א אויסנאמליך שטארקע זאך, בפרט ווען ס'איז דא מערערע סטעיט סענאטארן וועלכע פארטרעטן חרדישע אידן, און קיינער האט זיך נישט אזוי ארויסגעשטעלט ווי ער.

דער רבי האט אויסגעשמועסט מיט'ן סענאטאר די פרטים וויאזוי מען האט די לעצטע מינוט באשלאסן אז די צייט איז נאכנישט רייף צו באשטעטיגן אונזער פארשלאג, נאכדעם וואס עס וואלט נישט געקענט זיין א דבר השלם, און דא האט סקופיס געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ס'איז אים בכלל נישט געווען גרינג צו זען וויאזוי די אסעמבלי טשאמפיאן פונעם אונטערנעמונג (ר' שמחה אייכנשטיין) לייגט אפ דעם גאנצן פלאן אין די לעצטע מינוטן פונעם סעסיע, א זאך וואס איז געווען א שווערע פיל פאר אים אלס שותף זייענדיג דער טשאמפיאן אינעם סענאט, וויבאלד מ'האט דאך שוין געהאלטן זייער ווייט און ער האט דאס שוין געוואלט זען עררייכט און פארטיג און נישט דארפן אויסשטיין די גאנצע שפיל נאכאמאל אין א קומענדיגע סעסיע, "אבער דא האב איך מיך אויסגעלערנט אז די קאמיוניטי פארלאנגט פון מיר עפעס וואס איז אנדערש ווי די געווענליכע אלבאני רולס. געווענליך ביי אונז ווען מען וויל באקומען א ברויט, סעטלט מען קודם אויף א האלבע ברויט... אבער דא ביי עדיוקעישן וויל מען נאר נעמען א גאנצע ברויט..."

אבער ער האט אויסגעפירט "איך בין געווען דא 4 יאר צוריק, דער רבי האט מיר געזאגט אז עדיוקעישן זאל איך שטופן פאראויס אלעס וואס [ר' שמחה] אייכנשטיין ברענגט אויף, כמו שהוא. אזוי האב איך געטון. עס איז געווען זייער א היציגע סעסיע".

דער רבי שליט"א האט דאן געזאגט זייער רירענד פאר סקופיס "די קאמיונעטי וועט דיר אלעמאל געדענקען! פאר'ן העלפן ראטעווען אונזער חינוך".

*

דערנאך האט מען גערעדט איבער אלע אנדערע פראיעקטן לטובת די איינוואוינער פון קרית יואל.

סקופיס האט דערמאנט די געלט וואס ער האט באשטעטיגט אינעם סענאט צו דעקן א גרויס טייל פון א נייע "מצילי אש פייער טראק" וואס מען האט שוין באנייט; ר' גדלי' סעגעדין האט דערמאנט די 3 סעטס "רויט לייטס" וואס מען גרייט זיך צו לייגן לענגאויס בעיקערטאון רד. וואס סקופיס האט געברענגט א גרענט דאס צו אויסצאלן צו פארלייכטערן די לאקאלע טרעפיק, און צום לעצט די מאסיווע "6 מיליאן דאלאר" וואס סקופיס אינאיינעם מיט'ן אנוועזנדער אסעמבלימאן עיקוס האבן אינאיינעם ארלעדיגט צו דעקן א ריזן טייל פונעם פראיעקט צו איבערבויען גאנץ "פארעסט ראוד"; אויך איז געווארן דערמאנט די הילף וואס ער האט געגעבן מיט שתדלנות ביי די DEC וועגן וועטלענד שטחים; דאס באשטעטיגן די סוער מעין'ס ביי שכונת ויואל משה (די נארטערן אינטעסעפטאר) וואו עס וואוינען שוין נאנט צו 1,000 משפחות נאר אדאנק די הילף וואס ער האט געגעבן; און אזוי ווייטער שטייט ער צו די רעכטע האנט מיט אלעם וואס נאר מעגליך צו העלפן תושבי קרית יואל און באגלייטן די וואוקס פון די שטאט בליעה"ר אן קיין איבריגע קאסטן פאר די שטייער צאלער.

דאן האט מען גערעדט וועגן דעם מאסיוון גראנדיעזער פלאן צו בויען א "דעעש קאנעקטאר ראוד" אלס א נייע אריינגאנג צום שטאט, א גאר ריזיגער אונטערנעמונג וואס נעמט אויך אריין טרעפיק אימפראוומענטס מיט נייע לעינס אין אלע ארומיגע ראודס אויף א ערשמאליג ריזיגער פארנעם.

ווי סקופיס האט דערציילט האט ער שוין געשאפן עטליכע מיליאן דאלאר וואס איז אפראווד צו גיין פאר דעם פראיעקט, און ער האפט צו קענען ברענגען נאך מער בקרוב, אזוי אז די ווילעדזש זאל בכלל נישט דארפן איינקאסירן פון קיין איינוואוינער דאס געלט פאר דעם גרויסן פראיעקט.

די אויפנאמע האט זיך געענדיגט מיט א ווארימער וואונטש פונעם רבי'ן, אבער באגלייט מיט א הייסע בקשה אז די ביז יעצטיגע ארבעט כלפי די חינוך אישו [לייען: די ביטערע גזירה וואס איז שוין א פאקט אויפ'ן פאפיר] מוז נאך פארענדיגט ווערן עד הסוף, ביז דער געפעכט ארום די נושא וועט ענדליך זיין געלעזט, אויף וואס סקופיס און עיקוס האבן ביידע ווידערהאלט אז זיי גייען צוריק אינעם קומענדיגן סעסיע קאמפס גרייט, און מען האפט אז אלע ארומיגע זאכן זאלן טאקע פאלן אין פלאץ אז מ'זאל קענען באווייזן דאס אומגלויבליכע, מיט האפענונג פאר סוקסעס. בסיעתא דשמיא.

*

פון דארט זענען די ראשי ועסקני העיר אריבער אינאיינעם מיט סענאטאר סקופיס צום דעעש ראוד, וואו דער סענאטאר האט געוואלט זען מיט די אויגן די פאקטישע פלענער.

אנקומענדיג קיין קרית יואל האט סקופיס שוין טאקע געהאט געזען מיט די אויגן די העווי טרעפיק וואס דארט טוט זיך יעצט אינעם פארנומענעם ערב יו"ט סעזאן, און דא האט מען אים געוויזן די גענויע פלענער וואו מען האפט צו קענען ערגענצן מיט א שפאגל נייע אריינגאנג צום שטעטל/שטאט גלייך אראפ פונעם סטעיט פאליס ראוד צום דעעש ראוד.

ווי פריער געשריבן האט שוין סקופיס מבשר געווען איבער א סטעיט גרענט וואס ער האט געקענט ברענגען דערפאר, פון עטליכע מיליאן דאלאר. ער האט פארשפראכן צו ברענגען נאך מער, זאגנדיג אז די בעסטע וואלט געווען צו ווארטן אויפן נייעם סעסיע און ער וועט ארבעטן דאס אריינצולייגן אינעם קומענדיגן בודזשעט.

אבער, ר' גדלי' האט אים זייער געבעטן אז מען וויל שוין פאקטיש אנהייבן די ארבעט, און מ'דארף נויטיג האבן דאס געלט וואס פריער כדי נישט צו דארפן בארגן געלט אויפ'ן חשבון פון די אנגעשטרענגטע מולטי-פאמיליע איינוואוינער, און סקופיס האט פארשפראכן דאס צו מאכן געשען וואס פריער, מעגליך נאך פונעם יעצטיגן בודזשעט.

עס איז אלעמענס שטוינונג צו זען וויפיל מען קען בס"ד אויפטון מיט'ן איין איינציגן כח וואס דער רבוש"ע האט אונז געגעבן, דער "קרית יואל בלאק וואוט", וואס יחעדער בר דעת פארשטייט וויפיל פון די דערמאנטע און אלע אנדערע רעגינרונג טובות עס וואלטן בכלל געקענט צושטאנד קומען ווען יעדער וואלט געשטימט אליינס אזוי ווי ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג, וואו אזעלכע אישוס ווערן קיינמאל נישט דעליווערט פאר איין געוויסע שטאט אדער געמיינדע, ניטאמאל עפעס נאנט צו דעם.

ברוך שנתן לנו כח הרוחני, וואס דאס גיבט אונז דעם עקזיסטענץ אין גלות, כן יעזור ה' להלאה.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

איך וואלט געקענט באשטיין צו זען די טרענסקריפטס פון די היציגע סעסיע

אן אריינגיין צו עס איז אמת אדער נישט וואס דאס בלייבט איבער צו די מאנראו מענטשן צו באשליסן, שטייט דא אז ער זאגט אז ער האט געפאלגט די שליחות וואס מהר"א שליט"א האט ארויפגעלייגט אויף עם ביי די פריערדיגע אינדארסירונג
גרינע שיך
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2023 11:28 pm
לאקאציע:Home sweet Home

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע שיך »

קאוונע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 9:32 pm

איינער מיט די הקריה קאווערס ביז לעצטע יאר???

לייצים ביי די ארבעט
ברודערקע געדענקט!
-ה ה אל רחום וחנון ארך אפים ורב חסד ואמת-
לאוו יאו.
אוועטאר
צופלאטשעט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

אינז אלע קענען די קונטרס וואס מפלעגט אהיים ברענגן פין חדר "זיידי פאר וואס וויינסטו ה אייר אין ביי די טעיג פין די 6 טאגיגע מלחמה אין סהאט געהאט די משל פין דעי מענטש וואס האט אנגעצונדען א פייער אין נאכדעם איז ער שוין געווארן די לעשער"

כלפי מי דברים אמורים סקופיס איז געווען די ערשטע זיך אויף צו שטעלן אין אלבעני רעדן אויף אינזער חינוך יעצט ווען ער דארף אונזער שטומע דארפן מיר זיך איינרעדן אז ער מיינט אונזער טובה?

אבער לאמיר יעצט צו לייגען וואס משרייבט דא א יעדע געזעץ האט א פראסעס ווי אזוי עס ארבעט עס דארף אדוריך גיין א קאמיטע נאך דעם א וואוט סיי אין אסעמבלי אין סיי אין סטעיט עס איז געווענליך א פראסעס פין א האלבע יאר נאכדעם איז דא א שנעלערע וועג אויב עס גייט אויף די באדשעט, ווען עס ווערט פארהאנקערט קען עס נעמען 2 יאר, דאס אלעס איז אויב איינער שטיפט עס. לאמיר גיין צו די חינוך די זאגסט אז הוקעל האט עס צו געזאגט אפאר יאר צוריק, פון ווען הוקעל איז אריין געקומען איז שוין געווען דריי גרויסע פעקעגש באדשעט בילס וואס איז שוין אדורך ווי יעדע שטות איז אריינגעגאנגען חוץ חינוך.

סקופיס איז אויף די jeadichn קאמיטע ער קען יעדן טאג אריין ריפן אין מאכן א וואוט ער טוט עס נישט פאר די זעלבע סיבה פארוואס ער טוט זיך אויף מיט'ן בלאקירן אידישע ווילעדזשעס....

יעצט צום הונדערטסטען מאל, די עסקנים גייען נישט ארויסקומען קעגן סקופיס ווייל ער איז א נוקם ונוטר אין עס לוינט זיך נישט צו נעמען די טשאנס, אבער די דארפסט דיר פרעגן אויב די פילסט זיך נישט אפגעריסן ביים גלייבן די שפאט אין געלעכטער וואס זיי מאכן מיט אונז

דאס איז פארן אריינגיין אין קריים וואס סקופיס האט געשטימט פאר די בעיל רעפארם וואס לאזט ארויס די שעדליכסטע עלעמענטן פריי, וואס האט שוין צוגעברענגט צו מיאוסע מארדן אין די גאסן פון אמעריקע....

ווער עס וויל שרייבן לאנגע לופטיגע ארטיקלען זאל צומאכן אייוועלט אין גיין נעמען א דזשאב ביי די היימשטאט....
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2856
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

תגובה דורך קו ירוק »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 3:44 pm
איך וואין נישט אין קרית יואל איז מיר בעצם נישט נוגע ווער פארטרעט קרית יואל און וויפיל בענעפיט קרית יואל גייט יא אדער נישט האבן הגם אומדירעקט האב איך א בענעפיט ווייל איך האב משפחה דארט.
פאר כלליות'דיגע ענינים וואס איז יא נוגע וואלט איך געוואלט וויסן: (איך ווייס פשוט נישט ווייל איך וואוין נישט אין יענעם געגנט)
עס שטייט אז מהר"א שליט"א האט עם געהייסן ביי די פאריגע מאל ער זאל וואוטן אויף יעדע זאך וואס שמחה אייכנשטיין וועט אויפברענגן
האט ער דאס מקיים געווען אדער נישט ? (דאס איז אויפן עבר, האט ער מקיים געווען זיין צוזאג אדער נישט)
השנית: די דרשה וואס ער האט געהאלטן לטובתינו איז ערגעץ דא די טרענסקריפטס ? (נניח אז עס מיינט עפעס)
השלישית: האט ער געגעבן א פלאן אויף ווייטער ? אויב יא, וואס? (נניח אז עס מיינט עפעס)
אויף די לאקאלע זאכן רעד איך נישט אריין
קענסט די גאנצע דרשה שרייבן אין פינף ווערטער: איך שלאג כפרות אויף ראדני סטריט.

**

איך גלייב נישט יעדע בלאז פון יו-דשעי-או אז יענער דארט איז דער מציל ומושיע פונעם חינוך, דו מיזט נישט גלייבן די אנדערע זייט, אבער עט-ליסט האב גענוג קאלטקייט צו איגנארירען ווי אן-אדאלט, וכן נוהגים.
אוועטאר
אייער
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:23 pm

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער »

קו ירוק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 1:24 am

זעהמיר טאקע ווי די האסט איגנארירט....
פארעסט ראוד
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:05 am

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארעסט ראוד »

ברוך השם איך האב א רבי וועם איך פאלג !!!!

(אינטערעסאנט אז נאר די וועלכע פרעגן קיינמאל קיין רבנים וואס צי טון (און גייען קיינמאל צי א רבי... )
נאר זיי זענען אזוי היציג דא ,ר' איד די ביסט א עסקן ? קודם ווער א עסקן און א כלל טוער און נאכדעם וועל מיר רעדן פאר וועם מדארף וואוטען !!!
אוועטאר
צופלאטשעט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

פארעסט ראוד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 3:37 am
ברוך השם איך האב א רבי וועם איך פאלג !!!!

(אינטערעסאנט אז נאר די וועלכע פרעגן קיינמאל קיין רבנים וואס צי טון (און גייען קיינמאל צי א רבי... )
נאר זיי זענען אזוי היציג דא ,ר' איד די ביסט א עסקן ? קודם ווער א עסקן און א כלל טוער און נאכדעם וועל מיר רעדן פאר וועם מדארף וואוטען !!!
ביטע ברענג מיר א עסקן (נאמען) וואס זאגט דיר אין פריוואט אז סקופיס (אין איגוס זענען בעסער ווי זייערע רעפובליקאנע קעגנער)

מיר גייען אים רופן זיכער מאכן

לגבי דיין רבנים אויסברוך, זאגט די מיר וואס דו האלטסט דיין/די רבי דארף טוהן אויב ער וויל זיך נישט צוקריגן מיט א נוקם ונוטר וואס האט כעת אביסל מער טשאנסן צו געווינען, ביטע טראכט פארן ענטפערן!
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2787
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

צופלאטשעט האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 12:50 am
אינז אלע קענען די קונטרס וואס מפלעגט אהיים ברענגן פין חדר "זיידי פאר וואס וויינסטו ה אייר אין ביי די טעיג פין די 6 טאגיגע מלחמה אין סהאט געהאט די משל פין דעי מענטש וואס האט אנגעצונדען א פייער אין נאכדעם איז ער שוין געווארן די לעשער"

כלפי מי דברים אמורים סקופיס איז געווען די ערשטע זיך אויף צו שטעלן אין אלבעני רעדן אויף אינזער חינוך יעצט ווען ער דארף אונזער שטומע דארפן מיר זיך איינרעדן אז ער מיינט אונזער טובה?

אבער לאמיר יעצט צו לייגען וואס משרייבט דא א יעדע געזעץ האט א פראסעס ווי אזוי עס ארבעט עס דארף אדוריך גיין א קאמיטע נאך דעם א וואוט סיי אין אסעמבלי אין סיי אין סטעיט עס איז געווענליך א פראסעס פין א האלבע יאר נאכדעם איז דא א שנעלערע וועג אויב עס גייט אויף די באדשעט, ווען עס ווערט פארהאנקערט קען עס נעמען 2 יאר, דאס אלעס איז אויב איינער שטיפט עס. לאמיר גיין צו די חינוך די זאגסט אז הוקעל האט עס צו געזאגט אפאר יאר צוריק, פון ווען הוקעל איז אריין געקומען איז שוין געווען דריי גרויסע פעקעגש באדשעט בילס וואס איז שוין אדורך ווי יעדע שטות איז אריינגעגאנגען חוץ חינוך.

סקופיס איז אויף די jeadichn קאמיטע ער קען יעדן טאג אריין ריפן אין מאכן א וואוט ער טוט עס נישט פאר די זעלבע סיבה פארוואס ער טוט זיך אויף מיט'ן בלאקירן אידישע ווילעדזשעס....

יעצט צום הונדערטסטען מאל, די עסקנים גייען נישט ארויסקומען קעגן סקופיס ווייל ער איז א נוקם ונוטר אין עס לוינט זיך נישט צו נעמען די טשאנס, אבער די דארפסט דיר פרעגן אויב די פילסט זיך נישט אפגעריסן ביים גלייבן די שפאט אין געלעכטער וואס זיי מאכן מיט אונז

דאס איז פארן אריינגיין אין קריים וואס סקופיס האט געשטימט פאר די בעיל רעפארם וואס לאזט ארויס די שעדליכסטע עלעמענטן פריי, וואס האט שוין צוגעברענגט צו מיאוסע מארדן אין די גאסן פון אמעריקע....

ווער עס וויל שרייבן לאנגע לופטיגע ארטיקלען זאל צומאכן אייוועלט אין גיין נעמען א דזשאב ביי די היימשטאט....
די ווייסט ווער ס'האט אריינגעוואוט סקופיס די ערשטע מאל אדער פונקט דעיס האסטו פארגעסן?????

און יא, איינמאל ער איז אונקאמבענט איז נישטא קיין אנדערע אפציע נאר זיך אויסקומען מיט אים.
ובפרט ווען זיין קעגנער איז גארנישט בעסער.
Break
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2787
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

צופלאטשעט האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 4:53 am
פארעסט ראוד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 3:37 am
ברוך השם איך האב א רבי וועם איך פאלג !!!!

(אינטערעסאנט אז נאר די וועלכע פרעגן קיינמאל קיין רבנים וואס צי טון (און גייען קיינמאל צי א רבי... )
נאר זיי זענען אזוי היציג דא ,ר' איד די ביסט א עסקן ? קודם ווער א עסקן און א כלל טוער און נאכדעם וועל מיר רעדן פאר וועם מדארף וואוטען !!!
ביטע ברענג מיר א עסקן (נאמען) וואס זאגט דיר אין פריוואט אז סקופיס (אין איגוס זענען בעסער ווי זייערע רעפובליקאנע קעגנער)

מיר גייען אים רופן זיכער מאכן

לגבי דיין רבנים אויסברוך, זאגט די מיר וואס דו האלטסט דיין/די רבי דארף טוהן אויב ער וויל זיך נישט צוקריגן מיט א נוקם ונוטר וואס האט כעת אביסל מער טשאנסן צו געווינען, ביטע טראכט פארן ענטפערן!
סקופיס האט געלייגט א רויט לייט אויף מאונטען...................
Break
גרינע שיך
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2023 11:28 pm
לאקאציע:Home sweet Home

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע שיך »

קו ירוק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 1:24 am
Gevald Geshrigen האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 3:44 pm
איך וואין נישט אין קרית יואל איז מיר בעצם נישט נוגע ווער פארטרעט קרית יואל און וויפיל בענעפיט קרית יואל גייט יא אדער נישט האבן הגם אומדירעקט האב איך א בענעפיט ווייל איך האב משפחה דארט.
פאר כלליות'דיגע ענינים וואס איז יא נוגע וואלט איך געוואלט וויסן: (איך ווייס פשוט נישט ווייל איך וואוין נישט אין יענעם געגנט)
עס שטייט אז מהר"א שליט"א האט עם געהייסן ביי די פאריגע מאל ער זאל וואוטן אויף יעדע זאך וואס שמחה אייכנשטיין וועט אויפברענגן
האט ער דאס מקיים געווען אדער נישט ? (דאס איז אויפן עבר, האט ער מקיים געווען זיין צוזאג אדער נישט)
השנית: די דרשה וואס ער האט געהאלטן לטובתינו איז ערגעץ דא די טרענסקריפטס ? (נניח אז עס מיינט עפעס)
השלישית: האט ער געגעבן א פלאן אויף ווייטער ? אויב יא, וואס? (נניח אז עס מיינט עפעס)
אויף די לאקאלע זאכן רעד איך נישט אריין
קענסט די גאנצע דרשה שרייבן אין פינף ווערטער: איך שלאג כפרות אויף ראדני סטריט.

**

איך גלייב נישט יעדע בלאז פון יו-דשעי-או אז יענער דארט איז דער מציל ומושיע פונעם חינוך, דו מיזט נישט גלייבן די אנדערע זייט, אבער עט-ליסט האב גענוג קאלטקייט צו איגנארירען ווי אן-אדאלט, וכן נוהגים.
רבי, אלע קרית יואל קהילת גייען אים אינדארסן.
קומט נישט אריין ווי מהערט שובבים טעפס.

איך ווייס אבער מער וואס מוויל כזאל וויסען בנושא סקופיס, און איך קוק וואס איז ריכטיג פאר מיין שטאט.

אז מ'רעדט שוין, די ווייסט א אויף די בעלעט, און די בעק ביי די רעפערעמדעמס, גייט מען שטומען אריינצולייגן און די ny קאנסיטוטציע א געזעץ אז די סטעט איז פאלי בעל הבית אויף די קינדער און נישט די עלטערן? א ביל געשטופט דורך?? יא סקופיס!!!

#חינוך רעטער!!

נישטא ווער עס זאל לאכן.
ברודערקע געדענקט!
-ה ה אל רחום וחנון ארך אפים ורב חסד ואמת-
לאוו יאו.
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2856
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

גרינע שיך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 7:47 am
איך ווייס אבער מער וואס מוויל כזאל וויסען בנושא סקופיס, און איך קוק וואס איז ריכטיג פאר מיין שטאט
איך גלייך צו הערן צוויי זייטיגע אפיניען'ס, אפילו עס אנדערש ווי מיינס, איך בין "באמת" נייגעריק אויף דיין אפיניען וואס דו האלסט עס איז ריכטיג צו טיען.

מצד אחד איז א בלאק וואט א ריזען געווינס פאר'ן שטאט,
ומצד השני זאגסט אז דו האלסט אפשר אז מען זאל אינדעווידעוויל נישט גיין דערמיט.

אויב מעגליך איז ביטע שרייב דיין מהלך, און די בענעפיטס דערפון, שכוח.
גרינע שיך
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2023 11:28 pm
לאקאציע:Home sweet Home

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע שיך »

קו ירוק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 11:14 am
גרינע שיך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 7:47 am
איך ווייס אבער מער וואס מוויל כזאל וויסען בנושא סקופיס, און איך קוק וואס איז ריכטיג פאר מיין שטאט
איך גלייך צו הערן צוויי זייטיגע אפיניען'ס, אפילו עס אנדערש ווי מיינס, איך בין "באמת" נייגעריק אויף דיין אפיניען וואס דו האלסט עס איז ריכטיג צו טיען.

מצד אחד איז א בלאק וואט א ריזען געווינס פאר'ן שטאט,
ומצד השני זאגסט אז דו האלסט אפשר אז מען זאל אינדעווידעוויל נישט גיין דערמיט.

אויב מעגליך איז ביטע שרייב דיין מהלך, און די בענעפיטס דערפון, שכוח.
צו ווייזען פאר א פאלעטישען אז זיין סיט איז נישט סעוו אויב שטעלט ער זיך נישט צו איז 30 מאל שטערקער ווי די מעכטיגסטע בלאקוואט....
ברודערקע געדענקט!
-ה ה אל רחום וחנון ארך אפים ורב חסד ואמת-
לאוו יאו.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4660
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

דער פראבלעם פון די שטארקע פראפעגאנדע און כוחות וואס די רעכטע אקטוויסטן לייגן אריין אין די קרית יואלע פארמעסטן, איז אז אין קרית יואל האט דער ציבור ציטרוי אין די הנהגה, און יעדער מיט צוויי אויגן אין קאפ האלט מיט ווי אזוי דער רבי איז פארמישט אויף טריט און שריט, און האלט מיט אלעס פון די נאנט.

יא, איך האב אין אים בלינדע ציטרוי איבער א שידוך, איבער א מעדעצינישע פראצעדור, איבער פראגן ארום מיין אייגענע לעבן, ווייל איך גלייב אין זיין סייעתא דשמיא און אין זיין הנהגה, און יא, איך גיי שטימען בלינדערהייט פאר די קאנדידאטן וועלכע די קהילה אין קרית יואל גייט אינדראסירן.

איך רעדט נישט דא פון מיר פערזענליך, נאר פון דער אלגעמיינער מצב אין קרית יואל, ווען ביי יעדע וואלן גייען טויזענטער מענער, פרויען, בחורים, מיט א תמימות מיט דער צעטל אין די האנט, און מען שטימט פאר די אינדראסירטע קאנדידאטן.

זיי האבן נישט קיין מיינונג אין יעדע שמוציגע גיטין פרשה, נישט אין יעדע שמוציגע לעבנס שטייגער פון א פאליטיקאנט, און זיי האבן נישט קיין וואטסעפ גרופעס, זיי שטימען מיט א תמימות און מיט א ציטרוי, איך געטרוי דעם רבי'ן, איך געטרוי זיין שיקול הדעת, ביי מיין לעבן, און ביי מיין שטימע.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33603
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די אשכול איז א נייעס אשכול...

פראפעגאנדע קען בלייבן אינדרויסן! סיז דא א בחצרות אשכול פאר טאגלאשע פאליטיק, סיז דא א קר"י אשכול פאר ווילידזש פאליטיק און סיז דא גענוג אשכולות פאר ריפאבליקאנער און דעמאקראטן זיך אויסצוטענהן...

דא איז געמאכט פאר נייעס איבער די פארמעסט! און שטייצעך עכטע נייעס נישט קיין וואצעפ פאבריצירטע געשיכטעס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ישי כץ
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

עירלי וואוטינג גייט אן א גאנצע וואך.
עסקנים שטעלן צו שאטעלס צו און פון די טאון האול.
ישי כץ
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

ווי ערווארטעט האט סקופיס באקומען די אינדארסירינגען פון ביידע בלאק וואוטס
ישי כץ
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

סקופיס האט געמאכט א קאמפיין סטאפ ביים קאמענד סענטער פון אחים לדעה
געצי מאשקאוויטש
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 10:22 pm

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געצי מאשקאוויטש »

Election day Palm Tree:

D - Skuffis 6361
R - Houle 705
C - Mitts 21

Total 7,066
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5839
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

האט מען שוין געציילט די ק"י שטימען?

@צל עובר @ר' זעקל
אטעטשמענטס
Screenshot_20241105_230609_Chrome.jpg
Screenshot_20241105_230609_Chrome.jpg (143.91 KiB) געזען 582 מאל
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5839
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

.
אטעטשמענטס
Screenshot_20241105_231702_Chrome.jpg
Screenshot_20241105_231702_Chrome.jpg (310.13 KiB) געזען 523 מאל
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

לויט דעסיזשען דעסק האט יעצט רעפובליקען אסעמבלי קאנדידאט גענומען א שמאלע ליעד
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-11-05 232058.png
Screenshot 2024-11-05 232058.png (23.21 KiB) געזען 487 מאל
גוט מארגן אמעריקע!
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5839
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

יעצט מיט 100% שטימען געציילט שטייט סקופיס ביי 51.14%, דאס איז מיט 17,157 מער ווי זיין קעגנער. ד"ה אז די 6361 קרית יואל'ע וואל טאג שטימען פאר סקופיס וואלט נישט געקענט איבערדרייען די רעזולטאטן.

אין אסעמבלי דיסטריקט 99 שטייט עיקוס ביי 52.72% און א אייבערהאנט פון 6,023 שטימען מער ווי זיין קעגנער.

כמדומה לי רעכענט דאס אריין אלע עבסענטי בעלעטס, אבער נישט די אפידעיוויד שטימען.
אטעטשמענטס
Screenshot_20241106_170515_Chrome.jpg
Screenshot_20241106_170515_Chrome.jpg (271.26 KiB) געזען 271 מאל
Screenshot_20241106_170537_Chrome.jpg
Screenshot_20241106_170537_Chrome.jpg (290.58 KiB) געזען 271 מאל
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2856
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

יעצט אז די וואלן איז פארטיג און די געמיטער זענענן האפענטליך רואיגער בין איך נייגעריק צו הערן די לאגיק פון וועלן אריינוואטען דארי האול בשעת זי שטייט יעצט מיט א האק און זיכט ווייצוטיען אידן אין די אומגעגענט.

אגעין, איך קען דערהערן דאס נישט וועלן וואטען פאר סקאופיס כאטש איך דיסאגרי דערמיט דאך קען איך הערן {נישט דערהערן...} א צד השני, אבער וואס איז די גהנים די מהלך פון בקום ועשה וועלן אריינשטעלן איינעם וואס שלעגט זיך יעצט מיט דיר דשאסט ווייל ביסט א א איד?!?!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6469
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: דארי האול/סקופיס סענאט רעיס דיסטריקט 42--בלויז נייעס און אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 5:04 pm
יעצט מיט 100% שטימען געציילט שטייט סקופיס ביי 51.14%, דאס איז מיט 17,157 מער ווי זיין קעגנער. ד"ה אז די 6361 קרית יואל'ע וואל טאג שטימען פאר סקופיס וואלט נישט געקענט איבערדרייען די רעזולטאטן.

אין אסעמבלי דיסטריקט 99 שטייט עיקוס ביי 52.72% און א אייבערהאנט פון 6,023 שטימען מער ווי זיין קעגנער.

כמדומה לי רעכענט דאס אריין אלע עבסענטי בעלעטס, אבער נישט די אפידעיוויד שטימען.
נישט ממש, ווייל אויב וואלט די בלאק וואוט געגאנגען פארן קעגענער איז:
1. א 12,722 חילוק. (-פון אים, + פארן קעגענער).
2. ווי כ'האב פארשטאנען דא האבן אסאך זיך נישט געקענט ברענגען צו וואטן פאר אים און אויסגעלאזט דעם פארמעסט, משא"כ ווען מען וואלט אינדארסירט דעם קעגענער.
3. די מעסעדזש אז קרית יואל שטיצט אים האט אים געברענגט מאמענטום ביי אומבאשלאסענע וויילער וועלכע ווילן איין זאך: שטימען פארן געווינער.

כל זה לענ"ד.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”