"מארקעטינג" "דעזיין" וואס דארף מען קענען?

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: "מארקעטינג" "דעזיין" וואס דארף מען קענען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

חסידישער מבין האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 11:53 pm
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 12:00 am
חסידישער מבין האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:12 pm
די האסט געפרעגט דיין שאלה אין א ביזי צייט…

איך וואלט עס מסביר געווען אין קורצן אזוי:

דיזיין

א דיזיינער איז אן ארטיסט וואס ניצט זיינע טולס - פאטאשאפ, אילוסטרעיטער, אינדעזיין, פאטאגרעפי, עי איי, וכו׳ - צו ארויסברענגען א מעסעדזש. א גוטע דעזיינער וועט גוט פארשטיין ווייאזוי צו ניצן פארם, שעיפס, קאלירן, פאנטס, ספעיס א.ד.ג און איבער אלעם זיין אייגענע קריעטיוויטי, צו דעליווערן א מעסעדזש.

מארקעטינג

מארקעטינג איז צו וויסן ווי, ווען און וויאזוי צו פראמאטן א ביזנעס, מענטש, פראדוקט אדער סערוויס כדי צו באקומען די געווינטשענע רעזולטאטן.

ס׳איז די מארקעטערס דזשאב צו דערגיין און אוועקשטעלן וואס די מעסעדזש אדער ציל דארף זיין. א מארקעטער איז דער וואס דארף קענען זעהן די גרעסערע בילד און אוועקשטעלן די ריכטיגע סטראטעגיע אז די קליענט זאל באקומען די ריכטיגע, ספעציפישע רעזולטאטן.

א גוטע מארקעטער וועט מאכן די נויטיגע ריסערטש צו גוט פארשטיין וואס די ביזנעס איז-איר מעלות און איר פראבלעמען, די פראדוקט, די קליענטן, די מארקעט, וואס די ציל איז, וואס די טשעלענדזעס זענען און נאך. יא, מ׳דארף האבן א חוש דערצו אבער ס׳ווענדט זיך אויך אין וויפיל די מארקעטער פארשטייט צו די פסיכיאלאגיע פון מענטשן, צו ביזנעס, צו וויאזוי די מארקעט ארבעט, צו טרענדס … ס׳ווענדט זיך אין די ידועות, ערפארונג און טאלאנט פון די מארקעטער אליין. לדוגמא; א גוטע מארקעטער וועט וויסן וואס די טרענדס זענען. א גאר גוטע מארקעטער וועט פארשטיין וויאזוי און פארוואס די טרענד האט זיך פארמירט און וויאזוי ער קען ניצן די וויסנשאפט צו קריעטן א נייע טרענד.

עס איז אויך דא געוויסע כללים וואס איך האלט אז א עכטע מארקעטער דארף וויסן ווי למשל: קענען פארשטיין און אנאליזירן די stages of awareness און די buyers journey. קענען כללים ווי Maslow’s hierarchy און אנדערע יסודות אין מארקעטינג. איך זאג נישט מ׳דארף נעמען א קורס דערפאר. דאס זענען זאכן וואס די קענסט ליינען אדער לערנען פאר זיך אליין. איך האלט נאר אז ס׳איז דא בעיסיקס וואס מ׳דארף וויסן אז די זאלסט זיך נישט סתם ארומשפילן מיט יענעם׳ס געלט און ביזנעס.

ברענדינג

איינער האט אמאל ערקלערט אז דיין ברענד איז וואס מענטשן זאגן וועגן דיר, נישט וואס די זאגסט זיי.

די דזשאב פון די מארקעטער, דיזיינער, אייגענטימער און יעדער וואס איז אינוואלווד אין די ביזנעס איז צו טוהן די ריכטיגע פעולות צו פראבירן צו קאנטראלירן וואס די מענטשן וועלן פילן, טראכטן אדער גלייבן וועגן דיין ביזנעס, סערוויס אדער פראדוקט. און טאקע דערפאר קען מען זעהן אז א ביזנעס׳ס ברענד קען זיך טוישן אין די אויגן פון מענטשן צוליב דרויסענדיגע סיבות. ברענדינג נעמט אריין אין זיך פול מער ווי נאר א שיינע לאגא, א גוטע נאמען אדער א קריעטיוו עד. ס׳איז דא די brand voice, archetype, personality, story און אודאי די דיזיין. עס ווענדט זיך אין די מעסדזשינג פון די ברענד, אין די customer experience און נאך.

א גוטע מארקעטער אדער ברענדינג עקספערט וועט פארשטיין וויאזוי צו צאמשטעלן אלע שטיקלעך פון די פאזל אויף די ריכטיגע וועג כדי צו בויען א גוטע, שטארקע ברענד. ס׳איז נישט א גרינגע זאך צו טוהן און טאקע דערפאר האלט איך אז ס׳איז נישט דא צופיל ביזנעסער, מענטשן אדער פראדוקטן סיי אין די אידישע וועלט און אפילו אין די גוי׳עשע וועלט וואס האבן א עכטע קלארע, דעפינירטע, שטארקע ברענד.

ס׳איז נאך דא א סאך וואס מ׳קען רעדן איבער די נושא, אבער איך האף דאס האט אביסל פארענטפערט דיין שאלה.
מיר ווארטן פאר די המשך.
אפשר אויב איך וועל האבן די צייט...
אבער אויב יא, איבער וואס פינקטליך ווילסטו וויסן מער?
איבערגיין ברענדס און זיי צולייגן אויף קליינגעלט.
שרייב תגובה

צוריק צו “גראפיקס און דעזיין”