וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

איך עפען דא א נייע אשכול ווי מען קען אויסשמועסן אלעס וואס און וויאזוי מען מאכט אפ וואס איז כשר
ביטע האלטן ריין אלע אנדערע אשכולת
מיין טאג בוך אלס ניר נדבן
אויב טראכט איר פון אוועקגעבן א ניר, שיקט מיר א אישי, און איך וועל אייך פראבירן ארויסציהעלפן.
א גוטע געדאנק פארן טאג אייוועלט באנוצער ביזנעס עקספא (אפדעיטס) אייוועלט ביזנעס עקספא (פראגן און קאמענטארן)
אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 10:11 am

גוט מארגן!!!
מ׳האט זיך צוזאמגענומען טויזענטער אידן און אלע רבנים האבן געהייסן לייגן א ערליכע פילטער. מ׳האט אפילו געגרינדעט משומר און גדר. ס׳האט קיין איין רב נישט געזאגט אז מ׳זאל בלייבן נאר מיט פליפס וואס דארף נישט קיין פילטער.

איז געקומען ר*****ש אין אויף די אייגענע האנט ארום געלאפן זיין די וועלטס צדיק און אנגעשריגן יעדע ערליכע איד וואס האט ״באצאלט״ פאר משומר טאפּ דאַלער, אז ער איז א ״שייגאץ״. האט זיך אויפגעמאכט אויף די אייגענע האנט א ארג גערופען ה****ם אום אויף די אייגענע האנט אנגעהויבן דריקן קאריקטור קארטלעך צו מסביר זיין פאר די אינגווארג אז זייער טאטע איז טמא טריפה און א שייגאץ.

דאס איז נישט געווען די פלאן פון די אלע רבנים בשעת די כינוס! דאס איז געווען די שטן׳ס פלאן. ליידער.

נאכדעם איז געווארן א ״סטייל״ אז יעדע גרעסערע קהילה האט אויפגעמאכט א אייגענע וועד פאר טעכנאלאגיע און מ׳איז אריין אין ״מארקעטינג״ צו ווייזן אז זיי זענען די כשר׳סטע פון יעדן. ועכמ״ל.

דאס האט געמאכט דעם עולם ״זייער״ צעמושט. אן קיין קלארע מהלך. הלכות בשר וחלב איז דא איין שלחן ערוך. פליפ פאונס והמעסף, שרייבט יעדע ״וועד״ זייער אייגענע הלכות, און פארשטייט זיך אז ״נאר״ זייערע הלכות זענען כשר וישר.

ווער געוואונט?????? די שטן!!! ליידער!!!

פאקט איז אז די גוי׳אישע וועלט מאכט מער נישט בעסיק פאון׳ס. אפילו זייערע בעסיק פאונס קומען אויך מיט סאושעל מידיע.

פרעגט זיך די שווערע פראגע, פארוואס קענען נישט די אלע עסקנים נעמען די זאך אין די האנט און אינוועסטירן אין א אייגענע דעווייס???

די אויספיר ווייסט יעדער אליין.

יעצט, ווען איינער אינוועסטיר יא אליין אין א דעווייס און וויל מיטארבייטן מיט די ״וועד״ פון די אלע גרויסע חסידות׳ער, אנשטאט שטיין צו די האנט, איז די פרייאריטי גאר עפעס אנדערש. ליידער.

וואס געשעהט?
די אויספיר ווייסט יעדער אליין.

באדעם ליין:
איך קוק שטארק ארויס אויף דעם ווינדער פאון.
מיין טאג בוך אלס ניר נדבן
אויב טראכט איר פון אוועקגעבן א ניר, שיקט מיר א אישי, און איך וועל אייך פראבירן ארויסציהעלפן.
א גוטע געדאנק פארן טאג אייוועלט באנוצער ביזנעס עקספא (אפדעיטס) אייוועלט ביזנעס עקספא (פראגן און קאמענטארן)
אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

דער יעניגער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 9:47 am
שטותים ורעמסס וואס דא גייט פאר בוינעשעלוילעם...

לדעתי לדעתי! זאג וואס דו ווילסט, אבער דאס איז די פאקט! ווילאנג די מוסדות/קהילות/ארגענעזאציעס/רבנים/עסקנים און אלע אנדערע גוטע פרומע ערליכע וואוילע אידן גייען נישט זיך אליינס אריינלייגן אין פראדוסן גוטע כשר'ע פליפ פאונס, גייט קיין ישועה נישט זיין!

נעם סטאטיסטיקס, וועלכע דיין אין דיין קהילה האט די ווייניגסטע מענטשן? דער וואס ציט מיט די איקסלען און מאכט דעם "לכאורה" דריי מיטן נאז - "ס'איז בעסער צו מחמיר זיין" אדער אלע איז "מ'טאר נישט/די הלכה/אסור"---

איין מינוט, איך האלט אינמיטן רעדן, שריי נאכנישט.

---יא, אונז האבן א שלחן ערוך, אבער די חזל זאגן אויף עטליכע פלעצער "מחומרי בית שמאי ומחומרי בית הלל הרי זה ---

כסיל.
בחושך.
יהלוך.

א טיפש.

סימפל.

זאגן אויף אלעס אסור קען איך אויך.

שרייען "פוי" אין א רעגנדיגן הערבסט זונטאג קען איך אויך.

אין שו"ע איז דא הלכות ווען מ'טרעפט - ס'זאל זיך נישט מאכן - חמץ בפסח, ס'שטייט נישט דארטן "שגץ", "גיי אין מקוה", "פאסט א דרייערל", ס'שטייט "כופה עליו כלי".

הכלל, יעדער איד איז א נשמה און א ספר פאר זיך, וואס ס'איז מותר פאר ראובן איז סקילה פאר שמעון, וואס ס'איז נבילה פאר לוי איז א מצוה פאר יהודה, ווילאנג דער קול קורא מישער גייט זיך נישט אריינלייגן ראשו ורובו און "פרובירן די מערסטע" צו ברענגען כשר'ע פאונס, איז זיין ווארט ווערד זילטש! ער איז א פוסע על ראשי עם קדוש, א כסיל בחושך יהלוך, און א ר__ ערום.

די געדאנק אז מ'האט גע'אסר'ט א כלי וואס קוקט אויס ווי א סמארטפאון איז פארשטענדליך, אבער אויב איז נישט דא עפעס אנדערש? דו ווייסט אז לכבוד דיר האבן אידן צוויי פאונס? איינס פאר די מוסדות וואס ס'האט דעם סטיקער, און די צווייטע פאר "ביזנעס+..." וואס דו האסט נישט קיין בלאסן איינונג וואס ס'גייט דארט פאר! כל ישראל ערבים זה לזה? מ'מעג נישט האבן א סמארטפאון אפי' ס'איז טאלק אנלי משום מארית עין? דו ביזט דא אויך אן ערב! און דו טוסט נישט גענוג, אויב עפעס טוסטו גארנישט!

פארופסט זיך אן עסקן?
פארופסט זיך א כלל טוער?
פארופסט זיך א רב?
פארופסט זיך א וואטשעמייקאליט?

טו צו די זאך!

האסט געטון גענוג?

האסט יוצא געווען!

וויאזוי ווייסטו אויב דו האסט געטון גענוג?

ויראת מאלוקיך - דבר המסור ללב.

----

יעצט, הייבטס אן שרייען און דווחענען.

ווער ס'האט נאכנישט געדאווענט - סוף זמן תפילה איז בערך 10:45.
מיין טאג בוך אלס ניר נדבן
אויב טראכט איר פון אוועקגעבן א ניר, שיקט מיר א אישי, און איך וועל אייך פראבירן ארויסציהעלפן.
א גוטע געדאנק פארן טאג אייוועלט באנוצער ביזנעס עקספא (אפדעיטס) אייוועלט ביזנעס עקספא (פראגן און קאמענטארן)
צרורא דלעילא
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 10:28 am

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צרורא דלעילא »

א כשרע פאון מיינט א סמארט פאון מיט א פילטער ווען מ’דארף עס לצורך פרנסה, אזוי האבן געפאסקענט די פוסקים שבדורינו.
אוועטאר
זבולון סימן טוב
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 06, 2024 1:43 pm

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון סימן טוב »

צרורא דלעילא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:25 am
א כשרע פאון מיינט א סמארט פאון מיט א פילטער ווען מ’דארף עס לצורך פרנסה, אזוי האבן געפאסקענט די פוסקים שבדורינו.
דעיס געבסטו אויך פאר דיינע קינדער?
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן!!!
צרורא דלעילא
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 10:28 am

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צרורא דלעילא »

זבולון סימן טוב האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:26 am
צרורא דלעילא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:25 am
א כשרע פאון מיינט א סמארט פאון מיט א פילטער ווען מ’דארף עס לצורך פרנסה, אזוי האבן געפאסקענט די פוסקים שבדורינו.
דעיס געבסטו אויך פאר דיינע קינדער?
אויב זיי וואלטן עס געברויכט לצורך פרנסה יא
אוועטאר
אינגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

די מילעכעל איז גרייט.
ברענגטס נאר די וואסער אז מ'זאל קענען אנהייבן מאלן.

לשם יוחד.....
מקוה בעג
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:13 pm

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקוה בעג »

אינגעלע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:33 am
די מילעכעל איז גרייט.
ברענגטס נאר די וואסער אז מ'זאל קענען אנהייבן מאלן.

לשם יוחד.....

גראדע פון אלע אנדערע וואסער מאלערייען וואס גייט דא פאר אויפן וועלטל איז דאס די ווייניגסטע, עס איז דאך א ענין וואסאיז קרוב ללב פאר גאנץ כלל ישראל זה בכה וזה בכה, סא סאיז גוט אז אידן האבן דא א ווענטינג עריע
בערענשטיין
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

צ''ק: דאס וואס דיינע קינדער'ס מוסד פארלאנגט...
אלי טרעגער
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 11:13 am

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי טרעגער »

אינגעלע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:33 am
די מילעכעל איז גרייט.
ברענגטס נאר די וואסער אז מ'זאל קענען אנהייבן מאלן.

לשם יוחד.....
אויב די זענען רבנים/עסקנים/כלל טוערס גוט צומישט דארפען אונז כאטש זיין קלאר??!!
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

אלי טרעגער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 2:45 pm
אינגעלע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:33 am
די מילעכעל איז גרייט.
ברענגטס נאר די וואסער אז מ'זאל קענען אנהייבן מאלן.

לשם יוחד.....
אויב די זענען רבנים/עסקנים/כלל טוערס גוט צומישט דארפען אונז כאטש זיין קלאר??!!
די ערליכע רבנים / עסקנים זענען זייער קלאר!

נאר געוואלט ווייטער שטופן די שמיעס.... מיין בעג איז נאך פיל מיט פאפאקארן
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7315
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 5:22 pm
זעהט אויס אז טעג וויל זיך אויך נישט דארפן צומאכן...

לכתחילה לאזן זיי נישט האבן אימעיל...
איך זעה שוין נישט היינט צו טאג די גרויסע חילוק פון טעקסט ביז אימעיל.
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

כ' @הרב יואל קליין ו' @יעניגער ועוד לקרא

כ'האב שוין אסאך ענערגיע פארגאסן אויף די נושא... און עס קרענקט מיר יעדעס מאל עקסטער.

כ'האב שוין מיטגעהאלטן ר' ארי גרינפעלד'ס חלום נאך פאר זיין בן ח"י לחופה פון ערצייגן א כשר'ע טעלעפאון, מען דארף עס דורכברעכן לענ"ד אנהייבן גיין דערמיט פובליק און ברעכן די 'מראית עין סטיגמע' וואס די אומהיימליכע מערכה האט אנגעמאכט דערויף.

ודו"ק כי קצרתי מאוד מאוד.

א גמר חתימה טובה

ת'הא ש'נת ה'ייליגע פ'אונס.
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 4:02 pm
כ'@הרב יואל קליין ו'@יעניגער ועוד לקרא

ווער איז דער רב גרינפעלד?
בלויז $1.99!!!

א ביכל מיט איבער 1000! אינטערעסאנטע פאקטן
אוועילעבל אויף עמעזאן
Kindle ($1.99)

קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

דער יעניגער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 4:10 pm
דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 4:02 pm
כ'@הרב יואל קליין ו'@יעניגער ועוד לקרא

כ'האב שוין אסאך ענערגיע פארגאסן אויף די נושא... און עס קרענקט מיר יעדעס מאל עקסטער.

כ'האב שוין מיטגעהאלטן ר' ארי גרינפעלד'ס חלום נאך פאר זיין בן ח"י לחופה פון ערצייגן א כשר'ע טעלעפאון, מען דארף עס דורכברעכן לענ"ד אנהייבן גיין דערמיט פובליק און ברעכן די 'מראית עין סטיגמע' וואס די אומהיימליכע מערכה האט אנגעמאכט דערויף.

ודו"ק כי קצרתי מאוד מאוד.

א גמר חתימה טובה

ת'הא ש'נת ה'ייליגע פ'אונס.
ווער איז דער רב גרינפעלד?
פון גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע
viewtopic.php?t=55962
מיין טאג בוך אלס ניר נדבן
אויב טראכט איר פון אוועקגעבן א ניר, שיקט מיר א אישי, און איך וועל אייך פראבירן ארויסציהעלפן.
א גוטע געדאנק פארן טאג אייוועלט באנוצער ביזנעס עקספא (אפדעיטס) אייוועלט ביזנעס עקספא (פראגן און קאמענטארן)
אוועטאר
geek
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך geek »

צ"ק
מיט א הכשר בלויז אויף צו רעדן
ענגלישע אידל
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 12:25 pm

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענגלישע אידל »

ביי אונז האמיר געוואוסט:
כשר מיינט "זערא אינטערנעט" אן קיין איין אינטערנעט עפפ, אריינגערעכנט וועיז, אימעיל, גאגל טראנסלעיט, וכו'
אויב האט עס יא אינטערנעט עפפס איז דאס "געפילטערט" נישט "כשר".
עס איז דא זאכןן וואס ניצן דאטא אין די באקראודנד ווי למשל VoLte אבער עס איז נישט קיין אינטערנעט עפפ.
אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

ענגלישע אידל האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2024 5:06 am
ביי אונז האמיר געוואוסט:
כשר מיינט "זערא אינטערנעט" אן קיין איין אינטערנעט עפפ, אריינגערעכנט וועיז, אימעיל, גאגל טראנסלעיט, וכו'
אויב האט עס יא אינטערנעט עפפס איז דאס "געפילטערט" נישט "כשר".
עס איז דא זאכןן וואס ניצן דאטא אין די באקראודנד ווי למשל VoLte אבער עס איז נישט קיין אינטערנעט עפפ.
%100 גערעכט
BTW פיקטשער טעקס ניצא אויכט דאטא אין די באקראודנד
מיין טאג בוך אלס ניר נדבן
אויב טראכט איר פון אוועקגעבן א ניר, שיקט מיר א אישי, און איך וועל אייך פראבירן ארויסציהעלפן.
א גוטע געדאנק פארן טאג אייוועלט באנוצער ביזנעס עקספא (אפדעיטס) אייוועלט ביזנעס עקספא (פראגן און קאמענטארן)
אוועטאר
אינגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

ענגלישע אידל האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2024 5:06 am
ביי אונז האמיר געוואוסט:
כשר מיינט "זערא אינטערנעט" אן קיין איין אינטערנעט עפפ, אריינגערעכנט וועיז, אימעיל, גאגל טראנסלעיט, וכו'
אויב האט עס יא אינטערנעט עפפס איז דאס "געפילטערט" נישט "כשר".
עס איז דא זאכןן וואס ניצן דאטא אין די באקראודנד ווי למשל VoLte אבער עס איז נישט קיין אינטערנעט עפפ.
ביי אונז??

הייסט אז דאס שוין מסורה פון אפאר דורות?
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

ענגלישע אידל האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2024 5:06 am
ביי אונז האמיר געוואוסט:
כשר מיינט "זערא אינטערנעט" אן קיין איין אינטערנעט עפפ, אריינגערעכנט וועיז, אימעיל, גאגל טראנסלעיט, וכו'
אויב האט עס יא אינטערנעט עפפס איז דאס "געפילטערט" נישט "כשר".
עס איז דא זאכןן וואס ניצן דאטא אין די באקראודנד ווי למשל VoLte אבער עס איז נישט קיין אינטערנעט עפפ.
ווער איז "אונז"?... דו מיטן סטרא אחרא?... (בשם הקאצקער זי"ע)
בלויז $1.99!!!

א ביכל מיט איבער 1000! אינטערעסאנטע פאקטן
אוועילעבל אויף עמעזאן
Kindle ($1.99)

קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
אוועטאר
נייגעריגע אקס
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 10:23 pm
לאקאציע:אויף די רויעך פין די מאפלער

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייגעריגע אקס »

עס איז דא א זאך ווי טעקנאלעשי פרענדלי אפילו עס איז נישט דא קיין איסורים ברענגט עס אריין און די טעקנאלעשי וועלט
קענסט עס געבן פאר א קינד?
ענגלישע אידל
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 12:25 pm

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענגלישע אידל »

אינגעלע האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2024 8:51 am
ענגלישע אידל האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2024 5:06 am
ביי אונז האמיר געוואוסט:
כשר מיינט "זערא אינטערנעט" אן קיין איין אינטערנעט עפפ, אריינגערעכנט וועיז, אימעיל, גאגל טראנסלעיט, וכו'
אויב האט עס יא אינטערנעט עפפס איז דאס "געפילטערט" נישט "כשר".
עס איז דא זאכןן וואס ניצן דאטא אין די באקראודנד ווי למשל VoLte אבער עס איז נישט קיין אינטערנעט עפפ.
ביי אונז??

הייסט אז דאס שוין מסורה פון אפאר דורות?
האסט גוט צוגעטראפן!
אונזער מסורה איז: צו פאלגן די רבנים, נאך פון די צייטן פון משה רבינו...
אוועטאר
אינגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

ענגלישע אידל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 5:36 pm

ביסט פון ענגלאנד?
אוועטאר
נייגעריגע אקס
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 10:23 pm
לאקאציע:אויף די רויעך פין די מאפלער

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייגעריגע אקס »

אינגעלע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 6:09 pm
ענגלישע אידל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 5:36 pm
אינגעלע האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2024 8:51 am
ענגלישע אידל האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2024 5:06 am
ביי אונז האמיר געוואוסט:
כשר מיינט "זערא אינטערנעט" אן קיין איין אינטערנעט עפפ, אריינגערעכנט וועיז, אימעיל, גאגל טראנסלעיט, וכו'
אויב האט עס יא אינטערנעט עפפס איז דאס "געפילטערט" נישט "כשר".
עס איז דא זאכןן וואס ניצן דאטא אין די באקראודנד ווי למשל VoLte אבער עס איז נישט קיין אינטערנעט עפפ.
ביי אונז??

הייסט אז דאס שוין מסורה פון אפאר דורות?
האסט גוט צוגעטראפן!
אונזער מסורה איז: צו פאלגן די רבנים, נאך פון די צייטן פון משה רבינו...
ביסט פון ענגלאנד?
וואס א חילוק?

דארט איז דא א אנדערע תורה?
אוועטאר
אינגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: וואס מיינט א כשר'ע טעלעפאון ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

נייגעריגע אקס האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 6:11 pm
אינגעלע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 6:09 pm
ענגלישע אידל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 5:36 pm
אינגעלע האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2024 8:51 am
ענגלישע אידל האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2024 5:06 am
ביי אונז האמיר געוואוסט:
כשר מיינט "זערא אינטערנעט" אן קיין איין אינטערנעט עפפ, אריינגערעכנט וועיז, אימעיל, גאגל טראנסלעיט, וכו'
אויב האט עס יא אינטערנעט עפפס איז דאס "געפילטערט" נישט "כשר".
עס איז דא זאכןן וואס ניצן דאטא אין די באקראודנד ווי למשל VoLte אבער עס איז נישט קיין אינטערנעט עפפ.
ביי אונז??

הייסט אז דאס שוין מסורה פון אפאר דורות?
האסט גוט צוגעטראפן!
אונזער מסורה איז: צו פאלגן די רבנים, נאך פון די צייטן פון משה רבינו...
ביסט פון ענגלאנד?
וואס א חילוק?

דארט איז דא א אנדערע תורה?
ניין!

דארט איז דא א צווייטע מהלך המחשבה.
שרייב תגובה

צוריק צו “בעיסיק פאונס”