געדאנקען און משלים, מחשבה'לעך פאר נעילה יוה"ק

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

געדאנקען און משלים, מחשבה'לעך פאר נעילה יוה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

בס"ד
שאולי איז געווען בשפל המדריגות יענעם פורים. נישט נאר די געזונט האט געקאסט א טאל , די באנק און די חובות וואס דעקן שוין לאנג נישט, נאר עטליכע פון זיינע יערליכע מתנות לאביונים גאסטגעבער האבן קאטאגאריש פארמאכט די טיר אין זיין פנים נאך אין די שעה פון אויספאסטן. ער שפירט אז ער גייט אראפ פון זונען, קוים וואס ער קלאפט אריין צום קומענדיגע נאמען אויף זיין ליסטע, א פרישער עושר פון היי יאר.

ער פארט אריין אין דיינונג רום, ווי א משפחה'לע נאשט פון א מיעט באורד, און הייבט אן זיך צו ווארפן אויף דער ערד מיט קולות , און שרייט וואנזיניג פאר א נתינה. די יונגע ווייבל שפארט זיך איין אין צימער און די צוויי יעריגער לעידי-באג-מיידעלע איז פארגלייזט פאר טראומא. דער יונגערמאן כאפט אן דער אורח און קאפעט עהם שיעור ארויס אראפ אלע טרעפ פאר כעס, די לעצטע רגע אריענטירט ער זיך, כאפט אן א פלעדזשער ביכל פון צוואנציג צענערס און ווארפט צו. ער קומט אריין אטעמענדיג שווער און טרעפט א צוקנייטשטע ליסטע פון אדרעסן.

"גוטן פורים זרח, סמאל עמערדזשענסי קעים אפ" רעקארדירט ער אריין צום שטיבל'ס עסקן. "שאולי איז נאט דאאינג וועל"

ער כאפט א בילד פון די ליסטע און לויפט נאך שאולי דערמיט.

"טוה מיר א טובה, עט ליעסט שיק מעסעדזשעס פאר די חברה וואס די קענסט אויפן ליסט אז זיי זאלן עקספעקטן א מעס, לעט מי נאו וועם דו קענסט נישט קאווערן ענד אייל טעיק איט פראם דדער"

"וויל דא"

___

"כהאב געריטשט יעדעם חוץ ברוך, כהאב זיי בעיסיקלי פריפעירד אז שאולי גייט אנקומען , שרייען ווי א משוגענער, דזשאסט טא בי רעדי. כציטער אבער , ער גייט עני מינוט צו ברוך"

"ברוך? מיט עהם האסט דיך נישט וואס צו זארגן, היז דע רייט גיי טא הענדעל דיס סטאף, ער וועט שוין פון אלעם קעיר נעמען, אדרבא ביי עהם זאל ער זיך גוט אויסשרייען און אויסוויינען…."





יעדע מאל יודן זאגן די פזמון פון ה' ה', אזכרה אלוקים, גייט באנומענע קולות וברקים, כל לבב דוי וכל ראש לחלי. אלץ דרך ארץ האט מען מתקן געווען א סליחה וואס גייט ביינאזאם דערמיט, אזון תחן והסכת עתירה, תרצנו בקראו ה' ה', ווי א הכנה, דא גייט זיין יללות, ביטע פארשטיין, ווארפט עהם נישט ארויס.

אבער נישט ביי נעילה. יודן דערגרייכן א שטאפל פון היימליכקייט און באקוועמקייט ביים געטרייען טאטן אין הימל, מרייסט אויף די טיר, און משרייט ווי מער, כי לך לבד עינינו תלויות.

המשך יבוא
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: געדאנקען און משלים, מחשבה'לעך פאר נעילה יוה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

נאך א לאנג פארצויגענע פראצעס מיט טעגליכע לאנגע שעות ארגומענטן איז ירוחם'ס קאורט קעיס געקומען צום גורלדיגע שליכטונג סעסיע. ערשעפט און פארמאטערט זיצט ירוחם אויפן באשולדיגונגס באנק און ווארט פאר די קלאוזינג סטעיטמענטס.

וואכן לאנג זיצט ער שוין אפ הייזעריגערהייט צו פרובירן ריינצווואשן זיין נאמען, אדער לכל הפחות ערוועקן די רחמנות געפיל ביים ריכטער, עטליכע גאר מאכטפולע אויפטריטן זענען גאר ספעציעל אןיפגענומען געווארן דורך שופט בשעתו, ווי זיי זענען עטליכע מאל ארויס מיט טרערן, אבער יעצט זעהט ער אויס קאלט ווי אייז.

די פראסיקיוטער האקט שטיקער, ער איז מסכם די וואכן לאנגע טענות, די היציגע דעבאטעס, ענדלאזע קלאגעס, פארלאגנדיג א הארבע שטראף פאר זיינע פארלעצונגען למען ישמעו ויראו ולא יזודין עוד. דער שופט רופט ארויף דער באשולדיגטער צו געבן זיין פיינעל ארגומענט.

ירוחם איז ערשעפט פיזיש און גייסטיש. ער האלט נאך א שלאפלאזע נאכט, און ער האט נאך גארנישט היינט גענומען אין מויל, ער זיצט און שווייגט מאכטלאז.

זיין לאיער שטעלט זיך אויף, "ייאר האנער, מיין קליינט איז היינט נישט אקעי. ער קען נישט אויפטרעטן"

"אבער ווי קען מען פארשלעפן ווייטער אזוי? לויטן פראטאקאל זענען מיר שוין חדשים ביהיינד?"

" איך האב אן איידיע," זאגט דער אדוואקאט. "איך וועל יעצט אויפשפילן א אודיא קאלעקציע פון פארשידענע אויפטריטן וואס דער באשולדיגטער האט געגעבן דורכאויס די געריכט סעסיעס, די טייפינג סטעף קען דאס נוצן פאר א קלאוזינג ?"

"איי געס סאו" קומט א בלית ברירה'דיגע הסכמה "איטס לעיט"

"טענק יא, יאר האנער"

די קנעפל ווערט געדרוקט, די קלערק הייבט אן טייפן. א סעריע פאוערפול שטיקלעך פון ירוחם ביי די פארשידענע געלעגנהייטן געשטיקט מיט טרערן. איבער זיין שווערע יוגנט, און ווי ער האט מצליח געווען זיך צו ארויפבויען, זיין פארצוויגטע פאמיליע , זיין איבערגעגעבנקייט צום קאמיוניטי . די שופטים באקומען צוריק די טשילס און עמאציאנען וואס זיי האבן געהאט ארגינעל, און די פראקואר ווערט ווילד…

—---

טעג און וואכן פון סליחות ווערט דורכגענעצט חודש אלול און עשרת ימי תשובה, האלטנדיג ביי נעילה וויל מען ערוועקן די התעוורות, משפילט אויף פאר כביכול די בעסטע שטיקלעך פון די סליחות טעג, ישראל נושע בה', ה' לשוועתינו האזינה, ה' היה עוזר לנו, די געפילן שטורעמען אויף און די גזירה ווערט צוריסן

המשך יבוא בעזהשי"ת
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1851
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: געדאנקען און משלים, מחשבה'לעך פאר נעילה יוה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

געבורטסטאג האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 4:04 pm
טעג און וואכן פון סליחות ווערט דורכגענעצט חודש אלול און עשרת ימי תשובה, האלטנדיג ביי נעילה וויל מען ערוועקן די התעוורות, משפילט אויף פאר כביכול די בעסטע שטיקלעך פון די סליחות טעג, ישראל נושע בה', ה' לשוועתינו האזינה, ה' היה עוזר לנו, די געפילן שטורעמען אויף און די גזירה ווערט צוריסן

המשך יבוא בעזהשי"ת
אונזער רב שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט אפאר הארציגע דיבורים פאר נעילה, און בעיקר געברענגט די בחינה פון הייליגן זרע קודש מראפשיץ זי"ע אז נעילה איז א בחי' פון יחוד השלם וכו' מיט די גרעסטע יחידות און אהבה וכו' אליינס מיט'ן טאטן אין הימל פריוואט פריוואט וכו', איי האט עס צונומען אלע סטרונעס טאטע טאטע (אפילו נאך יעצט ביים שרייבן), זיך געגאסן ווי פון זיך אליינס.

אשרינו אשרינו.

זאל מען האבן אויסגעפועלט אלעס גוטס!
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: געדאנקען און משלים, מחשבה'לעך פאר נעילה יוה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

די רעדאקציע איז געווען אין א פארלעגנהייט. די ענדגילטיגע דרעפט פון די באמבע סיון אויסגאבע איז געזעצן אויפן גרויסן סקרין, עפפראווד דורך יעדעם גרייט צום דרוק. מדארף אבער טראכטן פון ווייטער.

"תמוז וועט שוין יעדער זיין אין קאנטרי, קיינער וועט נישט האבן קאפ פאר די המשך און די ארבעט גייט גיין לטמיון." קלאפט די עדיטאר אויפן טיש "לאמיר עס לאזן אויף תשרי און פערטיג"

די געווענדליך שטילער גראפיקער יום-טוב קלארט אויס זיין האלדז, יעדער דרייט זיך ארום. "לאמיר אריינלייגן א צוויי דריי קורצע מעכטיגע אויסצוגן פון חלק ב', פונעם תמוז נומער. דער עולם וועט זיין געשפאנט פאר די גאנצע חודש, מוועט צוכאפן תמוז אין א אויגנבליק"

די פארזאמלטע שטומען צו, יום טוב קלאפט צאם די טיעזער פון חלק ב' און די רעדאקטאר לייגט אראפ זיין ראגעלע, און שיקט די שבועות אויסגאבע צום דרוק…


—---

מגרייט זיך צו שליסן נעילה, אבער מוויל לאזן די טיר אביסעלע אפן, סקומט דאך הושענא רבה… אונז שטעלן אריין צוויי קנאקעדיגע אויסצוגן פון הושענות, און נאך מיטן ניגון "שערי שמים פתח ואוצרך הטוב , רחם נא קהל עדת ישורון , והושיענו קל מעוזנו"...


א גוט קוויטל
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”